אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:47 am

דוד משה האט געשריבן:3) א ניגון וואס קלינגט זייער ענדליך צו דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף עתיקא קדישא 3 אויף שיר המעלות, ביטע קלאר מאכן.


דער ניגון איז געװען ניגון װאס מען האט געזונגען ביי די טישען יו״ט ביינאכט.

איך בין כמעט זיכער אז אויף דעם ניגון פלעגט כ״ק המהר״ש זצ״ל זאגען אז עס האט געהאט א ספציעל חשיבות װיבאלד עס איז א ראדישיצער ניגון (הרבי ר׳ בער זצ״ל)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 10:30 am

verveist האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:3) א ניגון וואס קלינגט זייער ענדליך צו דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף עתיקא קדישא 3 אויף שיר המעלות, ביטע קלאר מאכן.


דער ניגון איז געװען ניגון װאס מען האט געזונגען ביי די טישען יו״ט ביינאכט.

איך בין כמעט זיכער אז אויף דעם ניגון פלעגט כ״ק המהר״ש זצ״ל זאגען אז עס האט געהאט א ספציעל חשיבות װיבאלד עס איז א ראדישיצער ניגון (הרבי ר׳ בער זצ״ל)

שמעתי ג"כ מאדמו"ר מבאבוב זצ"ל, שהוא ניגון מהרה"ק מראדאשיץ,
ואמר אז שהוא אחד מהשבעה ניגונים שניגנו אצלים שהי' מקובל שהוא מראדאשיץ
למה זה תשאל לשמי...

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:42 am

דוק ותשכח אז די ניגון יחידתי האט מער ווי אפאר קליינע תנועות בדומה צו יענעם ניגון, עס קוקט כמעט אויס ווי דער זעלבער ניגון, נאר אביסל פארדרייט
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:04 pm

סידיראם האט געשריבן:דוק ותשכח אז די ניגון יחידתי האט מער ווי אפאר קליינע תנועות בדומה צו יענעם ניגון, עס קוקט כמעט אויס ווי דער זעלבער ניגון, נאר אביסל פארדרייט

איך טרעפ עס נישט, און ס'איז א מאדנע זאך - ווייל איך פלעג עסן שלש סעודות יעדע שבת אין א ביהמ"ד וואס זינגט מען דעם ניגון יעדע שבת בשבתו.
אבער, עכ"פ אויב די זאגסט, אפשר אז דער אלטע שומרי אמונים רבי זי"ע האט באקומען די השראה מחבר זיין די ניגון פון די אנדערע ניגון.
לעצט פאראכטן דורך אברהם שמואל לעמברגער אום דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17783
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:12 pm

דאס איז יחידתי גענוי, איז דאס נישט קיין בלוזשוב'ער ולמעלה בקודש לבית דזשיקוב ניגון?

אין תו"א איז אלעס פארדרייט, דאס איז נישט קיין קשיא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:18 pm

תיקון: אין תו"א איז נישט פארדרייט, עס איז נאר צוגעלייגט אביסל קאכעניש צו יעדע זאך, אבער די ניגון קוקט יא אויס די זעלבע נאר פארדרייט, אפשר טאקע איז די מקור פון פארדרייעניש מכח די קאכעניש והמ"י
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:26 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:3) א ניגון וואס קלינגט זייער ענדליך צו דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף עתיקא קדישא 3 אויף שיר המעלות, ביטע קלאר מאכן.


דער ניגון איז געװען ניגון װאס מען האט געזונגען ביי די טישען יו״ט ביינאכט.

איך בין כמעט זיכער אז אויף דעם ניגון פלעגט כ״ק המהר״ש זצ״ל זאגען אז עס האט געהאט א ספציעל חשיבות װיבאלד עס איז א ראדישיצער ניגון (הרבי ר׳ בער זצ״ל)

שמעתי ג"כ מאדמו"ר מבאבוב זצ"ל, שהוא ניגון מהרה"ק מראדאשיץ,
ואמר אז שהוא אחד מהשבעה ניגונים שניגנו אצלים שהי' מקובל שהוא מראדאשיץ

אזוי ? איך האב נאר געוואוסט פון איינס, קענט איר ביטע אויסרעכענען די איבריגע 5 ?
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:53 pm

לעצטנס בין איך דערגאנגען אז די חופה ניגון פון ר' עזריאל מאנדלבוים האט א הויכע פאל
https://www.dropbox.com/s/kjd4k6a4yk4kc ... h.mp3?dl=0
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:12 pm

דוד משה האט געשריבן:שמעתי ג"כ מאדמו"ר מבאבוב זצ"ל, שהוא ניגון מהרה"ק מראדאשיץ,
ואמר אז שהוא אחד מהשבעה ניגונים שניגנו אצלים שהי' מקובל שהוא מראדאשיץ

אזוי ? איך האב נאר געוואוסט פון איינס, קענט איר ביטע אויסרעכענען די איבריגע 5 ?


געדענק איך נישט צו הערען דעם חלק, אדרבה ר׳ והוא פלאי האט איר מער אינפארמאציע װעגען די אנדערע?

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:02 pm

קיקיון האט געשריבן:ביי א ברית האב איך געזעהן קלאר דעם פריעדיגען רב זי"ע אויפשניידען די חלה אינגאנצען פאר די ברכה
איך האב דעמאלט געפרעגט ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם רמ"א אין קס"ז סעיף א
יחתוך פרוסת הבציעה וצריך לחתוך מעט שאם יאחוז בפרוסה יעלה שאר ככר עמו....

און מען האט מיר געזאגט אז איז דאס לפי שיטת איינעם פון די פריערדיגע פוסקים ווער געדענק איך נישט
לעצטענס געווען ביי א ברית אין 45 האב איך געזעהן אדמו"ר שליט"א אויפשניידען אינגאנצען

איך האב אמאל געהערט פון א באבוב׳ער איד די מקור, א שאד איך האב עס נישט פארשריבן.
איך וועל בל״נ פראבירען אים איבער צו פרעגן.
דערווייל אויב איינער ווייסט די מקור איז ער מכובד עס צו ברענגן.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 6:51 pm

דוד משה האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:שמעתי ג"כ מאדמו"ר מבאבוב זצ"ל, שהוא ניגון מהרה"ק מראדאשיץ,
ואמר אז שהוא אחד מהשבעה ניגונים שניגנו אצלים שהי' מקובל שהוא מראדאשיץ

אזוי ? איך האב נאר געוואוסט פון איינס, קענט איר ביטע אויסרעכענען די איבריגע 5 ?

ג"א מצטרף לקריאת קודש הנ"ל
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:39 pm

farshlufen האט געשריבן:אין תו"א איז אלעס פארדרייט


לאו דוקא

דער היינטיגער רבי איז א גרויסער חוקר און דייקן אין נגינה, אסאך ניגונים פון די חסידות האט ער צוריקגעשטעלט למקורם
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:21 pm

תמהואומר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין תו"א איז אלעס פארדרייט


לאו דוקא

דער היינטיגער רבי איז א גרויסער חוקר און דייקן אין נגינה, אסאך ניגונים פון די חסידות האט ער צוריקגעשטעלט למקורם

בדרך אגב, אלץ יונגערמאן ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי, פלעגט ער זיך אסאך נאכפרעגן אויף די באבוב׳ע מנהגים מיט זייערע מקורות.
כידוע האט באבוב מקורות אויף כמעט אלע זייערע מנהגים, אסאך פון זייערע מנהגים זענען אנדערש ווי די סתם חסידישע וועלט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 9:25 am

1.
אמונים אשר נאספו
ווערט פארגעזחמגען דורכ׳ן רב אויפ׳ן דעם פיוט מיט דעם ניגון
מען זינגטס אויך ווי דערמאנט חנוכה, און דער רב זינגט עס צומאל אויף אויף פתחו ביי הלל, בד״כ שמיני עצרת, אבער אנדערע געלעגנהייטן אויך. זייער א רגש׳דיגע ניגון.

2.
דאס רופט דער ״קליינע מלוך״
פרעג מיך נישט פארוואס
א הערליכע ניגון, פאסט אויף ממקומך, לכה דודי, הא׳ הפותח. מה ידודות, ס׳פארמאגט 4 שטייטע הערליכע פעלער.

3.
ראדאשיצער ניגון, מען פלעגט עס זינגען יו״ט סוכות ביים טיש (היינט האט סוכות צוויי אנדערע טיש נגונים, און דער רב טוישט טיש נגונים כסדר).

4.
טל
דאס האט ר׳ אליעזר׳ל דזיקוב געמאכט, און מען זינגט עס אין דזיקוב און אין באבוב אויף טל.
אויך יום כפור באנאכט ביי די סליחות, סוכות ביי איינער די ערשטע נענועים, און שמחת תורה ביי די הקפות.

5.
מען זינגט עס אין באבוב אויך מה ידידות, כ׳ווייס נישט פון ווי ס׳שטאמט.

6.
דאס איז א זידיטשובער ניגון
דער קדושת ציון, האט איינמאל אנגעהויבן זינגען דער ניגון אויך מה ידידות, און ס׳איז פארבליבן.

7.
רוס האט באשטעטיגט אז ס׳איז דער קדושת ציון׳ס ניגון.

8.
דער נגון איז ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א קאמפאזיציע. א מה ידידות, הא׳ הפותח ניגון.

שמדריך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 7:38 pm

ס׳הייסט ״די קליינע מלוך״ פשוט ווייל די קדושת ציון האט קודם מחבר געוועהן דעם ניגון אויף מלוך על כל העולם כולו, און יארען שפעטער האט ער מחבר געוועהן דעם לאנגען קאמפעזיציע אויף ״ובתורתך כתוב לאמר... שמע ישראל... מלוך על כל העולם כולו״... ממילא איז די ערשטער ניגון געווארען פון דאן מאל אנגעריפען ״די קליינע מלוך״

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:48 pm

יישר כח פאר יעדעם.
כהאב דא א שטיקל פון א ניגון, ביטע אידענטיציפירן וועלכע ניגון דאס איז און אויב מעגליך ארויפשטעלן א פולע רעקארדינג פון דעם.

אויך וואלט איך געוואלט וויסן וועלכע שטיקלעך פון שחרית לר"ה מען זינגט אין די שבתות בין המצרים, ווי אזוי איז עס איינגעטיילט וכו'
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:32 am

שמו מפארים ... שפרו מעשיכם וברית לא תופר... אוי אוי אוי אוי קדוש...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:56 am

דוד משה האט געשריבן:יישר כח פאר יעדעם.
כהאב דא א שטיקל פון א ניגון, ביטע אידענטיציפירן וועלכע ניגון דאס איז און אויב מעגליך ארויפשטעלן א פולע רעקארדינג פון דעם

מען זינגט עס אין באבוב טייל מאל אויף ברוך קל עליון.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 6:01 am

א ניגון פון דער קדושת ציון, ס׳איז אויף איינער פון די שירי ציון אלבומס.
ס׳איז מער א ״הללו״ ניגון

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 6:03 am

דוד משה האט געשריבן:יישר כח פאר יעדעם.
כהאב דא א שטיקל פון א ניגון, ביטע אידענטיציפירן וועלכע ניגון דאס איז און אויב מעגליך ארויפשטעלן א פולע רעקארדינג פון דעם.

אויך וואלט איך געוואלט וויסן וועלכע שטיקלעך פון שחרית לר"ה מען זינגט אין די שבתות בין המצרים, ווי אזוי איז עס איינגעטיילט וכו'


סאיז גארנישט איינגעטיילט, ס׳איז דער גאנצע פיוט פון שמו מפארים ביז׳ן סוף, אזוי ווי הודו.
מען זינג עס מיט ׳דעם רבי ר׳ מענדילי׳ס א ניגון, דער ניגון געפונט זיך אויף די אלבומ׳ס פון זיינע נגונים וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען.
ביי נדיבי עמים, טוישט מען צו אן אנדערע תנועה, וואס מען זינגט אויף אתקינו סעודתא ביי מלוה מלכה.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:32 am

איטשע האט געשריבן:דעם רבי ר׳ מענדילי׳ס א ניגון


דאכצעך דער רבי ר׳ הערש ז״ל זי״ע

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:45 am

איטשע האט געשריבן:א ניגון פון דער קדושת ציון, ס׳איז אויף איינער פון די שירי ציון אלבומס.
ס׳איז מער א ״הללו״ ניגון
שירי ציון ד׳

ב.ד.וו. אין טאהש זינגט מען דעם ניגון, פארשטייט זיך פארקלאוזשעט. תולדות אהרן (דהיום) האט דאס אדאפטעד פון טאהש על קרבו ועל כרעיו אויף הללו בעיקר פסח לילי פסחים און די ערשטע טאג.

רעדנדיג מיט איינעם פון תו״א וואס איז עוסק במקורות ניגונים, איז דער ניגון עלה על הפרק, ער זינגט מיר דאס אויפן טעלעפאהן (רוהיג אן התלהבות וואס ׳פארדרייט׳ נישט..), מערק איך אים אויף אז דער ניגון איז נוסח טאהש...
הייתי בעיניו כמתעתע.. עההה... ס׳איז גאר אן אלט ניגון...
נו נו, כ׳האב אים געלאזט האלטן ווי ער וויל.

ועיין ערך יחידתי ועוד הרבה ניגונים , וכמיודענו ״פארשלאפן״.

למאי נ״מ? נישט נעמען און לערנען ניגונים פון נישט פונקטליכע און פארדרייענדע מקורות.
ויש עוד כמה מקומות כאלו.


שוין שוין, נישט אוועק פירן דעם אשכול, אנטשולדיגט..

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:27 pm

אויף וויקיפידיע שטייט אז איינע פון די באוואוסטע באבובע ניגונים איז ברוך קל עליון פון ר' ראובן פרץ קויפמאן, קען איינער ארויפלייגן א רעקארדינג דערפון ?

אויף א אלטע פארום האב איך געטראפן א שמועס ווי איינער זאגט אז די ניגון ישמחו במלכותך האט מחבר געווען דער ערשטער רב און איינער טענה'ט צוריק אז דער קדושת ציון האט דאס מחבר געווען, האם יש דברים בגו ?
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:52 am

דוד משה האט געשריבן:אויף וויקיפידיע שטייט אז איינע פון די באוואוסטע באבובע ניגונים איז ברוך קל עליון פון ר' ראובן פרץ קויפמאן, קען איינער ארויפלייגן א רעקארדינג דערפון ?

ירמי׳ דאמען זינגט עס אויף שבת היום, אויך איינע פון זיינע ״ראזוואדובער״ אלבומס.


דוד משה האט געשריבן:אויף א אלטע פארום האב איך געטראפן א שמועס ווי איינער זאגט אז די ניגון ישמחו במלכותך האט מחבר געווען דער ערשטער רב און איינער טענה'ט צוריק אז דער קדושת ציון האט דאס מחבר געווען, האם יש דברים בגו ?


מעולם לא שמענו אז דער ערשטער רב ז״ל זאל האבן מחבר געוועזן נגונים, און אויב אז ס׳זאל האבן פארבליבן.
למיטב ידיעתי איז ישמחו דער קדושת ציון׳ס א קאמפאזיציע.

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:25 pm

איטשע האט געשריבן:א ניגון פון דער קדושת ציון, ס׳איז אויף איינער פון די שירי ציון אלבומס.
ס׳איז מער א ״הללו״ ניגון

דער ניגון איז דער ערשטער קאמפאזיציע פון דער קדושת ציון הי"ד


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מצפה לישועה און 9 געסט