אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איז דאס א ניגון פון ר' חיים דוד בלום? א חלק דערפון איז אויף עת רקוד 2 טרעק 2 צום סוף, דארט שטייט: הנרות הללו קאמפאוזט ביי ר' חיים דוד
https://www.dropbox.com/s/u9hus6pgmafxe ... 7.MP3?dl=0
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ'מיין ס'איז פון ר' הערש לייב באקאן
דביה תחדי נפשא
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

חמרא טבא האט געשריבן:כ'מיין ס'איז פון ר' הערש לייב באקאן

יאפ. א ממקומך וואס ר' אהרן מיללער פלעגט זינגען און געזאגט אז ס'קומט פון הירש לייב
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

איינער האט א רעקארדינג פון באבוב'ע רב ז"ל זינגען למנצח על אילת השחר פורים פארטאגס?
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

ידיעות שונות האט געשריבן:מענין לענין, דער ניגון בבקעך ים סוף איז באקאנט צו זיין פונעם קדו"צ, כ'האב אבער געהערט פון איינעם מפקפק זיין דערויף, ולמרבית הפלא לעצטנס איז ערשינען פונדאסניי 'אה רעביש' און דארט האבן די מו"ל געטוישט דעם ווערסיע אז דער ניגון איז יא אן אלטן ניגון (מיוחס לבית דזיקוב דאכט זיך) און נישט פונעם קדו"צ.

איינער ווייסט מעהר דערוועגן?

אויף אה רעביש איז עס נישטא

אין באבוב ווייסט מען אז דאס האט דער קדושת ציון זי"ע מחבר געווען פסח תרפ"ג. אבער אנדערע מקורות איז דא אויף א ניגון וואס פון די צווייטע פאל זעהט עס אויס אינגאנצן ווי דאס, וואס ר' בן ציון שנקר ז"ל האט געזאגט אז דאס קומט פון ר' נחמן ברעסלוב'ער זצ"ל, און אויף די ריקארדינגס פון די זקני בתי ראנד זאגן זיי אז דאס האט די אמרי שאול פון מאדזיץ געברענגט ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל

ר' פיניע מאירוביץ פון ארץ ישראל זאגט אבער אז ס'איז זייער יתכן אז ס'איז צוויי אנדערע ניגונים וואס זענען ביידע נתחבר געווארן אויפן זעלבן שניט
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

ווייסט איינער פון וואנט קומט די תנועה\ניגון וואס אדמור"י באבוב זינגען אויף 'נודה לשמך' ביי א סעודת ברית?
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

נתחבר ע"י בעל קדושת ציון זצ"ל קודם לידת אחד מבניו, וסיפר אדמו"ר בעל דברי שלמה זצ"ל שקודם לידת אחד מאחיו שמע מאחורי הדלת איך שאביו חיבר הניגון על נודה לשמך, וניגון על הרחמן'ס של סעודות ברית, וידע שיהי בן זכר
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

יש"כ, א מורא'דיגע מעשה, ווען האט עס דער רז"ל דערציילט? איז עס ערגעץ געדרוקט?
אגב, פארוואס זינגט מען נישט כמעט (אדער בכלל נישט) די ניגון אויף הרחמן?
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

זעירא האט געשריבן:יש"כ, א מורא'דיגע מעשה, ווען האט עס דער רז"ל דערציילט? איז עס ערגעץ געדרוקט?
אגב, פארוואס זינגט מען נישט כמעט (אדער בכלל נישט) די ניגון אויף הרחמן?

איך געדענק נישט כעת צו עס איז געדרוקט, איך האב עס געהערט פון האדמו"ר מבאבוב שליט"א
די הרחמנס איז א לענגערע ניגון עס איז אויף cd תקון בית תפלתי
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

שמן האט געשריבן:די הרחמנס איז א לענגערע ניגון עס איז אויף cd תכון בית תפלתי

א הערליכער גראדער ניגון.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

שפיגליצקי האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:די הרחמנס איז א לענגערע ניגון עס איז אויף cd תכון בית תפלתי

א הערליכער גראדער ניגון.

כ'קען דעם ניגון, ס'איז טאקע א גוטן ניגון, פארדעם פרעג איך פארוואס הערט מען עס קיינמאל נישט ביי טישן וכדו'
לעצט פארראכטן דורך זעירא אום מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ביי מיר קענט איר דאס הערן כסדר...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

זעירא האט געשריבן:... פרעג איך פארוואס הערט מען עס קיינמאל נישט ביי טישן וכדו'

שפיגליצקי האט געשריבן:ביי מיר קענט איר דאס הערן כסדר...

?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שמן האט געשריבן:נתחבר ע"י בעל קדושת ציון זצ"ל קודם לידת אחד מבניו, וסיפר אדמו"ר בעל דברי שלמה זצ"ל שקודם לידת אחד מאחיו שמע מאחורי הדלת איך שאביו חיבר הניגון על נודה לשמך, וניגון על הרחמן'ס של סעודות ברית, וידע שיהי בן זכר

לפני לידת בנו הק' משה אהרלי הי"ד
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

זעירא האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:... פרעג איך פארוואס הערט מען עס קיינמאל נישט ביי טישן וכדו'

שפיגליצקי האט געשריבן:ביי מיר קענט איר דאס הערן כסדר...

?

כ'מיין צו זאגן ביי מיינע טישן, מיט די ווייסע בעקיטשע.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שפיגליצקי האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:... פרעג איך פארוואס הערט מען עס קיינמאל נישט ביי טישן וכדו'

שפיגליצקי האט געשריבן:ביי מיר קענט איר דאס הערן כסדר...

?

כ'מיין צו זאגן ביי מיינע טישן, מיט די ווייסע בעקיטשע.

אויף וואס זינגט מען עס ביי ענק אין הויף?
דביה תחדי נפשא
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

בית המשתה האט געשריבן:איינער האט א רעקארדינג פון באבוב'ע רב ז"ל זינגען למנצח על אילת השחר פורים פארטאגס?

ג"א מצטרף.
ס'מעג זיין פון היינטיגע רב שליט"א אויך.
אשר הניא וואלט איך אויך שטארק געוואלט איבער הערן
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

חמרא טבא האט געשריבן:אויף וואס זינגט מען עס ביי ענק אין הויף?

געהעריג אויף די ווערטער.

צוליב דאס שיינקייט פונעם ניגון, איז נישטא קיין צייט צו ווארטן נאר אויף א ברית...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

shalsheles האט געשריבן:א) אין באבוב דוכנ׳ט מען הושענא רבה?
ב) וואס איז דער מקור/טעם אז חוה״מ פסח זאגט מען די עקדה ביי קרבנות אין חוה״מ סוכות נישט?
(אזוי שטייט אין די צלותי׳ דשלמה סידור)


א) נאר אויב עס פאלט אום ערב שבת, וואס דאן קומט אויס אז מען דוכנ׳ט נישט אום שמיני עצרת ווייל ס׳איז שבת, און אום שמחת תורה דוכנ׳ט מען קיינמאל נישט.
ב) צלותיה דשלימה, איז ״א סידור וואס ענדלט דאס מערסטע צו דער באבובער נוסח״ האט זיך כ״ק אדמור מבאבוב שליט״א אמאל אויסגעדרוקט דערויף, דעריבער, נישט אלעס וואס שטייט דארט מיינט אז דאס איז מנהג באבוב. לגבי אט די מנהג, איני יודע.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

קנקן האט געשריבן:ב) צלותיה דשלימה, איז ״א סידור וואס ענדלט דאס מערסטע צו דער באבובער נוסח״ האט זיך כ״ק אדמור מבאבוב שליט״א אמאל אויסגעדרוקט דערויף, דעריבער, נישט אלעס וואס שטייט דארט מיינט אז דאס איז מנהג באבוב. לגבי אט די מנהג, איני יודע.

שמעתי, אז כ"ק אדמו"ר זצ"ל האט נישט געלאזט שרייבן אויפ'ן סידור 'נוסח באבוב' (אין ס'שטייט טאקע נישט), וייל ער קען נישט זיין זיכער גענוי וואס זיין טאטע האט געזאגט אויף יעדן ארט אין סידור. ס'הייסט, אז ווען מ'האט עפעס גדענקט א שינוי האט מען געדענקט, אבער אפשר זענען דא זאכן וואס מ'האט נישט באמערקט אדער געדענקט, ער האט דאך נישט געשריבן קיין נוסח.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

געווען געדריקט אין ''די אידישע צייט'' (די צייטונג) א מעשה פון די ניגון ישמח משה במתנת חלקו שנתחבר ע''י הקדושת ציון זצ''ל, איינער קען אפשר מיטטיילן דעם ניגון?
א דאנק
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

אויף וועלכע C.D. קען מען הערן די ניגונים גאנצערייט? וי איז דער מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן

איינס

צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון

דריי

פיר

פינף

זעקס

אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.

איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?
צפונית מזרחית
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:31 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפונית מזרחית »

12.PNG
12.PNG (60.18 KiB) געזען 2492 מאל


האט איינער ביטע?
צפונית מזרחית
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:31 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפונית מזרחית »

בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

צפונית מזרחית האט געשריבן:איז עס דאס?
https://jewishmusic.fm/album/songs-of-t ... assidim-1/
Track 11

יא

די קשיא איז נאר אז דארט שטייט א אנדערע מחבר
אטעטשמענטס
Screenshot_20200611-193602_Drive.jpg
Screenshot_20200611-193602_Drive.jpg (212.52 KiB) געזען 2485 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”