אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מיטוואך מארטש 22, 2017 12:45 pm

דוד משה האט געשריבן:און די ניגון פון אשר הניא קומט פון וואו ?

האב איך געהערט פאריאר פון אדמו"ר מבאבוב שליט"א אז אמאל איז געווען א בדחן ביים ערשטע באבוב'ער רב אויפ'ן טיש און גאזאגט גראמען מיט די ניגון און האט גערעדט פראסט און מען האט עם אראפ געשיקט פון טיש, דערנאך האט דער ערשטער רב אנגעהויבען אשר הניא מיט די ניגון כעין אות מחאה צו זינגען די זעלבע תנועה מיט גוטע ווערטער, און אזוי איז שוין געבליבען די תנועה

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מיטוואך מארטש 22, 2017 7:13 pm

האט איינער די ווערטער פין די ניגון, וואס רעדט פין וויין? (דער פוזמן ענדיגט זיך, די ביסט מיינס אין "יאך" בין דיינס)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 7:58 am


ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » פרייטאג מארטש 24, 2017 8:46 am

איטשע האט געשריבן:נאדער.

יישר כוח!

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג מארטש 31, 2017 12:18 pm

איך האב אמאל געהערט אז אין באבוב דאווענט מען יום בדיקת חמץ (און נאך א טאג איך געדענק נישט וועלכע) א שנעלע מנחה, דער בעל תפילה זאגט חצי קדיש און הייבט גלייך אן הויכע שמו"ע ביז הקל הקדוש און דאן שטעלט זיך דער גאנצער עולם שטילע שמו"ע, דוכט זיך אז דאס שטאמט פון צאנז.

איז דאס נאר ווען עס איז נישטא קיין צייט אדער אלעמאל ?
.You are what you eat, And you are what you read

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » פרייטאג מארטש 31, 2017 12:24 pm

דוד משה האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אין באבוב דאווענט מען יום בדיקת חמץ (און נאך א טאג איך געדענק נישט וועלכע) א שנעלע מנחה, דער בעל תפילה זאגט חצי קדיש און הייבט גלייך אן הויכע שמו"ע ביז הקל הקדוש און דאן שטעלט זיך דער גאנצער עולם שטילע שמו"ע, דוכט זיך אז דאס שטאמט פון צאנז.

איז דאס נאר ווען עס איז נישטא קיין צייט אדער אלעמאל ?

אלעמאלאיז נישטא קיין צייט,מ'יאגט זיך צו מים שלנו

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » פרייטאג מארטש 31, 2017 12:25 pm

דוד משה האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אין באבוב דאווענט מען יום בדיקת חמץ (און נאך א טאג איך געדענק נישט וועלכע) א שנעלע מנחה, דער בעל תפילה זאגט חצי קדיש און הייבט גלייך אן הויכע שמו"ע ביז הקל הקדוש און דאן שטעלט זיך דער גאנצער עולם שטילע שמו"ע, דוכט זיך אז דאס שטאמט פון צאנז.

איז דאס נאר ווען עס איז נישטא קיין צייט אדער אלעמאל ?

מען דאווענט דוקא שפעט און נאר ביי מים שלנו נישטא נאך א טאג

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג אפריל 03, 2017 10:45 pm

פון וועם שטאמט די תנועה וואס מען זינגט ביי די ד' כוסות און די תנועה וואס מען זינגט ביי שלחן עורך ?

און ווער האט א פולע רעקארדינג פון די תנועות ?
.You are what you eat, And you are what you read

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג אפריל 04, 2017 5:35 am

דער טיש ניגון איז פונעם קדושת ציון.
די תנועה ביי די ארבע (טעכניש נאר ביי די לעצטע דריי) כוסות, זינגט מען אויך צומאל אויף אשר ברא ביי שבע ברכות. כ׳ווייס נישט אבער פון ווי ס׳שטאמט.

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אפריל 04, 2017 7:12 pm

וואס זינגט מען ביים סדר אויף הלל הגדול, חסל סידור פסח, אדיר במלוכה, אחד מי יודע, חד גדיא וכו' ?

איז דא נאך פלעצער וואו מען זינגט (חוץ פון הלל) ?
.You are what you eat, And you are what you read

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 05, 2017 5:34 am

אקעי לאמיר זעהן אזוי:

די נוסח ההגדה, איז אזויווי די נוסח פון סליחות, נישט די ץנועה מיט וואס מען לאזט אויס, נאר די תנועה פארדעם.
כמה מעלות טובות, דיינו, על אחת כמה, איז א דזיקובער ניגון. אבער דאעציך אז דער ניגון האט א הויכע פאל וואס מען זינגט נישט.
הוציאנו מעבדות, זינגט מען דער נגון פון אין קצבה.
די ערשטע האלב הלל, אזויווי סוכות.
כוסות, כדלעיל.
צווייטע האלב הלל איז אויף ווי סוכות, אויס לא לנו וואס מען זינג דער ריזשינער תנועה אויף אתקינו סעודותא.
קול רנה וישועה, א תנועה פונ׳ם קדושת ציון דערויף. דער רב ז״ל פלעגט נישט זינגען אט די תנועה.
חסל סידור פסח, ווייסיך נישט פון וואנעט ס׳שטאמט.
די זמירות נאכ׳ן סדר, כי לו נאה, אדיר הוא, אחד מי און חד גדיא, פארן אויף די זעלבע תנועה, אז ס׳הערט זיך כמעט ווי איין לאנגע ניגון.
דערנאך קומט, אל גנת אגוז, ואפיק.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אפריל 05, 2017 8:33 am

איטשע האט געשריבן:אקעי לאמיר זעהן אזוי:
כמה מעלות טובות, דיינו, על אחת כמה, איז א דזיקובער ניגון. אבער דאעציך אז דער ניגון האט א הויכע פאל וואס מען זינגט נישט.

מיינט איר דאס?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 05, 2017 8:48 am

יא.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 05, 2017 8:50 am

אפשר איז טאקע דער הויכער פאל, נישט פון דזיקוב.
אבער ס׳קען זיין אז יא, והא ראי׳ אז ביי קול מבשר, איז אויך א הויכע פאל, און דער רב ז״ל האט עסנישט געזונגען, הגם דער רב זינגט עס שוין יא.
זעהט אויס אז ס׳איז געווען אזא זאך, אז מען האט נאר גענוצט א האלבער ניגון.

פאר נייגעריקטקייט, איז ר׳ שמשון פישער געווען א מחבר פון נגונים? למיטב ידיעתי נישט.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך אפריל 05, 2017 10:12 am

בעאבאכטער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אקעי לאמיר זעהן אזוי:
כמה מעלות טובות, דיינו, על אחת כמה, איז א דזיקובער ניגון. אבער דאעציך אז דער ניגון האט א הויכע פאל וואס מען זינגט נישט.

מיינט איר דאס?


אין סאטמאר זינגט מען דאס אויף קדשינו במצותיך - ביי די מוסף שמונה עשרה ימים נוראים. כפי שהונהג ע״י מרן הק׳ מסאקמיר זצ״ל

אן די הויכע פאל.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אפריל 05, 2017 11:46 am

איטשע האט געשריבן:אפשר איז טאקע דער הויכער פאל, נישט פון דזיקוב.
אבער ס׳קען זיין אז יא, והא ראי׳ אז ביי קול מבשר, איז אויך א הויכע פאל, און דער רב ז״ל האט עסנישט געזונגען, הגם דער רב זינגט עס שוין יא.
זעהט אויס אז ס׳איז געווען אזא זאך, אז מען האט נאר גענוצט א האלבער ניגון.

פאר נייגעריקטקייט, איז ר׳ שמשון פישער געווען א מחבר פון נגונים? למיטב ידיעתי נישט.

ר' שמשון איז נישט געוועהן א מחבר פון ניגונים, אבער א גרויסער 'מעתיק שמועה'.
ב.ד.וו כמעט אלע זיינע אייניקלעך און איר אייניקלעך (די גליק'ס, גרינוואלד'ס, פישער'ס, גרינפעלד'ס ועוד ועוד) זענען בעלי מנגן בחסד עליון.

מצלמה האט געשריבן: אין סאטמאר זינגט מען דאס אויף קדשינו במצותיך - ביי די מוסף שמונה עשרה ימים נוראים. כפי שהונהג ע״י מרן הק׳ מסאקמיר זצ״ל אן די הויכע פאל.

יא, דאס איז לכאורה דאס, כאטש היבש נשתנה צורתה.
געוואלט שוין אמאל מברר זיין צו דער קדשנו איז נישט פון פלאנטש, דעמאלט שטימט אלעס.
אי"ה אן אנדערס מאל.

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:28 pm

נעכטן האב איך געהערט אויף באבוב סטריעם 2 חידושים:

דער פריערדיגער רב זינגט די ניגון פון אילת השחר אויף ברכי נפשי
איינער זינגט חדש עלינו מיט די ניגון פון וברוב גאונך פונעם קדושת ציון
.You are what you eat, And you are what you read

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:31 pm

דוד משה האט געשריבן:נעכטן האב איך געהערט אויף באבוב סטריעם 2 חידושים:

דער פריערדיגער רב זינגט די ניגון פון אילת השחר אויף ברכי נפשי
איינער זינגט חדש עלינו מיט די ניגון פון וברוב גאונך פונעם קדושת ציון

דער פריערדיגער רב זינגט די ניגון פון אילת השחר אויף ברכי נפשי, ראש חודש אלול האט מען אפאר מאל געזינגען דעם ניגון

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:19 am

דער איינער איז ר׳ יאסעלע מאנבלוים ע״ה.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:20 am

איטשע האט געשריבן:אפשר איז טאקע דער הויכער פאל, נישט פון דזיקוב.
אבער ס׳קען זיין אז יא, והא ראי׳ אז ביי קול מבשר, איז אויך א הויכע פאל, און דער רב ז״ל האט עסנישט געזונגען, הגם דער רב זינגט עס שוין יא.
זעהט אויס אז ס׳איז געווען אזא זאך, אז מען האט נאר גענוצט א האלבער ניגון.

פאר נייגעריקטקייט, איז ר׳ שמשון פישער געווען א מחבר פון נגונים? למיטב ידיעתי נישט.


ר׳ שמשון האט גארנישט מחדש געווען, ער האט אין וויען געדאווענט אין די זאבנער שטיבל, און פון דארטן שטאמט עס.

גרויסע-גדולה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

והשיאנו

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:02 am

קען איינער ארויפשטעלן דעם ניגון וואס מען זינגט ביי די סעודות אויף והשיאנו ? איך האב עס אמאל געהערט, און ווייל עס איז אביסל א שווערע ניגון האב איך זיך עס נישט דערלערנט, אבער איך בין שטארק נייגעריג דאס צו קענען.
ייש"כ

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:03 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:קען איינער ארויפשטעלן דעם ניגון וואס מען זינגט ביי די סעודות אויף והשיאנו ? איך האב עס אמאל געהערט, און ווייל עס איז אביסל א שווערע ניגון האב איך זיך עס נישט דערלערנט, אבער איך בין שטארק נייגעריג דאס צו קענען.
ייש"כ

https://www.dropbox.com/s/knj33g2ffa148 ... i.mp3?dl=0
.You are what you eat, And you are what you read

גרויסע-גדולה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מיטוואך מאי 10, 2017 11:55 pm

דוד משה האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:קען איינער ארויפשטעלן דעם ניגון וואס מען זינגט ביי די סעודות אויף והשיאנו ? איך האב עס אמאל געהערט, און ווייל עס איז אביסל א שווערע ניגון האב איך זיך עס נישט דערלערנט, אבער איך בין שטארק נייגעריג דאס צו קענען.
ייש"כ

https://www.dropbox.com/s/knj33g2ffa148 ... i.mp3?dl=0


א גרויסן דאנק!
ביי די וועי, די אודיאו איז פון ווען? וועלכע טיש?

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:18 am

דאס קומט פון די פאלמאן קאסעטעס.
5 קאסעטע סעריע)

גרויסע-גדולה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מוצ"ש מאי 13, 2017 11:32 pm

מצלמה האט געשריבן:דאס קומט פון די פאלמאן קאסעטעס.
5 קאסעטע סעריע)

ווי קען מען זיך דאס איינהאנדלען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 14 געסט