אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:54 am

חמרא טבא האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ? איך האב דאס געטראפן אויף א וויזניצע אלבום.

דער מחבר פון דער ניגון איז יענקי דאסקאל פון ארה"ק די באבובע האבן עס אויפגעפיקט ביי די באבוב וויזניצע חתונה


במחילה גדולה, דער ניגון האט דער באבובער רב ז״ל פארפאסט, חזן ר׳ דוד ווערידגער זינגט אויס אויף זיין פלאטע, וואס איז ארויסגעקומען צענדליגע יארן איידער די וויזניצער באבובער חתונה, שנת תשכ״ח, זעה דא., דאס איז א שיינע פאר יאר פאר דער דאסקאל איז געבוירן געווארן.
לעצט פאראכטן דורך איטשע אום דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:02 pm

דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


איינס: שבת שקלים טיש ניגון, באזירט אויפ די ווערטער פון די יוצרות ביי מוסף ״אשכול איווי״, נתחבר ע״י הקדושת ציון, די חברה זינגען אבער אביסל פאלש.
צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.
דריי: איז מיר נישט באקאנט, ס׳איז נישט קיין באבובער ניגון.
פיר: כנ״ל
פינעף: א ניגון פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים, א ניגון א שטיק הארץ, פאסט אויף כל מקדש, הא׳ הפותח, וכל מאמינים.
זעקס: ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א טיש ניגון, פאסט פאר הא׳ הפותח , און ברוך ה׳ יום יום.
אהבתי: איז ר׳ יאסעלע מאנדלבוימ׳ס א קאמפאזיציע.

ס׳איז דא א ניגון אויף ׳רחם על ציון׳ פון דער דער רב ז״ל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5284
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:05 pm

איטשע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ? איך האב דאס געטראפן אויף א וויזניצע אלבום.

דער מחבר פון דער ניגון איז יענקי דאסקאל פון ארה"ק די באבובע האבן עס אויפגעפיקט ביי די באבוב וויזניצע חתונה


במחילה גדולהף דער ניגון האט דער באבובער רב ז״ל פארפאסט, דוד ווערידגער זינגט אויס אויף זיין פלאטע, וואס איז ארויסגעקומען צענדליגע יארן איידער די וויזניצער באבובער חתונה.

זייט נישט אזוי מוחל און הערטס אויס דעם ניגון.
איר רעדט וועגן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו וואס דאס איז דער באבובער רב'ס ניגון דא רעדט מען וועגן ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו
דביה תחדי נפשא

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:07 pm

שטומט, כ׳צי צוריק.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5284
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:33 pm

איטשע האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.

תמיה עליך ר' איטשע איר זאלט נישט וויסן אז דאס איז יאסעלע מאנדלבוים'ס ניגון
דביה תחדי נפשא

Nodabeyehuda
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 1:33 pm

תגובהדורך Nodabeyehuda » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:34 pm

איטשע האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


איינס: שבת שקלים טיש ניגון, באזירט אויפ די ווערטער פון די יוצרות ביי מוסף ״אשכול איווי״, נתחבר ע״י הקדושת ציון, די חברה זינגען אבער אביסל פאלש.
צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.
דריי: איז מיר נישט באקאנט, ס׳איז נישט קיין באבובער ניגון.
פיר: כנ״ל
פינעף: א ניגון פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים, א ניגון א שטיק הארץ, פאסט אויף כל מקדש, הא׳ הפותח, וכל מאמינים.
זעקס: ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א טיש ניגון, פאסט פאר הא׳ הפותח , און ברוך ה׳ יום יום.
אהבתי: איז ר׳ יאסעלע מאנדלבוימ׳ס א קאמפאזיציע.

ס׳איז דא א ניגון אויף ׳רחם על ציון׳ פון דער דער רב ז״ל.

זעקס: נתחבר ע״י הקדושת ציון

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 7:40 am

חמרא טבא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.

תמיה עליך ר' איטשע איר זאלט נישט וויסן אז דאס איז יאסעלע מאנדלבוים'ס ניגון


כ׳האב געשמעקט אזוי, אבער כ׳בין נישט געווען זיכער.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 7:41 am

Nodabeyehuda האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


איינס: שבת שקלים טיש ניגון, באזירט אויפ די ווערטער פון די יוצרות ביי מוסף ״אשכול איווי״, נתחבר ע״י הקדושת ציון, די חברה זינגען אבער אביסל פאלש.
צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.
דריי: איז מיר נישט באקאנט, ס׳איז נישט קיין באבובער ניגון.
פיר: כנ״ל
פינעף: א ניגון פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים, א ניגון א שטיק הארץ, פאסט אויף כל מקדש, הא׳ הפותח, וכל מאמינים.
זעקס: ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א טיש ניגון, פאסט פאר הא׳ הפותח , און ברוך ה׳ יום יום.
אהבתי: איז ר׳ יאסעלע מאנדלבוימ׳ס א קאמפאזיציע.

ס׳איז דא א ניגון אויף ׳רחם על ציון׳ פון דער דער רב ז״ל.

זעקס: נתחבר ע״י הקדושת ציון


אכן טעיתי, כה׳אב מיר פארמישט מיט א צווייטער ניגון, דער ניגון איז נתחבר ע״י הקדושת ציון.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 4:41 pm

פון וואו נעמט זיך די מנהג צו זאגן בימי אלול ח"י קאפיטלעך תהלים ? און וויפיל מאל ענדיגט מען תהלים לויט דעם חשבון ?

די ניגון וואס מען זינגט אויף ברכי נפשי (וואס די וועלט זינגט אויף קל מסתתר) זינגט מען די הויכע פאל אנדערש ווי די וועלט, יעצט איז די שאלה ווער איז די מחבר פון די ניגון און ווער זינגט די אמת'ע ווערסיע ?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:53 pm

18 קאפיטליך שטאמט פון צאנז,
עס איז ביי די צאנזער אייניקליך געווען פארשידענע מנהגים וויאזוי מען האט עס געטיילט, אבער הצד השווה שבהם אז אלע האבן גענדיגט 3 מאל במשך אלול
נוסח באבוב, וכן ביי נאך צאנזער אייניקליך, איז, אז עס איז דא 24 וואכן טעג אין אלול אויסער ערב ר"ה, אין 8 טעג ענדיגט מען, 8X18 =144
דעם לעצטען טאג פון יעדען מחזור זאגט מען 24
בנוגע דעם ניגון אויף ברכי נפשי, שמעתי מאדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז עס איז צוויי נוסחאות פון איין אלטען ניגון, און ער אליינס, זינגט אמאל ביידע וואריאציעס צוזאמען, (שבת היום שבת ראש חודש)
למה זה תשאל לשמי...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:23 am

אגב דע רב ז״ל פלעגט צומאל זינגען אן אנדערען ניגון אויף ברכי נפשי, דער ניגון וואס מען זינגט אין באבוב, פורים אויף דער ערשטער האלב אילת השחר, און ער האט עס געזונגען אויך מיט די הויכע פאל.

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 7:09 am

והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע דעם ניגון אויף ברכי נפשי, שמעתי מאדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז עס איז צוויי נוסחאות פון איין אלטען ניגון, און ער אליינס, זינגט אמאל ביידע וואריאציעס צוזאמען, (שבת היום שבת ראש חודש)

איך האב אמאהל געגעסן ביי א באבעווער חסיד אין ער האט געזינגען אויף שבת היום דער ניגון אין ער האט מיר דעלמטס דאס אללעס מסביר געוועהן.

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 8:47 am

איז דא ערגעץ די ניגון גראמען אויף אידיש, אויף די ווערטער "אב הרחמים", וואס מ'זינגט אין באבוב?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:15 am

איטשע האט געשריבן:אגב דע רב ז״ל פלעגט צומאל זינגען אן אנדערען ניגון אויף ברכי נפשי, דער ניגון וואס מען זינגט אין באבוב, פורים אויף דער ערשטער האלב אילת השחר, און ער האט עס געזונגען אויך מיט די הויכע פאל.

דער אדמו"ר שליט"א האט געזאגט דעם חודש אלול, אז דער זיידע האט אלול געזינען דעם ברכי נפשי אויף דעם אילת ניגון,
דער רב ז"ל, האט נישט געוואלט דאס זינגען, ווייל ער האט געוואלט דער עולם זאל מיטזינגען
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:57 pm

כהאב געפרעגט די שאלה אין א דערנעבנדיגע אשכול און נישט באקומען קיין תשובה, פרעג איך עס איבער דא:

כהאב אמאל געהערט אז די ניגון האט געמאכט דער קדושת ציון, קען דאס איינער באשטעטיגן ? ווערט דאס בכלל געזונגען אין באבוב ?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:14 am

למיטב ידיעתי, איז עס נישט קיין באבובער ניגון. מעולם לא שמעתיו.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:38 pm

דוד משה האט געשריבן:כהאב געפרעגט די שאלה אין א דערנעבנדיגע אשכול און נישט באקומען קיין תשובה, פרעג איך עס איבער דא:

כהאב אמאל געהערט אז די ניגון האט געמאכט דער קדושת ציון, קען דאס איינער באשטעטיגן ? ווערט דאס בכלל געזונגען אין באבוב ?

אפשר מעגליך איבער זינגען/שפילען אויף אן אופן מ'זאל קלאר'ער אויפכאפען די ניגון?
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:42 pm

@דוד משה איר מיינט די ניגון?

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:38 pm

דאס איז איינס פון די דריי ניגונים פונעם קדושת ציון אויף תנו שבח

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:56 pm

ריקוד האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:כהאב געפרעגט די שאלה אין א דערנעבנדיגע אשכול און נישט באקומען קיין תשובה, פרעג איך עס איבער דא:

כהאב אמאל געהערט אז די ניגון האט געמאכט דער קדושת ציון, קען דאס איינער באשטעטיגן ? ווערט דאס בכלל געזונגען אין באבוב ?

אפשר מעגליך איבער זינגען/שפילען אויף אן אופן מ'זאל קלאר'ער אויפכאפען די ניגון?


@דוד משה
דאס איז א גערער ניגון, וואס מאנכע זינגען עס אויף ברוך ק-ל עליון. נישט באבוב.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:19 pm

מומחה עצום האט געשריבן:@דוד משה איר מיינט די ניגון?

שמדריך האט געשריבן:דאס איז איינס פון די דריי ניגונים פונעם קדושת ציון אויף תנו שבח

דאס איז א ניגון פון ר' דוד שו"ב קלאגסבאלד (א באבוב'ער חסיד) - נישט פון די קדושת ציון זי"ע, נאר די קדשו"צ זי"ע האט איינגעפירט דאס צו זינגען/טאנץ'ן נאך'ן טיש מחמת מעשה שהי'.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:21 pm

ווערט די ניגון געזונגען ערגעץ אויף א טעיפ?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:30 pm

לכאורה רעדט נאטרוליסט פון דעם ניגון וואס איך מיין, וואו קען מען דאס הערן ?

מומחה עצום האט געשריבן:ווערט די ניגון געזונגען ערגעץ אויף א טעיפ?

https://www.dropbox.com/s/p91tn58cs2a2q ... v.mp3?dl=0
(לחיים הקפות טרעק 36 - מיט די צוגעלייגטע פאל)
איך רעד פון אן אנדערן ניגון.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:47 pm

ריקוד האט געשריבן:אפשר מעגליך איבער זינגען/שפילען אויף אן אופן מ'זאל קלאר'ער אויפכאפען די ניגון?

https://www.dropbox.com/s/s3wpav0tmpmay ... 9.mp3?dl=0

כיפת הירדן
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2015 5:10 am

תגובהדורך כיפת הירדן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:11 pm

איטשע האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?


איינס: שבת שקלים טיש ניגון, באזירט אויפ די ווערטער פון די יוצרות ביי מוסף ״אשכול איווי״, נתחבר ע״י הקדושת ציון, די חברה זינגען אבער אביסל פאלש.
צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.
דריי: איז מיר נישט באקאנט, ס׳איז נישט קיין באבובער ניגון.
פיר: אינו מבאבוב. נתחבר ע"י הרה"ק ר' שמואל אליהו מזוואלין זי"ע אביו של ה"דברי ישראל" ממאדז'יץ זי"ע
פינעף: א ניגון פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים, א ניגון א שטיק הארץ, פאסט אויף כל מקדש, הא׳ הפותח, וכל מאמינים.
זעקס: ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א טיש ניגון, פאסט פאר הא׳ הפותח , און ברוך ה׳ יום יום.
אהבתי: איז ר׳ יאסעלע מאנדלבוימ׳ס א קאמפאזיציע.

ס׳איז דא א ניגון אויף ׳רחם על ציון׳ פון דער דער רב ז״ל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 10 געסט