ביאגראפיע: ר' יאסעלע ראזענבלאט - דער מלך החזנים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

ביאגראפיע: ר' יאסעלע ראזענבלאט - דער מלך החזנים

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 11:46 am

א באלערנדע ארטיקל איבער די בייעגראפיע פונעם "מלך החזנים: וואס איך האב געשריבן עטליכע יאר צוריק אין אן היימישער אויסגאבע.


ר' יאסעלע ראזענבלאט ע"ה

אריינפיר
גאנצע לענדער זענען געגאנגען אויף רעדער צוליב אים. זיין נאמען האט צירקולירט פון איין עק וועלט ביז'ן אנדערן. זיין כח הנגינה האט ארויסגעפירט מיליאנען פון די גלייזן. אבער ווי מאדנע ס'הערט זיך, האט זיך דער העלד אליין געהאלטן פעלדזן-פעסט. ער איז ווייט נישט צעשטורעמט געווארן פון דעם גערויש וואס ער האט פאראורזאכט ארום זיך. עס איז געווען ווי מ'זאל אים נישט מיינען. די גרעסטע איבערראשונגען האבן אים נישט אוועקגערירט פונעם אייביגן חיות-קוואל.

בעת ער האט טאקע אויפגעטרייסלט לענדער און ימ'ען, האט ער אבער מיט א גבורה דקדושה איינגעצוימט זיין הארץ און מח, און טאקע זיי – זיינע גייסטיגע אברים – זענען עס געווען די איינציגסטע וואס האבן וואונדערליך זיך באהערשט דורכאויס דעם לאנגן איין-און פופציג-יאריגן שטורעם וואס האט זיך געטראגן אויפ'ן גאנצן כדור הארץ און אומעטום מיטגעברענגט מיט זיך א העכערן גייסט, א באווייז פאר דער וועלט אז "אין עוד מלבדו" - קיין שום ענטוזיאַסטישער מצב קען נישט אוועקשטופן אין דער זייט דעם אויבערשטנ'ס הייליגע געבאטן.

אט-דער פעלדזן-פעסטער געשטאלט וואס האט צעטראגן אויף דער וועלט דעם דרייסטן אויסרוף אז "אין עוד מלבדו" איז געווען דער וועלט-באוואוסטער חזן הרב ר' יאסעלע ראזענבלאט, וואס ער איז בארימט געווארן מיט'ן טיטל "מלך החזנים" און פאראייביגט געווארן אלס דער גרעסטער חזן מכל הדורות.

יאסעלע איז טאקע באטיטלט געווארן אלס מלך החזנים צוליב דעם וואס אין דעם געביט פון חזנות איז קיין נברא אין דער וועלט נישט צוגעקומען צו זיינע קנעכל. די גלאטע פנימ'ער האבן זיך פארשטעקט פאר בושה פאר די קענטענישן פון דעם וואונדער-חזן מיט דעם לאנגן צעשויבערטן בערדל וועלכער האט זיי אלעמען פארפאקט אין קעשענע. ווי וואונדערליך ס'זאל זיך נישט הערן, זיצן נאך היינט אלוועלטליכע פארשער און שטודירן די איינמאליגע ערשיינונג פון יאסעלע'ס מעכטיגער שטימע, וואס האט נישט קיין מענטשליכן הסבר.

אבער מער פון די גרויסע טיטלען וואס ער האט זיך דעראבערט אויפ'ן געביט פון חזנות, פאסט אים געוויס דער טיטל "צדיק החזנים", צוליב דעם וואס ער איז בייגעשטאנען יעדן נסיון וואס איז אים אונטערגעקומען. און נישט נאר האט ער אויסגעהאלטן די שווערסטע נסיונות, נאר פון נאטור אויס איז ער געווען א ג-טספארכטיגער מאן און דורכגעווייקטער חסיד, וואס האט נישט נאכגעלאזט קיין קוצו של יו"ד, אפילו ווען ער איז געשטאנען צענדליגער מעטער הויך אויף דער פּלאַטפאָרמע און הונדערטער טויזנטער פאַרערער האבן אים פייערליך אַפּלאָדירט.

א קורצע איבערבליק אויף יאסעלע'ס ביאגרפיע
י
אסעלע ראזענבלאט איז געבוירן געווארן אין יאר תרמ"ב, אין דער שטאט טשארטקאוו, די באקאנטע שטאט וואס די טשארטקאווער צדיקים האבן דארט געלעבט און געפירט זייער הייליגע הנהגה. ווען יאסעלע איז געווארן צוויי-דריי יאר אלט, האבן זיך שוין זיינע שטים-בענדער צעהילכט מיט א מתיקות'דיג קול, פול מיט חן און געגועים. אין עלטער פון בלויז פיר יאר, האט שוין יאסעלע פארגעשטעלט אן אויסטערליש בילד אין שטאטישן בית מדרש, שטייענדיג הינטער זיין פאטער, דער שליח ציבור און משורר, ווי א געלערנטער חזן. די מתפללים אין בית מדרש האבן געשטוינט פון דער זעלטענער ערשיינונג. א געבוירענער חזן! - האבן אלע געמוזט מודה זיין, ווייל קיין אנדער הסבר דערויף איז נישט געווען.

יאסעלע'ס טאטע, ר' רפאל, האט גענומען מיט זיך דעם קליינעם חזן איבעראל וואו ער איז נאר געפארן זיין א שליח ציבור. ער האט געשטעלט דעם קליינעם הינטער זיך וויסנדיג אז יאסעלע ווייסט וואס ער האט צו טון. אזוי ארום איז דער קליינער וואונדער-קינד יאסעלע געווארן אלץ מער באקאנט, און זיין נאמען האט זיך שוין געטראגן איבער שטעט און לענדער. דער קלימאקס פון יאסעלע'ס פרסום אין זיינע קינדער-יארן איז געווען ווען זיין טאטע איז אנגעקומען אינעם עיר ואם בישראל טשערנאוויץ צו דינען דארט אלס שליח ציבור אינעם גרויסן שטאטישן בית מדרש, און ווי זיין שטייגער האט ער מיט זיך גענומען זיין קליינעם יאסעלע. די גאסן אין טשערנאוויץ האבן געווירבלט מיט טויזנטער אידן וועלכע האבן געשטראמט צום שטאטישן בית מדרש וועלנדיג הערן דאס מתיקות'דיגע קול פון דעם באקאנטן וואונדער-קינד, וואס האט אלעמען פארכאפט.

דא אין טשערנאוויץ האט זיך יאסעלע דערהויבן צו א העכערן שטאפל, זייענדיג שוין נישט בלויז א משורר, נאר א רעכטער חזן פאר זיך. א שטילקייט האט געהערשט אין בית מדרש ווען יאסעלע'ס שטימע האט זיך צעזונגען. אלע האבן געפילט דעם אפטייטש פון די הייליגע תפילות, און דא און דארט האבן זיך אנגעזען הייסע טרערן וואס קייקלען זיך אראפ פון די פנימ'ער פון די מתפללים, אין וועמענ'ס הערצער עס האט זיך דערוועקט א לעכצעניש צום טאטן אין הימל. דער קליינער יאסעלע האט אלעמען אריינגעפירט אין א העכערער, געלייטערטער וועלט.

אזוי האט יאסעלע ארומגערייזט מיט זיין פאטער איבער'ן גאנצן אייראפעאישן באדן, וואו טויזנטער מענטשן האבן זיך געריסן צו הערן דאס בא'חנ'טע קול פונעם אויפקומענדן שטערן וואס האט אויפגעבליצט אויפ'ן האריזאנט פון דער חזנות-וועלט. אין אלע שטעט זענען די חזנים, טאטע און זון, אנטפאנגען געווארן דורך די ענטוזיאַסטישע מאסן וואס האבן זיך פארזאמלט צו הערן דאס וואונדערליכע חזנות פון דעם יונגן חזן.

פארברענגענדיג זיינע קינדערישע יארן אויף די וועגן און פרעמדע שטעט, האט זיין פאטער, ר' רפאל, באזארגט יאסעלע'ן מיט א פריוואטן מלמד, וואס איז מיט זיי מיטגעפארן, און באלד ווי מ'האט נאר פארלאזט א חזנות-צוזאמענקום, איז יאסעלע שוין געזעסן מיט'ן מלמד און פלייסיג געלערנט. אט-דער קלוגער שריט פון זיין ערליכן פאטער איז עס געווען וואס האט אויסגעשטאַלטיגט דעם שפעטערדיג-ערוואקסענעם יאסעלע אלס ג-טספארכטיגער איד. אבער נישט נאר פון דעם מלמד האט יאסעלע געלערנט דעם ערליכן אידישן וועג, נאר זעענדיג דעם האַס וואס זיין טאטע האט צו דער מאָדערניזאַציע און אומאיידעלע זינגערייען האט עס געהאט אויף אים א טיפע ווירקונג און אים באגלייט ביז'ן לעצטן אטעם.

אין זיין קינדהייט, האט יאסעלע עטליכע מאל בייגעוואוינט ווי זיין פאטער אנטלויפט מיט דער נשמה אין האנט פון נעאָלאָגישע בתי מדרשות, און מער ווי איינמאל האט ער מיטגעהאלטן ווי זיין פאטער ווייזט צוריק גוט-באצאלטע איינלאדונגען צו קומען אויפטרעטן ביי קאָנצערטן און מלוכה'שע באַלן, זאגנדיג דערביי, "מיין יאסעלע איז פאר'ן עמוד, וועט אויף אייביג פארבלייבן ביים עמוד." צוזעענדיג אזעלכע צוריקווייזונגען, איז שוין ווייט נישט קיין חידוש וויאזוי ס'האט געקענט אויסוואקסן אזא יאסעלע.

איינמאל, נאך אין זיינע קינדערשע יארן, ווען יאסעלע און זיין פאטער זענען געזעסן אויף דער באן וואס פירט קיין גארליץ, און דער הייליגער שינאווער רב זצ"ל איז אויך געפארן אויף דער זעלבער באן, האט זיך נאטירליך פארשפרייט דארט די ידיעה אז דער בארימטער וואונדער-קינד וואס רודערט-אויף גאנץ אייראפע געפינט זיך אויף דער באן. דער שינאווער רב האט באלד באפוילן צו ברענגען צו אים דאס קינד, און דער משמש וועלכער האט קוים באוויזן צוצוקומען צו אים האט גענומען יאסעלע אויפ'ן אקסל און אים געברענגט צו פירן צום שינאווער רב.

עס איז געווען א הערליך בילד צו זען ווי דער קליינער יאסעלע מיט זיינע קאשקעטעלע אויפ'ן קאפ און בא'חנ'טע בעקעלעך שטרעקט אויס די האנט פאר'ן שינאווער רב. "שלום עליכם, שינאווער צדיק!" האט זיין קינדערש קול זיך צעקלונגען, ווען דער רבי דערלאנגט אים זיינע הייליגע הענט מיט א ברייטן שמייכל. עס איז געווען קענטיג אויף זיין געטליך געזיכט אז ער האט גרויס הנאה צו זען פאר זיך דעם חסידישן וואונדער-קינד.

"ווי אזוי הייסטו?" האט דער שינאווער רב אים געשטעלט א פראגע. "יאסעלע," האט דער קליינער געענטפערט. דאן האט דער שינאווער צדיק זיך אנגערופן מיט פלא'דיגע ווערטער, זאגנדיג, "יאסעלע, יאסעלע! איך וועל האפן צו השם יתברך אז דו וועסט זיין א פרומער איד און דו וועסט מצליח זיין."

אינצווישן האט די באן זיך אפגעשטעלט און דער הייליגער שינאווער האט באפוילן יאסעלע'ן אויסצושטייגן און אריינקומען אין זיין פור. דאס געדראנג פון פילע הונדערטער צו כאפן א בליק אויפ'ן צדיק איז געווען אזוי גרויס אז יאסעלע'ן האט מען געדארפט אריינלאזן אין פור דורכ'ן פענסטער.

דער צדיק האט אנגענומען יאסעלע ביי דער האנט און אים געזעצט נעבן זיך. נאך עטליכע מינוט שמועסן מיט'ן קינד האט דער שינאווער זיך געוואשן די הענט צו המוציא און ער האט פארבעטן דעם קליינעם אויך אזוי צו טון. אינמיטן דער סעודה האט דער צדיק זיך געוואנדן צום קליינעם חזן און אים געבעטן אראפצולייגן פאר אים א חזנות–שטיקל. האט זיך יאסעלע אויפגעשטעלט אויפ'ן זיץ און מיט אן אויסערגעווענליכן מתיקות זיך גענומען זינגען "שיר המעלות". דאן האט דער עולם אויפגעפאסט אז דעם צדיק'ס צורה האט זיך שטארק פארענדערט. ער איז אריין אין א שטארקן דביקות, ווען זיינע אויגן זענען פארשלאסן, זיין געזיכט קנייטשט זיך לויט די טענער פונעם ניגון און פון צייט צו צייט לאזט ער ארויס א טיפן קרעכץ.

ווען דער קליינער איז צוגעקומען צו די ווערטער "שובה השם", האט א הויך געוויין זיך ארויסגעריסן פונעם צדיק'ס לויטערן הארץ. די חסידים ארום האבן געשטוינט פון דער סצענע. זעלטן ווען זיי האבן מיטגעהאלטן אזא בילד, און ווי פארשטענדליך זענען די ארומיגע מיטגעריסן געווארן מיט'ן רבי'נס געוויין.
ווען יאסעלע האט פארענדיגט דאס זינגען, האט דער הייליגער שינאווער רב אים אנגעכאפט מיט א ליבליכקייט ביי די בעקעלעך און אים געפרעגט דעם באדייט פארוואס ער האט אויסגעקליבן דווקא דעם "שיר המעלות" וואס איז א שבת'דיגער און יום-טוב'דיגער זמר. יאסעלע, מיט זיין הומאָריסטישן כאראקטער, האט געענטפערט דעם שינאווער רב: "רבי, ווען איר זענט מיט אונז, איז עס א גרויסער יו"ט."
א שטיל געלעכטער האט זיך פארשפרייט צווישן אלעמען אין דער פור, און עס איז געווען קענטיג אויפ'ן רבי'נס געזיכט אז דער ענטפער איז אים געפעלן געווארן. דאן האט דער צדיק אנגענומען יאסעלע ביי די הענטעלעך און מיט א ווארעמקייט אים געזאגט: "איך בין זיכער אז דו וועסט מרעיש עולמות זיין, אבער דער עיקר איז אז דו זאלסט בלייבן אן ערליכער איד, און איך זע קלאר אז די וועלט וועט קלינגען מיט דיר." נאך אזעלכע אפענע ווערטער איז נישט קיין וואונדער וואס יאסעלע האט מיט זיין נגינה געשאקלט וועלטן.

אזוי זענען אריבער זיינע קינדערשע יארן ביז צו דער בר-מצוה, ווען ער איז געשטיגן נאך העכער אויף זיין גאלדענער קאריערע און האט אנגעהויבן זיך "שטעלן צום ברעטל" און דינען אלס שליח ציבור, בשעת הינטער אים שטייען עלטערע משוררים און כאפן אונטער זיינע תנועות. עס איז געווען א קאמיש בילד צו זען ווי די עלטערע משוררים "באדינען" דעם קליינעם קוים-בר-מצוה געווארענעם יאסעלע.
און דאן, אז יאסעלע איז שוין געווען אונטער'ן עול המצוות און איז שוין געווען ערלויבט צו דאוונען פאר'ן עמוד, האט זיך זיין לעבן דראסטיש געביטן. עס האבן אנגעהויבן קומען צו אים בריוו פון אלע מדינות אין אייראפע, און אפילו די ווייטע אמעריקע האט אויסגעשטרעקט א האנט איבער'ן אוקיינוס און טעלעגראַמירט יאסעלע'ן מיט א ווארעמען רוף צו קומען אהין פארנעמען א חזנישן פאסטן.

ווי פארשטענדליך, האבן די שיין-קלינגענדיגע חניפה-טענער פון דער פאלשער אמעריקע אינגאנצן נישט ארויסגערופן ביי יאסעלע'ן קיין התפעלות, וויסנדיג אז א רייזע קיין אמעריקע איז ווי א רייזע צום שאול תחתית. אויך אין אייראפע אליין זענען נישט אלע אנבאטן אים געווען צום הארצן. אבער דארט וואו ער האט יא אויפגעטרעטן האט ער מיט זיין חזנישן טאלאנט צענומען די הערצער, און אומעטום וואו ער האט זיך נאר באוויזן האבן ארום אים זיך געקלאמערט די גרויסע מבינים פון שטאט וואס האבן געוואלט שמועסן מיט אים אין חזנות. אידן דערציילן מיט וואונדער וואס זיי געדענקען נאך, ווי עלטערע חזנים האבן זיך פארגעשטעלט פאר'ן יונגן בחור יאסעלע און ער האט זיי אלעמען העפליך צופרידנגעשטעלט מיט'ן זיי שענקען קאמפלימענטן און געבן עצות ווי אזוי צו אנטוויקלען זייערע פעאיגקייטן.

אין פארלויף פון זיינע בחור'ישע יארן, האט יאסעלע זיך פון צייט צו צייט "ארויסגעשווארצט" פון זיין רוטין און געלאזט אין וועג אריין צו זיין גרויסן רבי'ן אין טשארטקאוו, וואו ער האט זיך געווארעמט אין זיין הייליגן שאטן. יאסעלע האט ביי אט-די באזוכן זיך אנגעשעפט מיט פולע עמערס רוחניות צו קענען איבערקומען די גשמיות'דיגע שטרויכלונגען אין וועג. ביי איינער אזא נסיעה קיין טשארטקאוו, האט מען פארבעטן יאסעלע זיך צו שטעלן צום עמוד. יאסעלע האט זיך צוגעשטעלט, און פון זיין מויל האבן זיך באלד גענומען גיסן הארציגע מעלאָדיעס ווי גינגאלד וואס האבן אויפגערודערט אלעמענ'ס הערצער. באזונדערס האט דאס דאוונען באנומען דעם הייליגן צדיק רבי דוד משה מטשארטקוב זי"ע, אויף אזוי ווייט אז ווי-נאר יאסעלע האט פארענדיגט "ושמו אחד" נאך "עלינו", האט זיך דער צדיק אנגערופן הויך אויפ'ן קול: "איך בין בטוח ביי זיך אז דער יונגער חזן וועט נאך זיין א גדול בישראל."

אויף אזוינע אפענע רייד, אז דער רבי זאל זאגן בפני כל עם ועדה אזעלכע קלארע עתידות-ווערטער, האט זיך קיינער נישט געראכטן. און ווי פארשטענדליך, האבן ביי יאסעלע'ן אין הארץ גענומען שטראמען התרגשות-געפילן, אזוי ווייט אז ער האט זיך אנגערופן צום צדיק: "הייליגער רבי! איך בין גרייט צו פארבלייבן דא אין טשארטקאוו און דינען אלס שטענדיגער חזן." אבער דער ענטפער פונעם הייליגן טשארטקאווער האט אלעמען אנטוישט. דער רבי האט אפגעווארפן יאסעלע'ס אנבאט, זאגנדיג: "ניין, יאסל. איך האלט אז אזא איינעם, מיט אזא הימלישער מתנה, קומט אז ער זאל ארומפארן אין די גרויסע שטעט, דערנענטערן אידן צום פאטער אין הימל. דא אין דעם קליינעם בית מדרש," האט דער צדיק ווייטער געזאגט, "ווארט אויף דיר נישט קיין גרויס גדלות. דעריבער, טייערער יאסעלע, לאז זיך ווייטער אין וועג אריין פון איין שטאט צו דער אנדערער, און וויסן זאלסטו אז דו וועסט נאך שאקלען די וועלט און איר טון פיל גוטס. געדענק יאסעלע," האט דער צדיק אויסגעפירט. "דו וועסט האבן אן אויסערגעווענליכע הצלחה."
הערנדיג די רייד פון רבי'ן האט יאסעלע מער נישט געהאט קיין ספק אין דעם וואס עס איז זיין אויפגאבע אויף דער וועלט. באלד מוצאי שבת האט ער זיך אפגעזעגנט ביי זיין באליבטן רבי'ן און זיך געלאזט ווייטער איבער די אייראפעאישע וועגן.

ארום דעם עלטער פון זעכצן-זיבעצן יאר, האט יאסעלע פארפאסט זיין ערשטע קאמפאזיציע. אבער ער האט זיך נישט סתם געזעצט קאָמפּאָנירן, נאר ווען זיינע התרגשות-געפילן האבן זיך איבערגעגאסן, האט זיך נאטירליך ארויסגעכאפט ביי אים נאך א טיפע תנועה, וואס האט מיט'ן זעלבן שטראם אריינגעדרונגען טיף אין הארצן פון די וואס האבן עס געהערט.
אין יאר תר"ס האט יאסעלע חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' יודל קויפמאן, א פייערדיגער באבעווער חסיד, אין עלטער פון אכצן יאר. ווי פארשטענדליך, איז געקומען דערמיט אן ענדע צו די אלע רייזעס. יעצט האט יאסעלע געזוכט א קביעות'דיגע שטעלע ביים עמוד, און ער איז דערביי אריבער עטליכע אנטוישונגען, וואס מיר וועלן זיך דא נישט אריינלאזן דערין, און דאן איז ער ענדליך אנגענומען געווארן אלס שטענדיגער שליח ציבור אינעם עיר ואם בישראל מונקאטש. דאס השתלשלות, ווי אזוי ער איז אנגענומען געווארן צו דעם פאסטן, איז פארבונדן מיט אינטערעסאנטע פאקטן, אויף וועלכע מיר וועלן זיך דא נישט אפשטעלן.

אין טאג כ"ח אלול תרס"א, האט זיך יאסעלע אריבערגעצויגן פון מונקאטש צו דער עיר התורה פרעשבורג צו זיין דארט דער שליח ציבור, און אין די קומענדיגע יארן איז יאסעלע אריבער צו נאך עטליכע שטעט וואס האבן אים פארגעשלאגן העכערע געהאלטן. ווען דער דרוק פון דער ווייטער אמעריקע האט נישט נאכגעלאזט, האט יאסעלע, אויפ'ן ראט פון זיינע רבי'ס, זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין אמעריקע. זיין אנקום צו די פאראייניגטע שטאטן האט אויפגערודערט דאס לאנד, אויף אזוי ווייט אז ביי איינעם פון זיינע ערשטע אויפטריטן אין אמעריקע האבן זיך, לויט די אפשאצונגען, באטייליגט אריבער צוויי הונדערט טויזנט מענטשן, וואס דאס איז געווען א אויסטערלישע ערשיינונג אין יענע צייטן.
(די געשיכטע פון יאסעלע ראזענבלאט'ס לעבן אין אמעריקע איז גאר רייך, פול מיט כבוד און פאראד, און האפנטליך ביי א קומענדיגער געלעגנהייט וועלן מיר זיך אפשטעלן אויספירליך אויף זיין פולער ביאגראפיע.)

יאסעלע איז טאקע געווען א פריש-געקומענער אורח קיין אמעריקע, אבער ווי-נאר ער האט באטראטן די ברעגעס פון די פאראייניגטע שטאטן האט ער איר באלד איינגענומען. אלע אמעריקאנער צייטשריפטן האבן זיך באצויגן צו אים ווי אן אויטאָריטעט, און נישט ווי קיין פריש-אויפגעקומענעם חזן. אייניגע וואכן נאך זיין אנקום אין דעם לאנד פון גייסטיגע נסיונות, איז יאסעלע אויפגענומען געווארן אלס שליח ציבור אינעם גרויסן בית מדרש פון "קהל אוהב צדק אנשי אונגארן" אין מאנהעטן (וואס שטייט נאך היינט צו-טאגס הארט פאר דער וויליאמסבורג בריק). זיין ערשטע תפילה ביים עמוד האט באלד ווי צו נישט געמאכט אלע פריערדיגע וועלטס-חזנים וואס האבן אין דער פארגאנגענהייט דארט געדינט אלס חזן. די קומענדיגע וואך האט זיך "קהל אוהב צדק" פארגרעסערט צוליב דעם גרויסן המון וואס האט געגאַרט צו הערן יאסעלע'ס הארציגע תפילות.

אזוי האט יאסעלע געשטעלט אין שאטן די גרויסע אמעריקאנער חזנים און איז געווארן דער סאמע בארימטסטער חזן אין דער אלגעמיינער עולם הנגינה. פון אלע עקן אמעריקע האט מען זיך געבעטן ביי אים צו קומען אהין כאטש פאר איין תפילה, אדער פאר אן אויפטריט, און וואו ער איז נאר ערשינען האבן קאָרעספּאָדענטן פון פילע צייטונגען אים נאכגעפאלגט מיט אינטערעס.

אין יאר תרפ"ב איז יאסעלע אפגעפארן אויף א באזוך צו זיין אלטער היים און פארבענקטער קינדערישער געזעלשאפט אין אייראפע. זיין אנקום קיין אייראפע האט אנגעצונדן די הערצער אפילו פון שטאלצע מלוכה-פירער וואס האבן פארלאנגט פון אים צו קומען אויפטרעטן אין זייערע פאלאצן. אין אייראפע האט יאסעלע באזוכט אין אכט לענדער, און עס זענען פארגעקומען דארט גרויסע פארזאמלונגען אין שפיץ פונעם מלך החזנים. אויך האט יאסעלע זיכער געמאכט ארומצורייזן צו די קדושי עליון, די חסידישע רביים וואו ער האט זיך געפראוועט און זיי מהנה געווען מיט חזנות-שטיקלעך.

נאכ'ן וויילן א שטיק צייט אין אייראפע האט יאסעלע זיך צוריקגעקערט קיין אמעריקע, צו דער פרייד פונעם אמעריקאנער אידנטום. אין די קומענדע יארן איז אבער יאסעלע ליידער אריינגעפאלן אין שווערע חובות, צוליב א קאָנטראָווערסאַלן אפמאך וואס ער האט געשלאסן מיט א גרופע געלט-גייציגע פארשוינען, וואס האבן אים פארפירט אין א טיפן פלאנטער אריין. צוליב דעם האט יאסעלע זיך אפגעזאגט פון זיין קביעות'דיגער שטעלע און זיך באפרייט פון דער צוגעבונדנקייט צו דער קהילה. אזוי ארום האט ער געקענט אן קיין שום דריק ארגאניזירן וויפיל אויפטריטן ער האט נאר געוואלט, און די פארדינסטן דערפון זענען געווען פיל מער ווי דאס געהאלט וואס ער האט באקומען זייענדיג צוגעבונדן צו א קהילה. נאך א שטיק צייט פון פילע אויפטריטן האט יאסעלע, מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף, זיך ארויסגעזען פון זיין שווערן מצב און האט צוריק אפגעצאלט זיינע שווערע חובות.

אין יאר תרפ"ח האט יאסעלע ווידער זיך געלאזט אין וועג קיין אייראפע, און דער צווייטער באזוך איז געווען נאך פיל מער דערפאלגרייך ווי דאס פריערדיגע מאל. עטליכע וואכן שפעטער האט יאסעלע זיך צוריקגעקערט אהיים קיין אמעריקע, אבער נישט לאנג דערנאך האט אין אמעריקע אויסגעבראכן דער גרויסער עקאָנאָמישער קריזיס באקאנט אלס די "גרויסע דעפּרעסיע", ווען פיל גרויסע ביזנעסלייט האבן זיך פלוצלינג דערזען קלעטערן ביי די מיסט-קאסטנס נאך א שטיקל ברויט.

פאר יאסעלע האט די שווערע עקאָנאָמישע לאגע אויך שטארק געשאט, צוליב דעם וואס אין אזא צייט וואס ברויט צום עסן איז געווען א מציאה, איז דאך געווען אפגערעדט פון זיך לאזן קאסטן פאר א חזנ'ישן אויפטריט. נישט האבנדיג קיין אויפטריט-געלעגנהייטן, האט יאסעלע אפירגעזוכט א בית מדרש צו האבן דארט א שטענדיגע חזן-שטעלע, און נאך עטליכע חדשים איז יאסעלע אויפגענומען געווארן אלס קביעות'דיגער חזן אינעם ספרדישן בית מדרש אין בארא פארק (וואס שטייט נאך היינט קעגנאיבער דעם באבעווער בית מדרש), און כאטש עס איז געווען ווייט נישט פאר'ן געהאלט ווי אין דער צייט פון א געזונטער עקאנאמיע, אבער ווען ברויט איז א יקר המציאות איז אזא געהאלט אויך געווען א רייכטום. אין די קומענדיגע עטליכע יאר איז יאסעלע אריבער צו עטליכע שטעלעס וואס האבן אים צוגעזאגט העכערע געהאלטן ווי די פריערדיגע. אויך האבן די גאר-רייכע זיך נאך ערלויבט פון צייט צו צייט צו הערן יאסעלע, אויסגעבנדיג דערפאר זייערע אפגעשפארטע–געלטער, אזוי אז בדוחק איז יאסעלע דורכגעשוואומען די שווערע צייטן.

אבער אין יאר תרצ"ב איז דער פינאנציעלער מצב אין אמעריקע געקומען צו די נידעריגסטע שטאפלען אין דער היסטאריע, און אפילו קלינגעדיגע מטבעות זענען געווארן א טייער ארטיקל. נאטירליך, איז יאסעלע דעמאלט געבליבן ממש בעירום ובחוסר כל, אן קיין פרנסה, און א דערדריקנדער מצב האט אים באהערשט און אים דערגאנגען ביז'ן טיפעניש פון הארץ.
אין תרצ"ג האט זיך די לאגע עטוואס פארבעסערט, אבער ווייט נישט צוריק ווי אין די גוטע עקאנאמישע צייטן. כ"ו אדר פון יענעם יאר האט יאסעלע זיך ארויסגעלאזט אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, דאס הייליגע לאנד וואס כל ימיו האט ער געשטרעבט איר צו באטרעטן. וועגן זיין באזוך אינעם לאנד פון די אבות, וואס איז געווען באגלייט מיט אומנאטירליכע עפיזאדן וואס האבן אויפגעשאקלט די גאנצע ארץ-ישראל'דיגע באפעלקערונג, פאדערט זיך א באזונדער קאפיטל.

כ"ב סיון, נאכ'ן וויילן צוויי חדשים אין ארץ ישראל, האט יאסעלע באזוכט אין די געגנטן פון ארץ יהודה, וואס דאס איז געווען זיין לעצטע רייזע אין עולם הזה. אנקומענדיג צום קבר פון רחל אמנו, האט יאסעלע געעפנט זיינע טיפע הארץ-קעמערלעך. זיין גאנצער ווייטאג איז ארויפגעקומען צום אויבערפלאך, און זעענדיג דעם הייליגן מקום מנוחה פון מאמע רחל, האט ער א צעשטורעמטער זיך ארויפגעווארפן אויפ'ן קבר, אויסגיסנדיג זיין הארץ מיט א שרעקליך געוויין. אזוי וויינענדיג האט זיך פון זיין צעבראכן נפש ארויסגעריסן דער הארצרייסנדער ניגון פון "קול ברמה", וואס איז בכלל פול מיט רגש און געגועים, אבער שטייענדיג ביים קבר פון רחל אמנו האט עס אנגענומען נאך א טיפערן באדייט, און יאסעלע האט עס געזונגען מיט א פאר'חלומ'ט-העכערן קול. מ'האט געזען בחוש ווי ער שוועבט אין א צווייטן פלאנעט. דאן האט פון אים ארויסגעהילכט אן איבערמענטשליכער "קאפ-שטיק" מיט א שטימע פון א צעבראכן, אויפגערודערט הארץ. ערשט נאך א האלבע שעה איז יאסעלע צוריק צו זיין געווענליכן קול, ווען אויף זיין פנים האט זיך דערקענט אז מיט אט-דעם שטורעמדיגן ניגון האט ער זיך שוין איבערגעגעבן צו די אויבערשטע וועלטן. זיין געזיכט האט שוין באקומען א הימליש אויסזען, ווי נישט פון דער וועלט.

נאכ'ן וויילן ביים קבר פון רחל אמנו איז יאסעלע צוגעפארן צו די קברי האבות אין חברון, און נאכ'ן זינגען דארט עטליכע מזמורים איז ער געפארן ווייטער קיין יריחו צום ים המלח און צום ירדן. דארט האט ער פאָרגעזונגען זיין באקאנטע קאמפאזיציע אויף "מה לך הים". דערנאך איז יאסעלע צוגעגאנגען צום ים המלח זיך טובל זיין, אבער ארויסקומענדיג האט ער זיך באקלאגט צו זיינע באגלייטער אויף שטארקן קאפוויי. מען האט יאסעלע'ן גיך צוריקגעפירט צו זיין אכסניא קיין ירושלים, און נאך אייניגע מינוט איז שוין געשטאנען א דאקטער איבער אים פרובירנדיג צו דערטאפן די אורזאך פון זיין שרעקליכער שוואכקייט. עטליכע מינוט שפעטער האט דער דאקטער דערקלערט אז יאסעלע האט געליטן א שווערע הארץ-אטאקע, און נאך געציילטע שעות האט דער מלך החזנים, וואס האט מקדש שם שמים געווען פון איין עק וועלט ביז דער צווייטער, פארמאכט זיינע אויגן אויף שטענדיג. ער האט פארלאזט די וועלט אין יונגן עלטער פון בלויז איין-און-פופציג יאר.

די פלוצימ'דיגע פטירה פון דעם גרויסן וועלט-חזן האט אויפגעטרייסלט די גאנצע וועלט בכלל און די אידישע באפעלקערונג בפרט. אין די טעגליכע צייטונגען זענען ערשינען טרויעריגע קעפלעך וואס האבן באוויינט דעם אומגעהויערן חלל וואס האט זיך געשאפן מיט זיין פטירה. אין ירושלים האבן די גדולי ישראל פארארדנט ביטול מלאכה בעת יאסעלע'ס לוויה, און טויזנטער אידן האבן באגלייט יאסעלע'ן צו זיין אייביגער רו, אפגעבנדיג אים דעם לעצטן כבוד וואס ער האט זיך ערליך פארדינט. יאסעלע'ס לוויה איז געשאצט געווארן אויף איינער פון די גרעסטע לוויות אין יענע טעג. ת.נ.צ.ב.ה.

זיין ערליכקייט

יאסעלע איז טאקע געווען דער סאמע שפיץ אין עולם הנגינה, אבער ער האט נישט פארקויפט דערפאר זיין אידישקייט. און נישט נאר האט ער נישט אויפגעגעבן זיין ערליך-אידישן לעבנס-שטייגער, נאר ער האט זיך געהאלטן פעסט און נישט מוותר געווען אויף א קוצו של יו"ד. עס איז צום באוואונדערן, ווי א מענטש וואס איז געשטאנען אויף אזא הויכער פּלאַטפאָרמע האט זיך קיין וואקל נישט געגעבן.
זיין ריזיגע יארמולקע איז מיט קיין צענטימעטער נישט איינגעשרומפן צוליב זיין פאפולאריטעט. קיין שפיץ פון הלכה אדער מנהג איז נישט פארענדערט געווארן צוליב זיין ארעמען מצב. און דאס איז נישט פארגעקומען אין אייראפע וואו אידישקייט האט געשפרודלט, נאר אין דער טריפה'נער אמעריקע, דאס לאנד וואס האט אלס הכנה איר צו באטרעטן שוין געפאדערט ביי פיל איבערצולאזן ר"ל טלית און תפילין פאר די פיש אין וואסער.
אינעם לאנד וואו מ'האט אראפגעקוקט אויף יעדער אידישער אויפפירונג, אט דא האט יאסעלע מיט אן עזות דקדושה געפיפן אויף אלע אויפגעקלערטע אנשויאונגען. אין דער טריפה'נער מדינה וואו רוב רובם פון די אידישע אימיגראנטן האבן ליידער געטרעטן אויף די מצוות פון דער תורה מיט אן אומגעהויערער גרינגשעצונג, האט זיך ארומגעדרייט א חסידישער איד מיט א "ביבער הוט" און א לאנגן רעקל, וואס דערין איז געווען איינגעהילט די געשטאלט פון א ג-טספארכטיגער מאן וואס האט געלאכט פון זיינע אלע אפלאכערס. אט אויף דער פארדארבענער ערד וואו מ'האט געצאפט דאס בלוט פון גדולי עולם צוליב זייער ערליכקייט, טאקע אויף דעם זעלבן באדן האט זיך ארומגעדרייט דער וועלטס-חזן יאסעלע מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ וואס האט זיגרייך געוויזן פאר'ן גאנצן אמעריקאנער אידנטום אז מיט'ן בלייבן מיט בארד און פאות דערלייגט מען נישט קיין זאך, און אז א גלאט פנים איז נישט דווקא דער אויסשליסליכער רעצעפט פאר סוקסעס.
מיט זיין אנקום קיין אמעריקע, האט יאסעלע זיך פעסט אנגעהאלטן אין תורה'דיגן וועג און באשלאסן ביי זיך נישט נאכצוגעבן קיין טראפ פון זיין ערליכן שטייגער. חוץ דעם וואס ווי פריער דערמאנט, איז אמעריקע געווען א מדבר שממה אויפ'ן געביט פון אידישקייט, זענען פאר אזא וועלט-שטערן ווי יאסעלע די נסיונות געווען פיל שווערער. מה-דאך פאר'ן "עמך"-איד איז דאס קומען קיין אמעריקע געווען כמעט ווי א זיכערע טיר צו הפקרות און פריקת עול, איז א קל-וחומר אז פאר א גרויסער פערזענליכקייט און קינסטלער האט עס געמיינט א פיל-גרעסערע אויסזיכט אז ביז אייניגע שטונדן זאל זיך ח"ו נישט אנזען אויף אים אז ער איז א איד, אזוי ווי עס האט ליידער פאסירט מיט אלע דעמאלטיגע חזנים.

א באזונדערס ווייטאגליכע פרשה איז געווען די געשעעניש מיט איינעם פון די דעמאלטיגע גרויסע חזנים וואס איז געווען א גאר ערליכער איד, בא'חנ'ט מיט א וואַזשנער בארד, אבער ווי-נאר ער האט זיך באקענט מיט דער אמעריקאנער קולטור איז פארשוואונדן פון אים דאס הדרת פנים. און דאס איז שוין געווען ביי אזא איינעם וואס איז ווייט נישט צוגעקומען צו יאסעלע'ס קנעכל אין חזנות, אבער ער האט זיך נישט געקענט ספּראַווען מיט'ן אמעריקאנער שטראם וואס האט אים פארכאפט. (למען האמת, איז דער דערמאנטער חזן אין פארגלייך מיט דער אמעריקאנער גאס נאך געווען גאנץ אן ערליכער, אבער נישט קיין פארגלייך צו זיין פארגאנגענהייט.) היינט, לאמיר זיך שוין פארשטעלן די געוואלדיגע נסיונות וואס האבן ערווארט אזא ריז מיט א גרויסן פּאָטענציאַל ווי יאסעלע.

אבער וואונדער איבער וואונדער! יאסעלע האט זיך נישט אונטערגעגעבן צו דער קאלטער ווירקליכקייט, און ער האט באוויזן צו טוישן די ביז-דעמאלטיגע פאקטן. ער האט געוויזן פאר דער וועלט אז אידישקייט איז נישט קיין צופאל, נאר א זאך וואס בלייבט און עקזיסטירט אויף אייביג, און קיינער קען זיך מיט איר נישט פארמעסטן. דער לעגענדאַרער חזן האט אויסגעקליבן צו בלייבן געטריי דעם הייליגן בורא, ווי איידער זיך צו דערווייטערן פון זיינע ווארצלען. א תפילה צום הייליגן באשעפער איז ביי יאסעלע'ן געווען פיל וויכטיגער ווי א שמועס מיט א וועלטס-קאמפאזיטאר.

אזוי, צום ביישפיל, האט אמאל פאסירט אז יאסעלע האט געהאט א באגעגעניש מיט איינעם פון די וועלט-בארימטע קאמפאזיטארן, און נאטירליך האט יאסעלע זיך מיט אים טיף פארשמועסט. אזוי שמועסנדיג, האבן זיי זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אין די רוישיגע ניו-יארקע גאסן, ווען פון אלע זייטן שושקען זיך מענטשן הינטער זייערע רוקנס. עס איז געווען א היפש-זעלטן בילד צו זען ווי צוויי אזעלכע פערזענליכקייטן שפאצירן אינאיינעם אין די גאסן. אינצווישן האט די זון געענדיגט איר טעגליכע אויפגאבע און זיך ארונטערגעלאזט צום אנדערן האלב הימל-קיילעך.

דער קאמפאזיטאר האט אינגאנצן נישט געלייגט קיין געוויכט אויפ'ן זון-אונטערגאנג. וואס האט ער דען מיט דער זונ'ס נעלם ווערן? ער האט אבער אויפגעפאסט אז צוזאמען מיט'ן זון-אונטערגאנג איז פארשוואונדן אויך יאסעלע'ס רואיגקייט, וואס אויף זיין פנים האבן זיך באוויזן נערוועזע מינעס. ער האט געזען קלאר אז יאסעלע'ס געדאנקען זענען מער נישט ביים שמועס. יאסעלע האט געבליקט אהער, געבליקט אהין, און ס'האט אויסגעזען ווי ער זוכט עפעס א מיליאן דאלאר'דיגן חפץ וואס האט זיך אים פארלוירן. פלוצלינג איז יאסעלע אריינגעלאפן אין א זייטיג געשעפט און ער האט געשריגן צום קאמפאזיטאר אז ער מוז דרינגנד אריינגיין דארט אין געשעפט.

אריינקומענדיג אין געשעפט א פארסאָפּעטער, האט יאסעלע באלד געכאפט דאס טעלעפאן-טרייבל און צוגעדריקט צום אויער, ווי ער דארף האבן א גאר וויכטיגן שמועס. דער קאמפאזיטאר איז דערווייל געבליבן אינדרויסן ווארטן אויף יאסעלע'ן. ווען ס'זענען אריבער פינף-צען מינוט און יאסעלע איז נאכנישט צוריקגעקומען, איז דער קאמפאזיטאר געווארן אומגעדולדיג. ער איז אריין אין געשעפט זען וואס יאסעלע פארזוימט זיך אזוי לאנג, און אריינקומענדיג האט ער דערזען דארט יאסעלע'ן שטיין ביים טעלעפאן מיט פארמאכטע אויגן, ווען אויף זיין געזיכט איז קענטיג אז ער איז פארטון אין א גאר ערנסטן ענין. ס'האט אים אויסגעזען ווי יאסעלע איז שטארק צעהיצט, שאקלט זיך האסטיג און הערט נישט אויף זידלען אין טעלעפאן.

נאך עטליכע מינוט האט יאסעלע אויסגעטרעטן שמונה עשרה און געזען ווי דער קאמפאזיטאר שטייט פונדערווייטנס און ווארט שוין אומגעדולדיג. מיט וואונדער האט ער געפרעגט יאסעלע'ן דעם באדייט פון דעם לאנגן און היציגן טעלעפאן-געשפרעך. יאסעלע האט זיך מיט שטאלץ אנגערופן און אים געזאגט: "איך בין אן ערליכער איד, און מיר דאוונען יעדע פארנאכט א תפלה וואס רופט זיך 'מנחה'. וואו האב איך דען געקענט געפינען א בעסערע ארט זיך צו שטעלן דאוונען, ווי ביים טעלעפאן." דערנאך האבן זיי ווייטער רואיג פארברענגט. יאסעלע איז שוין געווען געדולדיג. ער האט שוין ערלעדיגט וואס ער האט געדארפט.
אזוי האט יאסעלע זיך פאר קיין זאך נישט אפגעשטעלט ווען ס'איז געקומען צו עבודת הבורא. אבער נישט נאר אזוינס ווי תפלת מנחה האט יאסעלע נישט דורכגעלאזט, נאר אפילו ווען עס איז געקומען צו א מנהג האט ער אויך נישט נאכגעגעבן, נישט קיין חילוק אין וואספארא אומשטענדן. אזוי האט אמאל פאסירט אז יאסעלע איז אפגעפארן קיין פעטערסאן, ניו דזשערזי, צו דינען אלס שליח ציבור אין ארטיגן בית מדרש. שבת צופרי, אכט אזייגער, איז געקומען דער זמן תפלה, אבער יאסעלע איז נישטא. די יעקישע קהילה האט נישט טאלערירט אזוינע פארשפעטיגונגען, אבער יאסעלע'ס טאלאנטן האבן זיי ווי געפאנגען און זיי האבן בשום-אופן נישט געוואלט צושיקן א צווייטן פאר'ן עמוד. ס'איז זיי געווען טייערער צו הערן יאסעלע'ס הארציגע תפילות ווי איידער אנהאלטן זייער יעקישע פינקטליכקייט.

ס'איז אריבער פופצן מינוט, א האלבע שעה, און יאסעלע באווייזט זיך אלץ נישט. די גבאים זענען אריבערגעלאפן צו יאסעלע'ס אכסניא און אים נישט געפונען דארט. צעקאכטע זענען זיי צוריקגעלאפן אין בית מדרש זען צי יאסעלע איז שוין אפשר אפירגעקומען, אבער אנקומענדיג האבן זיי בלויז געזען ווי דער עולם זיצט אומגעדולדיג און זידלט אין דער וועלט אריין. ווען יאסעלע איז נאך אלץ נישט אפירגעקומען האבן זיי געוואלט זיך א לאז טון איבער די שטאטישע גאסן, זען וואו דער חזן איז אהינגעקומען. אבער דאן האט מען פונדערווייטנס געזען ווי א איד מיט צעפלויגענע אראפגעלאזטע פאות און אן אויסגעשפרייטער בארד קומט צו לויפן מיט דער נשמה אין האנט. קומענדיג נענטער האבן זיי דערקענט אז דאס איז נישט קיין אנדערער ווי חזן יאסעלע.

מיט אן איילעניש איז יאסעלע אריינגעקומען אין בית מדרש און זיך גלייך געשטעלט צום עמוד. די גבאים זענען גיך צוגעלאפן אפירהאלטן יאסעלע'ן אויף דער אומדערהערטער פארשפעטיגונג, אבער יאסעלע האט זיי געענטפערט מיט זיין חסידישן אקציענט, בזה הלשון: "מיר פירן זיך פון שטענדיג אן נישט צו שטעלן זיך דאוונען איידער מען גייט פריער אין וואסער; און נישט קיין חילוק וואו מיר זענען, וועלן מיר זיך שטענדיג האלטן ביי דעם." זעט אויס, אז דארט אין פעטערסטאן איז א מקוה צו טרעפן געווען א יקר המציאות, האט יאסעלע געדארפט גיין גאר ווייט צו טרעפן א מקוה.

און דאס איז געווען נישט נאר ווען ער האט געדאוונט פאר א קלענערן ציבור, נאר אויך ביים אויפטרעטן פאר א פארזאמלונג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן האט ער נישט באהאלטן זיין חסידישן ברען. ווי עס דערציילט א איד אן אינטערעסאנטע סצענע וואס ער האט מיטגעהאלטן איין יאר סליחות. די גאסן ארום דער "אוהב צדק" שול זענען געווען איבערפולט מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלכע האבן געוואלט הערן יאסעלע'ס סליחות, און פילע האבן זיך געריסן אריינצוגיין אינעם בית מדרש, אבער דאס איז געווען ערלויבט נאר פאר די וואס האבן געהאט א בילעט אלס קהילה-מעמבער. פלוצלינג האט זיך דערזען א מאן אין דער לופטן, ווען פון זיין בארד און פאות פאלן וואסער-טראפנס איבער די וואס שטייען אויף דער ערד. עס האבן זיך געהערט געשרייען, "לאזט אדורך, לאזט אדורך!" קוים וואס עס האט זיך איינגעגעבן צו מאכן א וועג ביז'ן בית מדרש. אלעס האט געקוקט מיט שטוינונג, און די פארזאמלטע האבן זיך אונטערגעשושקעט איינער צום צווייטן: אט דאס איז דער וועלט-בארימטער יאסעלע.
דער שטאלץ וואס יאסעלע'ס נאסע פאות האבן אריינגעבלאזן אין די קוים געציילטע חסידישע אידן אין אמעריקע איז געווען אומגעהויער. זיי האבן געשפירט אז אפילו די טריפה'נע אמעריקע קען נישט פארלעשן דעם פונק פון חסידות, ווען אפילו אזא בארימטע פערזענליכקייט ווי יאסעלע ראזענבלאט ווייזט זיינע מקוה-נאסע פאות מיט שטאלץ אין קעגנווארט פון צענדליגער טויזנטער מענטשן.
אויף יעדן פלאץ וואו יאסעלע איז געגאנגען האט מען אויף אים געטייטלט: דא גייט דער גרויסער חזן, אבער אנקומענדיג צו יאסעלע'ן האט מען נאך א זאך געזען - און נישט נאר געזען, נאר ס'האט זיך ארויסגעשריגן פון אים - אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וואס אים דארף מען געטריי זיין אויף אייביג. יאסעלע'ס חסידישע טראגע און ערליכע אויפפירונג האט אלעמען געלערנט אז ווי גרויס מ'איז נאר, פארמינערט עס נישט קיין ברעקל פון דער פליכט צו טון דעם באשעפער'ס ווילן.

איינמאל גייענדיג אויף די ניו-יארקער גאסן, בעת ס'האט געהערשט א שרעקליכע היץ אינדרויסן, האט פונדערווייטנס זיך דערנענטערט א איד וואס האט מיט וואונדער געבליקט אויף יאסעלע, וואס אין אזא היץ איז ער געגאנגען אנגעטון מיט'ן גאנצן חסידישן טראכט. אפילו אין די פרירנדיגסטע וועטערס זעט מען נישט אזוינס, און אזא שטיקעדיגן טאג איז דאך אפגערעדט – האט דער איד געטראכט צו זיך - און דא שפאצירט זיך יאסעלע מיט'ן פולן חסידישן לבוש, כאילו ער געפינט זיך ביים רבי'ן אין טשארטקאוו. דער איד איז צוגעטרעטן צו יאסעלע און מיט ביטול זיך אנגערופן צו אים: "יאסעלע, ס'איז דאך שרעקליך הייס, ממש ווי אן אויוון. כאטש לייגט אנידער אייער דיקן ביבער הוט, און אויב ווילט איר דווקא גיין מיט א הוט, קענט איר דאך זיך אנטון א שטרויען היטל." אבער יאסעלע האט דאס קאטעגאריש אפגעווארפן, זאגנדיג: "ס'איז טאקע א געלונגענער איינפאל. א שטרויענער הוט איז פיל גרינגער צו טראגן, אבער דאס קומט נישט אין באטראכט, ווייל ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען זאגן, 'א שטרויען דעכל פארמאגט נאר א גוי'."
יאסעלע האט זיך פאר קיין זאך אין דער וועלט נישט גערירט ווען ס'איז געקומען אפצוהיטן אידישקייט. עס דערציילן אידן ווי אויף געפאקטע באנען איבערפולט מיט גויים, וואו יעדער איד האט זיך געשעמט ארויסצושטופן דעם קאפ, האט יאסעלע מיט דרייסטקייט און שטאלץ ארויפגעדרייט די תפילין אויף די הענט און עס אלעמען ערלויבט צו זען. ס'האט אים אינגאנצן נישט אינטערעסירט וואס די גאנצע באן ווארפט אויף אים מאדנע בליקן. סוף-כל-סוף זענען די מאדנע בליקן פארוואנדלט געווארן אין אויסדרוקן פון רעספעקט. אלע האבן געזען אז עם ישראל חי און ארויפגעקוקט אויף דעם איד וואס שטאלצירט מיט זיין גלויבן.

עס איז געווען העכסט אינטערעסאנט צוצוקוקן ווי א פובליקום פון צענדליגער טויזנטער מענטשן איז געזעסן אומגעדולדיג ביי ריזיגע מאסן-פארזאמלונגען און געווארט אז דער פירהאנג זאל זיך שוין אנידערלאזן און יאסעלע זאל זיי דערקוויקן מיט א גוטס פון זיינע נגינה-אוצרות. און ענדליך ווען די ערווארטע מינוט איז אנגעקומען, האט זיך אנטפלעקט פאר זיי א העכסט-חסידיש געשטאלט אנגעפעלצט מיט אלע שמונה בגדים, ווען ביי דער זייט האט ער אנידערגעלייגט א קליין קריגעלע פול מיט וואסער, וואס פאר די אלע וואס האבן אים שוין פריער געזען זינגען איז שוין געווען גוט באקאנט וואס דאס איז - דאס איז געווען א קריגל וואס יאסעלע האט מיט זיך מיטגענומען ביי אלע זיינע אויפטריטן, כדי אז אויב בעת'ן זינגען וועט ער צורירן זיין קאפ זאל ער זיך גלייך קענען אפוואשן די הענט. אזוי אויך האט ער ביי אלע זיינע אויפטריטן געהאלטן אין האנט א קליין סידור'ל, וואס דאס האט אים דערמאנט "לפני מי אתה עומד". "איך באצויבער טאקע טויזנטער מענטשן, אבער השם יתברך דארף מען פאלגן," איז געווען זיין מאָטיוו.

חזן יאסעלע ראזענבלאט האט געשאקלט די וועלט אויף א פארנעם, וואס אין דער היסטאריע איז נישט באוואוסט פון נאך אזא איינעם וואס האט עקזיסטירט אין עולם הנגינה און אזוי אויפגעטרייסלט די וועלט. אבער דאך האט זיין נאכגיביגקייט קיין ברעקל נישט נאכגעלאזט. זיינע ווייכע מדות, זיין פוטער'דיג הארץ, האבן נישט געקענט אפזאגן ארעמע אידן וואס זענען זיך געקומען בעטן ביי אים נאך א נדבה. יאסעלע האט זיי באווארפן מיט ריזיגע סכומים געלט, וואס אפילו היינט איז דאס א זעלטנהייט. ער האט אראנזשירט גרויסע פארזאמלונגען פאר צדקה-צוועקן און פאר מוסדות התורה והחסד. אפילו אין זיינע שווערע טעג, ווען ער איז געזונקען אין חובות, האט ער לייכט זיך באשטייערט פאר פילע צדקה-צוועקן און געזאמלט ריזיגע סכומים פון הונדערטער טויזנטער דאלארן.

אין איינעם פון די טעג, ווען עס האבן אויסגעבראכן שווערע פּאָגראָמען אין רוסלאנד, זענען אין אלע צייטונגען ערשינען רוישיגע קעפלעך מיט גרויסע קידוש-לבנה אותיות: "יאסעלע ראזענבלאט האט צונויפגעשטעלט ביי זיין נעכטיגן גרויסן צוזאמענקום איבער צוויי הונדערט און פופציג טויזנט דאלער, און ער האט דאס אלעס אוועקגעשאנקען פאר די נויטבאדערפטיגע אידן אין אייראפע." געווען איז דאס ווען ס'איז אראנזשירט געווארן א גרויסער כינוס הזכרה אין שפיץ פון יאסעלע. דער זאל איז געווען איבערפולט מיט א געשאצטער אוידיענץ פון 15 טויזנט צוהערער. יאסעלע האט מיט א קול בוכים אנגעהויבן זיין באקאנטן "קל מלא רחמים", און דער ריזיגער המון האט אויסגעבראכן אין א שרעקליך געוויין קלאגנדיג אויף די פילצאליגע קרבנות וואס די פאגראמען האבן איינגעמאנט. יאסעלע האט איינגענומען דעם עולם און זיי אריבערגעפירט צו די חרוב'ע שטעט אין רוסלאנד. עס זענען פארגאסן געווארן טייכן טרערן אויף די אידישע קדושים וואס זענען דערמארדעט געווארן דורך די פאגראמשטשיקעס מיט מיתות משונות.
ווי-נאר יאסעלע האט פארענדיגט דעם "קל מלא רחמים", האבן אויסגעבראכן אין זאל הילכיגע בראַוואָ-פאטשערייען, אויף אזוי ווייט אז איינער פון די גרויסע שישקעס אין עולם הנגינה איז מיט עקסטאז ארויפגעלאפן אויף דער פלאטפארמע און צעקושט יאסעלע'ס הענט. אבער יאסעלע'ס מח איז אינגאנצען נישט דארט געווען. ער איז געווען ווי פאראייניגט מיט זיינע נויטבאדערפטיגע אידישע ברידער אין אייראפע, און האט פאר יעדן פרייז זיי געוואלט ארויסהעלפן. און בשעת די שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן האבן פארהילכט דעם זאל, האט יאסעלע זיך א לאז געטון צווישן דעם עולם און אויסגעשריגן הויך: "טייערע אידן, העלפט אונזערע ברידער אין אייראפע!" ער איז ארומגעלאפן צווישן די פארזאמלטע מיט א זאק אין די הענט, און פון אלע זייטן זענען געפלויגן באַנקנאָטן, אזוי אז ביי דעם איינעם צוזאמענקום האט ער צונויפגעשטעלט די אסטראנאמישע סומע פון צוויי הונדערט און פופציג טויזנט דאלער, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען אן אומגעהויערער סכום געלט. און די גאנצע סומע האט ער אוועקגעשאנקען פאר דער דעלעגאציע פון רוסלאנד, וואס איז געקומען זאמלען נדבות ארויסצוהעלפן די פאגראם-געליטענע אידן.

מיט זיין גרויס ערליכקייט האט יאסעלע אויך אויסגעהאלטן פילע אידן מיט'ן באדינג אז זיי זאלן בשום-אופן נישט פארשוועכן דעם הייליגן שבת.
און נישט נאר איז יאסעלע געווען א ירא שמים און בקי אין נגלה. ווי שטוינענד ס'הערט זיך, איז אויך תורת הקבלה אים נישט געווען פרעמד, ווי הרה"ק מריבניץ זצ"ל האט אמאל רעדנדיג פון יאסעלע זיך אנגערופן: "יאסעלע איז געווען א קבלה-איד." און ווי קבלה-קענער זאגן, הערט מען ווי אסאך פון זיינע נוסחאות גייען אין שפאן מיט'ן קבלה-טייטש.
יאסעלע'ס גאנצער טאג-אויסשטעל האט זיך געדרייט ארום די דריי תפילות. אידן וואס האבן פארברענגט ביי אים אין שטוב דערציילן מיט וואונדער ווי דאס פרום-חסידישע אידנטום אין אייראפע האט פארמאגט אזא געטרייען "אמבאסאדאר" אין דער וויסטער אמעריקע. די סעודות זיינע זענען געווען באגלייט מיט שירות ותשבחות, און א ברכת המזון האט ביי אים געדויערט א שיינע פאר מינוט. די יאסעלע-ערשיינונג איז טאקע געווען א וואונדער ביי דער אמעריקאנער באפעלקערונג, אבער ווען מען קריצט איין דעם "שויתי ה' לנגדי תמיד" טיף אין הארץ אריין, איז עס קיין חידוש נישט די אלע איינדרוקספולע אויפפירונגען. (פילע עפיזאדן ווערן דערציילט וועגן יאסעלע'ס ערליכקייט און אפגעהיטנקייט, וואס אין די ענגע ראמען פון דעם ארטיקל איז נישט שייך דאס אלעס צו באשרייבן.)

המקדש שמו ברבים

געווען איז דאס אין דער אמעריקאנער שטאט שיקאַגאָ, אין אילינאָי, וואו עס זענען בשעתו נישט געווען קיין אידן. דאס געשפרעך פון טאג אין שיקאגא איז געווען דער גרויסער צוזאמענקום וואס ווערט ערווארט פארצוקומען אין די קומענדיגע טעג אין איינעם פון די ריזיגע זאלן אין שטאט, וואס עס וועט דארט אויפטרעטן דער וועלט-בארימטער חזן יאסעלע ראזענבלאט. די ידיעה איבער'ן געפלאנטן צוזאמענקום האט אפילו באוויזן צו "פארפלעקן" די קאלענדארן פון גרויסע פאליטיקאנטן, וואס אין א געווענליכן פאל וואלט עס בכלל נישט געווען פאר זייער פּרעסטיזש ארויסצואווייזן אינטערעס אין עפעס אזעלכעס. און נישט נאר רעגירונגס-פאָרשטייער, נאר אפילו מכלומר'שטע קאָנקורענטן האבן זיך פארשאפט א בילעט צו קומען הערן די שטימע פון דעם גרויסן חזן.

אין דער צייט וואס עס זענען פארגעקומען די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום מאסן-צוזאמענפאר, איז אין איינעם פון די בניינים אין שטאט פארגעקומען א שטורעמדיגע זיצונג ביי וועלכער מ'האט דיסקוסירט אן ענין, וואס די באטייליגטע זענען געווען אנטשלאסן עס אויסצופירן. אין אט-דעם בנין האט זיך געפונען דער הויפט-צענטער פון דער אמעריקאנער אָפּערע, און די פאָרשטייער פון אפערע האבן געגארט אז דער אזוי-באקאנטער יאסעלע זאל אויפגענומען ווערן אלס הויפט-קאַנטער (חזן) אין זייער אפערע. די טענער אינעם בנין זענען געווארן אלץ היציגער. די טעמע איז געווען איבער'ן פרייז פארצושלאגן פאר'ן חזנות-ריז. איינער פון די אנטיילנעמער האט שארף דערקלערט אז ס'איז בכלל נישט קיין אויפטו אנצובאטן א געשוואלענעם פרייז, ווייל אפילו פאר קאפיקעס וועט יאסעלע זיך נישט וואגן אפצוזאגן אא כבוד-שטעלע, אבער אנדערע האבן אפגעווארפן דעם ארגומענט, טענה'נדיג אז נישט קיין חילוק וואס ס'איז דער אינטערעס פון דער אפערע, דארף מען פארשלאגן יאסעלע'ן א געהאלט לויט ווי עס פארלאנגט זיין סטאנדארט. ענדליך, נאכ'ן זיך אויס'טענה'ן א שטיק צייט, איז מען געקומען צו א באשלוס און די זיצונג האט זיך געשלאסן.

ס'איז געקומען דער טאג פונעם אויפטריט, ווען אויף די גאסן ארום דעם זאל איז געווען אויסגעשטעלט א שווערע פאליצייאישע וואַך וואס האט פרובירט דארט האלטן ארדענונג. יעדע עטליכע מינוט איז א פרישער קאראוואן פון מלוכה'שע פערד-און-וועגענער אנגעקומען צום זאל, אבער די אנגעזעענע רעגירונגס-לייט זענען נישט ערלויבט געווען אריינצוגיין אין זאל אָן א בילעט. ענדליך האבן זיך די טויערן פון זאל פארמאכט, און דער ציבור האט מיט שפאנונג געווארט אז דער מענטש פון וועלכן זיי האבן זיך אזויפיל אנגעהערט זאל זיך באווייזן אויף דער פלאטפארמע. צווישן די מאסן וואס האבן נייגעריג געבליקט צום אויבנאָן, איז אנוועזנד געווען אויך נישט קיין צווייטער ווי דער סאמע פאָרזיצער פון דער אמעריקאנער אפּערע. ער איז אהינגעקומען דארט אלס ענדגילטיגע פראבע איידער ער טרעט צו פארשלאגן יאסעלע'ן די פּראָמינענטע שטעלע אינעם אפערע-פארבאנד.

ענדליך האט זיך דער פירהאנג געעפנט, און א געפיל פון אנטוישונג האט באהערשט דעם אפערע-פירער, זעענדיג ווי אויף דער טריבונע שטייט א איד מיט א לאנגן רעקל און א געדיכטער בארד. דאס איז אים אינגאנצן נישט געווען צום הארצן, אז א פרומער איד זאל דינען אין זיין הויכגעשפיצטער אפערע. אבער ווי-נאר יאסעלע האט זיך גענומען זינגען איז דער אפערע-פירער געבליבן זיצן ווי פארגליווערט. דער פערזענליכקייט וואס האט מיט עטליכע מינוט צוריק געקווענקלט בנוגע דעם אויסוואל, איז יעצט געזעסן א פארשטימטער קעגן דעם פרומען איד, און די אלע פריערדיגע ספיקות איבער'ן געהאלט פון דעם קאנטער האבן אים מער אינגאנצן נישט אויסגעזען רעאליסטיש. אזא געהאלט וואס קומט זיך פאר אט-דעם ריז איז בכלל נישט דא אויף דער וועלט.

ווען דער צוזאמענקום איז געקומען צו אן ענדע, איז דער אפערע-פירער מיט זיכערע טריט צוגעטרעטן צו יאסעלע, און מיט א שטימע פול מיט זיכערקייט צו הערן א קלארן "יא", האט ער געזאגט צו יאסעלע: "זייער-געערטער קאנטער, הער ראזענבלאט, איר האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. איך מוז מודה זיין אז אזא שטימע וואס איר פארמאגט איז נישט פאראן אויף דער וועלט. עס וועט מיר דעריבער זיין א כבוד אז איר וועט זיך אנשליסן אין מיין אפערע-פארבאנד, און איך וועל אייך פאר יעדן אויפטריט באצאלן די פאנטאסטישע סומע פון טויזנט דאלער (אן אומדערהערטע סומע פאר אזוינס אין יענע צייטן)."
אויף אזא פארלאנג האט יאסעלע זיך אינגאנצן נישט געראכטן.

פאר אונז לייענער איז שווער צו פארשטיין וואס אזא פארשלאג האט באדייט. ס'האט זיך גערעדט פון כבוד, עשירות און רום, ממש א זאך וואס יעדע קינסטלער חלומ'ט נאר, אבער זייער ווייניג קומען טאקע אן צו דעם שטאפל. דער נסיון איז געווען אין פולן שוואונג. די גאנצע בריאה איז ווי געשטאנען מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם. די הימלען האבן געבליקט מיט אנגסט, און א קול וואס עס קען הערן נאר ווער עס לייגט צו אן אויער האט אויפגערודערט די וועלט: "יאסעלע, שטארק זיך. פארקויף נישט, חלילה, א קוצו של יו"ד פאר דער אפערע." יא, עס שרייבט זיך גאר גרינג און איינפאך, אבער לאמיר זיך נישט נארן: אזא באשלוס איז שווערער ווי אויסרייסן א ריזיגן פעלדז. צו זאגן א ניין פאר אט-אזא אנבאט איז כמעט אזוי שווער ווי דורכשווימען דעם אטלאנטיק פון די אמעריקאנער ברעגעס ביז אייראפע.
דאס קליינע סידור'ל וואס ער האט געהאלטן אין די הענט האט זיך געוואלט ארויסרייסן און א קלאפ טון יאסעלע'ן אין מויל ביז'ן פארשטימען זיינע שטים-בענדער, אבי ער זאל חלילה נישט ארויסזאגן דעם שרעקליכן "יא". יאסעלע האט די אלע רופן זייער קלאר געהערט. ער האט געוואוסט וואספארא צאפלדיגע בליקן עס קוקן אראפ פון אויבן און ווארטן צו הערן זיין געוואלדיגן ענטפער. דער אפערע-פירער האט אויפגעפאסט אז יאסעלע וואקלט זיך אינעווייניג און קען זיך נישט באשליסן, און וועלנדיג שמירן די רעדער האט ער געזאגט צו יאסעלע: "זייט נישט באזארגט. איר וועט אויף קיין פאל נישט דארפן אויפגעבן אייער אידישע רעליגיע. איר וועט קענען האלטן שבת, און אלע אייערע מצוות וועט איר קענען אפהיטן, אן קיין שום ענדערונג. איך וויל בלויז אז איר זאלט קומען ביי אונז זינגען." און אזוי רעדנדיג, נעמט ער ארויס פון בוזעם-טאש א פעדער און פאפיר-בויגן און זאגט ווייטער פאר יאסעלע: "דא האט איר די פעדער און שרייבט אונטער דעם קאנטראקט מיט אונזער אפערע. געדענקט, הער ראזענבלאט, ס'איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט קיין צוויי מאל. איר טארט עס נישט צוריקווייזן."

אבער אין יאסעלע'ס אויערן האבן געקלונגען זיין טאטנ'ס ווערטער, ווען ער האט זיך אפגעזאגט צו הייסן זיין זון זינגען ביי די מלוכה'שע באלן, איינשליסנדיג אויך ביים קייזער פראנץ יאזעפ'ס אפערע, זאגנדיג דערביי: "מיין יאסעלע איז פאר'ן עמוד און נישט פאר דער אפערע." יענע קינדערשע געשעענישן האבן אים יעצט, מיט עטליכע צענדליג יאר שפעטער, געהאמערט אין קאפ און גערופן מיט הילכיגע שטימעס איינצוהאלטן זיין טאטנ'ס טייערע ווערטער. יאסעלע האט זיך באשלאסן. מיט אן איידעלער שטימע האט ער געענטפערט דעם אפערע-פירער: "א הערצליך דאנק אייך פאר דעם פארשלאג, אבער ווי קען איך זיך דען צובינדן צו דער אפערע, בעת איך האב קלאר אונטערגעשריבן א קאנטראקט מיט די קהילה-פירער פון 'קהל אוהב צדק', אז איך בין פארפליכטעט צו דינען ביי זיי אלס חזן. דער קאנטראקט איז גילטיג נאך קנאפע צוויי יאר."

עס מוז אנגעמערקט ווערן, אז ווען יאסעלע'ן וואלט דעם פארשלאג געפעלן, וואלט ער באלד אויפ'ן פלאץ צוגעשטימט, אבער וויבאלד ער האט עס נישט געוואלט אננעמען, האט ער דעם אפערע-פירער אפגעזאגט אויף אן איידעלן אופן און אים פארשטיין געגעבן אז ס'איז נישט מעגליך אזא קאנטראקט צו נעמען אין באטראכט וויבאלד ער איז שוין פארפליכטעט פאר א צווייטן. יאסעלע איז געווען זיכער ביי זיך אז אט-דער אויסרייד וועט פארטרייבן דעם אפערע-פירער אויף א שיינעם אופן.

די אפערע-פירערס האבן אבער נישט אויפגעגעבן האפענונג. זיי האבן זיך געוואנדן צו די ראשי קהילה פון "אוהב צדק" און זיי פארשטיין געגעבן אז אויף דער נייער שטעלע ערווארט יאסעלע'ן א גלענצנדע צוקונפט און ס'פארלאנגט זיך פון זיי, די קהילה-פירער, צו זארגן עטוואס פאר דער טובה פון זייער באליבטן חזן. די קהילה-פירער האבן גאנץ גוט געוואוסט וואס עס איז די מיינונג דערויף פון זייער טייערן חזן, און זיי האבן אים גערן צוליב געטון. זיי האבן שוין איינמאל אנגענומען די רייד פון דעם אפערע-פירער אז מ'דארף קוקן אויך אויפ'ן אינטערעס פונעם חזן און האבן אפגעווארפן זיין פארלאנג, זאגנדיג אז ס'איז זיי נישט ניחא אז זייערע טייערער חזן זאל זיי פארלאזן. און אויך האבן זיי צוגעגעבן צום אפערע-פירער יאסעלע'ס שטענדיגע לאזונג אז פאר אזא איינעם וואס דינט אלס שליח ציבור און פירט ארויף די תפילות פון די מתפללים, איז נישט קיין כבוד אויפצוטרעטן אלס אן אפערע-זינגער.

ווי א באמבע האט די נייעס אפגעהילכט איבער'ן גאנצן כדור העולם, און אלע צייטונגען האבן אפעטיטלעך צעשמירט די נייעס וועגן דער אויסטערלישער ערשיינונג אז א איד האט צוריקגעוויזן אזא גאלדענע צוקונפט פול מיט כבוד, עשירות און פאראד, און אלעס צוליב זיין אידישקייט, וויבאלד ס'פאסט נישט אז אזא איינער וואס דאוונט פאר'ן בורא כל עולמים זאל דינען אלס אן אפערע-זינגער.
די סענזאציע האט זיך ספעציעל צעטראגן ווי אויף פליגל איבער דער לענג און ברייט פון גאנצן לאנד, וואו די מאסן האבן אומעטום דיסקוסירט די עקזאָטישע נייעס - דעם געוואגטן אַקט פונעם צדיק החזנים, וועלכער האט שארף פארראטן די אמעריקאנער ערד און פארשעמט די אמעריקאנער קולטור וואס האט פארלאנגט אויפצוגעבן אפילו די הארבסטע אידישע פרינציפן פאר א פאר גרייצער, און דא קומט צו גיין א קליינוואוקסיג אידל און לאכט אפ פון א הויפן שווערע טויזנטער דאלארן - און פארוואס? ווייל ס'איז נישט קיין כבוד פאר א שליח ציבור אויפצוטרעטן ביי דער אפערע. אזא קאָפּע האט די טריפה'נע אמעריקע נאך קיינמאל פריער נישט געכאפט. איבער די שפאלטן פון אלע צייטונגען און זשורנאלן זענען ערשינען עדיטאריאלן מיט ברייטע אנאליזן וועגן יאסעלע'ס דרייסטן שריט. קאריקאטורעס האבן אפגעשפיגלט דאס קאמישע און העסליכע אין דער געשעעניש. אין איינער פון די אויסגאבעס, צום ביישפיל, איז פובליצירט געווארן א שפאס-בילד וואס מאלט אפ ווי יאסעלע לויפט מיט דער נשמה אין האנט און כאפט אן זיין היטל פעסט, כדי אז לויפנדיג זאל עס נישט אראפפליען, און ער שרייט דערביי שמע ישראל, ווען פון הינטן לויפט א הויך געשטאלט וואס סימבאליזירט די אפערע און שרייט, "קום, יאסעלע. טויזנט דאלאר פאר איין נאכט."

יאסעלע'ס מסירת-נפש'דיגער טאט האט זיך דערטראגן ווייט איבער שטעט און לענדער אין אזיע און אייראפע און דערגרייכט אזש צו די פארשטויסענע ערטער אין אפריקע און אפילו אין פארווארפענעם ווייטן מזרח. דער קידוש השם האט אפגעקלונגען פון איין עק וועלט ביז'ן אנדערן. און נישט נאר אין די רייען פון פשוט'ן המון עם, נאר אויך אין די רעגירונגס-קארידארן האט זיך גע'רעש'ט מיט דער סענזאציע פונעם ג-טספארכטיגן חסידישן חזן, און איבער'ן גאנצן לאנד האבן פאליטיקאנטן ארויסגעזאגט זייער מיינונג איבער דער ראזענבלאט-קאנטראווערסיע. איבער אלעם איז דער נאמען פונעם הייליגן באשעפער געערט געווארן, ווען מיליאנען האבן געזען ווי א רעליגיעזער איד ביים שפיץ פון זיין קאריערע איז נישט געווען גרייט אויפצוגעבן זיין גייסטיגע פארמעגן פאר'ן טעפל לינדזן פון די שענסטע אמעריקאנער גליקן. דאס האט געברענגט גרויס שטאלץ פאר'ן אמעריקאנער אידנטום.

טראץ דעם וואס יאסעלע האט זיך גערעכנט אז זיין נאמען וועט שטארק געשעדיגט ווערן נאכדעם וואס ער האט דערלאנגט אזא קלאפ פאר דער מעכטיגער אפערע, וואס האט דאן געשאקלט א וועלט, און מען האט געקענט ערווארטן אז די אפערע זאל אים אונטעררייסן און באזידלען אין אלע טאג-שריפטן, איז אבער פאקטיש געשען דאס פארקערטע, און ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך, איז דער כבוד און רעספעקט פון אידן בכלל, און פון יאסעלע בפרט, אין רעזולטאט פון דעם שריט שטארק געשטיגן אין די אויגן פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג. און נישט נאר האט עס אים נישט געשאט, נאר יאסעלע'ס לעגענדארער נאמען האט דאן ארויסגערופן נאך מער שעצונג.

אבער דערמיט איז די אפערע געשיכטע נאכנישט געקומען צו אן ענדע. עטליכע יאר נאכדעם וואס דער אפערע-פארבאנד האט געליטן אזא גרינגשעצונג, האבן אירע פירער פרובירט נאכאמאל לייגן א האנט אויף דעם אריסטאקראטישן יאסעלע. זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אז אזא וואונדערבארע שטימע זאל זיך נישט געפינען ביי זיי אין פארבאנד. געווען איז דאס מיט עטליכע יאר שפעטער, ווען ביי די בארטנס פון ניו יארק זענען געווען פארזאמלט טויזנטער מענטשן וואס זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם גרויסן חזן יאסעלע, וואס איז דאן אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אומקערנדיג זיך פון א באזוך קיין אייראפע. צווישן די וואס האבן אנטפאנגען דארט יאסעלע איז געווען אנוועזנד אויך דער זעלבער אפערע-פירער. ער איז געקומען פרובירן א צווייט מאל צו פארכאפן יאסעלע אין זיין פארבאנד, זייענדיג זיכער אז דעם יעצטיגן אנבאט וועט שוין דער חזן געוויס נישט אפווארפן.

דער אפערע-פירער איז צוגעטרעטן צו יאסעלע'ן און אים פארגעשלאגן א געהאלט פון דריי טויזנט דאלארן פאר יעדן איינציגן אויפטריט, אויב ער וועט זיך אנשליסן אין דער אפערע, אבער דער אומבויגזאמער יאסעלע האט מיט א פעסטקייט צוריקגעוויזן דעם אפארע-פירער'ס פארלאנג, זאגנדיג: "אזוינס וועט ביי מיר נישט פאסירן. איך בין פאר'ן עמוד און נישט פאר דער אפערע. בשום-אופן וועל איך נישט אננעמען אזא שטעלע."

ווידער האט א מעכטיגער שטורעם ארומגעכאפט די וועלט. דער אידישער שטאלץ איז נאך מער געוואקסן און איבער'ן גאנצן אמעריקאנער קאנטינענט האבן אידן שטאלצירט מיט זייער אזוי-באליבטן יאסעלע.
מיט גרויסע שרייענדיגע אותיות האבן די טאג-צייטונגען צעפויקט די נייעס, דערקלערנדיג אז דאס אידישע עזות האט ווידער צעבלאזן די גרויסע אפערע. אין איינער פון די אויסגאבעס איז דאן ערשינען א ציטאט פון יאסעלע'ס ענטפער וואס ער האט געזאגט פאר איינעם פון די פילע זשורנאליסטן וואס האבן זיך געריסן אים צו אינטערוויואירן. יענער האט אים געשטעלט די פראגע ווי אזוי ער ערלויבט זיך אפצואווארפן אזא גאלדענעם פארשלאג און גליק, האט יאסעלע דערויף געגעבן דעם זשורנאליסט מיט שטאלץ אן ענטפער וואס ליינט זיך אזוי: "מיין אנטווארט אויף דעם איז פשוט און גראד. איך בין א איד, א שומר תורה ומצוות, און אויב מען טראגט מיר אן גאלדענע גליקן וואס זענען קעגן מיין אידישקייט, דאן ווי גרויס עס זאלן נישט זיין די גליקן, דארף איך פון זיי נישט נתפעל ווערן."
נאך א קידוש השם וואס האט אפגעקלונגען מסוף העולם עד סופו איז געווען, ווען יאסעלע האט אמאל זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו איינעם פון די אמעריקאנער שטאַטן וואו ער איז געלאדנט געווארן צו קומען זיין דער שליח ציבור אויף א שבת. די קאמיטעט-מיטגלידער פונעם שטאטישן בית מדרש האבן צו זייער פרייד דערזען אז דער פארלאנג צו הערן יאסעלע איז צו גרויס אז די תפילות זאלן קענען פארקומען אינעם שטאטישן בית מדרש, האבן זיי דערפאר אפגעדונגען א גרויסן זאל אין שטאט וואס זאל דינען אלס א צייטווייליגע בית מדרש.

די הכנות צום שבת זענען אנגעגאנגען פיבערהאפטיג. דער גאנצער זאל איז איינגעריכט געווארן מיט טישן און בענק, און פארשוויצטע פנימ'ער האבן געפוצט די ווענט און שויבן, אזוי אז ס'זאל זיך פאסן פאר אזא גרויסן גאסט. אבער איין זאך האבן די אמעריקאנער אידן פארזען: דעם תורה'דיגן איסור פון תערובות; און פון א מחיצה איז דאך אפגערעדט. ס'איז געקומען ערב שבת. טויזנטער אידן האבן באלאגערט דעם זאל, און ווי יעדער איינער האט יאסעלע מיט א רואיג געמיט זיך געלאזט גיין צום צייטווייליגן בית מדרש. ער האט אינגאנצן נישט פארדעכטיגט מיט וואס ער וועט זיך אט-אט אנשטויסן.
אנקומענדיג צום זאל, האט אן אומגעריכטע סצענע זיך אנטפלעקט פאר אים. "וואס קומט דא פאר?" האט ער א דערשראקענער ארויסגעמורמלט. ווי פון פייער איז ער שנעל ארויסגעלאפן פון זאל, איבערלאזנדיג דעם גאנצן עולם געפלעפט. די ארגאניזירער האבן נישט פארשטאנען וואס עס האט פאסירט. זיי זענען גלייך געלאפן נאך יאסעלע'ן צום זאל-הויף, און מיט א פאדערונג-שטימע אים אפירגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט פארלאזט דעם זאל.

יאסעלע האט זיי אבער איינפאכיג ערקלערט: "איך קען אויף אזא פלאץ נישט אויפטרעטן. ווילאנג ס'זענען נישטא קיין מחיצות, וועל איך נישט אריינשטעלן קיין פוס אין דעם זאל, און אויב זענט איר נישט מסכים, זוכט אייך א צווייטן חזן."

א שאק האט אנגעכאפט די ארגאניזירער, וואס האבן זיך אינגאנצן נישט געראכטן אויף אזא שווערן באדינג. זיי האבן פרובירט זיך איינבעטן ביי יאסעלע אז ס'איז נישט מעגליך נאכצוקומען זיין פארלאנג, ווייל דער זאל איז אזוי אויסגעשטעלט געווארן, און אז מ'וועט ארומרודערן וועט עס ארויסרופן א גרויסע אומארדענונג און פראטעסטן. יאסעלע האט זיי אבער שטייף געענטפערט, ארומפאטשקען מיט די זיצן קענט איר נישט, און איך קען בשום-אופן נישט ארומפאטשקען מיט'ן שלחן ערוך וואס פארבאט אזא אויפפירונג. זאג איך אייך דעריבער ווידעראמאל: ווילאנג איר קומט נישט נאך די פארלאנגען פון שלחן ערוך וועל איך אין דעם זאל נישט אריינטרעטן."

מיט אראפגעלאזטע פנימ'ער זענען די ארגאניזירער אריין אין זאל און הויך אנאנסירט יאסעלע'ס פרינציפן. אין דער סקונדע האט אויסגעבראכן אין זאל א גרויס געפילדער. ס'האט זיך געהערט א גערודער פון טישן און בענק, און ביז פופצן מינוט איז שוין יאסעלע געשטאנען ביים עמוד, ווען הינטער אים איז אלעס אויסגעשטעלט שטרענג לויט דער אידישער הלכה.
דעם קומענדיגן זונטאג האט די נייעס אפגעקלונגען איבער'ן גאנצן לאנד, און עס איז ארויסגעקומען א גרויסער קידוש שם שמים.


מסדר געווען דעם חזן

ווען ס'איז געקומען צו פארטיידיגן זיין אידישקייט, האט יאסעלע אפט מאל געשטעלט זיינע קעגנער אין פלאץ, מיט א הומאריסטישער לעקציע.
איין אזא פאל איז געווען ווען אין אמעריקע איז פארגעקומען א חזנות-פארמעסט, וואו ס'זענען זיך צוזאמענגעקומען א צאל פון איבער צוויי הונדערט חזנים. צווישן די פילע חזנים איז אויך אנוועזנד געווען א גרויסער חזן וואס איז געקומען פון דער מתנגדישער שטאט ווילנע, און פונקט ווי רוב חזנים אין יענער צייט, האט ער זיך אריבערגעקליבן און באזעצט אין די פאראייניגטע שטאטן.

אנקומענדיג קיין אמעריקע, האט דער ווילנער חזן דערהאלטן אן איינלאדענונג פונעם חזנים-קאמיטעט צו קומען אנטייל נעמען אין דעם חזנים-פארמעסט. ווען ער איז אריין אין זאל וואו דער פארמעסט איז פארגעקומען, האט ער זיך גאנץ שנעל געפונען דארט אין פלאץ, ווייל פונקט ווי ער, האט ממש קיינער פון די חזנים דארט נישט געהאט קיין בארד. אבער פלוצלינג האט זיך פאר זיינע אויגן אנטפלעקט א מאדנע בילד. ער זעט ווי אין צענטער פון זאל שטייט א חסידיש אידל מיט א לאנגן רעקל און א געדיכטער בארד.

זייענדיג א פארביסענער מתנגד און אויך נישט דער צדיק מיט וועמען די וועלט זאל קלינגען, איז דעם מתנגדישן חזן ווייט נישט געפעלן די מעשה, ווי א פרום-חסידיש אידל פילט זיך אזוי אין פלאץ צווישן די גרעסטע חזנים. נישט וויסנדיג אז ער האט דא צו טון מיט'ן וועלטס-חזן יאסעלע, איז ער צוגעטרעטן צו אים און שפאטיש געזאגט: "ר' איד, וואס מאכט עפעס אייער בערדעניו?" און אפגעזאגט דעם פסוק איז ער א זיגרייכער צוריק צו זיין ארט. עס איז אים נישט איינגעפאלן אז נישט נאר האט ער אריינגעביסן אין א הארט ניסל, נאר דאס ניסל וועט אים נאך צעבייסן. יאסעלע האט דעם חזן מאמענטאל איגנארירט און קיין ווארט נישט געענטפערט.

דער פארמעסט האט זיך אנגעהויבן, און די חזנים האבן אויפגעטרעטן איינער נאכ'ן צווייטן, ווען נאך יעדן חזנ'ס אויפטריט הערן זיך סימפאטישע קלאטשערייען. צולעצט איז געקומען די רייע פאר'ן חסידישן חזן יאסעלע אויפצוטרעטען. יאסעלע האט געעפנט דאס מויל, און א מעכטיגע שטימע איז פון דארט ארויסגעקומען. ער האט געזונגען זיינע וועלט-בארימטע קאמפאזיציעס אויף די ווערטער פון "אלקי נשמה", "אחינו כל בית ישראל" און "אמר רבי אלעזר". ווען ער האט פארענדיגט, האבן אין זאל אויסגעבראכן שטורעמדיגע אפלאדיסמענטן פון די פאר'שיכור'טע מאסן. מענטשן האבן היסטעריש געטאנצט אויף זייערע בענקלעך, שרייענדיג מיט קולות פון גרויס עקסטאז. קוים וואס די ארגאניזירער האבן בארואיגט דעם ציבור, און דאן האט מען הויך אויסגערופן די רעזולטאטן פונעם פארמעסט: "יאסעלע ראזענבלאט איז דער זיגער אינעם חזנים-פארמעסט און ווערט באטיטלט אלס דער בעסטער חזן אין דער וועלט." ווי-נאר די דעקלאראציע איז געמאכט געווארן, האבן פריש אויסגעבראכן העפטיגע לויב-געשאַלן פון יאסעלע'ס טויזנטער פרישע געשוואוירענע נאכפאלגער.

בעת דער עולם האט אים נאך הייס אפלאדירט, איז יאסעלע צוגעטרעטן צו דעם אויבנדערמאנטן חזן, און מיט א שמייכל אויפ'ן פנים זיך אנגערופן צו אים: "נו, ווי אזוי געפעלט אייך דאס? מיין בערדעניו האט אייך געלייגט אין דער ערדעניו." אזוי האט ער דעם חזן געשטעלט אין פלאץ, ווייזנדיג מיט וואספארא שטייגער בערדעניו ער האט זיך פארטשעפעט.

נאך אן אינטערעסאנטער עפיזאד ווערט דערציילט, אז יאסעלע איז אמאל אנוועזנד געווען ביי א גרויסער חזנ'ישער אסיפה וואו ס'זענען זיך צוזאמענגעקומען אלע גרויסע חזנים פון יענער צייט. אינמיטן דער אסיפה האט יאסעלע זיך אויפגעשטעלט און איבערראשט יעדן, זאגנדיג: "איך קען מאכן א דריי, וואס קיינער דא קען אזוינס נישט באווייזן." נייגעריגע האבן אלע אנגעשפיצט די אויערן צו הערן יאסעלע'ס אויסטערלישן דריי, אבער אנשטאט דעם האבן זיי געזען ווי יאסעלע כאפט אן זיין גרויסע בארד, און גיט איר א דריי. "נו, איז דא איינער דא וואס קען באווייזן אזא קונציג שטיקל?"





פארוואס אויף אזא פארנעם

פארוואס יאסעלע'ס דרייסטע שריט האבן אזוי עושה רושם געווען איז געווען צוליב דעם וואס ער איז געווען א וועלט-באקאנטע פערזענליכקייט. ס'איז נישט מעגליך זיך פארצושטעלן וואס ס'האט זיך דאן אפגעשפילט. אין דער היינטיגער וועלט איז נישט שייך אנצואווייזן אויף א חזן אדער זינגער אז אזוי איז יאסעלע געשטאנען אויף דער פלאטפארמע, ווייל ס'איז נישט פאראן היינט אזא שטערן אין עולם הנגינה.
די נייעס איבער יאסעלע'ס אויפטריטן איז דאן נישט געווען גלאט א זייטיגע ידיעה, נאר ס'האט פארנומען דעם אויבנאן פון אלע געשעענישן. זיינע שפורן זענען נאכגעפאלגט געווארן מיט גרויס נייגער און אינטערעס, און עס האבן צירקולירט אומנאטירליכע עפיזאדן איבער יאסעלע'ס זינגען. ער איז געווען אזוי וועלט-בארימט, אז דער אמעריקאנער פרעזידענט האט זיך פארגינט אן אודיענץ מיט'ן מלך החזנים. אויך ביי די מיליטערישע פאראדן איז יאסעלע פארבעטן געווארן דורך דער רעגירונג צו קומען אויפטרעטן. בקיצור: ער האט געשאקלט די וועלט אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, און מיט רעכט האט זיין נאמען ארויסגעפירט מיליאנען פון די גלייזן, ווייל אזא כח הנגינה איז לויט די היסטאריע-ביכער נישט געזען געווארן ווען אמאל פריער, און אויך נישט שפעטער.

יאסעלע איז געווען א יחיד אין זיין טאלאנט, און עד היום הזה הייבט זיך ארויס זיין געשטאלט פון צווישן אלע נגינה-קענערס, וועלכע קענען העכסטנס ווערן באטראכט ווי זיינע נאכפאלגער. בחייו איז מען פון טויזנטער מייל אוועק געקומען צו פארן מיט פערד-און-וואגן, אבי צו קענען הערן דעם וועלט-בארימטן יאסעלע, און ווען זיין מויל האט זיך צעעפנט, זענען מענטשן אריין אין א טרוים און ממש ווי פארטייבט געווארן. ביי פילע האט זיך דאן דאס פינטעלע איד צעפלאקערט, און דורך יאסעלע'ס מתיקות'דיגן קול זענען טויזנטער אידן דערנענטערט געווארן צום טאטן אין הימל.
ווען יאסעלע האט פארמאכט די אויגן אויף אייביג, האט זיך דערמיט אויך געשלאסן א וועלטס-קאפיטל אין נגינה. נאך זיין פטירה האט זיך אויסגעפארעמט א פרישע מיסיע אין חזנות: א נאכפאלגערשאפט-באוועגונג אין יאסעלע'ס פוסטריט, אזוי אז די שפעטערדיגע פירנדע נגינה-פאקולטעטן אין די אוניווערסיטעטן האבן פאר זיך די חזנות-פרינציפן פון יאסעלע'ס שטאנדפונקט.
אין די יארן נאכ'ן צווייטן וועלט-קריג האט זיך די וועלט גע'רעש'ט מיט החזן משה קאסעוויצקי, וואס איז געווען דער הויפט-חזן בדורו. קאסעוויצקי האט געהאט א מעכטיגע שטימע, אז שויבן האבן זיך ממש געקענט צעפיצלען פון זיין קול. ער איז געווען א פייערדיגער נאכפאלגער פון יאסעלע, און אויף דער וואנט ביי אים אין שטוב איז געהאנגען א בילד פון יאסעלע.
איינמאל האט א קאסעוויצקי-ליבהאבער, וואס האט נישט געקענט יאסעלע קאמפלימענטירט קאסעוויצקי, אויסדריקנדיג זיך אז "לא קם כמשה בישראל". אבער קאסעוויצקי האט יענעם פארראכטן, און ווייזנדיג אויפ'ן בילד פון יאסעלע האט ער זיך אנגערופן, "אבער צו אים קום איך נישט צו."
פילע האבן געקרוינט קאסעוויצקי אלס דער צווייטער יאסעלע, אבער קאסעוויצקי פלעגט זיי שטענדיג אויסבעסערן, אז ער איז דער דריטער יאסעלע, און נישט דער צווייטער. ווען מ'האט אים געפרעגט דערויף, האט קאסעוויצקי געענטפערט: "ווייל קיין צווייטער איז נישט פאראן. ווער קען דען זאגן אז איך קום נאענט צו יאסעלע?"
און אז טאקע ביי אזא ריז ווי יאסעלע זענען פארגעקומען אזוינע קידוש-השם עפיזאדן, קען מען זיך שוין פארשטעלן וואספארא אפקלאנג עס האט געהאט אויף דער וועלט.
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:25 pm, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:17 pm

וואאא א לאנגס און א ברייטס שיין אראפגעלייגט מיט אלע דיטאלן וויפיל איך האב געמיינט אז איך ווייס זע איך אז האב נאך אסאך מער פארפאסט שכוח הערליך געשריבן עס איז א געשמאק צו לעזן
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:21 pm

געבוקמארקט
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:24 pm

אויב געדענק איך גוט, קומס דאס פון די ביכעל וואס דער באקאנטער שרייבער הרב ... שווארץ האט ארויס געגעבן איבער חזנים

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:25 pm

דרךהמלך האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט, קומס דאס פון די ביכעל וואס דער באקאנטער שרייבער הרב ... שווארץ האט ארויס געגעבן איבער חזנים

ניין דאס האבן מיר געשריבן, מעגליך אז עטליכע קליינע דעטאלן האב איך גענימען פון די זעלבע אלטע צייטונגען וואו ער, אבער דאס האט גארנישט מיט הרב שווארץ, איך האב דאס געשריבן אין אן היימישער אויסגאבע פאר עטליכע יאר צוריק.

יאקאבזאהן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:30 am

תגובהדורך יאקאבזאהן » מאנטאג פאברואר 22, 2016 1:17 pm

מוראדיג מוראדיג א שיינעם דאנק

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:03 pm

אמביציע האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט, קומס דאס פון די ביכעל וואס דער באקאנטער שרייבער הרב ... שווארץ האט ארויס געגעבן איבער חזנים

ניין דאס האבן מיר געשריבן, מעגליך אז עטליכע קליינע דעטאלן האב איך גענימען פון די זעלבע אלטע צייטונגען וואו ער, אבער דאס האט גארנישט מיט הרב שווארץ, איך האב דאס געשריבן אין אן היימישער אויסגאבע פאר עטליכע יאר צוריק.

זייער שיין
דו ווייסט אבער פון וועלכע ביכל איך רעד?

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:06 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט, קומס דאס פון די ביכעל וואס דער באקאנטער שרייבער הרב ... שווארץ האט ארויס געגעבן איבער חזנים

ניין דאס האבן מיר געשריבן, מעגליך אז עטליכע קליינע דעטאלן האב איך גענימען פון די זעלבע אלטע צייטונגען וואו ער, אבער דאס האט גארנישט מיט הרב שווארץ, איך האב דאס געשריבן אין אן היימישער אויסגאבע פאר עטליכע יאר צוריק.

זייער שיין
דו ווייסט אבער פון וועלכע ביכל איך רעד?

יא,

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:22 pm

זייער שיין
דאכצעך אז דער ארטעקל איז געווען אין די אורות אויסגאבע
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:23 pm

פיטום האט געשריבן:זייער שיין
דאכצעך אז דער ארטעקל איז געווען אין די אורות אויסגאבע

יא מיר האבן עס געשריבן דארט,

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:25 pm

באמת באמת שייו און באלערענד
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

בשלמא
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:42 am

תגובהדורך בשלמא » מאנטאג פאברואר 22, 2016 3:14 pm

wow wow!!! הערליכע און גרונטליכע ארבעט, שיין געשריבן, לאדעך הערן אפטער.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 5:48 pm

אויב איינער האט עפעס פיינע בילדער פון עם קען עס ארויף לייגן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 22, 2016 7:13 pm

זייער שיין באשריבן און באלערנד, געליינט און הנאה געהאט, א דאנק אייך!!
בשלמא האט געשריבן:לאדעך הערן אפטער.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 22, 2016 7:26 pm

גראדע יעצט ארויס געקימען א קאסעטע פון ''מרמ'' פון חזנים וואס לדעתי איז דאס אבי געשאסן,

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 22, 2016 7:29 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:זייער שיין באשריבן און באלערנד, געליינט און הנאה געהאט, א דאנק אייך!!
בשלמא האט געשריבן:לאדעך הערן אפטער.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 22, 2016 11:26 pm

אמביציע, וואס זאל איך דיר זאגן, ביזט גאר גוט!!! גאר גאר שטארק הנאה געהאט דערפון!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג פאברואר 22, 2016 11:37 pm

הערליך שיין געשריבן, זייער הנאה געהאט סיי פון די שריפט און סיי פון די שיינע ידיעות וואס איך בין יעצט געוואר געווארן איבער דעם מלך החזנים.

יישר כוח!

טייטל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:02 am

הערליך מר. אמביציע. אפשר קענסטו אויך ארויף לייגן די בילדער וואס זענען געווען אין יענע אורות אויסגאבע

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:25 am

הערליך שיין באשריבען, פון ר' יוסל איז שוין דא עטליכע ביכער, איך מוז אבער ערליך באדאנקען 'אמביציע' פאר אויסקלויבן אינטרעסאנטע פונקטן פון ר' יוסל'עס לעבן.

א PDF וואלט גוט געוועהן, דאס צו קענען איבערליינען און טיילען ווייטער 'בשם אמרו'.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 23, 2016 6:12 pm

טייטל האט געשריבן:הערליך מר. אמביציע. אפשר קענסטו אויך ארויף לייגן די בילדער וואס זענען געווען אין יענע אורות אויסגאבע

האף מיר עס בקרוב ארויף לייגן א''ה.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך פאברואר 24, 2016 10:54 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 4:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך פאברואר 24, 2016 11:13 pm

אמביציע האט געשריבן:אויב איינער קען דאס ארויף לייגן אויף pdf וואלט געווען א שיינער זאך, איך האב קיין השגה נישט וויאזוי מ'טוט דאס.
צוגעלייגטע
yossele rosenblat.pdf
(101.22 KiB) דאונלאודעד 185 מאל
הק' איש ימיני

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך פאברואר 24, 2016 11:19 pm

גערעכטער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:אויב איינער קען דאס ארויף לייגן אויף pdf וואלט געווען א שיינער זאך, איך האב קיין השגה נישט וויאזוי מ'טוט דאס.

א ריזן שכח רב ''גערעכטער''

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:29 pm

אויב איינער האט בילדער פון עם און די אינגע יארן זאל עס ביטע ארויף לייגן, שכח


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט