אלעס ארום ״קלעזמער״

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

אלעס ארום ״קלעזמער״

תגובהדורך בויבעריקער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:57 pm

איך שטעל זיך פאר איך בין נישט דו איינציגסטע דא וואס גלייכט זייער די אלטע אידישע מזרח אייראפעאישע כמעט פארגעסענע מוזיק סטייל ״קלעזמער״, אלזא עפן איך אויף א אשכול ווי אלע ״קלעזמער פענס״ וועלן קענען שמועסן און אנאלאזירן איבער ״קלעזמער״.

איך האף מיט׳ן אויבערשטענ׳ס הילף אליין ארויף צו לייגן דא פון צייט צו צייט שיינע באשרייבונגען איבער קלעזמער מוזיק און אלעס ארום, ווי אויך וועל איך אי״ה ארויף לייגן דא מזמן לזמן -מהאוצר הרב שיש תחת ידי- שיינע קליפס, רעקארדינגס פון בארימטע קלעזמער שפילערס, אלטע היסטארישע פון אמאל און אויך פון די היינטיגע.
לעצט פאראכטן דורך בויבעריקער אום זונטאג נובעמבער 22, 2015 4:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:00 pm

אלס אן התחלה לייג איך ארויף דא א שיינע קליפ פון די בארימטע קלעזמער קלארינעט שפילער פון ארץ ישראל ״נחמן צוקער״ ווי ער מיט זיינע מיטארבעטער פון זיין קלעזמער בענד ״פארגע-ניגון״ פירן אונז אריין אין די וועלט פון קלעזמער

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... XBCRFU2YlU

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:48 pm

א לעצטיגע אנטדעקטע קליפ פונעם לעגענדארער קלעזמער קלארינעטיסט ״דעיוו (דוד יצחק) טעררעס״ פון זיינע לעצטע יארן ווי ער פארציילט איבער זיין לעבן און קאריעריע און אמעריקא, און ווי ער שפילט אויף א קאנצערט בסוף שנותיו, ווי ווייט איך ווייס איז דאס די איינציגסטע קליפ וואס איז דא פון אים.

https://telegram.me/TFilesBot?start=7c7 ... 777518e0c8

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:36 am

דער נייער אויפגייענדער שטערן פון ארץ ישראל אברהם בלטי נ״י ביי א פראקטעצירונג סעסיע, ברענגט א פרישקייט צו קלעזמער מיט׳ן עס באגלייטן מיט אזא כמו ׳פאנקי׳ ריטעם.

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... i0wUk8zZmM

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:07 am

וואס איז דאס קלעזמער? אלטע סארט אינסטרומעטן? א סארט מוזיק?

דור קודם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 5:06 am

גרויס הצלחה מיט'ן נייעם אשכול

תגובהדורך דור קודם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 11:11 am

ממש א מחיה עס צעגייט די גלידער פון הערן די כליזמר מוזיק
יישר כוחכם
אוב מקען איבר לייגן קליפס אויף דראפ און קאפי

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:11 pm

חאצאצקע רבי האט געשריבן:וואס איז דאס קלעזמער? אלטע סארט אינסטרומעטן? א סארט מוזיק?

קלעזמער איז די אלטע טראדיציאנאלע מוזיק פון די מזרח אייראפעישע אידן וואס פלעגט בעיקר געשפילט ווערן ביי חתונות, דאס איז אזא אינסטרומענטל סטייל מוזיק, ווי אויך איז דאס באקאנט מיט די קרעכצן פון די קלארינעט אדער פידל וואס קומט דעם.

דא האט איר די וויקיפעדיע ארטיקל וועגן קלעזמער:

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Klezmer

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:57 pm

פון די הויפט בארימטע און ערליכע קלעזער שפילער

חיליק פראנק
ענדי סטעטמען
דניאל אהביאל
חנן-בר-סלע
שמואל ניימאן
מוסא בערלין
אברהם לייב בורשטיין
עקיבא בן-חורין

פון די נישט היימישע זענען די גרעסטע
איצאק פערלמאן
דוד קראקאווער
דעוו טעררעס
דוב סילווערמאן
דעוויד העלער
מירל רעזניק
גיירא פיידמאן
שיע ראכמאן
פרענק לאנדאן
דזשאועל רובין
באריס סאבטשוק
עיב שווארץ
ארט שרייער
גרשון לב
מיקי כץ
מיכאל לעווי
נפתלי בראנדוויין

אמאליגע קלעזמער בענדס
קלעזמעטיקס
קלעזמער דזשווס
קלעז מירעקלס
קלעזמער פעסטיוועל בענד
הוליעט
עפשטיין ברידער

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 1:26 pm

יישר כח מצלמה פאר די הערליכע אינפארמאטיוויע ליסטע!

ווער איז דעיוויד העללער? אפשר מיינסטו דוד העללער א היימישע קלארינעטיסט פון ארץ ישראל? (א קארלינער חסיד)

איז חנן בר סלע א שותומ״צ? דאכט זיך איך האב געזעהן אמאל א בילד פון אים אן א קאפל.

ווי אויך דוב זילבערמאן איז דאכט זיך א שותומ״צ, דאס ווייס איך אז ער איז אן אייניקל פון ר׳ בערל זילבערמאן ז״ל פון צפת די באקאנטע זינגער פון מירון אין די פריערדיגע יארן.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 1:31 pm

וועלט בארימטע קלעזמער קלארינעטיסט און ״בלוגרעז״ מענדאליניסט ״ענדי (חנוך) סטעטמען״ ביי א מלוה מלכה לעצטנס אין עיה״ת לעיקוואד

קלעזמער מיט די קלארינעט:
https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... DJQR0I5dDQ

בלוגרעז אויף די מענדאלין
https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... jBvMk9SVGM

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 1:38 pm


אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 1:43 pm

בויבעריקער האט געשריבן:יישר כח מצלמה פאר די הערליכע אינפארמאטיוויע ליסטע!

איז חנן בר סלע א שותומ״צ? דאכט זיך איך האב געזעהן אמאל א בילד פון אים אן א קאפל.

חנן בר סלע - ניגוני חב"ד

https://copy.com/m0OiuDxeRcl2GZ26
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 1:58 pm

בויבעריקער האט געשריבן:יישר כח מצלמה פאר די הערליכע אינפארמאטיוויע ליסטע!

ווער איז דעיוויד העללער? אפשר מיינסטו דוד העללער א היימישע קלארינעטיסט פון ארץ ישראל? (א קארלינער חסיד)

איז חנן בר סלע א שותומ״צ? דאכט זיך איך האב געזעהן אמאל א בילד פון אים אן א קאפל.

ווי אויך דוב זילבערמאן איז דאכט זיך א שותומ״צ, דאס ווייס איך אז ער איז אן אייניקל פון ר׳ בערל זילבערמאן ז״ל פון צפת די באקאנטע זינגער פון מירון אין די פריערדיגע יארן.


איך ווייס נישט ווער דער העללער איז. ביסט זיכער גערעכט, ווייל איך זעה יעצט אז די אלבום וואס איך האב פון אים, טראגט דעם נאמען" קלעז-מירון". וואס זאגט אז דאס איז א ערליכע זאך.
חנן בר סלע, איז אן ערליכער, און האט געמאכט 3 חב"ד אלבומס, שבת אלבום, קארליבאך אלבום, א מירון אלבום און נאך. (9 אלבומס אין מיין קאלעקציע).

ענדי סטעטמען איז מן הסתם דער גרעסער מומחה, אהביאל איז דער א מייסטער פידל שפילער, ממילא קען זיין אז עס איז נישט קיין ארגינעלע קלעזמער אינסטרומענט, ער שפילט אבער סטאקאטאו אויסטערליש גוט.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 2:28 pm

די אלבום כליזמירון איז טאקע פון דעם דוד העללער וואס איך האב גערעדט (א ברודער פון די באקאנטע מעלער מוטי העלער)

דינאל אהביאל האט אין זיינע יונגע יאר ווען ער נאך געווען פריי זיך געלערנט א סטייל וואס הייסט אייריש מוזיק, שפעטער ווען ער איז געווארן א בעל תשובה האט ער אנגעהויבן אויך שפילן קלעזמער, אבער זיין ספעציאליטעט איז נאך אלס די אייריש מוזיק סטייל.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 2:30 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:יישר כח מצלמה פאר די הערליכע אינפארמאטיוויע ליסטע!

איז חנן בר סלע א שותומ״צ? דאכט זיך איך האב געזעהן אמאל א בילד פון אים אן א קאפל.

חנן בר סלע - ניגוני חב"ד

https://copy.com/m0OiuDxeRcl2GZ26
אה יעצט זעה איך אשרי מי שחושדין בו ואינו... (אגב, ווי איז די מעמד? ווער איז דארט דער מאנקי אין די מידל...?)

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 4:03 pm

איצאק פערלמאן איז אויך לאו דוקא א קלעזמער שפילער, פערלמאן איז איינע פון די גרעסטע פידל שפילערס אויף די וועלט (און פון די געציילטע וואס שפילן אויף א ״סטראדעוואריוס״ פידל) ספעציעל און קלעסיקעל מיוזיק, נאר זייענדיג א איד שפילט ער אויך צומאל קלעזמער.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 4:43 pm

בויבעריקער האט געשריבן:א לעצטיגע אנטדעקטע קליפ פונעם לעגענדארער קלעזמער קלארינעטיסט ״דעיוו (דוד יצחק) טעררעס״ פון זיינע לעצטע יארן ווי ער פארציילט איבער זיין לעבן און קאריעריע און אמעריקא, און ווי ער שפילט אויף א קאנצערט בסוף שנותיו, ווי ווייט איך ווייס איז דאס די איינציגסטע קליפ וואס איז דא פון אים.

https://telegram.me/TFilesBot?start=7c7 ... 777518e0c8

אויף גוגל דרייוו

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... 3pMNDY5Tm8

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 6:06 pm

״א פריילאכער ניגון״ דורך ״נחמן צוקער״ און די ״פארגע-ניגון״ קלעזמער בענד, מיט פיינע דשעז אימפראוויזעשאנס אריינגעלייגט, (פאר ווער ס׳פארשטייט איז דאס גאר פיינע נייעס...)

הערט און האט א ״פארגעניגן״!

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... WZ5aXhaN28

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 7:38 pm

פיינע אשכול דאס.
ש'כח בריקער, גיי אן!
הק' איש ימיני

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 1:18 am


אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 1:49 am

וואו!!!!!!!!!!!!
יעס!!!!!!!!!!!!!!!!!
ענדליך!!!!!!!!
נארמאלע עכטע אידישע אלטע טיפע מוזיק!!
דאס איז ריכטיג טעראפי, דאס ברענגט אריין א שמחה אין א אידישע טאנץ

גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע ״ראצערס״ וואס פארשטייען נאר צו ״טעקנאו״ מיט קראצעדיגע הויעכע ספיקערס

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 1:55 am

בויבעריקער האט געשריבן:יונתן יאזשעף נ״י מיט א קלעזמער בענד

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... kNZY0FsZ2s

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... 2N6VUpEU3M

יוחי קעניש דראמען קיין קלעזמער. ער ספוילט עס

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 10:52 am

בויבעריקער האט געשריבן:יונתן יאזשעף נ״י מיט א קלעזמער בענד

ווער איז דער אקארדיאן שפילער דארט ?

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 11:15 am

זאבי זייענס

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:39 pm

און איינס לכבוד שבת קודש...

״חיליק פראנק״ מיט זיין ״הלב והמעיין״ בענד. קל אדון - ברסלב

https://drive.google.com/open?id=0B69ae ... TdQRFUxM2M

די הלב והמעיין בענד האט געווינען די ״ערשטע פרייז״ ביי די 2010 אינטערנאציאנאלע אידישע מוזיק פעסטיוואל אין אמסטערדאם, האלאנד. און איז זינט דאן געווארן זייער פאפולער צוזאם ברענגענדיג די נשמה און הארץ פון חסידישע נגינה מיט קלעזמער.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift און 15 געסט