בלאט 4 פון 19

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:31 am
דורך איינס
די תהלימל ניגון איז א קנאק פון א ניגון
אבער איך מיין אז דער זינגער וואס גייט מאכן די ערשטע קליפ אויף דעם וועט זיין דער געווינער.
לדעתי זינגט ער דאס נישט צו הכעט, די רגש אין זיין קול ביי די ניגון הערט זיך גאנץ פאלטש

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:00 am
דורך טויגליכער איד
איינס האט געשריבן:די תהלימל ניגון איז א קנאק פון א ניגון
אבער איך מיין אז דער זינגער וואס גייט מאכן די ערשטע קליפ אויף דעם וועט זיין דער געווינער.
לדעתי זינגט ער דאס נישט צו הכעט, די רגש אין זיין קול ביי די ניגון הערט זיך גאנץ פאלטש

הבל הבלים
ער זינגט עס גאר גאר הארציג, עס טרייסלט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:04 am
דורך איינס
אכן עס טרייסלט
און ווען מזינגט קומט נישט די קול זאל טרייסלען

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:08 am
דורך אויבער-חכם
אין איין ווארט, הערליך!
כלל ישראל לעכצט פאר נארמאלע היימישע אלבום׳ס

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:15 am
דורך טויגליכער איד
איינס האט געשריבן:אכן עס טרייסלט
און ווען מזינגט קומט נישט די קול זאל טרייסלען

עס טרייסלט.
פירש"י:
עס טרייסלט אויף די טיפענישן פון די נשמה,
עס ערוועקט די הרגשים,
עס ברענגט ארויס שטארקע געגועים:

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:38 am
דורך ביזנעסמאן
ס'איז גראדע א חידוש אז אן ארץ ישראל'דיגער זינגער זאל אזוי גוט אראפלייגן א ניגון מיט אידישע גראמען! ארויסזאגן אזוי קלאר די ווערטער, און דא דארט היבש קאמפלעצירטע

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:16 pm
דורך אור
פינקי האט דעליווערט פיינע סחורה פאר מוטי'ן !

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:25 pm
דורך פארטראכטער
טויגליכער איד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אכן עס טרייסלט
און ווען מזינגט קומט נישט די קול זאל טרייסלען

עס טרייסלט.
פירש"י:
עס טרייסלט אויף די טיפענישן פון די נשמה,
עס ערוועקט די הרגשים,
עס ברענגט ארויס שטארקע געגועים:

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:32 pm
דורך ענדע צדיק!
די בריוועלעך ניגון, קוקט אויס, ווי מאטי האט עס שוין געמאכט לאנג צוריק. די שורות זענען היפש ״פלעין״, און אפשר אביסעל באארינג.

אן אויסנאם איז די פזמון וואס ממש רייייסט, קנאקעדיגע שורות! און אפגערעדט די תנועות, wow!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:19 pm
דורך אור
די 2טע פאל פון ואני קרבת אלקים לי טוב איז עפעס איייזן...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:25 pm
דורך yield
זעט מיר אויס ווי זיין קול טשענדזשט זיך

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:40 pm
דורך sheer vocal talent
איינס האט געשריבן:
sheer vocal talent האט געשריבן:wow! א הערליכע סי די!! איך וויל פארשטיין די יודישע ווערטער פון "כה אמר" (Track 2) .... בין איך "מיין" קינד אלעמאל פארהאנען???

לכתך, אין אלע שווערע זמנים
בין איך - מיין קינד - אלעמאל פארהאנען.

וואס דאס מיינט:
מיין קינד אין אלע שווערע זמנים
בין איך (פאר דיר) פאראנען

איך כאפ. אבער ער וואלט געדארפט מאכן עפעס אין די ניגן אז מזאל כאפן וויאזוי אופצוטייטשן די ווערטער.....

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:54 pm
דורך abeg
אור האט געשריבן:די 2טע פאל פון ואני קרבת אלקים לי טוב איז עפעס איייזן...


די צװײטע פאל איז ענדליך צי די ניגון לשיעתך קויתי פין בערי װעבער׳ס לעצטע אלבום (פינקי׳ן איז אױך די מחבר פון די ניגון)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:00 pm
דורך sheer vocal talent
abeg האט געשריבן:
אור האט געשריבן:די 2טע פאל פון ואני קרבת אלקים לי טוב איז עפעס איייזן...


די צװײטע פאל איז ענדליך צי די ניגון לשיעתך קויתי פין בער װעבער׳ס לעצטע אלבום (פינקי׳ן איז אױך די מחבר פון די ניגון)

גערעכט. אבער נאר די יודישע ווערטער....

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:27 pm
דורך נו וואדע
גראדע די התנערי פאל פון יוסי גרין לכה דודי ענדלט גאר שטארק צו די וויזניצע שרייטדזשע יידעלעך גוט שאבעס

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:36 pm
דורך תלמוד תורה
הערליך שיין
האט איינער באמערקט די קנייטש ביי די ערשטע ניגון בערך ביי 3:42
לכאורה איז עס פאר א גוט אויג....

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:48 pm
דורך איינס
sheer vocal talent האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
sheer vocal talent האט געשריבן:wow! א הערליכע סי די!! איך וויל פארשטיין די יודישע ווערטער פון "כה אמר" (Track 2) .... בין איך "מיין" קינד אלעמאל פארהאנען???

לכתך, אין אלע שווערע זמנים
בין איך - מיין קינד - אלעמאל פארהאנען.

וואס דאס מיינט:
מיין קינד אין אלע שווערע זמנים
בין איך (פאר דיר) פאראנען

איך כאפ. אבער ער וואלט געדארפט מאכן עפעס אין די ניגן אז מזאל כאפן וויאזוי אופצוטייטשן די ווערטער.....


למעשה שוין ביים ערשטן חלק איז עס נישט אזוי קלאר:
לכתך לכתך אין אלע שווערע זמנים
ביסטו מיין קינד מיך נאכגעגיינגען
בשעת מען ליינט דאס איז די מעסעדזש זייער קלאר: דער באשעפער זאגט ״אין אלע שווערע זמנים ביסטו מיין קינד מיר נאכגעגיינגען״.
אבער ער זינגט אזוי: אין אלע שווערע זמנים ביסטו מיין קינד ביסטו מיין קינד.... ס׳לאזט זיך הערן אז אין אלע שווערע זמנים בלייבסטו מיין קינד.
די זעלבע איז די לעצטע ״אין אלע שווערע זמנים בין איך מיין קינד בין איך מיין קינד..״, וואס מאכט מיר דערמאנען פון יואלי לעבאוויטש׳ס ניגון איך בין מיין אייגענער זיידע.

אבער נאכן כאפן די כונה איז די תנועה געוואלדיג, סאיז אזא בחינה פון זיך אליין אויסנארן יעדן מאל אז דא קומט א געדאנק.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:09 pm
דורך מי יודע
איינס האט געשריבן:די תהלימל ניגון איז א קנאק פון א ניגון
אבער איך מיין אז דער זינגער וואס גייט מאכן די ערשטע קליפ אויף דעם וועט זיין דער געווינער.
לדעתי זינגט ער דאס נישט צו הכעט, די רגש אין זיין קול ביי די ניגון הערט זיך גאנץ פאלטש

איך מיין אז בעצם זיינע קרעכצן הערט זיך נישט אזוי גוט, זעט אויס קעגן א גוט אויג, איך האב אים זייער ליב צו הערן זינגען, אבער ווען ס'קומט צו א קרעכץ הערט זיך עס נישט אזוי גוט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:23 pm
דורך אור
אור האט געשריבן:די 2טע פאל פון ואני קרבת אלקים לי טוב איז עפעס איייזן...
איז די פאל א פרעיגש?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:24 pm
דורך אבי.גערעדט
פארטיג זענען די צייטן ווען א אלבום פלעגט האבן עידיות בינונית און זיבוריות, אזא אלבום מאכט שוין נישט קיין נייעס היינט, דער ציבור פארשטייט צו גוטע סחורה און די ארויסגעבער פארשטייען דאס און דעליווערן וואס דער ציבור דארף

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:52 pm
דורך איינס
מי יודע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די תהלימל ניגון איז א קנאק פון א ניגון
אבער איך מיין אז דער זינגער וואס גייט מאכן די ערשטע קליפ אויף דעם וועט זיין דער געווינער.
לדעתי זינגט ער דאס נישט צו הכעט, די רגש אין זיין קול ביי די ניגון הערט זיך גאנץ פאלטש

איך מיין אז בעצם זיינע קרעכצן הערט זיך נישט אזוי גוט, זעט אויס קעגן א גוט אויג, איך האב אים זייער ליב צו הערן זינגען, אבער ווען ס'קומט צו א קרעכץ הערט זיך עס נישט אזוי גוט

גערעכט
און דערפאר האלט איך אז ווען א צוויטער זאל ווען ארויס געבן א קליפ פון דעם (כנהוג..), און מאטי זאל נאר אונטער זינגען וועט דאס זיין א דבר מושלם!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 4:27 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
יעצט געקויפט... אה מיי, די בריוועלע ניגון wow !!! פיל מיט הרגישים... איך האף נאך צי שרייבען א פול רעוויא אי׳ה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:53 pm
דורך ברעחדך קאפ
איינס האט געשריבן: איך מיין אז דער זינגער וואס גייט מאכן די ערשטע קליפ אויף דעם וועט זיין דער געווינער.


די ערשטע קליפ וועט מסתם זיין א performance פין מאטי אילאוויטש ביי א בוני עולם דינר.....

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 7:10 pm
דורך זכאי
די מעשה מיט די קרעכצען איז אזוי, ער קומט אריין גלייך אינעם ניגון ווי ער האלט שוין נאכן וויינען א האלבע שעה. משא״כ ווען ער הייבט אן די נמשל הייבט ער אן קודם שיין און קלאר, וואס בעצם וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, אנהייבן קלאר און ביים נמשל וויינען.
אבער עניוועי עס איז א הערליכע שטיקל און שיין אראפגעזינגן!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:57 pm
דורך אוהב שלום
הגם בדרך כלל קען מען נישט אנאליען קיין ניגון ביז מען הערט כאטש 5 מאל, אבער הערענדיג יעצט דעם טרעק 8 "לכה דודי", כאפ איך נאכנישט ווי ס'שטעקט אין דעי טרעק די מושג פון "ניגון"?