מאטי שטיינמעץ- הנשמה בקרבי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:33 pm

פאראויס האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צו די בריוועלע ניגון, ס'איז א שיינע ניגון, באט איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זאגן אז דאס איז די שענסטע אדער פון די שענסטע אויפ'ן סי די.


כבר כתבתי אז מיך שטערט די 'בריוועלעך', דוד המלך האט געשריבן בריוועלעך צו ה' מיט די פידל אין די הענט.... די נעקסטע ניגון גייט מסתם זיין אז משה רבינו האט געזינגען פינף ספרים הערליכע לידער, מיט די פעדער אין די האנט...

קען זיין אז די ניגון איז שיין, אבער די ווערטער קראצן, קלעבן עפעס נישט.

געקראכן אויף גראדע ווענט.


ער זאגט א נקודה, און ער איז נישט דער איינציגסטער דא. קוק צוריק.

גם אני בחלומי, ווען מ'האמיר געהערט ס'טעיפ, מורא'דיג הנאה געהאט. איך קויף נישט קיין סידי'ס געווענליך. די לעצטע -און כמדומה, ס'איינציגסטע- מאל וואס איך האב געקויפט א סידי די לעצטע 5 יאר איז געווען טאקע מוטי אילאוויטש. ער איז געוואלדיג, טאלאנטפול און הארציג. אבער ווי נישט ווי, א יונגעמאנטשיק ווי מיר, און זיינע געדאנקן זענען צומאל נישט אינגאנצן ריכטיג, און מיט דעת בעל הבית היפך'דיגע נקודות. ווען כ'האב מיט מיין בני בית געהערט די בריוועלע, האבן מיר עפעס ביידע געהאט די זעלבע געפיל אז ס'עפעס נישט ארויסגעברענגט ווי א תהלים איד וואלט עס געזאגט... קודם כל וואלט מער געשטימט ווען ער נוצט ווען ס'משל אז דער אהוב למלך פלעגט הארציג "זינגן" צום קעניג, נישט 'שרייבן'. ס'וואלט מער געקלעפט די "געפילן" פון קעניג...

נאכדעם איז עס עפעס זייער בעל-בתיש אראפגעלייגט. עפעס איז מיסינג אינסייד.

ס'האט מיר דערמאנט זיין 'לא איש דברים אנכי' ניגון, אז משה רבינו האט עס געזאגט ווייל ס'האט עם געפעלט סעל'ף עסטי"ם... (העט ווען געווען דפראדאקטי"וו אין מצרים, וואלט ער געווען אקעי. כ'הער). אקעי, ס'נישט דומה אהער. דארט איז די טעות געווען אסאך מואיס'ער. אזוינע געבראטענע (פראסטע) שטותים צו רעדן. ניין, משה רבינו און מלאכי מעלה האבן נישט קיין פראבלעם מיט סעלף קאנפידענס (וואס איז משורש גאוה. ענווה פסולה). ענווה איז אינגאנצן עפעס אנדערש. ס'האט קיין שום שייכות מיט סעלף עסטים...

מיין קאנסטרוקטעוו עדווייז פאר מיין פעוואריט זינגער/קאמפוזער/גראמער מוטי אילאוויטש;, ווען ער מאכט ניגונים וואס רעדן פון הייליגע זאכן און אידישקייט, צו נעמען א דורכגעטראכטער ת"ח, א בעל השקפה עס גוט איבערצוגיין.

און יא, כ'ווארט שוין קוים אויף זיין נעקסטן סידי!

האסט עס גוט ארויסגעברענגט
כ'האב שוין עטליכע מאל געהערט דעם תהלים ניגון, כ'האב געוואלט ס'זאל מיך כאפן, אבער עפעס נישט, עפעס פעלט דארט, ס'איז א געפילישע ניגון אבער ס'לופטיג אינעם פנימיות ס'דעליווערט נישט דעם מעסעזש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראבב
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:41 pm

למדן וחסיד האט געשריבן:https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=61786C6566634567496B48464B3342347436653838673D3D

ביטע לייגען נאך פין די שבע ברכות

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:45 pm

פאראויס האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צו די בריוועלע ניגון, ס'איז א שיינע ניגון, באט איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זאגן אז דאס איז די שענסטע אדער פון די שענסטע אויפ'ן סי די.


כבר כתבתי אז מיך שטערט די 'בריוועלעך', דוד המלך האט געשריבן בריוועלעך צו ה' מיט די פידל אין די הענט.... די נעקסטע ניגון גייט מסתם זיין אז משה רבינו האט געזינגען פינף ספרים הערליכע לידער, מיט די פעדער אין די האנט...

קען זיין אז די ניגון איז שיין, אבער די ווערטער קראצן, קלעבן עפעס נישט.

געקראכן אויף גראדע ווענט.


ער זאגט א נקודה, און ער איז נישט דער איינציגסטער דא. קוק צוריק.

גם אני בחלומי, ווען מ'האמיר געהערט ס'טעיפ, מורא'דיג הנאה געהאט. איך קויף נישט קיין סידי'ס געווענליך. די לעצטע -און כמדומה, ס'איינציגסטע- מאל וואס איך האב געקויפט א סידי די לעצטע 5 יאר איז געווען טאקע מוטי אילאוויטש. ער איז געוואלדיג, טאלאנטפול און הארציג. אבער ווי נישט ווי, א יונגעמאנטשיק ווי מיר, און זיינע געדאנקן זענען צומאל נישט אינגאנצן ריכטיג, און מיט דעת בעל הבית היפך'דיגע נקודות. ווען כ'האב מיט מיין בני בית געהערט די בריוועלע, האבן מיר עפעס ביידע געהאט די זעלבע געפיל אז ס'עפעס נישט ארויסגעברענגט ווי א תהלים איד וואלט עס געזאגט... קודם כל וואלט מער געשטימט ווען ער נוצט ווען ס'משל אז דער אהוב למלך פלעגט הארציג "זינגן" צום קעניג, נישט 'שרייבן'. ס'וואלט מער געקלעפט די "געפילן" פון קעניג...

נאכדעם איז עס עפעס זייער בעל-בתיש אראפגעלייגט. עפעס איז מיסינג אינסייד.

ס'האט מיר דערמאנט זיין 'לא איש דברים אנכי' ניגון, אז משה רבינו האט עס געזאגט ווייל ס'האט עם געפעלט סעל'ף עסטי"ם... (העט ווען געווען דפראדאקטי"וו אין מצרים, וואלט ער געווען אקעי. כ'הער). אקעי, ס'נישט דומה אהער. דארט איז די טעות געווען אסאך מואיס'ער. אזוינע געבראטענע (פראסטע) שטותים צו רעדן. ניין, משה רבינו און מלאכי מעלה האבן נישט קיין פראבלעם מיט סעלף קאנפידענס (וואס איז משורש גאוה. ענווה פסולה). ענווה איז אינגאנצן עפעס אנדערש. ס'האט קיין שום שייכות מיט סעלף עסטים...

מיין קאנסטרוקטעוו עדווייז פאר מיין פעוואריט זינגער/קאמפוזער/גראמער מוטי אילאוויטש;, ווען ער מאכט ניגונים וואס רעדן פון הייליגע זאכן און אידישקייט, צו נעמען א דורכגעטראכטער ת"ח, א בעל השקפה עס גוט איבערצוגיין.

און יא, כ'ווארט שוין קוים אויף זיין נעקסטן סידי!

הייליג גערעכט, יעדעס ווארט צו צעקושן!
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:47 pm

מי יודע האט געשריבן:ס'איז א געפילישע ניגון אבער ס'לופטיג אינעם פנימיות ס'דעליווערט נישט דעם מעסעזש

אקעי יעצט זאגסטו עפעס אנדערש, אז עס פעלט אביסל תוכן, און מיט דעם בין איך מסכים, ס׳איז אביסעל חלק-אלוקי-ממעל עפאכע׳דיג... אז דו נעמסט אזא הייליגע זאך ברענג עפעס שטאף נישט סתם געפיהלן. אבער פארגעס נישט אז טאקע ווייל עס איז בלויז געפיהלן האבן עס רוב דא ליב געהאט, מאמעדיג איז היינט גאנגבאר, אויף דיסקס און ביי חתונה׳ס.

מיר האט געשטערט איין זאך: ״דוד׳ל״, ווער איז דאס? דודל פון תהלים כולל? האלא מען רעדט דא פון דוד המלך נעים זמירות ישראל! והיינו הך ״דער שינאווער״ עפעס אזא חבר מיינער... דער ״שינאווער״.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:53 pm

דאס זענען די פראבלעמען היינט.
1) יעדער איז קאנעקטע"ד און א חבר מיטן באשעפער.
2) יעדער האט א מיינונג אויף פריערדיגע צדיקים.
3) יעדער האט א מיינונג אויף היינטיגע צדיקים.
4) יעדער מוז פארן קיין אומאן ראש השנה.
אהבת ישראל איז פארטוישט געווארן צו תאוות ישראל און ואהבת לרעך כמוך איז פארטוישט געווארן מיט לאוול"י דזשודעאיז"ם.
אויב שפירט איר אז די תגובה איז נישט ריכטיג ביטע קומט אין אישי ווייל איך ווייל נישט פארדרייען קיין אשכול.
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 5:11 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיר האט געשטערט איין זאך: ״דוד׳ל״, ווער איז דאס? דודל פון תהלים כולל?

געקאסט אן אויספלאץ..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 6:03 pm

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
די ניגון תנה בני לבך לי איז א בריליאנטענעם ניגון, ער וואלט נאר געדארפט מאכן אביסל בעסערע ווערטער אויף דעם, נישט מוסר ווערטער פון משלי מיט א חז"ל, מער עפעס חיזוק, אדער דבקות בה', אויף מוסר ווערטער קען מען נישט וויינען...


מיין הגה אויף דעם ניגון, אנשטאט מאכן די לשון הירושלמי און זינגען אראמיש, ווען ער מאכט די ווערטער אין אידיש וואלט עס געווען געוואלדיג

גראדע גלייך איך מער אריגינעל דער לשון הירושלמי אין אראמיש.

אלא וואדען? פון וואנעט קומט דער "ידעית"? ס'שטייט אין ירושלמי "ידע".

ועוד, ווער האט אים מנקד געווען די ווערטער? אני בעניי לויט מיינע קראנטע מקורות וואלט אנדערש געפינטעלט.

זעלטן וואס איך קויף נייע טעיפס, אבער דעם טעיפ האט מיך עפעס געכאפט פון די ערשטע מינוט, ובפרט דער ניגון תנה בני, קען זיין אידיש וואלט געווען שטערקער, זיצנדיג אזוי אין אפיס און הערנדיג אין די בעקראונד דעם ניגון, האב איך פרובירט צו שרייבן א פאר ווערטער אין אידיש, כולי האי ואולי וועט עס איינער מקבל זיין, אויב ס'איז נישט גענוג פאערפול קען מען עס מתקן זיין
דער אייבערשטער זאגט מיין טייער קינד
אויב דו געסט דיינע אויגן און הארץ פאר מיר אצינד
זיי צו היטן אלעמאל און עס האלטן הייליג
ווייס איך אז דו ביסט מיין חלק

נפש.
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 5:09 pm

תגובהדורך נפש. » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 5:56 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיר האט געשטערט איין זאך: ״דוד׳ל״, ווער איז דאס? דודל פון תהלים כולל?

געקאסט אן אויספלאץ..

א אויספלאץ? מיר האט עס געקאסט א קרעכץ, נעקסט קומט א ניגון איבער די 5 בענדער שמועס'לעך פון משה'לע....

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 7:52 pm

נפש. האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיר האט געשטערט איין זאך: ״דוד׳ל״, ווער איז דאס? דודל פון תהלים כולל?

געקאסט אן אויספלאץ..

א אויספלאץ? מיר האט עס געקאסט א קרעכץ, נעקסט קומט א ניגון איבער די 5 בענדער שמועס'לעך פון משה'לע....

שיק אריין דיין איידיע צו איינע פון די זינגערס... קענסט מאכן גרויס געלט.
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 1:07 am

מיין איידיע פאר די תנה בני ניגון אפאר אידישע ווערטער.

אמר הקדוש ברוך הוא
אויב דו גיבסט פאר מיר
דיין הארץ און דיינע אויגען
ווייס איך אז דו ביסט פאר מיר געבויגען...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

למדן וחסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

אנא בכח

תגובהדורך למדן וחסיד » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 7:37 am


אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 8:55 am

חסד שבמלכות האט געשריבן:זיצנדיג אזוי אין אפיס און הערנדיג אין די בעקראונד דעם ניגון, האב איך פרובירט צו שרייבן א פאר ווערטער אין אידיש, כולי האי ואולי וועט עס איינער מקבל זיין, אויב ס'איז נישט גענוג פאערפול קען מען עס מתקן זיין

דער אייבערשטער זאגט מיין טייער קינד
אויב דו געסט דיינע אויגן און הארץ פאר מיר אצינד
זיי צו היטן אלעמאל און עס האלטן הייליג
ווייס איך אז דו ביסט מיין חלק

זעהר שיין
צום זאך
קאנסט פיין
די פאך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 8:57 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:מיין איידיע פאר די תנה בני ניגון אפאר אידישע ווערטער.

אמר הקדוש ברוך הוא
אויב דו גיבסט פאר מיר
דיין הארץ און דיינע אויגען
ווייס איך אז דו ביסט פאר מיר געבויגע
ן...

היינו:
א גראם, מיט א טעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 2:34 pm

העי איך קען אויך גראמען.....

דער באשעפער האט א סימן
גיב אים די הארץ און די אויגן דיינע
אז די טוסט דאס נאכקומען
דאן ביזטו פון זיינע

-

אמר ה' דאס איז מיין סימן
דיין הארץ און אויגן טו מיר פארטרויען
אז דו ביזט אויף דעם מוכן ומזומן
ווייס איך אז איך קען אויף דיר בויען

-

זאג צו אונז דער הייליגער בורא
אז וואס איר זעט און וואס איר קלערט
איז פון אפגעהיטענע סחורה
דאן צו מיר, איר געהערט

ועוד...

למדן וחסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

כה אמר ה

תגובהדורך למדן וחסיד » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 6:16 am


וואשינגטאן
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 10:02 am

טישטוך האט געשריבן:דאס זענען די פראבלעמען? היינט.
1) יעדער איז קאנעקטע"ד און א חבר מיטן באשעפער.

לא זז מחבבן עד שקראן אמי אחותי ועיין בחז"ל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:36 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דאס זענען די פראבלעמען? היינט.
1) יעדער איז קאנעקטע"ד און א חבר מיטן באשעפער.

לא זז מחבבן עד שקראן אמי אחותי ועיין בחז"ל


פאר די רעקארדס,לאו דוקא בקשר מיט די סידי

טראץ וואס דער באשעפער ווערט אנגערופן אין פסוק "ריעך וריע אביך אל תעזוב" , ח"ו אז ממעג רעדן צום באשעפער חבר'יש, (כרעד ע"פ חז"ל, נישט די היינטיגע שוואכע דורות ברסלב-קארלבאך סעלף קאנפידענס וכו' וכו').

נאט אייך א תנא דבי אליהו (רבא ח)

תדע לך, כשבא סנחריב והקיף את ירושלים, עמד חזקיהו בתפלה לפני הקב"ה, שנאמר (מלכים ב יט), "ויתפלל חזקיהו לפני ה' ויאמר, ה' אלהי ישראל יושב הכרובים וגו', הטה ה' אזנך ושמע, פקח ה' עיניך וראה, ושמע את דברי סנחריב וגו', וידעו כל ממלכות הארץ כי אתה ה' אלהים לבדך." נראה שהיה חזקיה מדבר עם הקב"ה כאדם שהוא מדבר עם חבירו, מיד נחה רוח אלהים על ישעיהו הנביא, ואמר ליה ישעיהו הנביא לחזקיהו המלך, והלא אדם שהוא מדבר עם מי שהוא גדול ממנו - הלא מרתיע כל גופו, ונזדעזעין כל אבריו, המדבר לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה - עאכ"ו שיהא מדבר באימה וביראה וברתת ובזיע.
לפיכך חלה חזקיה חולי גדול, שנאמר בימים ההם חלה חזקיהו למות, ויבא אליו ישעיהו וגו', ויאמר אליו: כה אמר ה', צו לביתך כי מת אתה ולא תחיה. מאי כי מת אתה ולא תחיה אמר ליה הנביא, מת אתה בעולם הוה - ולא תחיה בעולם הבא, א"ל: וכ"כ למה, א"ל: משום דלא עסקת בפריה ורביה וכו'.
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 1:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:53 pm

איך בין מסכים מיט צווייפל. נאט אייך א גמרא ברכות לג:

מיתיבי, הקורא את שמע וכופלה - הרי זה מגונה - מגונה הוא דהוי, שתוקי לא משתקינן ליה!?
לא קשיא: הא דאמר מילתא מילתא ותני לה, והא דאמר פסוקא פסוקא ותני ליה.

אמר ליה רב פפא לאביי: ודילמא מעיקרא לא כוון דעתיה ולבסוף כוון דעתיה?
אמר ליה: חברותא כלפי שמיא מי איכא? אי לא כוון דעתיה מעיקרא - מחינן ליה במרזפתא דנפחא עד דמכוין דעתיה!

און קורצן די גמרא רעדט פון איינער וואס זאגט איבער ווערטער ביים דאווענען, פרעגט רב פפא וואס איז שלעכט? קען זיין אז די ערשטע מאל האט ער נישט מכוון געווען, וועגן דעם זאגט ער איבער א צווייטן מאל?
זאגט אים אביי: ביזט עפעס א חבר מיט'ן באשעפער?! אויב האסטו נישט אינזין געהאט כאפט מען דיך אהן אים מען שמייסט דיך ביזט די האסט אינזין!!! (פארשטייט זיך נישט פאר די היינטיגע שוואכע דורות...)
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 10, 2017 5:06 pm

טישטוך האט געשריבן:דאס זענען די פראבלעמען היינט.
1) יעדער איז קאנעקטע"ד און א חבר מיטן באשעפער.
2) יעדער האט א מיינונג אויף פריערדיגע צדיקים.
3) יעדער האט א מיינונג אויף היינטיגע צדיקים.
4) יעדער מוז פארן קיין אומאן ראש השנה.
אהבת ישראל איז פארטוישט געווארן צו תאוות ישראל און ואהבת לרעך כמוך איז פארטוישט געווארן מיט לאוול"י דזשודעאיז"ם.
אויב שפירט איר אז די תגובה איז נישט ריכטיג ביטע קומט אין אישי ווייל איך ווייל נישט פארדרייען קיין אשכול.

איך האלט אז עס איז יא ריכטיג, און איך זאג עס אין פובליק.
אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, שלום הצינורות און 27 געסט