בלאט 1 פון 7

מיכאל שניצלער "א נקודה'לע"

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 12:26 am
דורך וויכטיג מאכער
עכט דאפעך ווען מאכן א געהעריגע אינטראו, נאר כ'א'מורא אז גראמעלע גייט מיך אויסכאפן שרייבעך שנעל פאר ער הייבט אן...

מיכאל ארבייט העפטיג אויף נאך א יודישע סידי...

סטעי טונה...

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 12:58 am
דורך א גראם מיט טעם
וויכי, מיט דיר קען איך נישט קאמפיטען, ש'כח פאר די גוטע נייעס.
אפשר האסטו פראטעקציע אז איינע פון מיינע גראמטיקלעך זאל ווערען א ניגון...
( אדער קען איך שרייבען עפעס פריש )

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:17 am
דורך וויכטיג מאכער
ניגונים מיינעך איז שוין אלעס פול, אבער שרייבן גראמען קעמען נאך לכאורה אריינרוקן... ס'וועט אבער מוזן שטומען מיט די "טיעם"...

מיכאל ארבייט אביסל ווי די ערשטע פאר סידי'ס, ער האט א "טיעם" די ערשטע איז געווען מעשיות פון צדיקים, די דריטע איז געווען "שבת", עכ"פ ער וויל די סידי זאל האבן א "טיעם", איך וועל אי"ה מארגן רעדן מיט מיכאל און אים פארשלאגן דיין ניק...

דזשאסט פאר דיין אינפאו, א שיינע פאר אייוועלט ניקס האבן שוין געשריבן פאר מיכאל אין די פארגאנגענהייט, און טייל פון זיי זענען אנגעקומען צונעם דורך מיר... סאו האסט גוטע טשענסעס...

און אז מ'רעדט שוין, זאלסטע וויסן ווער די קאמפאוזערס זענען, פינקי, אבער ער שרייבט אליין זיינע גראמען, מאטי אילאוויטש, ער שרייבט אויך געווענליך אליין, דוד קויפמאן, און דער שטעסל וואס האט געשריבן אויף די פאריגע סידי, דאכצעך אז ליפא שרייבט אויך, און א נייע קאמפאוזער האט אויך געמאכט א ניגון...

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:01 am
דורך טעגלאש
זאל ער נאר זיכערמאכן אריין ווארפן עפעס קאנטראווערסיאל, וועט עס פארן ווי געהעריג

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:22 am
דורך חלפתא
בשורה טובה תדשן עצם,
קודם מאטי איליאוויטש, און יעצט מיכאל אליינס,
אויב איז ער קליג נעמט ער ביי גראם'ן אפאר זאכן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 12:00 pm
דורך באדינער
טעגלאש האט געשריבן:זאל ער נאר זיכערמאכן אריין ווארפן עפעס קאנטראווערסיאל, וועט עס פארן ווי געהעריג

;l;p-

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:09 pm
דורך farshlufen
זע איך דא אז וויכי ארבעט אויף א סידי, גוטע נייעס.

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:08 pm
דורך קרוץ מחומר
חלפתא האט געשריבן:אויב איז ער קליג נעמט ער ביי גראם'ן אפאר זאכן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:58 pm
דורך געפילטע פיש
ווער מאכט אים די מוזיק (איך האף ער גייט צוריק צו גיזבערג דאס מאל, כאטש דער ברייער האט געמאכט א פיינע ארבעט! אבער הערשי גינסבערג איז עפעס אנדערש...)

ווער זענען די קאמפאזערס און שרייבערס?

איך האף אז ער וועט האבן אפאר קנאקעדיגע מעשיות פון צדיקים אזוי ווי זיינע ערשטע.

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:16 pm
דורך לייבוש'ל
א גראם מיט טעם האט געשריבן:וויכי, מיט דיר קען איך נישט קאמפיטען, ש'כח פאר די גוטע נייעס.
אפשר האסטו פראטעקציע אז איינע פון מיינע גראמטיקלעך זאל ווערען א ניגון...
( אדער קען איך שרייבען עפעס פריש )

וויאזוי ווייסט מען אבער צו דו טויגסט ?
נאר ווייל דו האסט דעם ווארט גראם אין דיין ניקנאמען ?
שרייב עפעס א פראבע !

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:05 pm
דורך בוידעם
לייבוש'ל ביסט זייער אינג......
גראמי דארף שרייבען א פראבע? כאפ א בליק אויף זיינע פילצאליגע מייסטער ווערק דא אויף אייוועלט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:31 pm
דורך א גראם מיט טעם
א דאנק אייך, חלפתא, קרוץ, און בוידעם פאר אייער וואויט אוו קאנפידענס, אבער אין א וועג איז דער יונגער לייבוש גערעכט, ווער זאגט איך טויג דערצו?

דא האט איר א שטיקל וואס מיר האבען געשריבען פאראיאר צום בוני עולם דינער, טאקע אויף א ניגון פון מיכאל'ס לעצטע אלבום,ויראה הקהל וישפוט....
viewtopic.php?f=3&t=22763

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:03 pm
דורך קרוץ מחומר
נאכ'ן מוזן אפווישן מיין סקרין פון די פליסאכץ וואס האסט גורם געווען מיט דיין הארציגע געפילישע בוני עולם גראמטיקל, וואוט איך אויף הונדערט פראצענט פאר גראמי!!

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:18 pm
דורך לייבוש'ל
איך הייב הענט ....

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 1:46 pm
דורך ארעסטאנט
העלא וויכטיג מאכער, מ'רופט דיך נאך וויכי צי ס'שוין נייע צייטן דא?!

אלענספאלס איך האב א שטיקל דין תורה מיט דיר, ווער ס'גרייט צו זיצן אויפן בית דין פאנעל זאל זיך ווענדן אין אישי.

איז אזוי בעפאר איך האב אוועקגעמופט פון ניו יארק מעבר לים האב איך מיך הארציג געזעגנט פון וויכי, און אים ערקלערט אז אין מיין נייע וואוין ארט וועט מיר זיין שווער צו אנהאלטן דעם קשר מיט אייוועלט צוליב די שווערע אינטערנעט קאנעקשאן אין דריטע וועלט לענדער, אבער מ'האב מיר אפגעשמועסט אז אויף געציילטע טאפיקס וואס ס'וועט ארויפקומען אויפן פארום וועט וויכי אריינלייגן אלע כוחות מיך צו טרעפן און אויפפיקן פון מיר א תגובה איבער דעם נושא.

למעשה עבר קיץ, כלה חורף און כ'הער נישט פון וויכי גארנישט. בין איך געווען זיכער אז מן הסתם רעדט מען נישט פון דיזן נושאים און כ'קען זיין רואיג. מה עשה הקב"ה קום איך היינט ארויף אויפן וועלטל און כ'טרעף אז דייקא דעם ערשטן טאפיק וואס מ'האמיר אפגעשמועסט אז וויכי וועט מיך קיפן אפ טו דעיט האט ער מיך פשוט פארגעסן און איגנארירט... סייסט וואס? מיכאל קומט ארויס מיט א נייע סידי!!!

וויכי וויכי וויאזוי האסטו מיך אזוי מיאוס פארראטן? איכה אוכל וראיתי באובדן וואס טוצעך?! וואס האב איך דיר דען שוין געבעטן? פארגינסט מיר נישט אזויפיל?

למעשה טו איך דא פארעפענטליכן בשער בת רבים אז וויכי איז מוזמן לדין תורה בפני בי"ד של ג' ע"י קאג"ס ושמאג"ס.

תכלית וויכי, ווילאנג די רבנים וועלן ארויסגעבן זייער פסק ווער ס'איז גערעכט, ווען גיימיר אריבער צו מיכאל פאר א אונטערוויא?

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 2:04 pm
דורך להודיע
#עטרה ליושנה
#אייוועלט 2009
ארעסטאנט הרחק לא תרחיקו לכת העתירו בעדינו.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:07 am
דורך א גראם מיט טעם
שוין אין סטודיו?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:10 pm
דורך שמאטע
וואףף!!!!
ווען האט מען ארויסגעלאזט "פאלארד"???? כ'האב געמיינט אז הערשט אין נאוועמבער... וויאזוי איז דער ארעסטאנט אנגעקומען אהער?

@ארעסטאנט, כ'בין גרייט צו זיצן ביי א בית דין פאדעל צווישען דיר און וויכי. אבער נאר מיט א רעגן קאוט! (כ'טראסט ענק נישט..)

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:43 pm
דורך שלעפשיץ
אקעי איך נעם א בענקל מיט א שירעם

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:56 am
דורך סביב העולם
.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:25 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
ער זאל מיר ביטע אנטשולדיגען, ער מעג זיך אנטוהן א הוט און רעקל ביים גיין צי אזא הייליג ציון

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:30 pm
דורך בוידעם
קען זיין אלס לועג לרש גייט ער נישט דערמיט, זעהסט דאך אז ביים רבי'ן שליט"א גייט ער יא א הוט און רעקל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:04 pm
דורך שמדריך
ס׳איז פשוט, זעהט אויס מיכאל פסקנ׳ט ״יקרא דחייא ולא יקרא דשכבא״...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:18 pm
דורך ציפקע
מיכאל אדרעסירט זיין צוקונפטיגע אלבום אין אן אינטערוויו פאר "מאמענט".

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 6:12 pm
דורך Thank you
??CD וויאזוי הייסט די