מחשבות - מאטי אילאוויטש

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יא, איך בין מיט דיר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

איך אויך
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך נישט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך נישט.
הק' איש ימיני
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, איז וואר?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מטעמים האט געשריבן:יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, איז וואר?

פארוואס פרעגסטו?
הק' איש ימיני
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גערעכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, איז וואר?

פארוואס פרעגסטו?

ווייל איך שפיר מיך שלעכט צו זיין אויף די פארקערטע זייט פון ענדע צדיק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

כ'הער אז די וואך ביי די שווארץ-שטערן חתונה מיטוואך אין ראוז קעסטל האט ידידינו ר' מרדכי אראפגעלייגט א מעסיוו ארבעט
אויסגראמענדיג די מאמע פון חתן, עלי' השלום.
ווער ס'האט זאל ביטע ארויפלייגן.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

ישמחו האט געשריבן:כ'הער אז די וואך ביי די שווארץ-שטערן חתונה מיטוואך אין ראוז קעסטל האט ידידינו ר' מרדכי אראפגעלייגט א מעסיוו ארבעט
אויסגראמענדיג די מאמע פון חתן, עלי' השלום.
ווער ס'האט זאל ביטע ארויפלייגן.



https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf

קרעדיט @באגלייבט
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

ישמחו האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:כ'הער אז די וואך ביי די שווארץ-שטערן חתונה מיטוואך אין ראוז קעסטל האט ידידינו ר' מרדכי אראפגעלייגט א מעסיוו ארבעט
אויסגראמענדיג די מאמע פון חתן, עלי' השלום.
ווער ס'האט זאל ביטע ארויפלייגן.



https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf

קרעדיט @באגלייבט

ביטע לייגען אויף דראפבאגס
ישר כח
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

מאטי אילאוויטש נעכטן נאכט ביי די חתנה פון זיין איינציגסטע שוועסטער מען הערט דא ווי ער גראמט אויס זיין טאטע & זיין מאמע

https://www.dropbox.com/s/5yraujd8ve5jv ... 2.mp3?dl=0
לעצט פארראכטן דורך Intern Tish אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

זיין טאטע איז א באבוב'ער?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

העי, לאז די גוזמאות אינדרויסן

איך האב עס אויסגעהערט, ער זאגט פיין, אבער קיין בכיות נוראות האב איך נישט געהערט (שפאלטנדע עולמות ווייס איך נישט, מיין טעלעסקאופ ארבעט נישט INDOORS)
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמצעי »

Intern Tish האט געשריבן:מאטי אילאוויטש נעכטן נאכט ביי די חתנה פון זיין איינציגסטע שוועסטער מען הערט דא ווי ער גראמט אויס זיין טאטע & זיין מאמע

https://www.dropbox.com/s/5yraujd8ve5jv ... 2.mp3?dl=0

שוין גארנישט קיין גוזמאות, ווען איך שעם זיך נישט וואלט איך מיט געוויינט
זעלטן וואס מען הערט אזעלעכע גראמען.......... מען ברויך האבן א ספעציעלע קשר מיט עלטערן
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אמצעי האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:מאטי אילאוויטש נעכטן נאכט ביי די חתנה פון זיין איינציגסטע שוועסטער מען הערט דא ווי ער גראמט אויס זיין טאטע & זיין מאמע

https://www.dropbox.com/s/5yraujd8ve5jv ... 2.mp3?dl=0

שוין גארנישט קיין גוזמאות,

די גוזמאות זענען שוין ארויסגעשניטן געווארן
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

קען איינער ביטע ארויפלייגן די ווערטער פונעם אובאשרייבליכן מייסטרעשטיק "הר המוריה"?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אויבן אויף א בארג
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע

געבינדן פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה

פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן
די פּלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם 'הר המוריה' אויסגעקליבן

כאטש עס איז פארהאן
פיל פּלעצער וואס קען זיין
שענער'ס ווי די הר המוריה
פיל רייכערע ערד
נו, פארוואס פּונקט דא ווערט
דאס פּלאץ וואו על תילה בנויה

ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט
וואו מ'האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר'ן בורא צו גיין
חשוב איז ביי'נ'אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין

לויט'ן חשבון פון פריער
אז חשוב איז ביי דיר
די פּלאץ וואו מען שטארבט פאר דיינע באפעלן
באשעפער דו זעסט
וואו צו בויען דיין נעסט
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן

'אויפ'ן 'אוטו דא פעי
פאר'ן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפּאניע
אויפ'ן זעלבן פּלאץ ווי פונעם שייטער הויפן

אין רוסלאנד הינגעריכטעט
גע'שחט'ען און פארניכטעט
געגאנגען אין פייער פאר דיר
צי וועסטו טאטע קרוין
בויען דיין וואוין
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר

אין אייראפּע וואו דו קוקסט נאר אלס
דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויס'שחט'ן און אויסהונגערן
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב
וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן

אין אינדיע מומביי
פארן זיין א חלק אלקי
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד
די הויז פון בלוט און טרערן
צי קען עס נאך איין טאג ווערן
א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד

ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט
וואו מ'האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר'ן בורא צו גיין
חשוב איז ביי'נ'אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין

אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל
אויף יעדן בארג און טאל
איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות
אויף וועלכע גאס
אויף וועלכע אויפרייס
ווילסטו בויען דיינע געביידע'ס

דארט וואו בחורים פארכאפט מען
וואו מתפללים אנקלאפט מען
אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער
אוי טאטע ס'שוין גענוג
משיח שוין שיק
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער


חשוב איז ביי'נ'אים דאס ארט...
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין
חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:אויפ'ן 'אוטו דא פעי
פאר'ן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפּאניע
אויפ'ן זעלבן פּלאץ ווי פונעם שייטער הויפן

וואס מיינט "אויפ'ן 'אוטו דא פעי", "שייטער הויפן"?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

די פלאץ ווי די שפאנישע רשעים האבן פארברענט די אידן וואס האבן זיך נישט געוואלט טויפ'ן.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:די פלאץ ווי די שפאנישע רשעים האבן פארברענט די אידן וואס האבן זיך נישט געוואלט טויפ'ן.

https://en.wikipedia.org/wiki/Auto-da-f%C3%A9
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

ווישוואש האט געשריבן:
אמצעי האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:מאטי אילאוויטש נעכטן נאכט ביי די חתנה פון זיין איינציגסטע שוועסטער מען הערט דא ווי ער גראמט אויס זיין טאטע & זיין מאמע

https://www.dropbox.com/s/5yraujd8ve5jv ... 2.mp3?dl=0

שוין גארנישט קיין גוזמאות,

די גוזמאות זענען שוין ארויסגעשניטן געווארן

ס'קוקט נישט אויס ווי מ'האט עפעס געשניטן פון דא.
פארוואס קלערט איר אז ס'איז געשניטן?
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמצעי »

ישמחו האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
אמצעי האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:מאטי אילאוויטש נעכטן נאכט ביי די חתנה פון זיין איינציגסטע שוועסטער מען הערט דא ווי ער גראמט אויס זיין טאטע & זיין מאמע

https://www.dropbox.com/s/5yraujd8ve5jv ... 2.mp3?dl=0

שוין גארנישט קיין גוזמאות,

די גוזמאות זענען שוין ארויסגעשניטן געווארן

ס'קוקט נישט אויס ווי מ'האט עפעס געשניטן פון דא.
פארוואס קלערט איר אז ס'איז געשניטן?

יוש.. א יון אין דע סוכה (אנטשולדיגט)
דע קאמונטורען זענען געווען גזמאות און דאס האט מען ארויס געשניטען
שוין איבער געהערט אפאר מאל - מאטי די ביזט פיינע נייעס
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
טיש אין בענקל
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיש אין בענקל »

ביטע ארויפלייגן די ווערטער פין די פערטע ניגון פין די כתב סופר. שכח . דאנק פין פאראויס
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פסח ביינאכט דארטן אין הויף ער
זיצט ביים טאטע’ן, ביים חתם סופר
דער כתב סופר אלס קינד נאך קליין
די הגדה ער וויל פארשטיין
טאטע’ניו, דיר פרעגן עפעס איך וויל

דער חתם סופר שיינט אזוי נחת’דיג
ער הערט אים אויס אבער ענטפערט גארנישט צוריק
דער כתב סופר פרעגט נאכאמאל
די טאטע ווערט אבער נישט נתפעל
ער הערט אים אויס און בלייבט ווייטער שטיל

דער כתב סופר פארשטייט נישט וואס איז פשט
פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער תיכף ומיד
ער ווארט מיט קלעם, ביז מען האלט שוין נאכ’ן סדר
מיין קינד ענטפערן יעצט איך גיי דיר

דער חתם סופר נעמט זיין קינד אויפ’ן שויס
פארענטפערט זיין קשיא אין איין רגע בלויז
דער כתב סופר שמייכלט אבער פלאצט אויס אין א געוויין
יעצט האב איך שוין נאך עפעס וואס איך וויל פארשטיין

טאטע טאטע, אויב האסטו דעם תירוץ געוויסט
פארוואס ווען איך האב עס פריער געפרעגט, שטיל געבליבן דו ביסט
האסט געזען איך בין פאר’צער’ט
דו זעסט איך שטיי און ווארט
פארוואס לאזטו מיך ווארטן אזוי לאנג

אוי… מיין טייער קינד דו ביסט נאך זייער קליין
א לימוד פאר דיין לעבן וויל איך דו זאלסט פארשטיין
דו וועסט דיך באלד א דריי טון
קשיות וועלן באדערן און וויי טון
וויל איך דו זאלסט געדענקן דעם געדאנק

אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ’ס שווער
קשיות און ספיקות, מ’ווארט אויף אן ערקלער
איך וויל זאלסט געדענקן, ס’איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך
אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך

אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט
ביז ס’ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ’האט געהאט
גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן
ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן

ברודער’ל מיינס, דו ווייסט שוין אצינד
טויזענטער זאכן וואס דו האסט נישט פארשטאנען אלס קינד
דו קענסט ענטפערן באלד
דעם קינד פון צען יאר אלט
וואס פארשטייט נאכנישט דאס וואס דו האסט אמאל נישט פארשטאנען

אסאך מאל דארפן יארן דורכגיין
ביז מ’קען פארשידענע זאכן פארשטיין
מען מעג פרעגן און וויינען
אבער זאלסט נישט מיינען
אז קיין תירוצים איז נישט פארהאנען

והיה כי ישאלך מה זאת
די בוך פון קשיות איז דאך אזוי גרויס
מיר לעבן אין א וועלט פיל מיט פראבלעמען, צווייפלען און דאגות
יעדער דרייט זיך ארום מיט פראגעס

ס’איז נארמאל צו וויינען און שרייען פון קלעם
ס’איז נארמאל צו מאנען און פרעגן למה השם
דער באשעפער ענטפערט אלעמאל צוריק אפילו דו הערסט עס דאך נישט
אסאך מאל ענטפערט ער, איך קען דיר נאכנישט ענטפערן, נאכנישט

אוי… מיין טייער קינד, דיר אויסהערן איך טוה
איך זעה וואס טוט דיך שטערן, אבער ס’נאך צו פרי
אז דו זאלסט קענען זען
פארוואס דאס מוז געשען
פארוואס פונקט ביי דיר און פארוואס פונקט היינט

אוי… די תירוצים זענען דא אויבן אזוי קלאר און שיין
אסאך מאל, קינד מיינס, ביסטו נאך צו קליין צו פארשטיין
דיין הארץ איז פאר’צער’ט, נאך
אביסעלע ווארט נאך
און אט וועסטו שמייכלען מיט פארשטאנד

אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ’ס שווער
קשיות און ספיקות, מ’ווארט אויף אן ערקלער
איך וויל זאלסט געדענקן, ס’איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך
אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך

אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט
ביז ס’ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ’האט געהאט
גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן
ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

איך פארשטיי עפעס נישט פשט אין די הר המורי' ניגון, איינער קען מיר ביטע מסביר'ן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”