ניגונים און זינגערס
מיטוואך מאי 20, 2015 1:20 pm
ס'נישט נארמאל וואס דער מאטי האט דא אנגעווערטשאפט!
הינדערטער טשעקס גייען ווארשיינליך קראכן היינט צוליב וואס די ארבייטערס זיצען ציגענאגעלט צום סידי און זיי גייען פארפאסן די דעפאזיט דעד-ליין...
כ'כאפ מיך יעצט אז די ווענדארס גייען אויך נישט דעפאזיטען די טשעקס... סאו... האקטס שטיקער חברה!!
אוי "ווייל צדיקים האבן געזאגט... אז די מאמע איז געווען בלינד,.. און זי האט געגעבען צי פארשטיין... אז בכל צער וצער. אוי יוי שיש לישראאאל, אני אני אניההייי עמהעעעם..."
Advertisement
מיטוואך מאי 20, 2015 1:35 pm
איך פארשטיי נישט וואס די איבערקערניש אויף "די מאמע'ס אויגן" ניגון, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין די נמשל?
על כן אברים שפלגת בנו... אז אינזער מאמע בעט זיך בא'נונז "היט אויף מיינע אויגן" האלט מיינע אויגן הייליג אין קוק נישט ווי מ'ברויך נישט
בין איך אפשר די נער דא?
ביי די וועי איך האב נאך נישט געהערט קיין אנדערע טרעק ווייל די מאמע ניגון גייט איבער אין איבער
מיטוואך מאי 20, 2015 1:42 pm
ארעסטאנט האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט וויכי אז ס׳נישט קיין מעשה ס׳איז די קאנצעפט. איז אפשר זאגסטו מיר וואס איז דא די קאנצעפט? אז א מאמע טוט אלעס פאר איר קינד, אדער אז קינדער פארשטייען נישט עלטערן טייל מאל און צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ס׳געווען פאר זייער טובה? אדער אז די מאמעס דארפן גיין צו די פי.טי.עי מיטונגס?..
נאכאמאל איך פערזענליך גיי ניסלעך פאר דעם ניגון ווייל ס׳לאזט מיך צוען אייגענע מסקנות לויט וועלכע מוד איך בין יעצט. אבער למעשה דאכט זיך אז דער אלגעמיינער ציבור וואלט יא ענדערש אינדזשויט א פיקס פערטיגע מעשה מיט א מוסר השכל.
אבער ווי געשמועסט על טעם וריח וכו׳ (דער לאזונג איז נאך גילטיג דא בכלל?...)
אה, קודם זעה איך אז דו האסט געטוישט דיין חתומה... מזל טוב!
און די ענטפער איז "אלל אוו די עבאוו"... יעדער קען אפמאכן וועכע מסקנה ער וויל... איינס "וואס א מאמע טוט אלס פאר א קינד", און קינדער פארשטייען עס נישט, און ווי דו האסט געשריבן אז "מ'קעניש אלץ וויסן די עכטע מעשה", בנוגע פי טי עי בינעך נישט זיכער צו ס'מיינט יא גיין אדער נישט גיין, איי געסס יעדער קען ארויסנעמען וואס זיי ווילן...
בנוגע אלגעמיינע ציבור, ממממ, גוטע פראגע... מיר דאכצעך אז מיכאל'ס "חייקל בעל עגלה"... וואס 95 פראצענט איז נאר א מעשה, "לעכטעלע" ניגון וואס איז 100 פראצענט בלויז מעשה און "א קליין לעכטיג קינד אזוי בא'חן'ט" וואס איז אויך בלויז מעשה אן קיין שום נמשל אדער מוסר השכל און די זעלבע איז די מעשה אין די קרעטשמע מיטן "אור המאיר", די אלע האט דער עולם מער געגליכן ווי די אנדערע מעשיות, סיי די ניר - ברודער מעשה, סיי די "ברכת כהנים" און "ברכת הבנים" זענען זייער שיין, אבער די ניגונים ווערן אפגע'שחט'ן דורך די מוסר השכל/נמשל...
מיטוואך מאי 20, 2015 1:55 pm
כ׳האב נישט געמיינט צו זאגן אז ס׳מוז זיין א מעשה מיט א מוסר השכל, אבער טאמער איז עס א באבע מעשה דארף עס א מוסר השכל אדער א ענד פוינט. די ניגונים וואס דו ערווענסט זענען אלע אמתדיגע געשיכטעס וואס דארפן נישט קיין מוסר השכל, עס איז א מעשה שיין אפגעזינגן אויף גראמען, און ע״פ רוב איז מובן מעצמו וואס דער ניגון וויל ארויסברענגן. חייקל בעל עגלה ברענגט ארויס דעם ענין פון שכר אויף יענע וועלט, לעכטעלע איז א מלחמה געשיכטע מיט א פרייליכע ענדע, דער אור המאיר איז ארויסצוברענגן דאס ענין פון מאכן ברכות און אזוי ווייטער
מיטוואך מאי 20, 2015 1:56 pm
ארעסטאנט האט געשריבן:כ׳האב נישט געמיינט צו זאגן אז ס׳מוז זיין א מעשה מיט א מוסר השכל, אבער טאמער איז עס א באבע מעשה דארף עס א מוסר השכל אדער א ענד פוינט. די ניגונים וואס דו ערווענסט זענען אלע אמתדיגע געשיכטעס וואס דארפן נישט קיין מוסר השכל, עס איז א מעשה שיין אפגעזינגן אויף גראמען, און ע״פ רוב איז מובן מעצמו וואס דער ניגון וויל ארויסברענגן. חייקל בעל עגלה ברענגט ארויס דעם ענין פון שכר אויף יענע וועלט, לעכטעלע איז א מלחמה געשיכטע מיט א פרייליכע ענדע, דער אור המאיר איז ארויסצוברענגן דאס ענין פון מאכן ברכות און אזוי ווייטער
נו, די ניגון איז ארויסציברענגען ארעסטאנט פון ארעסט.
מיטוואך מאי 20, 2015 2:12 pm
בלינד... נישט גיזינט.... איך וויין!!!
מיטוואך מאי 20, 2015 3:34 pm
וויכי, כ'וויל דיר נאר זאגן דא צווישן פיר אויגן... כ'האף אז מאטי וועט עס נישט ליינען.... איך וואלט דיר נישט געלאזט שרייבן קיין ריוויו!! איי מין מען או מען!!! אזוי "אראפצולייגן" די ניגונים, אז כ'קען זיי באלד פון דיינע ווערטער אליין נאכזינגען!!
ערענסט גערעדט, א געוואלדיגע ארבייט וויכי! אויב איז די סי.די. נאר אזוי גוט לגבי סידיס, ווי דיין ריוויו לגבי ריוויוס, איז עס א היט שבהיט!! סאונד עקסייטינג!!!
מיטוואך מאי 20, 2015 4:11 pm
יא מר. מאכער איז גערעכט געווען אמתדיג א שיינע באטעמטע רירנדע קלאסישע אלבוים און יא ר' מאטי זינגט ספעציעיל שיין אראפ די נגונים די היט פונעם יאר דערווייל........
מיטוואך מאי 20, 2015 6:49 pm
לויט ווי איך פארשטיי איז עס נאכנישט דא אויף אייטונס
גערעכט?
מיטוואך מאי 20, 2015 9:22 pm
אוי אוי.... א הארץ פון שטיין דארף מען האבן נישט צו צוגיין.... עפעס א אבנארמאלע דזשאב האט דא מאטי אראפגעלייגט.. די ניגון פון די מאמע... איך האמעך שיעור צעוויינט... עפעס נישט נארמאל.
מאטי, איך ווייס נישט צו דו פאלסט דא אריין אין אונזער וועלטל, אבער איך מודער זאגן... עך האנאך אזא שיינע סידי נישט געהערט אין מיין לעבן... עך מאך נישט קיין גוזמאות, אבער דיין סידי רייסט פון מיר שטיקער.. שכוח און אונז ווארט מיר אויף נאך..
קיינמאל זאלסטו נישט זאגן לא איש דברים אנכי
מיטוואך מאי 20, 2015 11:39 pm
איים סארי!
כ'האב נאכנישט געהערט דעם סי די, בלויז קוקנדיג אין א ספר אין ספרים סטאר האט די סי די געארבעט,
איין ניגון עפעס וועגן די כח פון א גראם,
איך האב נישט ליב אט די סטייל שורות, ביי מיר איז
זאג- נישט
יאג-נישט
טראג - נישט,
פלאג-נישט,
נישט געגראמט, איים סארי, ס'הערט זיך אפשר שיין, אבער ס'איז נישט אויסגעהאלטן אויפן פאפיר ווען דריי שורות ענדיגן זיך - נישט, נישט, נישט,
נאכאמאל אנטשולדיגט פאר די קריטיק, ווען מיר וועלן עס הערן גרינטליך וועט קומען די קאמפלימענטן,
מיטוואך מאי 20, 2015 11:43 pm
דאס איז נישט קיין גראמען, עס איז פאעזיע.
מיטוואך מאי 20, 2015 11:48 pm
שאץ מאץ האט געשריבן:איים סארי!
כ'האב נאכנישט געהערט דעם סי די, בלויז קוקנדיג אין א ספר אין ספרים סטאר האט די סי די געארבעט,
איין ניגון עפעס וועגן די כח פון א גראם,
איך האב נישט ליב אט די סטייל שורות, ביי מיר איז
זאג- נישט
יאג-נישט
טראג - נישט,
פלאג-נישט,
נישט געגראמט, איים סארי, ס'הערט זיך אפשר שיין, אבער ס'איז נישט אויסגעהאלטן אויפן פאפיר ווען דריי שורות ענדיגן זיך - נישט, נישט, נישט,
נאכאמאל אנטשולדיגט פאר די קריטיק, ווען מיר וועלן עס הערן גרינטליך וועט קומען די קאמפלימענטן,
POETRY
different then a Rhyme
דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:30 am
בוידעם האט געשריבן:דאס איז פאעזיע.
פאעזיע איז נישט געמאכט צי זינגען
דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:29 am
עס האט טאקע אויך נישט קיין ניגון.
---
וען מען רעדט פון די עצם סידי, עס איז א הערליכע שטיקל ארבעט! א שטיק מאטי! א שאד אז מען האט געדארפט אנפולן די טעיפ מיט אפאר פשוטע ניגונים, הלויאי ווען יעדע אייינס איז גראמען, (ער האט שוין געמאכט שיינע ניגונים, אבער דא איז עס עפעס נישט קיין ריזיגע חידושים, חוץ די קדשינו וואס כהאב יא ליב געהאט).
מוזיק-ארענדזשמענס-קווייער, זענען שוואך.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:08 am
על טעם וריח אין להתוכח.
אני הקטן ווער משוגע פון די לירוקס ניגון, הן פון די ניגון און הן פון די גראמען -פאעטרי.
די עקידה-הר המוריה ניגון איז עפעס פאריקט צו ווערן.
גראדע קדשינו, טאקע א מעכטיגע ניגון, אבער די פאל פון וטהר לבינו איז ממש די זעלבע תנועה ווי לעשות את השבת פון פינקי - בערי וועבער אויף בן מלך.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:59 am
בוידעם האט געשריבן:על טעם וריח אין להתוכח.
אני הקטן ווער משוגע פון די לירוקס ניגון, הן פון די ניגון און הן פון די גראמען -פאעטרי.
יאפ! עס איז א הערליכע שטיקל, כוואלט געזאגט עס איז די היט פון די טעיפ. ווען מען נעמט נישט געפיהל אין באטראכט.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:32 am
כ׳הייב יעצט אן צו הערן דעם דריטן מאל די אלבום, ממילא קען איך נישט זיין זיכער אז מיין מיינונג וועט זיך נישט טוישן.
ביזדערווייל;
תוכן: 8
ליריקס: 9
זינגער: 9 (כ׳בין סורפרייזד!)
מוזיק: 8
קווייער: 7
פעיוואריט ניגון: די מאמע׳ס אויגן.
(כ׳וואלט עס גערופן ״אויגן״, פונקט ווי ״פארשטיין״)
גאר חסיד׳יש. גאר ווארעם. גאר געשמאק.
און די דיזיין איז כמעט פערפעקט, פאסט פונקטליך פאר די אלבום.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:05 am
אלץ א מבין וואס דרייט זיך דא שוין א לאנגע צייט און האט שוין לערנען געקענט די מבינים דא (וויכי צייטליך און פארשטייט זיך גראממי מיט די גראמטיקלעך)
נאכען הערען אפאר מאל די נייע פראכטפולע סידי מיט די תגבות פונם ציבור האב איך מחליט געוועהן אז איך קען מיך נישא אייהאלטען און מיז מיך אריינסיינען און זאגען מיין מיינוג
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:05 am
קודם כל מאטי האט מיר סורפרייסט ער האט געמאכט א זשאב איינס אין די וועלט שוין לאנג נישט געוועהן אזוינס
גענימען טיפע נושאים און שיין ארויסגעברענגט סקלאר אז דאס איז די היט פון די יאר
אבער לגופו של ענין וויכי האט נארויסגעברענגט ביים הקדמה אז מאטי ניגונים ווערט געזינגען בכל תפוצות ישראל און ביי יעדע געלעגנהייט........... סאיז נישט ממש אזוי!!!!!!!!
מאטיס ניגונים איז געמאכט זשאסט פאר די טעיפ און די גראמען אויף וואס סאיז געמאכט
כמיין צוזאגען למשל א בעל תפילה וואס וועט צוגיין צום עמוד דעם שבועות איז נישט דא כמעט קיין איין ניגון פון מאטי וואס מקען ניצען נישט פאר קיין לעבעדיגע הודו אדער ווארימע פתחו לי
קען זיין אז איינער וועט טרעפען דא און דארט עפעס אבער און גענערעל נישט
יעצט צום טעיפ
איך האב אן אנדער טעיסט פון ענק אלע דא.
די עולם איז ארויס פון התפעלות פון די אויגען ניגון לדעתי איז דאס נישט מער ווי אונגארישע באבעדיגע געפילען די ניגון ברענגט טאקע ארויס די קשר פון א מאמע צום קינד אבער דער ניגון איז מער געפיל ווי שכל
בכלל די גאנצע נושא פון בייגראמען נשים ביי א חתונה פאדערט זיך א גאנצע אשכול פאר דעם
פינקי האט איינגעפירט אז מבייויינט א מאמע ביים חתונה און מאיז זי משבח (סאיז מעגליך א הלכהדיגע שאלה -מקען מאכען פאר דעם א כינוס כלל ישראל און מאטי וועט דארט גראמען!!!!!???)
מאכען וויינען ביי א יתום און יתומה חתונה איז א חכמה ? שטייט דאך מעבירין את המת מלפני הכלה און די חברה ברענגען אריין די מתים אין זאל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שטטיט טאקע אין זוהר אז די נשמות קומען אבער מדאף נישט מאכען אזוי אונגעריש און געפיליש סטיט געניג וויי!!!!!!!!!!!!!!!!!
איין גראם איז נישט געוועהן לרוחי -שרייבעל-ווייבעל
די גראם ניגון איז סופער גיט אזוי שיין ארויסגעברעגנט די גראמען אז סגיבט חיות פאר אלע אנדערע וויטער אנצוגיין ווען זיי וויסען ווי הייליג דאס איז מיט שיינע מקורות
די בדחן מיטן שאלל איז א גוטס
אבער ספרעגט זיך א שטארקע קשיא. מאטי האט דא געמאכט א ניגון שוב יום אחד לפני
אזוי שיין ארויסגעברענגט אזא שיינע מוסר השכל
ווי די טאטע שטייט ביים מזוזה און קישט די קינדער מאטי מאכט א ווינעדיגע קול ווען ער זינגט דאס און דא אין אייועלט האט דאס קיינער כמעט נישט דערמאנט!!!!???
נאר די לא איש דברים ניגון (נאר חיזוק דארפען ענק מקען שוין נישט פארנעמען אביסל מוסר??????????????????????)
צום שלוס מאטי האט געמאכט עפעס איינס און די וועלט איך האב באקימען א נייע בלוק אויך איהם
כה לחי
זייטס מיר מוחל אין מוקדם ומאוחר
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:33 am
די ניגון פון אויגן איז דא אויפן וועלטעל אמאל געווען באשריבן
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:42 am
אויבער-חכם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די איבערקערניש
אויף "די מאמע'ס אויגן" ניגון, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין די נמשל?
על כן אברים שפלגת בנו... אז אינזער מאמע בעט זיך בא'נונז "היט אויף מיינע אויגן" האלט מיינע אויגן הייליג אין קוק נישט ווי מ'ברויך נישט
בין איך אפשר די נער דא?
שלום עליכם שוין יארן נישט געשריבן. אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן.
אויבער חכם ביסט הייליג גערעכט. און נישט די בוסט דא דער נער.
איך ליין און איך וואונדער מיך ווי דער עולם איז ביזי צו זיכן די מוסר השכל אדער נימשל. אלעס ליגט דאך אין זיין לעצטע ליין.
אוי איך בעט דיך היט אויף דיין מאמעס אויגן!!
נאר וואס דען. די ניגון וואלט טאקע געדארפט הייסען. ״אויגן״ דאס וואלט בפשטות ארויס געברעגט די נמשל - מוסר השכל פונעם ניגון אויף די שטארקסטע פארנעם.
Btw שוין יארן יארן לאנג נישט געווארן אזוי איבערגענומען פון א טעיפ - סידי.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:52 am
דער בדחן האט געשריבן:
בכלל די גאנצע נושא פון בייגראמען נשים ביי א חתונה פאדערט זיך א גאנצע אשכול פאר דעם
פינקי האט איינגעפירט אז מבייויינט א מאמע ביים חתונה און מאיז זי משבח (סאיז מעגליך א הלכהדיגע שאלה -מקען מאכען פאר דעם א כינוס כלל ישראל און מאטי וועט דארט גראמען!!!!!???)
מאכען וויינען ביי א יתום און יתומה חתונה איז א חכמה ? שטייט דאך מעבירין את המת מלפני הכלה און די חברה ברענגען אריין די מתים אין זאל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שטטיט טאקע אין זוהר אז די נשמות קומען אבער מדאף נישט מאכען אזוי אונגעריש און געפיליש סטיט געניג וויי!!!!!!!!!!!!!!!!!
בדחן,
מיר האפן אז איר קומט ארויף אויף די ארענע, צירוק צי ברענגען גראמען ווי אמאל, מיט פרייד.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:57 am
הוווףף.. גיימער ליינען דעם בדחן'ס לענגערע אפהאנדלונג. צום ערשט אבער א קליינער בקשה.
איר האט טאקע באקומען א גרויסע סכום פון פרייע עקספלנעשאן מארקס (!) און קוועשטשען מארק'ס (?), אויב וועט איר עס אבער ניצן איבער די מאס קענט איר דאס גאנץ שנעל פארלירן.. ביטע אובאכט גיבן.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:03 pm
דער בדחן האט געשריבן:
אבער לגופו של ענין וויכי האט נארויסגעברענגט ביים הקדמה אז מאטי ניגונים ווערט געזינגען בכל תפוצות ישראל און ביי יעדע געלעגנהייט........... סאיז נישט ממש אזוי!!!!!!!!
מאטיס ניגונים איז געמאכט זשאסט פאר די טעיפ און די גראמען אויף וואס סאיז געמאכט
כמיין צוזאגען למשל א בעל תפילה וואס וועט צוגיין צום עמוד דעם שבועות איז נישט דא כמעט קיין איין ניגון פון מאטי וואס מקען ניצען נישט פאר קיין לעבעדיגע הודו אדער ווארימע פתחו לי
קען זיין אז איינער וועט טרעפען דא און דארט עפעס אבער און גענערעל נישט
איך האב געשריבן אז מאטי'ס ניגונים, גארנישט מיט די אלבוים, נאר זיינע אלטע זאכן ווערן געזינגען אלל אווער, למשל "ויזכו לבנות בית נאמן בישראל"... אויך האבעך געשריבן אז איך "פרעדיקט" אויף די צוויי הארא ניגונים אז זיי גייען געזינגען ווערן ביי אלע חתונות אלל אווער, וואס למשל ווענדסטו מיך אפ? האסט נייעס אז מ'גייט נישט זינגן די מאמע ניגון ביי יעדע חתונה? איי מין, וואט אר יו טאלקינג אבאוט?
און די גראמען טאאן איז א שיינע וואלץ פאר זיך, איך עגרי סיז נישט קיין טיפיקל וואלץ וואס א טיפיקל מענטש גייט נאכזינגן, האבעך פארדעם אבער געשריבן אז איך רעד פון אונזער בעת תפילה וואס זינגט כסדר גאר דיפרענט "נישט טיפיקל" זאכן...
איך האשוין לאנג נישט געזעהן ווערטער ארויסגענומען אזוי פון קאנטעקסט!