Advertisement

ניגונים און זינגערס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וועלכע ניגונים וויל מען זען אויף א CD פון ר' יום טוב ערליך

מיטוואך מרץ 25, 2015 2:58 pm

אזוי ווי עס זעהט אויס פון די אנדערע אשכול,
זעה דא viewtopic.php?f=18&t=26145

וויל רוב רובו פון דעם עולם, אז עס זאל ערשיינען א CD אויף דעם שטייגער וואס דער "מצה" ניגון איז ארויס.

מיר האבן אנדערע ניגונים וואס זענען אינמיטן די עריכה, אבער מיר וואלטן אויך געוואלט הערן ביים עולם, וועלכע לידר מען וואלט געוואלט געבען "זכות קדימה" אויף איבער צו ארבייטן.

פארשטייט זיך, נאר ניגונים וואס זענען נישט געזונגען געווארן דורך אנדערע.

מיר וואלטן הנאה געהאט, ווען די מבינים בעם, וואס געפונען זיך דא אויף די "אידישע וועלט", וואלטן זיך געלאזט הערן מיט "פינעף (5) CHOICES "
וואס זיי וואלטן געהאלטן זאל איבערגעמאכט ווערן.

די זאכן וואס מיר קוקן אויף בכדי מחליט צו זיין וואספארא ניגון צו נעמען איז ווי פאלגענד:
1) א ניגון וואס "כאפט" די מענטש, א שטייגער וואס ער זינגט דאס איבער נאך ער ענדיגט הערן דעם ניגון.
2) א ליד וואס האט און זיך א שטארקער "השקפה" אדער "מוסר" אד"ג
3) א ניגון וואס איז נאך UP TO DATE, נישט א ניגון וואס רעדט פון זאכען וואס זענען נישט נוגע היינט ואכמ"ל

העלפטס ארויס און די הייליגע ארבייט, שיתגדל ויתקדש שמו בעולם.

א גרויסן יישר כח
ערליךמוזיק

Advertisement

מיטוואך מרץ 25, 2015 3:14 pm

איינס וואס שטימט מיט אלע אייערע 3 נומערן:
viewtopic.php?p=801861#p801861

אזאנס אראפגעלייגט מיט היינטיגע מוזיק וועט אי"ה גיסן אמונה בשמחה אין אידישע קינדער.

אגב, דאס זינג איך מיט דאס געזונדל ביים סדר.

מיטוואך מרץ 25, 2015 3:18 pm

farshlufen האט געשריבן:איינס וואס שטימט מיט אלע אייערע 3 נומערן:
viewtopic.php?p=801861#p801861

יא, דאס ניגון איז שטארק אויף אונזער אגענדא.

פארשלאפן, נאך פיהר CHOICES.... :)

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:15 pm

שטאט ירושלים איך וואונטש דיר לחיים
ניסים ניסים

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:22 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:שטאט ירושלים איך וואונטש דיר לחיים
ניסים ניסים

דער ניגון ניסים, מיינט איהר מן הסתם דער וואס גייט ארויף אויף די צדיקים פון תנ"ך, (נישט די פורים'דיגע)

דער ניגון איז ערענסט און מיטן עריכה.

שטאט ירושלים, איז אויך א גיטע רעיון.

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:28 pm

"צימבלען" האט שוין עמיצער איבערגעזינגען?

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:30 pm

צימבלען viewtopic.php?p=48466#p48466

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:31 pm

farshlufen האט געשריבן:"צימבלען" האט שוין עמיצער איבערגעזינגען?


ניין,

אבער מיר זענען נישט זיכער צו עס ערפילט די 3 תנאים.

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:32 pm

אמעריטשקע...

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:33 pm

ערליך מוזיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:"צימבלען" האט שוין עמיצער איבערגעזינגען?


ניין,

אבער מיר זענען נישט זיכער צו עס ערפילט די 3 תנאים.

דהיינו?

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:43 pm

farshlufen האט געשריבן:
ערליך מוזיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:"צימבלען" האט שוין עמיצער איבערגעזינגען?


ניין,

אבער מיר זענען נישט זיכער צו עס ערפילט די 3 תנאים.

דהיינו?

מיר זענען נישט זיכער וועגן #1

מיטוואך מרץ 25, 2015 4:49 pm

עס כאפט נישט?

מענטשן נאך ווי בעומקא דליבא, אומ-מענטשן אפשר נישט.

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:04 pm

farshlufen האט געשריבן:"צימבלען" האט שוין עמיצער איבערגעזינגען?

מיר זענען איינשטימיג, דאס ליד דינט אלע דריי תנאים פולקאם.

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:18 pm

איש חסיד היה - (מדות)
די מעשה מיט'ן בער ביים סטאלינער (מדות)
טייערע גלויבן (יציאת מצרים 1)
די מעשה מיט ר' מאיר'ל פרימישלאנער פון 2 אידן אויף יענע וועלט (חסד), מרדכי זינגט דאס אויף אנדערע ווערטער
צאר ניקאליי וויל מאכן גזירות / דער מהר"ל פון פראג (אליהו הנביא)
שנת ת"ח, סאלדאטן זיי זענען געקומען (בעש"ט 1)
אין קארלין איז אמאל (רננו צדיקים 1)
מגיד'ס מנורה (רננו צדיקים 1)
דער אידישער רוצח (רננו צדיקים 1)
משל מיט די בריליאנטן פארטויטש מיט שטרוי (רננו צדיקים 2)
ארוממיך - בילד פון צאר (רננו צדיקים 2)

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:21 pm

"אני מאמין איך טוה גלויבן אין דעם - אמת" פון חבלי משיח
"הערט א מעשה אידען פון דעם סטאלינעם" ("א חיה לויפט אין וואלד, אוי אוי אוי...") פון מידות

אוי... דער "ניגון עתיק" כאפט מיר אויס...

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:25 pm

אינטרעסאנט איך האב אויך געקלערט פון די מעשה מיטן בער.

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:37 pm

"דער בעשעפער דער גרויסער ער טוט אויף מיר אכטונג געבן, זיין כח זיין מח איז פארשפרייט אין אלע וועלטן" פון קול מבשר.
ניגון לוקסוס, "א שמחה איז דאך היינט פארהאן ביי די גרינע אידן, מען קומט אן קיין יוניידעט סטעיטס דארך מען זיין צופרידן" פון לוקסוס חלק ב ניגון האחרון.
"אידן לאמיר בודק חמץ זיין"

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:49 pm

Hu? בעאבאכטער איז צוריק?

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:52 pm

געלעגער האט געשריבן:Hu? בעאבאכטער איז צוריק?

קיינמאל אוועק... כ'האב פשוט יעדען טאג א תירוץ...

מיטוואך מרץ 25, 2015 6:57 pm

צאר ניקאליי וויל מאכן גזירות / דער מהר"ל פון פראג (אליהו הנביא)

מיטוואך מרץ 25, 2015 11:41 pm

יישר כח פאר אלע מגיבים.
אסאך פון די דערמאנטער דא, ווי צב״ש דער ״בער ניגון״,
זענען ביי אונז טאקע אויף די רשימה.
אנדערע זענען חידושים ביי אונז.

מיר ווילן באטאהנען, אז די אלע ניגונים וואס איינער דערמאנט, מיינט נישט אז א צווייטער זאל שוין נישט דערמאנען,
אדרבה, יעדער וואס איז נאך אמאל מסכים מיט אן ניגון, געט דאס צו א שטופ צו די געוויסע ניגון זאל געמאכט ווערן.
לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום מיטוואך מרץ 25, 2015 11:44 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מרץ 25, 2015 11:42 pm

די אויבענדערמאנטע איז גיט
וגם:
הערשל מיט די ציגען ' דער בעל שם טוב איז אמאל- געגאנגען איבער בערג און טאל- ביז ער איז געקומען צי דער שטאט- וואס מען רופט איהר בראד- וכו'
די מעשה מיט סטאלינער די טאג פון זיין בר מצוה ווי ער האט געהייסען די מאמע זאגען די פאראליזרטע טאכער פון 17 יאר אלט צי גיין באקען לאטקעס אין קיך! מיין אמונה לעוועל ווערט העכער ווען איך טראכט נאר פון דער ניגון (פארשטייט זיך מיט ר' יאנטעל'ס מעלאדי דערויף באנאזאם)

דאנערשטאג מרץ 26, 2015 12:07 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן:די אויבענדערמאנטע איז גיט
וגם:
הערשל מיט די ציגען ' דער בעל שם טוב איז אמאל- געגאנגען איבער בערג און טאל- ביז ער איז געקומען צי דער שטאט- וואס מען רופט איהר בראד- וכו'
די מעשה מיט סטאלינער די טאג פון זיין בר מצוה ווי ער האט געהייסען די מאמע זאגען די פאראליזרטע טאכער פון 17 יאר אלט צי גיין באקען לאטקעס אין קיך! מיין אמונה לעוועל ווערט העכער ווען איך טראכט נאר פון דער ניגון (פארשטייט זיך מיט ר' יאנטעל'ס מעלאדי דערויף באנאזאם)


הערשל ציג ווערט שוין געזונגן אויף די שמלצר טייפ.

ווי אויך איינער האט דערמאנט ״"אני מאמין איך טוה גלויבן אין דעם - אמת" עס ווערט שוין געזונגן דורך פריד.

מיר זענען דא צו פארשפרייטן ניגונים וואס זענען באהאלטען.

אגב די שמלצר טייפ איז גאנץ גיט, ובפרט די ניגון פון ״תשובה״
וואס עס הערט זיך ווי ליפא זונגט ( קודם ה....) יענער ניגון אויסער די פאר נארישע שינויים, וואלט איך מיר געטרויט צו זאגן ( איך ווייס איך וועל כאפן אויפן קאפ דערפאר) אז עס איז אפילו שענער און וארימער ווי פון ר׳ יו״ט אליין. (מיין מיינונג)

דאנערשטאג מרץ 26, 2015 9:25 am

מהרש"א רשב"א ריטב"א ס'גייט דורך א שעה נאך א שעה נאך א שעה
רשב"ם רמב"ם רבינו תם, נישט דא אופן וועלט נאך א בעסערע טעם
(אוי פלעגט דאס ציפען אלס בחור)

איך מיין ס'קען אריין גיין אין אלע דריי כללים!

דאנערשטאג מרץ 26, 2015 9:30 am

תפוח האט געשריבן:מהרש"א רשב"א ריטב"א ס'גייט דורך א שעה נאך א שעה נאך א שעה
רשב"ם רמב"ם רבינו תם, נישט דא אופן וועלט נאך א בעסערע טעם
(אוי פלעגט דאס ציפען אלס בחור)

איך מיין ס'קען אריין גיין אין אלע דריי כללים!


זיכער האט דאס אלע דריי,
אבער עס איז שוין געזונגן געווארן סיי ביי פריד,
און סיי ביי דמן.

מיר וועלן בעזהשי״ת נאר ארויף לייגן ניגונים וואס קיינער האט נישט איבער געמאכט.
שרייב א תגובה

Advertisement