ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך יולי 18, 2012 12:45 am

זכרונו לברכה.
ב.ד.וו. כעט געוואלט וויסן, אז מ'דערמאנט זיך פון ר' יו"ט, ווער איז דער וואס זונגט "גם זו לטובה" אויף איינע פון זיינע טעיפס, דאכטזיכמיר אויף "בטחון" ווי אויך דער ניגון פון די תלמידים פון בע"ש, זייער א געשמאקער בעל מנגן.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מיטוואך יולי 18, 2012 12:01 pm

איך מייין זיין זוהן זונגט גם זו לטובה
Impossible is just an opinion

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 1:31 am

קריכערל האט געשריבן:קען איינער אפשר ארויף לייגן די ווערטער פונעם ניגון 'יאקאב'??


איך זיך אויב איינער קען ארויף לייגן דעם ניגון (נישט די ווערטער),
איך שעם מיך נישט אויסצוזאגן איך קען נאך נישט דעם ניגון

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 10:40 am

ליסקא האט געשריבן:
קריכערל האט געשריבן:קען איינער אפשר ארויף לייגן די ווערטער פונעם ניגון 'יאקאב'??


איך זיך אויב איינער קען ארויף לייגן דעם ניגון (נישט די ווערטער),
איך שעם מיך נישט אויסצוזאגן איך קען נאך נישט דעם ניגון

די ניגון
http://dl.dropbox.com/u/9440892/02-6%20YAKOB.MP3

די ווערטער
viewtopic.php?p=278688#p278688
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 12:13 pm

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 12:17 pm

אגב, וואס איז געווען די סוף פון די מעשה פון יאקאב? וויאזוי האט ער זיך געראטעוועט?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 12:21 pm

מזל טוב גרויזי צו דיינע דריי טויזענט תגובות
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 12:27 pm

אין אוסבעקיסטאן...
אויף די בערג פון דידשאן...
ביים גרעניץ פון אינדיע אין אפגאניסטאן...
א דארף איז פארהאן...
וואס זעהט נישט קיין באן...
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן...
די נאכט אזוי שטיל...
מען הערט נישט קיין טריל...
עס שלאפט שוין דער דערפיל...
די בערג און די מיהל...
און ווייט פון דער וועלט...
מיט וועלדער פארשטעלט...
פאהרט זיך א טראקטאר א קליינער אין פעלד...
זיצט אויפן טראקטאר א בחור א העלד...
אין פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד...
יעקב דער זינגער געהייסען האט ער...
אין קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען אין ווער...
פארויכערטע פנים...
פארבוימעלט די הענט...
קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט...
פירען דעם טראקטאר, פארריכטען דעם פלינק...
פון זומפען ארויס שלעפין עם אזוי גריהנג...
און קיינער אין דארף, עס האט נישט געוואוסט אין זיין סוד...
ווי קומט ער אהער, ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט...
ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן...
פארווארפען קיין אוסבעקיסטאן...
און מיטען טראקטאר פארשיקט דא אהער...
צו ארבעטין ביטער און שווער...
און זינגען פלעגט ער, לידער געשמאק אין די נעכט...
אין עס האבען די לידער, געקלונגען און ווייט זיך געהערט...
און עס פלעגין פיל שאטן שטיל קומען צו גיין...
שטיין אין נישט קענען פארשטיין...
ווער איז ער, אט אט דער מאדנער פאדזשיק...
ער געט אויף זיי גאהרנישט קיין בליק,...
ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יעקב געדענקט,...
און נישט נאך די ווילדע פאדזשיקען האט יעקב געבענקט,...
ער בענקט צו זיין טאטען אין מאמען אהיים...
צום הייזעל, צום הייפל, צום בוים,...
ער בענקט אין ישיבה ווי ער האט פארבראכט...
אין לערנען בייטאג אין ביינאכט,...
אמר רבא...
אמר רב פפא...
האט עס אביי גאהר אנדעריש באטראכט...
א קשיא א נייע האט ער געמאכט...
און האט א ראי' צו דעם געבראכט,...
אין מהרש"א, רשב"א, ריטב"א,...
עס לויפן א דורך גיך א שעה נאך א שעה...
רמב"ם, רמב"ן, רבינו תם,...
נישטא אין דער וועלט נאך קיין בעסערע'ר טעם...
אמר רב הונא,...
רב סבא הממונה,...
האט אויף דעם שמאי אמאהל נאך געקלאגט...
געקומען איז הלל און אנדרעש געזאגט,...
ביז אין דרויסען האט שוין געטאגט...
שבת אין דעם טיי הויז, ביי דעם טשייניק טיי איז ער געזעסען...
יעקב!...
מיט טאדשיקען אלע אויף דער וועלט...
פון זיין בענקשאפט פון זיין ווייטאג האט ער נישט געקענט פארגעסין,...
יעקב!...
און ס'האט קיינמאהל גארנישט אויפגעהערט,...
רופט זיך אהן צו אים, דער בעלאבאהס דער פירער פון זיי אלע...
יעקב!...
איך וויל מיט דיר רעדין צו דער זאך...
איך האב א טאכטער יונג אין שיין איך וויל דיר געבין פאר א כלה...
יעקב!...
און אויך נדן קריגסטע גאהר אסאך...
30 בהמות, 15 אקסען, 20 וועידער, פאר דיין כלה...
יעקב!...
און א זעקיל אהנגעשטאפט מיט געלט...
און עס הערין די טאדזשיקען, און זייי הויבען אהן צו שרייען...
יעקב!...
דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט,...
יעקב, זיצט, די קאפ געבויגען, און רעדט נישט קיין ווארט...
ער איז יעצט אוועק געפלויגען, און א ווייטען ווייטען ארט...
ער זעהט זיין מאמע בענטשען ליכט...
און זאגט א תחינה מיט...
היט מייין יענקעלען באשעפער, ער זאל בלייבען דארט א איד,...
יעקב, הויבט זיך אויף, און רופט זיך הויך אהן...
איך בין א איד, און איך קען עס נישט טוהן...
מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמין א פרוי...
וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי,...
אין עס האבען טאדזשיקען א פלאן זיך געמאכט...
צו מאכין א סעודה אויף מארגען ביינאכט...
אין יעקב'ן וועט מען אויך ברענגען אין וואלד...
חתונה מאכין אפילו מיט געוואלד...
שטיל דער פארנאכט, ביים טראקטאר זיצט יעקב אליין...
ווי ער זיצט און ער טראכט, און הייבט שוין אלעס פארשטיין...
אז זיי וועלין קומען צו עם אהער באלד,...
און נעמין אפילו מיט געוואלד...
מען וועט אים אהנטרינקען, מיט אביום מיט וויין...
דאן וועט ער זייערער זיין...
און שיין דער פארנאכט, די זון פאר די בערג זי פארגייט,...
ווי ער זיצט אין ער ווארט, און ווידוי ער זאגט שטילערהייט,...
עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ, אין סוואויען זשאקאלן סטִיעףּ...
עס קוקען די פעלזען צום הימעל מיט שרעק...
אין זאגען נישטא דא קיין וועג...
און פלוצלינג פון ווייטען גענומען האט שפילען מוזיק...
ווי ער הערט די געשרייען, מען פירט שוין די כלה מיט גליק...
און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יעקב שנעל אויף...
און הייבט אהן צו גיין צו דעם הויף...
ווי ער וועט נאר אריין גיין צו זיך אין געצעלט...
צו נעמין זיין רענציל מיט געלט...
ער גייט, ער גייט, פונקט ווי צום טויט...
ער שטייט שוין ביים טויער, ער עפענט איר ברייט...
ער קוקט אריין, און זעהט דעם שיין...
עס שמעקט די וויין, ער וויל שוין אריין...
אמר רבא...
אמר רב פפא...
זעהט ער אן אותיות פלוצלינג אין וועג...
זיי וואונקען, זיי רופען, אין רעדין מיט שרעק...
וואס טוהט איר ר' יעקב שנעל לויפט אוועק...
קלאפען פויקען שפילען דזאמבלען, אויבען אן עס זיצט די כלה...
יעקב!...
און בריליאנטען פינקלען ארום איהר...
און איר פאטער, מיט איר מוטער, און די מחותנים אלע...
יעקב!...
זיינען שוין געגאנגען ברענגען דיר...
און ווייט, אויף די הויכע בערג, און דער פינסטערע נאכט...
קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגען, מיט די אויגען צו געמאכט...
ביי די זייטען טיפער אהפגרונד, אויפען קרבן גרייט,...
יעקב האט פאר זיי נישט מורה, און זיין הארץ איז פול מיט פריייד...
נאר איין וועג עס האט די תורה, און דאס איז דער וועג...
בעסער דארט צושמעטערט ווערין, און פון תורה נישט אוועק...
נישטא קיין זאך וואס קען אהפשרעקין, דעם עהרליכען איד,...
אז ער גייט נאר אין גאט'ס וועגין, גייט גאט מיט אים און ער היט...

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » פרייטאג אוקטובער 12, 2012 4:11 pm

ער איז פשוט אנטלאפען פון אוזבעקיסטאן און זיך געוואלגערט ביז ער איז אהנגעקומען קיין סאמארקאנד.
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 8:24 am

גאר אינטערעסאנט
כ'האב געמיינט אז עס איז נאר א מעשה'לע
ווייסט איינער צו דער הרב פאטאש איז א קרוב מיט דער הרב פאטאש פון תולדות אהרן?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 8:35 am

קאן זיין. זיינע קינדער זענען קארלין-סטולינער חסידים, אין ארץ הקודש און אין אמעריקא.
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 9:08 am

גרויזאמער האט געשריבן:אגב, וואס איז געווען די סוף פון די מעשה פון יאקאב? וויאזוי האט ער זיך געראטעוועט?

אויף קול מבשר איז דא אן אינטערוויא מיט די קינדער פון ר' יעקב פאטאש ווי זיי רעדן וועגן זייער פאטער און זיי פארציילן ווי אזוי ער איז אנטלאפן פון דארט.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אוקטובער 17, 2012 5:40 pm

א אינטרעסאנטע שידוך איז געשלאסן געווארן צווישען אן אייניקל פון ר' יום טוב מיט אן אייניקל פון ר' יעקב פאטאש... מזל טוב

מעהר קענט איר הערן אויפן אינטערוויו מיטן מחותן אויך קולמע 1-1-4
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג פאברואר 04, 2013 2:19 pm

ווער ס'האט געזוכט לעצטענס די ניגונים פון ר' יו"ט ערליך זאל זיך מעלדן

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 8:33 pm

איך שרייב דא נאך א ליד פון יו"ט עהרליך פון א צעטל וואס איך האב דא (טעיפ - יציאת מצרים 2 - דאכט זיך אז עס איז אנפאנג טעיפ):

דער ליד איז סתם אזוי א שיינער ליד - פאעט.
אבער אממיינסטענס בין איך אנטציקט פון די מוזיק וואס שפילט אונטער דערביי, דאס איז עפעס א וואונדערליכע קונטסליכע מייסטערהאפטע שפילעריי, וואס איך גלייב שווער אז עס איז פארהאן ווער עס קען דאס נאכמאכן.

ליד:

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפט,
די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס אויף איר,
פאר אלע זיי צוגעשיקט אלס וואס באדארפט,
באדערפענישן גאר אן א שיעור.

די ערד מינעראלן,
די טייכן די קוואלן,
די טאלן, די בערג באדעקט מיט שניי,
די בהמות די פעלדער,
די חיות די וועלדער,
די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי.

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן,
דעם הימל און אלעס וואס אויף אים,
ער גיט יעדן כח וויפיל יעדער טוט דארפן,
צו טאן אין עבודת השם.

די חיות די שרפים,
די גרויסע מלאכים,
וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט,
שירות און זמירות,
די הייליגע ספירות,
אלס ליגט ביים באשעפער אין די הענט.

דו גרויסער גאט,
ביזט געווען און וועסט אייביג זיין,
איך בין דיינער און דו ביזט מיין,
דו ביזט שטארק דו ביזט גרויס,
דו ביזט הייליג דורכאויס,
דו ביזט גוט דו ביזט פיין.

דו אונזער גרויסער גאט,
קיינער פאר דיר איז נישט געווען,
קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זעהן,
ווייל נאר דו אליין,
פירסט די וועלט אזוי שיין,
אלע גלייך גרויס און קליין.

דו אונזער ליבער גרויסער גאט,
מען קען נישט זעהן מען קען נישט פילן,
נאר מיט איידעלע געפילן,
קען מען עפעס וואס פארשטיין,
דו ביזט א גייסט און נישט קיין גוף,
און מען קען עס נישט ערקלערן קלאר,
מען קען נישט זעהן מען קען נישט הערן גאר,
און כאטש מיר ווייסן עס אז אומעטום ביזטו דאך דא,
ביזטו אבער פונקט ווי גארנישט דא.

דער גרויסער גאט,
אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד,
נישט קיין פייער און נישט קיין שווערד,
און דערפאר איז נישט שווער,
צו פארשטיין דעם דערהער,
דאס וואס אייביג איז ער.

דו אונזער גרויסער גאט,
אייביג וועסטו זיין און ביזט געווען,
מען קען נישט ציילן נישטא פון ווען,
ס'איז נישט נאנט און נישט ווייט,
און עס האט נישט קיין צייט,
ווייל דאס איז אייביגקייט.

דו אונזער ליבער גרויסער גאט,
דו האסט געשאפן אלע זאכן,
און וואס זיי טוען וואס זיי מאכן,
אלעס טוסטו דאך אליין,
די אלע זאכן קומט פון דיר,
מיין יעדער תנועה און מיין יעדע ריר,
אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר,
די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר,

אפס... איך זעה יעצט אז פעלט מיר דער סוף, איך האב נישט קיין געדולד צו שלעפן א טעיפ רעקארדער און מעתיק זיין דעם טעיפ יעצט, אפשר ביי א אנדערע געלעגנהייט, אדער אפשר וועט א צווייטער טון די ארבעט אנשטאט מיר, די מוזיק קען איך סיי ווי נישט מעתיק זיין.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

סענדוויטש סיסטעם

תגובהדורך ווארד » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:17 pm

וועל איך שוין צולייגן וואס איך האב אמאל מעתיק געווען פון א אנדערע טעיפ 'אמעריטשקע', אויך דארט בין איך אבער געבליבן שטעקן אינמיטן.
מיר הייבן אן ווי ער האלט אינמיטן צולייגן די שוואכקייטן און פראבלעמען פון אמעריקע:

...און אזוי ווי דער וועטער איז צודרייט
אזוי זענען אויך דעם מענטשן'ס געדאנקן און רייד
אט איז ער געלאסן
אט איז ער א כעסן
אט א פאשיסט
אט א קאמוניסט
אט א נטורי קרתא און אט א ציוניסט
פארהאן מענטשן וואס ווערן נישט נתפעל פאר קיינעם
און זיינען ביידע זאכן אינאיינעם
אין אמעריקע הייסט עס "סענדוויטש"
ברייט באקאנט
דער באליבסטער מאכל פון לאנד
יעדער איינער ווייסט
אז מען עסט ברויט מיט פלייש
גיט מען א ביס ברויט
דערנאך א ביס פלייש
און לויט דעם סדר
עסט מען כסדר
א ביס נאך א ביס
ביזן לעצטן פיס

אין אמעריקע אבער איז ניטא קיין צייט
און מען וויל פילן ביידע טעמים פון יעדע זייט
לייגט מען אריין די פלייש אין די ברויט און מען קייט
כדי ס'זאל געשמאקער זיין
לייגט מען נאך אריין פיקל'ס מאסטערד קעטשאפ כריין
סאלאט מיט גרינס וויפיל עס קען אריין
און נאך א מעלה האט עס
עס איז לייכט צו פארדייען
איר קאנט קייען און ארבעטן צוזאמען
און ווען איר גיט א ביס פילט איר אלע טעמים

און אט דער סענדוויטש סיסטעם
האט א גרויסן שם
אין גאנצן קולטערעלן לעבן נוצט מען זיך מיט דעם
א מישמאש וואו מען גיט א בליק
אין די וויסנשאפט אין די פאליטיק
אין די מאדערנע מאהלערייען אין די מאדערנע מוזיק
די געשיכטע דערציילט
אז אמאל זענען מענטשן געווען אויף צוויי קלאסן צוטיילט
דער העכערער קלאס די אריסטאקראטיע האט געהאט די געלט
צו אים האבן באלאנגט לויער'ס און דאקטוירים אפיצערן מיניסטארן
די צווייטע קלאס איז געווען די אונטערוועלט
פארברעכער רויבער מענטשן מיט חסרון
און די ביידע קלאסן פלעגן זיך שטענדיג כעסן
אבער היינט זיינען ביידע קלאסן געווארן די בעסטע פריינט
די מיניסטער מיטן גענגסטער
זיצן צוזאמען אין די הויכע פענסטער
אין איין סענדוויטש צוזאמענגעקוועטשט
האט מען עמיצן געקעטשט ביי א גניבה אדער א מעשה קעגן מאראל
מאכט מען א שטיקעלע סקאנדאל
נאכער מאכט מען א באל
עס טוט עפעס קאסטן
און ער באקומט נאך א העכערן פאסטן
ווייל דאס איז דער כלל
אן תורה איז אן מאראל

זיי מעגן זיין ווי געלערנט ווי שיין
איז עס א סכנה גיין מיט זיי אליין
אין וועג אדער אין טרעין
און אויב ער איז נאך א קאלעדזש פארשוין
איז די סכנה נאך מיין (מער)
זייערע צייטונגען זענען זיך שוין מודה אליין
ווי נידערטרעכטיג זיי זיינען און געמיין

און ווען עשיו האט געזען אז מיט כח וועט יעקב'ן גארנישט געשען
"וישקהו" מיט פינטאלאך - האט ער אים א קוש געגעבן
אריינגעבראכט דעם סענדוויטש סיסטעם אין אידישן לעבן
אבער יעקב אבינו האט שנעל געקניט אויף דער ערד
איידער זיין דיין חבר בעסער זיין דיין קנעכט
אבער זייער אסאך האבן עס פארשטאנען שלעכט
און זיך געלאזט ארייננארן אין סענדוויטש געפלעכט

און מיר וועלן מכבד זיין אונזער חשוב'ן ר' גימפל'ן
ער זאל אונז פארציילן וויאזוי מען וועט אונז פארדעם צימבלן

(דא זינגט ער דעם באוואוסטן ניגון "צימבלען")

א גרויסן יישר כח ר' גימפל'ן
מען וועט אונז טאקע צימבלען טייערע פריינט
אבער מען וועט דארפן צימבלען דעם גלות אין וועלכע מיר לעבן היינט
אונזער גאסט רעדנער וועט אייך איבערגעבן
אז שולדיג אין אלץ איז נאר דער פינסטערער גלות אין וועלכע מיר לעבן

דריי גלות'ן האבן אידן אדורכגעמאכט
גלות מצרים אין אפריקע
גלות בבל אין אזיע
און גלות אדום האט מען אין יוראפ פארבראכט
און ווי חכמים זאגן די נצוצות ארויסגעבראכט
און פוסט געמאכט
און אמעריקע האט די גאנצע צייט געווארט
געענדיגט מיט יוראפ האט זי די טויערן אויפגעמאכט
און דאס איז דער לעצטער גלות פון דער פינסטערער נאכט
און ווען אין אלע גלות'ן זענען די אידן געווען פון די פעלקער אפגעשיידט
אין געטאס אונטער אן אייזערנעם פלויט
איז דער לעצטער גלות אלץ פארדרייט
אין איין קייט
אין איין סענדוויטש צוזאמען געשפרייט
און עס איז זייער שווער נישט ווערן אריינגעדרייט

ווילט איר פארן אין באס אדער אין טרעין
מוזט איר זיין גרייט אין א סענדוויטש צו שטיין
ווילט איר האבן א מאדערנע דירה אין אפארטמענט הויז אדער אין די פראדזשעקטס באקוועם
מוזט איר אריינפאלן אין סענדוויטש סיסטעם
פרייטאג צונאכטס ער נעמט זינגען זמירות
פארשידענע קולות פון אלע דירות
ער זינגט אתקינו סעודתא דמלכא קדישא
און רעכטס טעלעוויזשאן און לינקס זינגט א אשה

חתונות בר מצוות ביי די ערליכסטע אידן
שווער מאכן א סדר זיין אפגעהיטן
מען גייט צו די חופה מען קומט צוריק
צונויפגעמישט וואו מען גיבט א בליק
אויף יעדע חתונה כסדר
ברענגט דער בעל דבר א חצופה אין נישט אנשטענדיגע קליידער
און זי טוט זיך דרייען דוקא אינמיטן
און דוקא אינצווישן די ערליכע אידן
כדי דער סענדוויטש זאל זיין כהלכה
און ווייל זי איז א פריינט באקאנט מיט דער משפחה
קאנט איר פון איר ממש פטור נישט ווערן
און זי טוט די גאנצע שמחה צושטערן

און אויב די שמחה האט שוין א לייטישן פנים
חסיד'ישע רבי'ס אדער ליטווישע רבנים
דער חתן בלייבט אין כולל
משפחות יחסנים
גרויסע קנאים
טייערע עסקנים
רעדט איין דער בעל דבר די מחותנים
צו נעמען מוזישאן'ס וואס מער מאדערן
וואס ס'קומט נישט צו קדושה פון זיי זעהן און הערן
און עס איז נישט קיין מצוה מיט געלט זיי אנצעהרן (ספוילען)
ווייל אויבן אין הימל וויל מען נישט גערן
אראפלאזן שמחה דורך אזוינע רערן
ווייל שמחה של מצוה דארף מען אנדערש דערהערן
און אט אזא סענדוויטש קאן ח"ו די שמחה צושטערן
אבער וואס דארפן מיר וועגן דעם קלערן
פון אויבן טוט מען יעדעם באשערן
וואס צו אים טוט פאסן און געהערן

היינט טוט דעם עולם שטארק געפעלן
מאכן מלוה מלכה'ס אין ניו יארק'ע האטעלן
מאכט זיך א מלוה מלכה א שיינע ישיבה
רבנים ראש ישיבות א הייליגע סביבה
און די רייכע געלט געבער קומען כסדר
מיט טעכטער און שנור אין אזוינע קליידער
און מען מוז צו זיי שמייכלן חנפ'נען זיך בוקן
און ווילט איר נאך א הונדערטער? מוזט איר קוקן

א רעליגיעזע קאנווענשאן
א קנאות'דיגע דעמאנסטרעישאן
אויבן אן זיצן פארשטייער פון יעדע מין ארגאניזעישאן
נטורי קרתא אגודיסטן מזרחיסטן
און ווער ווייסט ווער זענען די זשורנאליסטן
דער בעל דבר טוט אומעטום זיינע פארשטייער באהאלטן
דער סענדוויטש סיסטעם זאל זיין אויסגעהאלטן

א ישיבה בחור שפאנט
מיט א סענדוויטש אונטערן האנט
צוזאמענגעקוועטשט אין איין שורה
צוויי קאלעדזש בוק'ס און אינמיטן להבדיל א משנה ברורה
קוקט אריין אין קאלעדזש אפיס און זעהט
צוויי גוטע פריינד זיצן און מען רעדט
א פראפעסאר אן אפיקורס מיט א בלויזן קאפ
און א ווייס גרויער עלטערער ראש ישיבה פון יוראפ
ביידע קאכן זיך אין איין טאפ

א כשר'ע האטעל אין די מאונטען
מיט א משגיח א באקאנטן
פון איין זייט א כשר'ע קיך פון די צווייטע א שול
און אינמיטן א געמישטע שווימינג פול
אין איין צימער לערנט מען דינים
אין די צווייטע געמישטע טענץ מכל המינים
און נאך הבדלה גייט מען זעהן א מחבל
ער ווייזט א שוי פון דור המבול

עד כאן האב איך מעתיק געווען, ער רעדט נאך ווייטער זיסע און זאפטיגע רייד, אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 31, 2014 1:46 pm

יישר כח!
הנאה געהאט פון זיך איבערפרישן די באקאנטע קאסעטע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

מרת חנה רבקה עהרליך אלמנתו של הר' יו"ט עהרליך ז"ל למנוחות

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » זונטאג מאי 04, 2014 4:58 pm

מרת חנה רבקה עהרליך אלמנתו של הר' יו"ט עהרליך ז"ל למנוחות
אמש נפטרה בירושלים האשה החשובה מרת חנה רבקה עהרליך ז"ל. המנוחה נולדה לפני כ 86 שנה בארה"ב לאביה הר' אלימלך הרשקוביץ משפחה חשובה ומיוחסת מיוצאי הונגריה.
בהגיעה לפירקה חיפשה חתן ירא שמים ונישאה להר' יו"ט שכמה שנים קודם הגיע לאמריקה אחר שנות נדודים בתקופת מלחמת העולם השניה.
במשך השנים הוציא ר' יו"ט לאור את סדרת הקלטות המפורסמת אידיש נחת אשר על ברכיהם נתגדלו ונתחנכו אלפי משפחות וילדי ישראל בדור ההוא והיא זו שעמדה לצידו ודרבנה אותו במלאכת קודש זו.
רוב שנותיהם התגוררו משפחת עהרליך בווייאמסבורג אשר בארה"ב ובשנת תשמ"ח קבעו מושבת בשכונת עזרת תורה אשר בירושלים סמוך לילדים ולנכדים. בשנת תש"ן נסתלק הר' יו"ט ז"ל אחר מחלה.
המנוחה ז"ל היתה אשה חכמה וישרה אשר מידת האמת טבועה בה וידועה במידת הצניעות ויר"ש שהיה לה, על אף קשייה בשנותיה האחרונות השתדלה כמה שפחות להטריד את בני המשפחה וקיבלה על עצמה ייסורים באהבה ובלבד שלא יטרחו יותר מדי עבורה.
בשבוע האחרון התדרדר מצבה ובמוצ"ש החזירה נשמתה לבוראה.זכתה לראות דורות ישרים ומבורכים נכדים ונינים ההולכים בדרך ה' בדרך התורה והמצוות כפי שאיפתה ורצונה.
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יולי 20, 2014 8:13 pm

איינער האט אפשר אפגעטייפט ר' יו"ט ערליך'ס שיר המעלות פונעם טעיפ אמעריטשקא (שיר המעלות, עס וועט כאפען התפעלות...עפעס אזוי).

אויך טאמער איינער האט אנדערע ניגונים בענין ביאת המשיח (אין א הייזעל גאר אן אלטער, זיצט א יוד ר'... ועוד) ביטע ארויפלייגען. ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יולי 20, 2014 11:58 pm

משיח קומט

אין א טאג א הייסן, אויף א מארק א גרויסן
ערגעץ אין א ווינקל פון יריד
וועט א טומל ווערן, קולות וועט מען הערן
און פון וואנען וויסן וועט מען ניט

און ארום די הייזער, אן אייזעלע א ווייסער
וועט זיך נעמען שפּאַנען שפּאַן נאך שפּאַן
און אויף וועט רייטן, א אורח גאר פון ווייטן
געקליידעט פשוט ווי אן ארימאן

און אין זיינע הענט וועט ער האלטן
א גרויסן שופר גאר אן אלטן
נאך פון בראשית אן באהאלטן, אויף דער גוטע צייט
האלבע נאכט וועט נעמען טאגן
און דער שופר ט'נעמען זאגן
און זיין שטימע וועט זיך טראגן, אויף די ימ'ען ווייט

מענטשן וועלן זיך אויפכאפן
און די זייגערס נעמען טאפן
אפשר טוען זיי נישט קלאפן, אדער שטייען קרום
מען וועט רופן אינפארמאציס
די פאליציי און ראדיא סטאנציעס
דער פייער לעשער עמיגרעישאן, ס'פארנומען אומעטום

און דער ראדיא וועט ערקלערן
אז דער קול וואס מען טוט הערן
עס דערנענטערט זיך א שטערן, ס'קומט אן א פלאנעט
און די רוסן וועלן בּלאָפן
אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן
ווייל עס איז אדורכגעלאפן, א רוסישער ראקעט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און דער קול וועט רעדן, צו יעדערן פארשיידן
לשון קודש אלע וועלן פארשטיין
יעדער איד וועט הערן, מיט אויגן פול מיט טרערן
און וועט תשובה טאן מיט גרויס געוויין

אליהו הנביא וועט אנזאגן, מיט זיך גארנישט טראגן
יעדער איד זאל גיין צו זיך אין שול
אידן וועלן טאנצן, אפלאזן אין גאנצן
און די שולן וועלן ווערן פול

און די שולן נישט צום גלויבן
וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן
נעמען פליען ווי די טויבן, אויפן הויכן בריק
קליינע קינדערלאך פון אויבן
וועלן ווייזן דורך די שויבן
זעהט נאר זעט, דער וואלקנקראצער קלענער ווי א פליג

און דער אלטער שמש סענדער
וועט א קלאפ טאן אין דעם סטענדער
עס נעמט טאגן אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין
אלע וועלן שטיין אין תפילה
קינדער ברעקעלאך אפילו
און די שטערן וועלן הערן און ענטפערן אמן

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און די אינזשינערן, וועלן שטיין און קלערן
הייזער פליען אן ענערגיע קראפט
עס איז דארט מסתמא, באהאלטן א דינאמא
א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט

און אונזערע שכנים, וועלן שטיין אינאיינעם
קוקן אויפן הימל פוהל מיט שרעק
די פנימ'ער פארשעמטע, די הערצעלעך פארקלעמטע
וואס דער איד עס פליהט פון זיי אוועק

פּאָלאַקן וועלן זיי באגלייטן
און צווישן זיך ט'מען ריידן
ווידזיש אַנטעק נאַש אַבראַשאַ באָהאַטערעם סטאַל (= זע אנטעק, אונזער אברהם איז געווארן א העלד)
און די רוסן וועלן שטייען
און מען וועט די וואנצען דרייען
העי איוואַן סמאַטרי נאַש יאַנקעל צעלי הענעראַל (= זע איוואן, אונזער יאנקל איז א גאנצער גענעראל)

די דייטשן וועלן זיך באהאלטן
ווי די ראצן אין די שפאלטן
שרייען הייל דער יודע גייט רעגירן אויף דער וועלט
די אמעריקאנער גוטע ברודער
וואס לאזן די נאציס וואקסן ווידער
וועלן זיך פיהלן זייער ביטער מיט זייערע געלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און ס'וועט פינסטער ווערן, וועט מען זעהן די שטערן
קלייבן זיך צוזאמען פון גאר ווייט
צווישן זיי פון ווייטן, וועט משיח רייטן
מלאכים פייערדיגע ביי דער זייט

און פון ביידע זייטן, צדיקים וועלן רייטן
דרייסיג טויזנט פון גן עדן ארויס
און פון אונטן פחדים, די עשרת השבטים
יעדער איינער צוואנציג פלאָר די גרויס

מען וועט רופן יונייטעד נעישען
זיינען אלע אויף וואקעישען
דער פרעזידענט איז אין פלאָרידע ער פליהט שוין צוריק
דעווייל הייסט מען זיך זיך רואיג האלטן
ווער ס'האט שעלטערס זיך באהאלטן
ווייל די אסטראנאמער האלטן, אז ס'איז רוסישע טעכניק

און די רוסן וועלן קלערן
ס'איז אן אינוואזיע פון א שטערן
און מען וועט דארט נישט אויפהערן, שיסן פון אטאם
משיח וועט אויף זיי דאן בלאזן
פעך און שוועבל אראפלאזן
און פון זיי ט'מען איבערלאזן, אזויפיל ווי פון סדום

און די טויטע קדושים וועלן
פון די קברים זיך אויפשטעלן
אויפקלייבן די רוצחים אלע אפילו פון דער ערד
די אויוונס וועלן ווידער ברענען
און מען וועט זיי באלד דערקענען
און מען וועט נקמה נעמען יעדן לויט זיין ווערט

ווער עס וועט זיך אונטערגעבן
דער וועט קאנען בלייבן לעבן
אויב ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שטרעבן, שלעכטס צו טאהן א איד
און זיי וועלן זיין צופרידן
אייביג קנעכט זיין ביי אידן
און די זיבן מצוות היטן, ווי ס'דארף זיין אפגעהיט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו
אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן

אויף יעדן בארג און יעדן טאל, וועט מען פלוצלינג מיטאמאל
איינהערן דעם קול, דעם שופר'ס גרויסן קול

ס'וועט זיין פריילעך, מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך
אז משיח קומען וועט צוגיין

און די אידן פליען, וועלן צום בארג פון ציון
ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר
גאסן פון דיימאנטן, הייזער פון בריליאנטן
יעדער איינע זיבן טויזנט פליאר

און פון הר הזיתים, וועלן גיין די מתים
אנגעטוהן די אלטע שבת קלייד
דער אייניקל וועט ריידן, מיטן עלטער זיידן
און די מאמע וויינען וועט פון פרייד

און מען וועט דאן רואיג לעבן
מען וועט האבן נאר איין שטרעבן
דער באשעפער זאל נאר געבן, שכל אן א שיעור
ווייל מען וועט נאר לערנען תורה
און די סודות פון דעם בורא
און ביינאכט וועט מען זיך פליען יעדער צו זיין טיר

און אויף אלע בוימער דארטן
וואקסן שפייזן אלע סארטן
טייכן האניג פוהל דער גארטן, וויין וויפיהל מען וויל
דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן
און זיי נעמען אויפן רוקן
און זיי פירן צו באקוקן, ווי ס'לעבט דער קראקאדיל

און ווי הינדעלאך אצינדער
וועט עס גארנישט זיין קיין וואונדער
יעדער מאמע ט'האבן קינדער, יעדן טאג פון יאר
א קליינעם אינגל וועט איר פרעגן
וויפיל יאהר איז דיין פארמעגן
וועט ער זאגן כ'בין נאך יונג אינגאנצן הונדערט יאהר!

ירושלים וועט זיך אויפהויבן
אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן
און איבער אלץ, דוד'ס פאלאץ, און דער הייליגער געצעלט
פון אלע זייטן ט'מען מארשירן
טויזנטער מתנות פירן
העכער העכער צו די טירן, צום פירער פון דער וועלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן

לאמיר אידעלעך זיין גרייט, אויפנעמען די גרויסע פרייד
תשובה טאן געשווינד, און מער נישט טאהן קיין זינד

דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט, און די הערצעלע פארקלעמט
לאמיר ווערן שיין, לאמיר ווערן ריין

אוי האבן מיר א גרויסן בורא, א שיינע פאלק און א זיסע תורה
משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג יולי 21, 2014 12:05 am

אני מאמין

אני מאמין איך גלויב אין דעם
אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם
ער האט באשאפן אלע זאכען
און וואס עס געשעהט, טוט ער עס מאכען
און ער אליין ער פירט דאך אן מיט דעם

ער איז געווען און ער איז
און אונזער האר וועט אייביג זיין
אזוי ווי ער איז נישטא נאך איינער
פאר איהם און נאך איהם, עס איז נישטא קיינער
און נאר צו איהם דארף מען מתפלל זיין

און אז מען הערט אט די זיסע רייד
און מען דערהערט און מען פארשטייט
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד


אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט
אז אמת זענען די נביאים'ס רייד
און משה רבינו איז זייער פאטער
און אונז די תורה געגעבן האט ער
און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די רייד

און ער זעהט און ער הערט
וואס יעדער איינער טוט און קלערט
די וואס טוען מצוות, וועט ער באלוינען
די וואס טוען ניט וועט ער נישט שוינען
און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט

אני מאמין איך גלויב אין גליק
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג
אז משיח קומען וועט אין פלאמען
און וועט אונז פירן איבער ימ'ן
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק

און מען וועט זעהן מיט גרויס פרייד
ווי דער עלטער זיידע גייט
ארויסגעקומען פון גן עדן
און מיר וועלן מיט איהם רעדן
און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד

און אז מען הערט אט די זיסע רייד
און מען דערהערט און מען פארשטייט
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד

און כאטש ער באהאלט זיך, און כאטש ער פארשטעלט זיך
זעהט מען איהם אויף יעדן טריט און שריט
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » מאנטאג יולי 21, 2014 12:08 am

ניגון שיר המעלות
צוגעלייגטע
3 20140721_000250-1.jpg
2 20140721_000235-1.jpg
1 20140721_000235-1.jpg
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יולי 24, 2014 8:18 pm

היינט נאכט איז זיין יארצייט.


ייש"כ אויף די ניגונים. איינער האט אפשר 'אין א הייזעל... זיצט א יוד ר'...'?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג יולי 24, 2014 8:46 pm

און אן הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' לייזער,
טאג און נאכט א דיימאנד האלט ער און ער מאכט א כתר,

וועמען איז דער קרוין דער שיינער גאר אן א חסרון,
פאר'ן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן.

אוי, אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן,
נאך א יאר נאך א יאר און ער קומט צו פארן.


אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' גד'ל,
טאג און נאכט א בגד האלט ער און ער דרייט א נאדל,

וועמען איז דער שיינער בגד גאר אן א חסרון,
פארן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן.

אוי, אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן,
נאך א וואך נאך נאך א וואך און ער קומט צו פארן.


אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' מיכל,
טאג און נאכט א טייגל האלט ער און ער באקט א קיכל,

וועמען איז דער שיינער קיכל, גאר אן א חסרון,
פאר'ן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן.

אוי, אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן,
נאך א טאג נאך א טאג און ער קומט צו פארן.


אין אן הייזל אין אן אלטער זיצט א בחור נטע,
טאג און נאכט א ספר האלט ער און לערנט מיט התמדה,

יעדע רגע קומט משיח ער וועט פרעגן נעמען,
וועט מען וויסן וואס צו זאגן און זיך נישט פארשעמען.

אוי, אך ווי טייער אין לשער ס'קומען גוטע יארן,
נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן.

נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארין.


(פין זכרון ארויס...)
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג יולי 25, 2014 12:14 am

ווייסט איינער צו מען קען קויפן די גאנצע סעט אויף עם פי טרי mp3 בלע"ז
(לכתחלה אנליין, פשוט גרינגער)
שכויח!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט