בלאט 10 פון 13

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 6:33 am
דורך אליקים געציל
אליקים געציל האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:אני מאמין

אני מאמין איך גלויב אין גליק
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג
אז משיח קומען וועט אין פלאמען
און וועט אונז פירן איבער ימ'ן
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק



איינער ווייסט אפשר פשט/מקור פון די ווערטער:
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק?

אקעי געטראפען ב"ה
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 0&pgnum=57
ניט געוואוסט פון דעם...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 8:57 am
דורך farshlufen
ישר כחכם, געמיינט אז א פשוט'ע שיגרא דלישנא, דערווייל איז עס א מדרש גאר ועוד.

Re: נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 5:24 pm
דורך זאלעשיץ
דער ניגון ליגט אויף 'שמע בני'.

פאראויס בליק פון ר' יומטעל

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 5:46 pm
דורך FREEDOM
"ווער עס וועט קומען פון א פרעמדע לאנד מוז מען אפמעסטן די היץ. געבן א שפריץ. איבערקוקן די הענט.."

ר' יו"ט ערליך בשיר יציאת מצרים.

Re: יאפ! די ניגון איז גאר שטארק א געפילישע ניגון, עס רירט צו צו מיינע טיעפסטע סטרינעס.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2020 3:51 pm
דורך יונגע דור
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הקדמה צום ניגון:

ביז איינמאל האט דער איינזאמער פריינד מיינער...............


א ריזיגען שכח!!

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 12:38 am
דורך וויי. יו. על. (YUL)
האט איינער די טעקסט פון די קאנטרי ניגון ?

Re:

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:26 pm
דורך שטומפיג
אליקים געציל האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:אני מאמין

אני מאמין איך גלויב אין גליק
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג
אז משיח קומען וועט אין פלאמען
און וועט אונז פירן איבער ימ'ן
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק



איינער ווייסט אפשר פשט/מקור פון די ווערטער:
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק?

אקעי געטראפען ב"ה
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 0&pgnum=57
ניט געוואוסט פון דעם...

זייער אינטערעסאנט שכח פארן צוברענגען.
איך האב שוין אפאר מאל געהערט אומבאוואוסטע זאכן וואס ר' יו"ט זינגט אדער זאגט און איך האב מיך געוואונדערט די מקור אויף דעם און שפעטער געטראפן.
פארהאן אויף זיינע טעיפס אסאך סיפורים וואס הערן זיך ווילד פרעמד - למשל אויף אליהו הנביא, אדער אויף חבלי משיח (די פארמער, די וועג פון פוילן קיין א"י) וכו'. ער האט זיכער געהאט מקורות מער ווי מיר און דיר און ס'דא אסאך סיפורי חסידים וואס זענען מקובל געווען ביי אים איש מפי איש.

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 1:09 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

די וועג פון פוילן קיין א"י האט שטארקע מקורות, אמאל געהאט א לאנגע באשרייבונג דערוועגן. די ניגון פונעם בחור פארמער וואס האט געלערנט און נאכגעגאנגען די פעטע ציגעלע, יא?

Re:

געשריבן: מוצ"ש יולי 18, 2020 11:26 pm
דורך שיעלע בהמה
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אני כשלעצמי ווער זייער איבעגענימען פון די חבלי משיח טעיפס,
הגם סמאכט נישט טרויעריג, נאר אין א געוויסן זין מאכט דאס שפירן דערהויבן אלס א חלק פון דעם געפלאגטן פאלק וועמען אלע פעלקער האבן פיינט נאר פון קנאה, און וויפול מ'פאניגט און מ'יאגט קען מען זיי נישט בייקומען,
אבער וויפול מאל כ'הער דאס איבער קאסט מיר דאס טרערן, און אפילו נאכט קאשמארן,
אזש צימאל מיז איך אויסלעשן דעם טעיפ (?) און אנצידן "אמעריטשקא" אדער "לאקסאס" פאר אפאר מינוט!
ר' יו"ט האט נאך קיינער נישט קאמפיט!

כהאב געמיינט אז כבין דער איינציגסטער..

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: זונטאג יולי 19, 2020 1:20 am
דורך Intern Tish
היינט איז ר' יום טוב עהרליך'ס יארצייט

יהא זכרו ברוך

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2020 3:15 pm
דורך שטומפיג
Intern Tish האט געשריבן:היינט איז ר' יום טוב עהרליך'ס יארצייט

יהא זכרו ברוך

יו"ט שמחה בן?

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2020 3:18 pm
דורך שטומפיג
שטומפיג האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:היינט איז ר' יום טוב עהרליך'ס יארצייט

יהא זכרו ברוך

יו"ט שמחה בן?

געטראפן אנליין.
(הוא מותיב והוא מפרק לה)

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2020 6:48 pm
דורך נאר מיט שמחה
ווער האט געזאגט אויפעם: ווי ער גייט איז יו"ט און ברענגט שמחה וכו'... עפעס אזוי..?

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2020 2:04 pm
דורך שיעלע בהמה
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ווער האט געזאגט אויפעם: ווי ער גייט איז יו"ט און ברענגט שמחה און אלע זיינע ניגונים זענען עהרליך

רביה"ק מסאטמאר

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2020 4:44 pm
דורך נאר מיט שמחה
שיעלע בהמה האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ווער האט געזאגט אויפעם: ווי ער גייט איז יו"ט און ברענגט שמחה און אלע זיינע ניגונים זענען עהרליך

רביה"ק מסאטמאר

שכויעח.

Re:

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2020 2:42 pm
דורך דרלי


אוו קען אן קומען צו די "אינטערוויא"
דער לינק בריינגט מיר נישט צו דעם דירעקט

א דאנק

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2020 12:28 pm
דורך מאנסי געבוירענער
דרלי האט געשריבן:


אוו קען אן קומען צו די "אינטערוויא"
דער לינק בריינגט מיר נישט צו דעם דירעקט

א דאנק

וויאזוי הייסט מיט וועם עס איז געווען די אינטערוויאו?
איז עס געווען די יאהר?

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:50 am
דורך נאר מיט שמחה
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ווער האט געזאגט אויפעם: ווי ער גייט איז יו"ט און ברענגט שמחה און אלע זיינע ניגונים זענען עהרליך

רביה"ק מסאטמאר

שכויעח.

ליינענדיג דעם ביכל פון ר' יו"ט'ס ניגונים, אין ליכט פון ת"ב, האב איך געזעהן ביים הקדמה דעם מעשה, אז רביה"ק מסאטמער זי"ע האט געזאגט אויף איהם:

"ווען ער קומט איז יום טוב, ווי ער קומט איז שמחה, און וואס ער טוהט איז ערליך..."!

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:13 pm
דורך אלטער
האט אפשר איינער די ווערטער פון די ניגון "א מאמעס הארץ"?

ערב יו"כ פארנאכט
דער עולם עס ווארט
ביין טיר פון בארדישעוור רבי'ן
........

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:58 am
דורך בעקעלע.הפוכה
לכבוד מיינע חשובע ביי-טאג פריינט דא אין דעים וועלטל:
איך האב א הארד -דרייוו וואס האט זיך מיר געגאנגן מיט די טראמפ בעלעטס (ד"מ פייפן) אין איך האב געהאט דארטן אסאך, זייער אסאך מוזיק, אבער איך הער אסאך ר יו"ט'ס טעיפס אין דאס האט זיך מיר פארמעקט,
איז במילא ווער עס מען מיר טוען א גענאדע - אויב מעיגליך מיר שיקן אדער דרייוון אלע- אדער עט ליעסט וואס מעיגליך - פון זיינע לעכטיגע טעיפס וואלט איך עס זייער עפרישיעיטעד.

יישר כח

Re:

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2021 1:34 pm
דורך ערליך מוזיק
ווארד האט געשריבן:איך שרייב דא נאך א ליד פון יו"ט עהרליך פון א צעטל וואס איך האב דא (טעיפ - יציאת מצרים 2 - דאכט זיך אז עס איז אנפאנג טעיפ):

דער ליד איז סתם אזוי א שיינער ליד - פאעט.
אבער אממיינסטענס בין איך אנטציקט פון די מוזיק וואס שפילט אונטער דערביי, דאס איז עפעס א וואונדערליכע קונטסליכע מייסטערהאפטע שפילעריי, וואס איך גלייב שווער אז עס איז פארהאן ווער עס קען דאס נאכמאכן.

ליד:

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפט,
די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס אויף איר,
פאר אלע זיי צוגעשיקט אלס וואס באדארפט,
באדערפענישן גאר אן א שיעור.

די ערד מינעראלן,
די טייכן די קוואלן,
די טאלן, די בערג באדעקט מיט שניי,
די בהמות די פעלדער,
די חיות די וועלדער,
די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי.

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן,
דעם הימל און אלעס וואס אויף אים,
ער גיט יעדן כח וויפיל יעדער טוט דארפן,
צו טאן אין עבודת השם.

די חיות די שרפים,
די גרויסע מלאכים,
וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט,
שירות און זמירות,
די הייליגע ספירות,
אלס ליגט ביים באשעפער אין די הענט.

דו גרויסער גאט,
ביזט געווען און וועסט אייביג זיין,
איך בין דיינער און דו ביזט מיין,
דו ביזט שטארק דו ביזט גרויס,
דו ביזט הייליג דורכאויס,
דו ביזט גוט דו ביזט פיין.

דו אונזער גרויסער גאט,
קיינער פאר דיר איז נישט געווען,
קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זעהן,
ווייל נאר דו אליין,
פירסט די וועלט אזוי שיין,
אלע גלייך גרויס און קליין.

דו אונזער ליבער גרויסער גאט,
מען קען נישט זעהן מען קען נישט פילן,
נאר מיט איידעלע געפילן,
קען מען עפעס וואס פארשטיין,
דו ביזט א גייסט און נישט קיין גוף,
און מען קען עס נישט ערקלערן קלאר,
מען קען נישט זעהן מען קען נישט הערן גאר,
און כאטש מיר ווייסן עס אז אומעטום ביזטו דאך דא,
ביזטו אבער פונקט ווי גארנישט דא.

דער גרויסער גאט,
אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד,
נישט קיין פייער און נישט קיין שווערד,
און דערפאר איז נישט שווער,
צו פארשטיין דעם דערהער,
דאס וואס אייביג איז ער.

דו אונזער גרויסער גאט,
אייביג וועסטו זיין און ביזט געווען,
מען קען נישט ציילן נישטא פון ווען,
ס'איז נישט נאנט און נישט ווייט,
און עס האט נישט קיין צייט,
ווייל דאס איז אייביגקייט.

דו אונזער ליבער גרויסער גאט,
דו האסט געשאפן אלע זאכן,
און וואס זיי טוען וואס זיי מאכן,
אלעס טוסטו דאך אליין,
די אלע זאכן קומט פון דיר,
מיין יעדער תנועה און מיין יעדע ריר,
אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר,
די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר,

אפס... איך זעה יעצט אז פעלט מיר דער סוף, איך האב נישט קיין געדולד צו שלעפן א טעיפ רעקארדער און מעתיק זיין דעם טעיפ יעצט, אפשר ביי א אנדערע געלעגנהייט, אדער אפשר וועט א צווייטער טון די ארבעט אנשטאט מיר, די מוזיק קען איך סיי ווי נישט מעתיק זיין.


מען האט עס ארויס געגעבן ב"ה, די ארגינעלער מוזיק איז זייער שווער נאכצומאכען, אזוי ווי די זאגסט...

viewtopic.php?f=18&t=46099

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 8:33 pm
דורך כאניש וואס צו טון
אלטער האט געשריבן:האט אפשר איינער די ווערטער פון די ניגון "א מאמעס הארץ"?

ערב יו"כ פארנאכט
דער עולם עס ווארט
ביין טיר פון בארדישעוור רבי'ן
........

ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט, ביים טיר פון בארדיטשוב רבי'ן
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער האט, א פדיון נפש צו געבן
דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דאס יאר, דורך לאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ, א רובל א קאפ, מוז ער נאמען היינט ביי יידן איינעם
א זקן גאר אלט, אפילו א קינד, א רובל מוז יעדערער געבן,
דער רבי וועט באלד, אפווישן די זינד, פארשריבן אין ספר פון לעבן.

א פחד א שרעק, די היינטיגע טעג, די גרויסע הוצאות אצינדער
וויאזוי קאן, אזא זאך צו טון, א משפחה מיט 10 12 קינדער
נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט, קיינער וועט גארנישט אפזאגן
מען קרעכצט אין מען זארגט, מען לייעט און מען בארגט, מען ברענגט צו דעם רבי'ן צו טראגן.

בין טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט, און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשטעלט, איז פיל שוין מיט געלט, א רשימה ליגט פון אלע יודן
עס עפנט זיך דער טיר, א פרוי שטייט אין איר, ארעם אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד, מיט איר פיצעלע קינד, און ווען עס דער רבי זאל וויסן
און אלמנה אליין, דאס קינד איז נאך קליין, שטענדיג מוז זיין מיט די מאמע
דאס לעבן איז שווער, זיי האט אויך נישט מער, ווי איין רובל פאר ביידען צוזאמען.

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק, דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובל מען דארף, גיי! זאגט ער שארף, ווען די טיר ווען איך באלד די פארשליסן
זי לויפט און די שרייעט, גיבט אדער לייעט, דער עולם עס העלפט איר ארויס גערן
פון גראשנס נישט מער, איז דאך אבער שווער, א רובל עס זאל פון דעם ווערטל.

המשך

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:43 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

בשורה טובה, די דריטע באנד פון ניגוני יו"ט ערליך איז ענדליך ארויסגעקומען.

ס'א פראגע, אוודאי געלאפן קויפן. גראדע נישט געלאפן פאר דעם, נישט געוואוסט. געלאפן קויפן די נייע משנת ויואל משה, און פונדערווייטנס זעה איך עפעס ניגוני יו"ט ערליך אבער די באנד איז נישט אזוי דיק ווי די ערשטע צוויי. אופס, א חידוש, און ער האט זאגאר דריי שטערנדלעך, געכאפט און געקויפט!

געווארט אפשר צוואנציג יארע, וויפיל פונקטליך נאר?

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:02 pm
דורך joe24
were can I buy it?

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: מוצ"ש מאי 15, 2021 11:33 pm
דורך יונה ישראל
joe24 האט געשריבן:were can I buy it?

גא"ם