ישראלי האט געשריבן:נאו
איך האב געמיינט: ויליאמסבורג, א מחיה גאר
וואינען דארט וכו
ייש"כ
וועגן דעם האב איך געשריבן "DTF"
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אין וויליאמסבורגער גאסן, ווען איר גייט ארויס עס הייבט אן טאגן,
און איר נעמט בעטראכטן איר פון ווייטן,
זעהט איר יודן גיין אין שטריימלען, ציצות בערד און ווייסע זאקן,
און די פאות הענגען ביי די זייטן,
^גייען פרויען טראגן סחורות, פיש און מילך ברויט מיט פרות,
אלע מיט די שייטלען און פאראקן,
זיי לויפן דורך די גאס באשיידן, מיט קיינעם ווילן זיי ניט ריידן,
און אויף קיינעם טוען זיי נישט קוקן,
אויף יעדער גאס א תלמוד תורה, זיצן קונדער לערנען תורה,
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן,
ביי איינעם הערט מען המניח, און ביים צווייטן השולח,
און ביים דריטן שרייט מען הכל שוחטין,
^פון בית המדרש פון בעגינען, לויפן יודן געלט פערדינען,
אלע אפגעדאוונט א מחיה,
פארקויפט מען פלייש פארריכט מען טישן, און פון צייט צו צייט צעווישן,
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות,
פארהאן אין וויליאמסברג א דאקטער, וואס א טלית קטן טראגט ער,
און א לויער'קע א אשה כשרה,
פארט א טעקסי מחותנים, ראש ישיבות מיט רבנים,
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה,
^צו וועלכער יוד איר וועט אריינגיין, וועט ער עסן אייך דערלאנגען,
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים,
ווילט איר האבן עולם הבא, פאלגט דעם יוד און בלייבט אויף שבת,
וועט איר מיינען ס'איז ירושלים.
וויליאמסבורג,
א מחיה גאר, ווייל וואונען דארטן פיינע יודן אויף מיר אזא יאר,
וויליאמסבורג,
ס'גאר א נייע וועלט, מ'לערנט תורה מדאנקט דעם בורה אין יעדן געצעלט,
אהא...
פון דעם רבי'נס הויז, א טומל גייט ארויס,
טאנצן חסידים, א ליהודים, הויבן זיך דורכאויס,
אהא...
ארים דעם לאנגן טיש, הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן, אויסגעבויגן, לעבעדיג און פריש,
DTF