ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יולי 24, 2018 9:09 pm

דור קודם האט געשריבן:ווער קען בריינגען די ווערטער

סתם להערה בעלמא, דאכצעך הייבט זיך אן יענער ניגון שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס די תורה איז ביי אונז אידן. זאל ער ווען רעדן פונעם גלות האלטן מיר שוין ליידער ביי ניינצן הונדערט און פופציג גלות יארן ה' ירחם במהרה, אבער די תורה איז שוין ביי אונז א קנאפע דריי טויזנט דריי הונדערט און דרייסיג יאר מיט א צוויי חדשים,כאפ איך נישט זיין חשבון, אפשר רעכנט ער פון סתימת התלמוד. (נישט אים אוועקצומאכן חלילה נאר פשוט א באמערקונג, כשלעצמי הער איך אים זייער אסאך).

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג יולי 27, 2018 12:04 am

עס פעלט מיר איין ווארט פון דעם ליד, דארט ווי אנגעצייכנט
ביטע פילט אריין, ווער עס ווייסט וואס

ביי שלמה המלך איז א טאכטער געווען
אזא שעהנהייט האט די וועלט נישט געזעהן
און די שטערן זעהר האבען געזעהן אז איר מאן
וועט זיין דער גרעסטער ארימאן
שלמה המלך האט זיך בעטראכט
און אין מדבר א הויכן טורים געמאכט
און זיין טאכטער האט ער אין טורים געבראכט
און קיין ארויפגאנג צו איר נישט געמאכט
ביז די וואלקענס איז דער טורים הויך געוועזן
און אויבן איז זיין טאכטער געזעסן
און אנגעגרייט האט ער פיל עסן
און בעקוועמליכקייטן גאר אן א שיעור
און שלמה המלך האט געוואלט זעהן דעם וואונדער
ווי דער בעשעפער איז מזווג זיינע קינדער
וויאזוי וועט ער איר העלפן אצינדער
אז ס'יז ניטא קיין ארויפגאנג צו איר
די טאכטער פלעגט זיך זארגען
אין אלע פרימארגען
אויפן דאך פון דעם טורים ארויפגיין
און בעטן דעם בעשעפער מיט געוויין
טאטע געטרייער
דו ביזט מיר אזוי טייער
קיין זאך איז נישט שווער פאר דיר
ברענג מיין בעשערטן צו מיר
ווייט איבער ים'ן אן א ברעג
איז ביינאכט אויף א פינסטערן וועג
איז דער ******** געגאנגען געטריבן פון נויט
זוכען א שטיקעלע ברויט
און קאלט איז אינדרויסן געווען
קיין בעהעלטעניש האט ער נישט געזעהן
איז געלעגן א פעהל פון א בהמה אין וועג
און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט
זיך ארומגעוויקעלט און זיך אויסגעצויגען
זיך דערווארעמט און צוגעמאכט די אויגען
און פון הימל איז אראפגעפלויגן
א פויגל גרויס און שווארץ ווי די נאכט
דעם ריח פון פעהל גענומען שמעקן
און אנגענומען פאר אלע פיר עקן
און אוועק אין די הימלישע וועגן
אויפן דאך פון דעם טורים געבראכט
האבען גענומען קלינגען די גלאקען
די פויגל האט זיך דערשראקען
געלאזט אויפן טורים די פעהל
און איז אוועקגעפלויגן שנעל
די טאכטער איז געקומען
און ריידן מיט אים גענומען
געזעהן ווי ער איז איידל פיין
דאס מוז איר בעשערטער זיין
די שומרים האבען דערהערט די גלאקן
זיי האבען זיך זעהר שטארק דעשראקען
געלאפען שלמה המלך אנצוזאגען
און ער האט זיך געפרייט דאן ביז גאר
מען האט דאן געבראכט צו אים ביידען
און ער האט גענומען מיט זיי ריידן
און געזאגט אז מען טאר זיי נישט שיידן
ווייל דאס איז די ריכטיגע פאר
געפרייט האבען זיך אלע
מיט'ן חתן מיט דער כלה
און א חתונה איז דאן געווען
וואס די וועלט האט עס נאכנישט געזעהן
און שלמה המלך
איז געוועזן זעהר פריילאך
און געמאכט האט ער א ברכה ביים טיש
ברוך הנותן אישה לאיש
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג יולי 27, 2018 1:08 pm

צו געזונט האט געשריבן:עס פעלט מיר איין ווארט פון דעם ליד, דארט ווי אנגעצייכנט

איז דער שחט'ערגעגאנגען געטריבן פון נויט
זוכען א שטיקעלע ברויט
און קאלט איז אינדרויסן געווען
קיין בעהעלטעניש האט ער נישט געזעהן
איז געלעגן א פעהל פון א בהמה אין וועג
און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט
זיך ארומגעוויקעלט און זיך אויסגעצויגען
זיך דערווארעמט און צוגעמאכט די אויגען
און פון הימל איז אראפגעפלויגן
א פויגל גרויס און שווארץ ווי די נאכט
דעם ריח פון פעהל גענומען שמעקן
און אנגענומען פאר אלע פיר עקן
און אוועק אין די הימלישע וועגן
אויפן דאך פון דעם טורים געבראכט
האבען גענומען קלינגען די גלאקען
די פויגל האט זיך דערשראקען
געלאזט אויפן טורים די פעהל
און איז אוועקגעפלויגן שנעל
די טאכטער איז געקומען
און ריידן מיט אים גענומען
געזעהן ווי ער איז איידל פיין
דאס מוז איר בעשערטער זיין
די שומרים האבען דערהערט די גלאקן
זיי האבען זיך זעהר שטארק דעשראקען
געלאפען שלמה המלך אנצוזאגען
און ער האט זיך געפרייט דאן ביז גאר
מען האט דאן געבראכט צו אים ביידען
און ער האט גענומען מיט זיי ריידן
און געזאגט אז מען טאר זיי נישט שיידן
ווייל דאס איז די ריכטיגע פאר
געפרייט האבען זיך אלע
מיט'ן חתן מיט דער כלה
און א חתונה איז דאן געווען
וואס די וועלט האט עס נאכנישט געזעהן
און שלמה המלך
איז געוועזן זעהר פריילאך
און געמאכט האט ער א ברכה ביים טיש
ברוך הנותן אישה לאיש

זוי הערט זיך דאס אין מיינע אויערן..
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג יולי 27, 2018 2:14 pm

וואס עס הערט זיך, האב איך אויכעט געהערט. אבער וואס פארא זאך איז דאס א שעכטער?
בוי זיך זעלבסט

חולם י יאויש
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

תגובהדורך חולם י יאויש » זונטאג יולי 29, 2018 2:38 am

ב'שערטער. כן נשמע לי.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 29, 2018 3:02 am

שקויעך!!! טאקע פיל מאל וואס ער דריקט גאר שטארק א ר' ממש אוואו א ח'
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג יולי 29, 2018 3:29 am

ר' יום טוב הערליך'ס ר' טוישט זיך זייער שנעל מיט א כ'ח' וויפל מאל קוקט אויס ווי ער זאגט וואכט אנשטאט ווארט, אויב אזוי איז דער באשעטער נאר ס'קוקט אויס ב שעכטער.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג יולי 29, 2018 2:43 pm

און נאכמער פון דעם איז אז ער קען זיי צומאל צוזאמענשטעלן אלס א גראם, ולדוגמא א' מני כמה וכמה איז כמעט אין אנפאנג פונעם ניגון "ביים רבינ'ס טיש" (איינס פאר די לעצטע אינעם טעיפ "א שבת מיטן רבי'ן"): דער רבי זיצט אינמיטן, און ארום אים אידן, שיינע צורות גאר א פראכט, רבנים רבי'ס זיצן און מען ווארט.

נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 8:33 am

תגובהדורך נייעס » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 9:48 am

איז דא אלע יום טוב ערליך טעיפס איבערגעזונגען דורך אן אנדערע זינגער ?
איז דא אלע, אדער א חלק ?
אויב יא, ווער זענען די זינגערס
און ווי קען מען עס קויפן
ישר כח

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 10:16 am

נייעס האט געשריבן:איז דא אלע יום טוב ערליך טעיפס איבערגעזונגען דורך אן אנדערע זינגער ?
איז דא אלע, אדער א חלק ?
אויב יא, ווער זענען די זינגערס
און ווי קען מען עס קויפן
ישר כח

דא האסטו דריי

איך האב געווארט (MBD)
(Yiddish Gems 1 (Avrohom Fried
(Yiddish Gems 2 (Avrohom Fried
עהרליכע ניגונים (ירמי' דמן)

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:33 pm

עהרליכע ניגונים האט אויך געטוישט ווערטער, אז ס'אל שטימען מיט די היינטיגע צניעות וועלט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:43 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
סתם להערה בעלמא, דאכצעך הייבט זיך אן יענער ניגון שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס די תורה איז ביי אונז אידן. זאל ער ווען רעדן פונעם גלות האלטן מיר שוין ליידער ביי ניינצן הונדערט און פופציג גלות יארן ה' ירחם במהרה, אבער די תורה איז שוין ביי אונז א קנאפע דריי טויזנט דריי הונדערט און דרייסיג יאר מיט א צוויי חדשים,כאפ איך נישט זיין חשבון, אפשר רעכנט ער פון סתימת התלמוד. (נישט אים אוועקצומאכן חלילה נאר פשוט א באמערקונג, כשלעצמי הער איך אים זייער אסאך).

די ניגון האט עטליכע פעלער
ביי גלות זאגט ער טאקע, שוין באלד צוויי טויזענט יארן
ביי תורה זאגט ער נישט שוין באלד צוויי ער זאגט אנאנדער מספר

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 4:44 pm

kyshtiper האט געשריבן:יאקאב
https://www.dropbox.com/s/mkviy1v1kokom ... 1.mp3?dl=0

איינער קען אפשר איבערלייגן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 05, 2018 9:19 am

יוד אלף האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
סתם להערה בעלמא, דאכצעך הייבט זיך אן יענער ניגון שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס די תורה איז ביי אונז אידן. זאל ער ווען רעדן פונעם גלות האלטן מיר שוין ליידער ביי ניינצן הונדערט און פופציג גלות יארן ה' ירחם במהרה, אבער די תורה איז שוין ביי אונז א קנאפע דריי טויזנט דריי הונדערט און דרייסיג יאר מיט א צוויי חדשים,כאפ איך נישט זיין חשבון, אפשר רעכנט ער פון סתימת התלמוד. (נישט אים אוועקצומאכן חלילה נאר פשוט א באמערקונג, כשלעצמי הער איך אים זייער אסאך).

די ניגון האט עטליכע פעלער
ביי גלות זאגט ער טאקע, שוין באלד צוויי טויזענט יארן
ביי תורה זאגט ער נישט שוין באלד צוויי ער זאגט אנאנדער מספר

שוין באלד פיר טויזענט יארן
https://drive.google.com/file/d/1J9wiEe ... sp=sharing
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:51 am

צו געזונט האט געשריבן:עהרליכע ניגונים האט אויך געטוישט ווערטער, אז ס'אל שטימען מיט די היינטיגע צניעות און (להבדיל) ציונות וועלט
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג אוגוסט 05, 2018 1:08 pm

farshlufen האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
סתם להערה בעלמא, דאכצעך הייבט זיך אן יענער ניגון שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס די תורה איז ביי אונז אידן. זאל ער ווען רעדן פונעם גלות האלטן מיר שוין ליידער ביי ניינצן הונדערט און פופציג גלות יארן ה' ירחם במהרה, אבער די תורה איז שוין ביי אונז א קנאפע דריי טויזנט דריי הונדערט און דרייסיג יאר מיט א צוויי חדשים,כאפ איך נישט זיין חשבון, אפשר רעכנט ער פון סתימת התלמוד. (נישט אים אוועקצומאכן חלילה נאר פשוט א באמערקונג, כשלעצמי הער איך אים זייער אסאך).

די ניגון האט עטליכע פעלער
ביי גלות זאגט ער טאקע, שוין באלד צוויי טויזענט יארן
ביי תורה זאגט ער נישט שוין באלד צוויי ער זאגט אנאנדער מספר

שוין באלד פיר טויזענט יארן
https://drive.google.com/file/d/1J9wiEe ... sp=sharing

דא האט איר פונעם בוך
1533488607678754484429.jpg
1533488607678754484429.jpg (425.68 KiB) געזעהן 1667 מאל

דאס וואס איך האב געשריבן וועגן צוויי טויזענט טעות הוא בידי עס איז נישט אין דעם ניגון
אבער עס קלינגט מיר אין קאפ אזא תנועה (מוז נישט זיין אז עס איז פון אים)
שוין באלד צוויי טויזנט יארן
וואס די שכינה איז פארלארן

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג אוגוסט 05, 2018 1:15 pm

צו געזונט האט געשריבן:עס פעלט מיר איין ווארט פון דעם ליד, דארט ווי אנגעצייכנט
ביטע פילט אריין, ווער עס ווייסט וואס

ווייט איבער ים'ן אן א ברעג
איז ביינאכט אויף א פינסטערן וועג
איז דער ******** געגאנגען געטריבן פון נויט
זוכען א שטיקעלע ברויט
און קאלט איז אינדרויסן געווען
קיין בעהעלטעניש האט ער נישט געזעהן
איז געלעגן א פעהל פון א בהמה אין וועג
און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט

און אז מיר האבן שוין דעם בוך אפען
וועל מיר צוצייכענען וואס נאך מיר האבן געטראפן

אדער
אז מיר האבן שוין דעם בוך גענומען
וועלמיר צו ווייזן וואס נאך מיר האבן געפונען

15334892144521417243183.jpg
15334892144521417243183.jpg (515.66 KiB) געזעהן 1661 מאל

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג אוגוסט 05, 2018 1:33 pm

אוואו איז דער בוך צים באקומען???
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:49 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אוואו איז דער בוך צים באקומען???

אין אייער לאקאל ספרים געשעפט

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:39 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:
נייעס האט געשריבן:איז דא אלע יום טוב ערליך טעיפס איבערגעזונגען דורך אן אנדערע זינגער ?
איז דא אלע, אדער א חלק ?
אויב יא, ווער זענען די זינגערס
און ווי קען מען עס קויפן
ישר כח

דא האסטו דריי

איך האב געווארט (MBD)
(Yiddish Gems 1 (Avrohom Fried
(Yiddish Gems 2 (Avrohom Fried
עהרליכע ניגונים (ירמי' דמן)

אויב איך האב נישט קיין טעות האט זושא שמעלצער אויך א טעיפ פון זיינע ניגונים

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:20 pm

פיניע חזן האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:
נייעס האט געשריבן:איז דא אלע יום טוב ערליך טעיפס איבערגעזונגען דורך אן אנדערע זינגער ?
איז דא אלע, אדער א חלק ?
אויב יא, ווער זענען די זינגערס
און ווי קען מען עס קויפן
ישר כח

דא האסטו דריי

איך האב געווארט (MBD)
(Yiddish Gems 1 (Avrohom Fried
(Yiddish Gems 2 (Avrohom Fried
עהרליכע ניגונים (ירמי' דמן)

אויב איך האב נישט קיין טעות האט זושא שמעלצער אויך א טעיפ פון זיינע ניגונים

https://mostlymusic.com/products/songs- ... =835212725

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:15 am

איינער קען אפשר ברענגן די תשובה ניגון פון ר' יו"ט, פון ר' זושא'ס סידי?

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:10 pm

האט איינער די ווערטער פון די הערליכע שיינע ניגון 'ויליאמסבורג'?
יישר כח
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:21 pm

אין וויליאמסבורגער גאסן, ווען איר גייט ארויס עס הייבט אן טאגן,
און איר נעמט בעטראכטן איר פון ווייטן,
זעהט איר יודן גיין אין שטריימלען, ציצות בערד און ווייסע זאקן,
און די פאות הענגען ביי די זייטן,
^גייען פרויען טראגן סחורות, פיש און מילך ברויט מיט פרות,
אלע מיט די שייטלען און פאראקן,
זיי לויפן דורך די גאס באשיידן, מיט קיינעם ווילן זיי ניט ריידן,
און אויף קיינעם טוען זיי נישט קוקן,

אויף יעדער גאס א תלמוד תורה, זיצן קונדער לערנען תורה,
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן,
ביי איינעם הערט מען המניח, און ביים צווייטן השולח,
און ביים דריטן שרייט מען הכל שוחטין,
^פון בית המדרש פון בעגינען, לויפן יודן געלט פערדינען,
אלע אפגעדאוונט א מחיה,
פארקויפט מען פלייש פארריכט מען טישן, און פון צייט צו צייט צעווישן,
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות,

פארהאן אין וויליאמסברג א דאקטער, וואס א טלית קטן טראגט ער,
און א לויער'קע א אשה כשרה,
פארט א טעקסי מחותנים, ראש ישיבות מיט רבנים,
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה,
^צו וועלכער יוד איר וועט אריינגיין, וועט ער עסן אייך דערלאנגען,
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים,
ווילט איר האבן עולם הבא, פאלגט דעם יוד און בלייבט אויף שבת,
וועט איר מיינען ס'איז ירושלים.

וויליאמסבורג,
א מחיה גאר, ווייל וואונען דארטן פיינע יודן אויף מיר אזא יאר,
וויליאמסבורג,
ס'גאר א נייע וועלט, מ'לערנט תורה מדאנקט דעם בורה אין יעדן געצעלט,
אהא...
פון דעם רבי'נס הויז, א טומל גייט ארויס,
טאנצן חסידים, א ליהודים, הויבן זיך דורכאויס,
אהא...
ארים דעם לאנגן טיש, הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן, אויסגעבויגן, לעבעדיג און פריש,
DTF
לעצט פאראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:25 pm

נאו
איך האב געמיינט: ויליאמסבורג, א מחיה גאר
וואינען דארט וכו
ייש"כ
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: די אויכעט, קרית יואל, שווערע שטופער און 29 געסט