ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » פרייטאג יולי 25, 2014 12:33 am


בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 25, 2014 12:46 am

בעל דמיון האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען קען קויפן די גאנצע סעט אויף עם פי טרי mp3 בלע"ז
(לכתחלה אנליין, פשוט גרינגער)
שכויח!

פאר עטליכע יאר צוריק פלעגט "קרן שמואל ישעי'" פארקויפען די סידי'ס, אבער נאר א גאנצע סעט אויפאמאל.
(זיי האבען דאכט זיך געהאט א עקסקלוסיוו דערויף פון ר' יו"ט'ס יורשים)

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג מארטש 23, 2015 10:21 am

דער נאטשאלניק
(טעיפ שלא עשנו גוי - טרעק 4)

אין שטאט סאמארקאנד
אונטער דער אייזערנער וואנט
פסח איז באלד דא
און קיין מצה איז אלץ ניטא
פון מאסקווע שנעל
געקומען איז א בעפעל
דערשטיקן דעם גלויבן
און נישט ערלויבן
קיין מצה, קיין ווייץ, אדער מעל

אבער דער איד
קיינמאל פארלירט ער זיך ניט
אונטערן שטאט
א ווינקל געטראפן מען האט
א בעקערי געמאכט
עס ארבייט בייטאג און ביינאכט
ארום שטייען אידן
צו קוקן און היטן
עס זאל נישט דערגיין צו דער מאכט

דרייט זיך דער רעדל
פרייט זיך די שטעטל
א מצה אין אויוון אריין
די פונקען זיי קנאקן
די מצות זיך באקען
א פרייליכער יום טוב וועט זיין

מ'פאקט איין דעם פעקל
לייגט מען אין זעקל
מען טראגט עס בעהאלטענערהייט
אידאלאך כאפן
די הערצאלאך קלאפן
עס גיסן זיך טרערן פון פרייד

קוקט נאר און זעה
דער נאטשאלניק פון ענקאוועדע
זיצט אין זיין הויז
דער פחד איז אזוי גרויס
מען זאגט ער איז א איד
פון אידישקייט ווייסט ער גארניט
ער דארף די אידן
פארשן און היטן
קיין גלויביגער זיין טאר מען ניט

איבערן שטאט
שומרים צושטעלט פיל ער האט
פערשטעלט און פערהילט
די שטאט האט מען איבערגעפילט
און אונטערן שטאט
קיינער ווייסט ניט פון דעם סוד
א הויפל א קליינער
מיט בלאטע און שטיינער
און דארט זיך באהאלטן מען האט

דרייט זיך דער רעדל
פרייט זיך די שטעטל
א מצה אין אויוון אריין
די פונקען זיי קנאקן
די מצות זיך באקען
א פרייליכער פסח וועט זיין

פאקט מען אין פעקל
לייגט מען אין זעקל
מען טראגט עס בעהאלטענערהייט
אידאלאך כאפן
די הערצאלאך קלאפן
עס גיסן זיך טרערן פון פרייד

א איד האט א הויכע נשמה
א הארץ פול מיט גייסט און געפיהל
א הארץ וואס טוט ציען
א הארץ וואס טוט גליהען
א ביסעלע ליכטיגקייט וויל
א איד האט א הויכע נשמה
א מנורה געפינט זיך ביי איהם
און מצוות פון תורה
צינדט אן דער מנורה
ער ווייסט נישט אפילו פון דעם

שטיל דער פארנאכט
די בעקערי איז שוין פערמאכט
דער עולם עס שטייט
אהיימגיין זיך אפרוען גרייט
פלוצלונג מען הערט
א טומל אינדרויסן עס ווערט
א קאר טוט אנקומען
מען הערט גוט זיין ברומען
און מיטאמאל שטיל פלוצלונג ווערט

עס קומט אריין א פרוי
רייך געקליידעט אזוי
גייט צו צום באלעבאס
זאגט אויפן אויער איהם וואס
ער פירט איהר אריין
אין בעקערי רואיג און פיין
מיר שטייען און ווארטן
מען ווייסט נישט וואס טראכטן
עס מוז א מסירה דא זיין

מיר שטייען און ווארטן
אינדרויסן עס וואכן
סאלדאטן געוויס אויסגעשטעלט
עס איז דא איין אופן
איהר אונטערצוקויפן
ווער ווייסט צו זי וועט נעמען געלט

א צייט האט געדויערט
מען האט שוין באדויערט
און פלוצלינג זיי קומען צוריק
די פרוי טראגט א פעקל
אונטער איהר רעקל
עס שיינט איהר דער פנים פון גליק

די פרוי איז ארויס
דער באלעבאס באגלייט איהר ארויס
די קאר איז אוועק
מען הערט איהר שוין פארן אין וועג
דער בעל הבית קומט צוריק
עס שיינט איהם זיין פנים פון גליק
ער שטעלט זיך אינמיטן
שמייכלט צופרידן
און שטארק איז פארוואונדערט זיין בליק

מיר שטייען אזוי שטיל
דער באלעבאס זאגט מיט געפיהל
מען ווייסט גארניט
וויאזוי מען דארף שעצן א איד
שטעלט אייך פאר מיין שרעק
ווען איך האב געזען דער פרוי אויפן וועג
ווייל דאס איז די פרוי
פון בערימטן אזוי
פון נאטשאלניק פון ענקאוועדע

איך קאן איהר
זי קאן מיר
פיהל טובות געטאן מיר
צום מאן קומען קיינער נישט קאן
זי איז איצט געקומען
און בעטן גענומען
אז איך זאל א טובה איהר טאן

עס גייט איהר אין לעבן
אז איך זאל איהר געבן
כשר'ע מצה וואס מער
איהר מאן פירט א סדר
און היט זיך כסדר
גאנץ פסח נאר מצה עסט ער

א איד האט א הויכע נשמה
א הארץ פול מיט גייסט און געפיהל
א הארץ וואס טוט ציען
א הארץ וואס טוט גליהען
א ביסעלע ליכטיגקייט וויל
א איד האט א הויכע נשמה
א מנורה געפינט זיך ביי איהם
און מצוות פון תורה
צינדט אן דער מנורה
ער ווייסט נישט אפילו פון דעם
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » מאנטאג מארטש 23, 2015 10:51 am

יישר כח פאר די אלע וואס געבן אונז חיזוק, אזוי ווי שוין דערמאנט, דער חיזוק איז וואס אונז דארפן אויף צו גיין ווייטער.

לענין די ווערטער, לפי ידיעתי האבען מיר גארנישט געטוישט.
מיר זענען געגאנגען לויט די ווערטער וואס עס שטייט אונם ביכעל וואס די משפחה האט ארויס געגעבן.

אדרבה אויב איינער זעהט א שינוי און די ווערטער ביי אונז, זאל ער אונז מערקזאם מאכן, און מיר האפן דאס צו פארעכטן.

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » דינסטאג יוני 02, 2015 9:48 pm

רבותי,
ר' יו"ט עהרליך'ס זוהן הרה"ח ר' משה ז"ל איז היינט נעבעך אוועק.
די חברה קדישא פאדערט נישט ווייניגער וויא $25,000 כדי צו מאכן די לויה. לעת עתה ליגט דעם בר מינן און מ'ווארט!
אידן, האט'ס רחמנות און רופט זיך אהן ווארעם, מ'קען מנדב זיין פאר די חשוב'ער צוועק דא:
קרן

יה"ר שלא נשמע עוד שוד ושבר בגבולינו
בשורות טובות
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג יוני 02, 2015 9:51 pm

פארוואס בעטן זיי אזא ריזיגע סומע??
וואס קאסט?

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » דינסטאג יוני 02, 2015 10:02 pm

זיין מאמע איז אוועק מיט א פאר יאהר צוריק און זיין וויב איז אוועק פאר א יהר. פון ביידע איז נאך געבליבען חובות צום חברה קדישא און זיי נוצען די הזדמנות צו פייניגען די משפחה.
סך הכל א משפחה פון קייליכע יתומים, דריי פון זיי זענען נאך נישט חתונה געהאט.
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דינסטאג יוני 02, 2015 10:50 pm

אוי מי כעמך ישראל,
קוקט אויס ווי דער עולם רופט זיך אן ווארעם,

ווער וויל דען נישט האבן א חלק אין אזא מצוה
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » זונטאג ינואר 17, 2016 7:02 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
ליסקא האט געשריבן:
קריכערל האט געשריבן:קען איינער אפשר ארויף לייגן די ווערטער פונעם ניגון 'יאקאב'??


איך זיך אויב איינער קען ארויף לייגן דעם ניגון (נישט די ווערטער),
איך שעם מיך נישט אויסצוזאגן איך קען נאך נישט דעם ניגון

די ניגון
http://dl.dropbox.com/u/9440892/02-6%20YAKOB.MP3

די ווערטער
viewtopic.php?p=278688#p278688

אפשר קען איינער איבער לייגען די ניגון ישר כח למפרע

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג ינואר 19, 2016 2:06 pm

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

דקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 12:39 pm

תגובהדורך דקל » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:23 am

איך זוך די ווערטער פון די מעשה פון ר' חיים ואס זוכט יראת שמים, אי די אלבום שושנת יעקב פון ר' יום טוב עהרליך

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » זונטאג ינואר 31, 2016 6:53 am

כבוד הגבאים החשובים !
כ'זע אז עס איז פארהאן אסאך אנדרע אשכולות פון ר' יו"ט ערליך ס'וואלט כדי געוועהן דאס צו צאמשמעלצן איין נעבן אנדרען און דאס וואס איז ממש איין ענין צאמלייגן אין איין אשכול, יישר כח

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 11:45 pm

דקל האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון די מעשה פון ר' חיים ואס זוכט יראת שמים, אי די אלבום שושנת יעקב פון ר' יום טוב עהרליך


ווייט פון ניו יארק, אין א שטעטעלע קליין,
געוואוינט האט א איד דארטן, ר' חיים שיין,
ווייניג געלערנט, ווייניג געוואוסט,
זיין הארץ האט צו אידישקייט שטענדיג געגלוסט.

קומט א משולח אין שטעטל אריין,
און ביי ר' חיים שטייט ער דאך איין,
דערציילט אין ניו יארק איז א טייערע זאך,
יודישקייט איז דארטן פארהאן גאר אסאך,

ווי נאר ר' חיים ער האט עס דערהערט,
אפילו קיין רגע האט ער נישט געקלערט,
געקומען איז ער קיין ניו יארק זייער שנעל
א צימער גענומען אין גרויסן האטעל

שבת בייטאג אין די גאסן ארויס,
גענומען צו זוכן אן ערליכן הויז
JEWISH CENTER דערזעט ער א סיין
און ער האט תיכף זיך דארטן אריין

ער זעט איין א שוהל, א פולע מיט מענטשן,
דער חזן האלט אינמיטן ראש חודש צו בענטשן,
הייבט אן צו זינגען ותן לנו חיים,
של עושר וכבוד ויראת שמים

וואס עושר און כבוד ווייס ער דער איד,
וואס יראת שמים איז ווייסט ער דאך נישט
ער האט עס געהערט פון זיין טאטן אמאל
אבער דעם פשט נישט געוואוסט נאך קיינמאל

קומט ער צום חזן און זאגט אים געוויס
ווייסט איר דאך יראת שמים וואס איז
זאגט אים דער חזן ס'איז א פשוט'ע זאך
יראת שמים קאן איך נישט קיין סאך

יראת שמים פארהאן אלערליי
ביי מיר איז פארשריבן אויף נאטן נאר צוויי
איינער איז פשוט א קליינער ביז גאר
און איינער א לאנגער מען זינגט מיט א כאר

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער חזן, איך ווייס נישט פון דעם
גיי צו צום שמש און פרעגט זיך ביי אים.
(הסבר וואס הייסט א שמש)

זאגט אים דער שמש א וואונדער אויף אייך
יעדער אין שול וועט אייך ענטפערן גלייך
יראת שמים קאן יעדערע זען
שטייט אין דעם סידור אויף זייט הונדערט צען

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך,
יראת שמים איז א פרומע זאך,
פרום? זאגט דער שמש איז מיר נישט באקענט,
פרום, דארפט איר פרעגן ביים דעם פרעזידענט.
(הסבר אויף פרעזידענט)

דער פרעזידענט ער האט זיך צעלאכט
ר' איד זאגט ער, איר האט א טעות געמאכט
דער רשע מיט מים עס איז עפעס ראנג
ישמחו השמים איז דא אזא סאנג

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער פרעזידענט טוה איך נישט פארשטיין,
פרום, דארפט איר פרעגן ביים ראביי אליין,

גייט זיך ר' חיים, זוכט יראת שמים,
א ריכטיגער פשט איז נישטא, נישטא
עס טוט אים פארדריסן, ער מוז זיך דערוויסן,
אפשר ביים ראביי איז דא, איז דא,
(הסבר אויף ראביי)

דער ראביי דערהערט, האט ער שטארק זיך פארטראכט
דעם בוך פון די נפטרים האט ער אויפגעמאכט,
געזוכט און געזוכט און געפונען צום סוף
דער יארצייט פון ירוחם שמעי' איז דריי טעג אין אב

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער ראביי אט אזוי רעד.
פרום, גייט גלייך אין ישיבה אוניווערזיטעט.
(הסבר אויף YU)

דער דירעקטער פון ישיבה האט קיין אסאך נישט געטראכט,
דער מעדיצינישער ענצקלאפעדיע האט ער אויפגעמאכט,
געזאגט ס'איז א קרענק צוריק זייער לאנג,
היינט איז אויף דעם שוין דאך קיינער נישט קראנק,

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך,
יראת שמים איז א פרומע זאך,
פרום? זאגט דער דירעקטער האט נישט קיין צער,
דאס איז דא נאר אין דעם שעכטער'ס סעמינאר,
(הסבר אויף שעכטער'ס סעמינאר)

דער דירעקטער פון סעמינער ווייסט אויך זייער קנאפ
ער גייט צו צום וואנט און ער קוקט אויפן מאפ,
געווען אזא טייך איז עס זיכער ביי אים
וואס איז שוין קיין זכר נישטא לאנג פון דעם

זאגט אים ר' חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
זאגט דער דירעקטער אז פרום איז באקאנט
דאס ליגט נאר ביי דעם מזרחי אין האנט

גייטס זיך ר' חיים, זוכט יראת שמים
א ריכטיגער פשט איז נישטא, נישטא
עס טוט אים פארדריסן, ער מוז זיך דערוויסן
אפשר אין מזרחי איז דא, איז דא

אין מזרחי געזאגט האט מען דאס האט א שם
אבער ביי היינט ווייסט מען גארנישט פון דעם
די אגודה האט פון דעם אן עסק געמאכט
מען זאגט אז זי האט עס אליין אויסגעטראכט

געקומען אין אגודה האט מען אים געזאגט
פארהאן אזא זאך נאר ווער ווייסט ווער פארמאגט?
אויב עס איז דא ערגעץ עפעס פון דעם
אין אגודת הרבנים געשיקט האט מען אים

אין אגודת הרבנים האט ער קיינעם נישט געזען
אויף אן אסיפה זענען אלע געווען
דער שומר האט געזאגט, אז דער פונסטער ארט
איז אין אגודת האדמורי"ם זאל ער זוכן דארט

אין אגודת האדמורי"ם איז קיינער נישט געווען
די רבי'ס זענען געגאנגען אויף א פדיון הבן
ר' חיים האט צער דער הארץ אים פארדריסט
ווייל זיין גאנצע זוכן געווען איז אומזיסט

זאגט איינער ר' חיים, יראת שמים
איז גאר אין ערגעץ נישטא, נישטא,
אין ירושלים, יראת שמים,
ביי די חרידישע אידן איז דא, איז דא

איז דארט ר' חיים געפארן באלד גיך,
אין מאה שערים אריינגעשפאנט זיך
זאגט מען אז באלד א הפגנה וועט גיין,
וואס יראת שמים איז וועט איר פארשטיין

און א הפגנה איז תיכף ארויס,
ער איז געגאנגען דער ערשטער פאראויס
געטראגן א לאזונג געשרייען מיט האס
אויף אלעם וואס ווילן צעשטערן דעם דת

געקומען די משטרה אין א מינוט
די אידן צעשראקן גערונען האט בלוט
צעשלאגן ר' חיים אויך האבן זיי
אין תפיסה אריינגעזעצט אויף וואכן צוויי

און ווען ער איז שפעטער פון תפיסה ארויס
די שמחה געווען ביי אים איז זייער גרויס
א סעודת הודאה האט ער דארט געמאכט
פאר אלע דערציילט וואס ער האט דארט געמאכט

ווען איך בין געליגן אזוי אויף די ערד,
די באנדיטן זיי האבן געמאכט מיך צורעכט
האב איך ביי מיר אין מיין הארצן געקלערט
פון וואנען האבן זיי געקריגן די רעכט

פארדארבענע מענטשן ווי חיות פון וואלד
זיי האבן גארנישט קיין מענטשן געשטאלט
זיי ווייסן דא גארנישט וואס מיינט עס א איד
פון שבת פון כשרות זיי ווייסן גארנישט

און איך בין א אמת'ער ערליכער איד
איך עס נאר כשרות און שבת איך היט
און איך ליג מיר אונטן אין צער אן א שיעור
און זיי שטייען אויבן און פייניגן מיר

ווער האט געגעבן זיי רעכט איצט אויף דעם
נאר ער דער גרויסער און גוטער השם
זיי זענען מער נישט דער שטעקן ביי אים
און ער טוט עס שטראפן און שלאגן מיט דעם

פארוואס קומט עס מיר, פארשטאנען כ'האב אויך
דער באשעפער ער קוקט אויף מיר איצט פון דער הויך
און ער וויל אצינד דא מיר לערנען געוויס
פארשטיין זאל איך יראת שמים וואס איז

יראת שמים דער פשט פון דער זאך
פאר דעם באשעפער זיך שרעקן אסאך
טאן זיינע מצוות און נאר פאלגן אים
אז ניט וועט ער שלאגן איך ווייס שוין פון דעם

גייט זיך ר' חיים און יראת שמים,
פאר יעדעם דערציילט ער דעם פשט פון דעם
וואו ער טוט קומען, פאר פרייע פאר פרומע
יעדערער עס קאן שוין און ווייסט שוין פון אים
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » פרייטאג פאברואר 05, 2016 9:20 am

Can someone please dropbox the יראת שמים ניגון

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » פרייטאג פאברואר 05, 2016 10:18 am

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:Can someone please dropbox the יראת שמים ניגון

https://dl.dropboxusercontent.com/u/376 ... rack10.mp3
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

דקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 12:39 pm

תגובהדורך דקל » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:31 am

ר' ניגון עתיק איך דאנק אייך זייער, תזכו למצוות

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » זונטאג פאברואר 07, 2016 2:01 pm

דאנקע שיין!! מאוירעדיג שיין

אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:17 am

תגובהדורך ר' יעקל » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:05 pm

עס פלעגט זיין צו באקומען ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים שיין און קלאר אראפגעזינגען (איך דענק נישט דורך וועם), און דארט האבעך געהערט די ניגון פון די בעש''ט מיט ר' הערשל מיט די ציגן (דאס), און איך זייער שטארק הנאה געהאט דערפון,

איז ווער עס קען עס אהערברענגען אדער ווייסט ווי איך קען עס באקומען זאל זיך ביטע אנרופען, ווייל איך ברויך עס זייער.

מיט גרויס דאנק

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:53 pm

יום טוב עהרליך
פאר אייערע שמחות
צוגעלייגטע
15b30fbfe697c894eadaa367755466d1.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

עמערדזשענסי!

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:34 pm

די ווערטער פון "איך האב געווארט און געווארט".
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:37 pm


אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:52 pm

מיט וואס קען איך דיר באצאלן?!

יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ יש"כ .....................................
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג אפריל 21, 2016 4:03 am

למעלה משבעים האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=13253

שפעציעלן ייש"כ פארן אהינפירן ליינען גרויזאמער'ס מעשה.

שיה"ש וועט זיך אנדערש זאגן.

___

לויט די גראמען, זעט אויס אז מ'האט אביסל געטוישט די ווערטער פון די אריגינעלע.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך יולי 13, 2016 3:24 pm

פערפעקט האט געשריבן:די ווערטער פון "איך האב געווארט און געווארט".

איז די ניגון ממקורו פון ר' יום טוב ז"ל?
אויב יא, אויף וועלכע אלבום?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 13, 2016 4:00 pm

ס'איז אויפן אלבום 'שבת' פון ר' יו"ט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, בית המשתה, מושגים, נישט געפירליך און 24 געסט