ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח בןהרחמן, איך בין גרייט אנטיילצונעמען אינעם פראיעקט.

אגב, אויף די שושנת יעקב טעיפ פלעגן מיר האבן א שיינעם ביכל מיט אלע ווערטער.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב שוין מעתיק די ערשטע העלפט פונעם שושנת יעקב טעיפ נאר איך טאקע געוואלט קאנפירמען עטליכע ווערטער וואס איך האב נישט געקענט געהעריג אויפכאפן, ממילא ווער עס האט די אלטע ביכל פון שושנת יעקב טעיפ וואלט געווען א טובה אויב ער קען מיר עס שיקן
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דא האט איר די צוויטע ניגון פון שושנת יעקב טעיפ

א שכח פאר פארשלאפן פארן ארויסהעלפן די עטליכע ווערטער וואס איך האב נישט אויפגעכאפט



ניגון: א קאלעקטער

שוין יארן פיהל אסאך
אז איך זוך מיר א פאך
און גיי און טוה און מאך
אז איך טויג נישט צו קיין זאך

וואו איך קום צו גיין
זאגט מען צו מיר ניין
ארבעטער איז דא
קיין ארבעט איז ניט דא

אין ישיבה איך קום
פארנומען אומעטום
דער ראש ישיבה אויף זיין ארט
און דער קעכער שטייט און קאכט

איין ארבעט איז פארהאן
צו שפאנען שפאן נאך שפאן
וואס זאל איך נעבעך טאהן
און איך נעם עס אהן

שפאנט זשע שפאנט זשע ניסן ניסן
הייב די פיסלעך אהין און אהער
דער אמברעללע איז צוריסן
און די טאש איז זייער שווער

בין א קאלעקטער א קאלעקטער

איך דריי זיך אן אהין אהער
און איך ארבעט זייער שווער
וואו איך גיב זיך נאר א קער
זאגט מען אז מען גיט ניט מער

בין א קאלעקטער א קאלעקטער

א קאלעקטער קאלעקטער
מען דארף ניט זאגן מער
פון אונטן פארמאכט
פון אויבן פארשפארט

און פון פארנט א סיין
מען לאזט גארנישט אריין
מען שטייט און מען ווארט
מען קלערט און מען טראכט
דער פענסטער פארמאכט
פון יענע זייט מען לאכט

ס'איז א קאלעקטער
א קאלעקטער
א קאלעקטער קאלעקטער
נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט

איך קום אמאל צו גיין
אין געשעפט פון קליין
דער באסס ער זאגט צו מיר
איך שיק אייך דעם קאשיר

איך זעה דער קאשיר גייט
איך גיי צו איהם מיט פרייד
און גיט מיר א פרעג
ווילסט קעש אדער א טשעק

זאג איך קעש איז גוט
זאגט ער די מינוט
ער געט א הויב מיר אויף
אויפן פלייצע לייגט ארויף

און עלעוועיטאר ער לאזט אראפ
און גיט א קוועטש די קנאפ
און זאגט צו מיר רעב הערש
ס'איז פונקט אזוי ווי קעש

פארט זשע פארט זשע רעבע ניסן
אויף ארויף און אויף אראפ
און עס זאל אייך נישט פארדריסן
און עס שטייט אין אייער קאפ

בין א קאלעקטער אוי א קאלעקטער

איך קום מיר אין א סטאטר
אויפן פיפטן פלאר
דער באסס ער קומט אריין
און קוקט זיך אין מיר איין

און גיט א געשריי
שנעלער פאליציי
איך האב דערקענט דעם יוד
סי א מערדער א באנדיט

איך האב זיין בילד געזעהן
אין צייטונג איז געווען
מען זוכט שוין איהם ארום
שוין וואכן אומעטום

איך האב דערהערט די רייד
האב איך זיך אויסגעדרייט
און אפיס געמאכט
פון הונטער מיר מען לאכט

ווי נישט קיין גזלן נישט קיין מערדער
נישט קיין בילד האט מען געזעהן
און צוביסן איז ער ניסן
דער קאלעקטער דא געווען
א קאלעקטער אוי א קאלעקטער
נאר ביי א קאלעקטער קען אזאנס געשעהן

אלע אידן היינט
זענען גוטע פריינד
דער געשעפט פארמאכט
דער אפיס איז פארשפארט

יעדער אין זיין הויז
אלע קליין און גרויס
ווער עס קומט אריין
נעמט מען איהם אויף פיין

איך זאג אייך באלד דירעקט
פאר וועמען איך קאלעקט
פאר אן אנדער צוועק
נישט ווי אלע טעג

מיין מוסד איז גאר גרויס
פיהל געלט דארף מען דורכאויס
מיין מוסד רופט מען אהן
בית רחל יעדער קאן

בית רחל איז א שם
און יעדער ווייס פון דעם
וואו קום איך צו זיי
הער אויס און פארשטיי

יעדער איינער ווייסט
מיין ווייבל רחל הייסט
פאר איר גיי איך אצינד
און פאר איר הויז געזינד

אוי עלעוו מיידלעך
דארפן קליידלעך
זיבן אינגליך
הויזען שיך

און א מאנטל פאר די מאמען
און א בעקישע פאר מיר
און מיין נתן, איז חתן
און מיין גאלדע שטייט שוין גרייט
נאך א גלעזל אנגעגאסן
נאר מיט נחת און מיט פרייד

בין א קאלעקטער אוי א קאלעקטער
לחיים לחיים טרינק געזונטערהייט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן הרחמן כתב:
ווי נישט קיין גזלן נישט קיין מערדער
נישט קיין בילד האט מען געזעהן
און צוביסן איז ער ניסן
דער קאלעקטער דא געווען
א קאלעקטער אוי א קאלעקטער
נאר ביי א קאלעקטער קען אזאנס געשעהן

מיין זכרון זאגט מיר אז אנשטאט "און צוביסן איז ער ניסן"
קומט: ווילט איר וויסן, עס איז ר' ניסן
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קרעמער, איך האב עס פרובירט איבערצוהערן אפאר מאהל אבער מיר האט אויסגעזעהן ווי ער זאגט יא דאס וואס איך האב געשריבען

איין זאך וואס קען זיין אז אנשטאט "און צוביסן", זאגט ער "און צו וויסן" באער די די צווייטע העלפט זאץ קוקט מיר אויס ווי איך האב געשריבען


---


אויך האב איך פארראכטן אין מיין פריערדיגע תגובה ביים ערשטן ניגון א גוטן פורים

ביי דעם שטיקל
און עס קומען אן אנטקעגן
א לייב א טיגער מיט א בער
און אינמיטן ????
דרייט די קאפ אהין אהער


קומט:
און אינמיטן גייט די דרעגען (=DRAGON)


און שפעטער וואו איך האב געהאט געשריבן:
איטשע מאיר, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ


קומט:
קיסינדזשער, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דא האט איר די די שמועס פון תענית אסתר וואס איז צווישן צווייטן און דריטן ניגון אויף שושנת יעקב טעיפ



אבער אז מען קומט צו די ערליכע אידן איז אן אנדער וועלט
דארט האט מען ליב געבן געלט
און אצינד ווייסט איר שוין און פארשטייט
פאר וואספארא צוועק מען גייט
אצינד טייערע פריינט, לכבוד דעם יום טוב היינט
איז זייער גלייך, פרעגן אפאר קשיות ביי אייך
און ווייל עס איז שווערער אצינדער צו קלערן
וועל איך אייך גלייך, זאגן דעם תירוץ פאר אייך
די ערשטע קשיא וואס איך וויל אייך שטעלן
איז פארוואס טוט מען אין זיך פורים פארשטעלן
די צווייטע קשיא איז דער עיקר
פארוואס איז מצוה פורים זיין שיכור
נאך א קשיא איז א חידוש די גרעסטער
פארוואס ביין טאג הייסט עס תענית אסתר
און ביינאכט מגילת אסתר
עס איז דאך א סתירה ממה נפשך
אז עס איז תענית פארוואס עסתל-ער
טאמער וועט איר זאגן אז אסתר איז א נאמען פון א אשה
דארף דאך שטיין עסתל-זי ניט עסתל-ער
דער חידוש דער גרעסטער
און אט איז דער ענטפער דער בעסטער
אז אסתר מיינט טאקע ער עסט עסט-ער
און תענית מיינט מען האט צו איהם טענות פארוואס עסט ער
איז ווייטער דא א קשיא אז תענית מיינט נישט תענית
פארוואס זאל ער נישט טארן עסן
דער תירוץ איז אז דא איז דא אנדערע אינטערעסן
תענית מיינט טאקע א תענית
און אסתר מיינט אז דער תענית איז בהסתר
דערפאר עסט ער
מען זאל נישט וויסן אז עס איז א תענית עסט ער
אבער דער אמת'ער פשט פון תענית אסתר איז אז אידן האבן טענות אויפן הסתר
אויפן הסתר פנים וואס דער באשעפער האט זיך אזוי פארשטעלט
און ס'איז אזוי פינסטער אויף די וועלט
און צרות און שרעק, אן א ברעג
און עס נעמט נישט קיין עק
אבער ווער עס וויל קאן אפילו אין דעם, זעהן השם
עס איז דאך קיין הסתר ניט דא
אויף יעדן טריט קען מען זעהן אז דער באשעפער איז דא
און דאס האט מען אנגעפאנגען זעהן
ווען די מעשה מיט מרדכי און אסתר איז געשען
עס זענען פארהאן צוויי הנהגות אויף די וועלט
איין הנהגה פון דער תורה א הנהגה פון ניסים אפענע און התגלות'ן
און די צווייטע הנהגה וואס איז אין דער נאטור פארשטעלט
די ערשטע הנהגה איז אין מצרים געווען
מען האט ניט נאטורליכע ניסים געזעהן
און ביים ים סוף און ביים בארג סיני אידן זענען געווען פוהל מיט שרעק מיט מורא
אזוי האט מען מקבל געווען די תורה
זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה
די וועג פון דינען דעם באשעפער די שרעק
איז אבער געווען פארן פשוט'ען פאלק א צו שווערער וועג
און דער ערב רב האט גרינג געקענט איינרעדן פון דעם דרך אוועק
און מאכן זיך אן אפגאט א שפיל
וואס מען קען טאהן מיט דעם וואס מען וויל
וואס מען דארף זיך נישט שרעקן פאר איהם
זענען אוועק נאכדעם פיהל יארן פון צער און צארן
דער בית המקדש איז חרוב געווארן
דאן האט באשלאסן דער באשעפער ברענגען זיין פאלק צוריק צו איהם
באווייזן איהם דעם צווייטן דרך פון השם
וואס די וועלט איז באשאפן געווארן מיט דעם
בראשית ברא אלקים
"אלקים" בגימטריא "הטבע" די נאטור
וואס אלס פירט זיך אין געוויסע געזעצען נאר
די זון שיינט ביין טאג מען זאל קענען זעהן
ביי נאכט די לבנה מען זאל קענען רוען
און דער דארף גיסט דער רעגן אטן אחן עק
ווען זיי דארפן נישט טרייבט דער ווינט דעם רעגן אוועק
אבער דאס אלס ווערט געפירט דורך השם
קיין בלעטעלע גיט זיך ניט א ריר אטן איהם
דאס האט ער געוואלט זיין פאלק זאל זעהן
און אויסגעקליבן די צייט האט ער ווען
אחשורוש איז געווען קייסער אויף יעדן לאנד
און אלע אידן פון דער וועלט זענען געווען אין זיין האנד
און אט וועט איר הערן וואס איז דאן געשען
ווען אחשורוש איז קעניג געווען
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דא איז די דריטע ניגון ווי ער לייגט אראפ די מעשה פון פורים הערליך שיין (די וואס זענען בּאָלד זינגט ער מיט א ניגון, די נישט בּאָלד זאגט ער אינמיטן הסברים וכדומה)



ניגון 3: שושנת יעקב (ערשטע העלפט)

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
דעם קעניגס פערד געקומען, מרדכי אדער המן
ערזעהן האט מען די ציצית און זיך געפריידט אזוי

אחשורוש ער דער קייסער, איז א נער א גרויסער
געוואלט האט ער באווייזן זיין רייכטום פאר די וועלט
געמאכט האט ער א סעודה, מיט אלע זאכן גוטע
און זיצן אלע מענטשן מען שיכור'ט און מען קוועלט


און פון וואנען ווייסן מיר אז אחשורוש איז געווען א נער
זאגן די חכמי פורים אחשורוש איז דער פשט
אחת איינע מראש פון קאפ
עס האט איהם געפעלט א שרייפל אין קאפ
פארוואס שטייט ורוש נישט מרוש
ווייל ווען עס פעלט א שרייפל איז עס אך און וויי
און וואס איז געווען אין די סעודה
וועלכע מאכלים גוטע
גלויבט מיר אז דארט וועט איר זעהן בעסערע מאכלים ווי דארט איז געווען
א פייג האט ער געהאט ערשט, קאקאש מיט האלאפצעס
געפילטע קישקע מיט גריוון און בארבעקיו טשיקען
און פאר א נאש, לעבערלאך מיט גולאש
וואספארא גוטע זאכן
קענען שוין די גויים מאכן
וויסט איר וואס איז געווען דארט
דער פורים רב דאס פארטייטשט ווארט ביי ווארט
עס איז געווען שטייט אין מגילה
זיבן טעג א סעודה אין גארטן אין קייסער'ס פאלאץ
עס איז געווען דארטן לערנט דער רב פשט
חור כרפס געלעכערטע פאטעטעס געלעכערטע קארטאפל
ותכלת דאס מיינט בלויע ווערימער
אחוז עס האט זיך געהאלטן
בחבלי בוץ מיט שטריק פון בלאטע
וארגמן מען האט געקענט גע'הרג'ט ווערן
על גלילי כסף אויף די מיסט פון א שעפס
עמודי שש מטות זיי האבן געשטאנען אויף זעקס בעטן
זהב עס האט גערינען
וכסף מען איז געווארן אינגאנצן אפגע'נער'ט דיסעפוינטעד
על רצפת, רהצ מיינט מען איז געלאפן
פת נאך א שטיקעלע ברויט
בהט מען איז געגאנגען אנגעטוהן אין לייוונט
ושש ודר וסוחרת זעקס דארע סחורות
געפעלט אייך דער פשט
אט אזוי כמעט
האט אויסגעזעהן אחשורוש'נס סעודה
ניט ווערט געווען קיין פרוטה

דער קייסער טוהט באפעלן די מלכה זאל זיך שטעלן
פארן עולם יעדער זאל זעהן ווי זי איז שיין
די מלכה זייער שיכור, פוהל מיט וויין און ליקער
נישט געקאנט זיך רירען נישט געקאנט דארט גיין

זיצט דער שר ממוכן אין א הוט א רויטן
דאס איז דאך געוועזן ער אליין המן
ער עצה'ט פארן קייסער דער קעניגן צו טויטן
דער קעניג שיכור זייער געזאגט מען זאל עס טאן

און ווען עס איז פון קעניג די וויין ארויסגעקומען
געהאט האט ער חרטה זייער שטארק אויף דעם
האט אט דער ממוכן הייסן גלייך גענומען
א קעניגן א נייע אויסקלייבן פאר עם

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
קומען זיי פון אלע זייטן, און פון נאנט און פון ווייטן
און אליין דער קעניג שטייט און ער באטראכט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
אויסגעקליבן האט ער אסתר, פאר די שענסטע פאר די בעסטער
תיכף פאר זיין מלכה האט ער איר געמאכט

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
אויסגעקליבן אסתר דער שענסטע די בעסטער
זי איז דעם קעניג'ס מלכה אבער ניט זיין פרוי


זאגן די חכמים אז מרדכי האט געשיקט צום קעניג אחשורוש א רוח
וואס האט פונקט ווי אסתר אויסגעזעהן
און זי איז עס די מלכה געווען
און די מאמע פון זיין קינד דריוש געווען
ווייל יעדער קאן פארשטיין
אז חלילה אסתר די צדיקת זאל בלייבן מיטן קעניג אחשורוש איין מינוט אליין

דער קייסער כאפט התפעלות, פון די מלכה'ס מעלות
פאר די עצה המן'ען מאכט ער זייער גרויס
פאר איהם טוט יעדער קניען, מען טוט זיך אויסציען
נאר דער איינער מרדכי לאכט זיך פון איהם אויס

המן פוהל מיט צארן, איז געוואויר געווארן
אז מרדכי איז א איד און שרעקט זיך פאר איהם ניט
און ער טוט גלייך לויפן, דעם קעניג אונטערקויפן
און אליין מיט דינר'ס נישט בלייבן זאל א איד

דער קעניג זעהט די רענדלעך, און עס איז פארשטענדלעך
ער ערלויבט דעם המן טאן אלס וואס ער וויל
מרדכי ווערט דערשראקן, און לויפט פאר אסתר זאגן
אסתר גייט צום קעניג און חן ביי איהם האט פיהל

זיין שטימונג איז א גוטע, זי בעט איהם אויף א סעודה
מארגן אין איר פאלאץ וועט עס זיין געמאכט
אויך זאל קומען המן, געמעקט זאל זיין זיין נאמען
צו איר אין דעם פאלאץ האבן ביי דער נאכט

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
טוען שוהלען זיך פארפוהלען, מען זאגט תהלים טאג און נאכט
אלע טאג תעניתים האט מען דאן געמאכט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
אלע זיינען שטארק צובראכן, אבער פולע מיט בטחון
אז גאר גרויסע ניסים ווערן באלד געמאכט

שושנת יעקב צהלה ושמחה
יעדער איינער ביי זיך אין טיפן הארצן טראכט
פארוואס האט ער דער בורא, ניט לאנג פאר די גזירה
פאר א מלכה האט ער אסתר'ן געמאכט

איינמאל טוט פאסירן, מרדכי גייט שפאצירן
און ביי א וואנט א הויכן האט ער זיך געשטעלט
ער הערט ווי צווייען ריידן, מען מאכט א פלאן צו טייטן
דעם קעניג אחשורוש און צונעמען זיין געלט


די צווייען האבן גערעדט אויף א שפראך וואס קיינער אין לאנד קאן נישט פארשטיין
פארשטאנען האט עס אבער נאר מרדכי ער אליין
און ער איז פון די סנהדרין געווען
וואס יעדער פון זיי זיבעציג שפראכן קען


(...המשך יבא)
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 10:59 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

צווייטע העלפט ניגון שושנת יעקב (די בּאָלד זינגט ער, די נישט בּאָלד אן א ניגון)



מרדכי שנעל געלאפן, אסתר'ן געטראפן
זי לויפט גלייך צו דעם קייסער און האט איהם פארהיט
געשריבן איז געווארן, אין ספר הזכרון
דער רעטער פונעם קעניג איז מרדכי דער איד

אינמיטן נאכט געטראפן, דער קייסער קאן ניט שלאפן
דעם ספר הזכרון ברענגט מען גלייך פאר איהם
דער ספר ליגט שוין אפען, און גלייך האט מען געטראפען
וויאזוי דער מרדכי האט גערעטעט איהם

האט געזאגט דער קייסער, ס'איז א נס א גרויסער
צו האט מען אט דעם מרדכי'ן באצאלט עפעס פאר דעם
קיינער טוט נישט וויסן, דעם קייסער טוט פארדריסן
ער האט באשלאסן תיכף אפצאלן פאר עם

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
פלוצלינג המן קומט אינמיטן, און דערציילן פון דעם אידן
מרדכי'ן דארף מען הענגען די תליה שטייט שוין גרייט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
נאר דער קייסער וויל ניט הערן, עפעס אנדערש טוט ער קלערן
און ער טוט ניט הערן פון המן'ען די רייד

שושנת יעקב צהלה ושמחה
ווען המן קומט ווען פריער ווי דאס איז געשעהן
דער בוך איז ווען נישט אפען, די מעשה ניט געטראפען
דער קייסער וואלט געפאלגט איהם און ביטער וואלט געווען

דער קייסער טוט גלייך פרעגן, וואס טוט מען דערוועגן
ווי באצאלט מען איינעם וואס האט מיר גוטס געטאהן
המן האט פארשטאנען, ווער איז נאר פארהאנען
וואס טוט גוטס דעם קייסער אויסער ער המן

האט ער גלייך געהייסן, א פערד נעמען א גרויסן
אויף איהם זעצען דעם איינעם מיטן קעניג'ס קרוין
פאר איהם זאל זיין א לויפער, זאל שרייען אויפן שופר
פאר גוטס טוהן פארן קעניג קומט דאך אזא לוין

זאגט צו איהם דער קייסער, נעם א פערד א גרויסער
זעץ אויף איהם דעם מרדכי און טו איהם אן מיין קרוין
דו זאלסט זיין דער לויפער, און שרייען אויף א שופר
פאר גוטס טוהן פארן קעניג קומט דאך אזא לוין

און דער פערד טוט לויפן, מרדכי ער זיצט אויבן
אין דעם קייסער'ס בגדים אויפן קאפ זיין קרוין
שווער איז צו דערקאנען, מרדכי אדער המן
דערזעהן האט מען די ציצית און אלע ווייסן שוין

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
המן'ס ווייב עס שטייט פון אויבן, און זי טוט אויף זיכער גלויבן
אז המן איז דער רייטער און מרדכי לויפט פאר איהם
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
זי נעמט אן עמער מיסט מיט ריח, און ווארפט מיטן גאנצן כח
אויף המן'ען דעם לויפער און באגאסן איהם

שושנת יעקב צהלה ושמחה
שטייען אלע מענטשן און פאטשן מיט די הענט
אלע טוען לאכן, המן טוט דאך קראכן
ער קומט אהיים צובראכן איהם קיינער ניט דערקענט


און זרש איז געווען די ערשטע וואס האט אלע מצוות אין פורים מקיים געווען
זי האט מיט א כלי שמוץ המן'ען איר מאן מכבד געווען
און ביי איר איז א אמת'ע שמחת פורים געווען
אויך איז זי געווען עד דלא ידע געוויס
זי האט נישט געוואוסט ווער ס'איז מרדכי און ווער המן איז
שטייט אין מגילה והמן נדחף לביתו אטבול וחפוי ראש
המן איז געשטויסן געווארן צו זיין הויז אבל וחפוי ראש
וואס איז דער פשט פון חחפוי
זאגט דער פורים רב אזוי
גאנץ שושן איז געקומען צו לויפן פון אלע ערטער זעהן המן'ען
און עס איז געווען א גרויסע געלעכטער
ווער עס האט אויף איהם א קוק געטוהן האט געמוזט לאכן זאגן כאח אזוי
און ווי מען האט געגעבן א שמעק האט מען געזאגט פוי
און יעדער איינער האט איהם געגעבן מיטן פוס שטויס
אזוי ביז זיין הויז
דאס איז דער פשט פון נדחף און כאח-פוי
און גאנץ שושן האט זיך געפריידט אזוי
דעם סוף זאל האבן יעדער שלעכטער גוי

אלע המן'ס בנים, געוואשן שטארק זיין פנים
די שמוץ וויל ניט ארונטער און דער ריח האלט
פלוצלינג קומט מען זאגן, די מלכה'ס פערד און וואגן
ווארטן ער זאל קומען אויף די סעודה באלד

געקומען אויף דער סעודה, מאכלים זייער גוטע
אבער נאך א ריח קומט דערצו צו דעם
אלע פוהל מיט זארגן, מען לייגט עס אפ אויף מארגן
המן קומט אויף מארגן דער ריח קומט מיט איהם

אויף מארגן ביי דער סעודה, די שטימונג איז א גוטע
אסתר פאנגט אן וויינען און די הארץ גיסט אויס
דער קייסער איז געווארן, אויף המן פוהל מיט צארן
און צו זיך אין גארטן אז בייזער גייט ארויס

המן זעהט פארפאלען, און ער טוט דארט פאלען
פאר דעם ארט, ווי אסתר איז געזעצן דארט
און ער טוט זיך בעטן, אז זי זאל איהם רעטן
און פארן קייסער זאגן אויף איהם א גוטע ווארט

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
און אינמיטן קומט דער קייסער, אזא כעסן אזא בייזער
המן פאר די מלכה גיסט די הארץ זיך אויס
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
איז דער קייסער צוגעקומען, און ער האט איהם אנגענומען
פון הונטען פארן קאלנער און ווארפט איהם ארויס

שושנת יעקב צהלה ושמחה
די ישועה איז געקומען אזוי גוט און גיך
דער קייסער קאן נישט עסן, ער קאן גארנישט פארגעסן
אויף המן פוהל מיט צארן רופט אסתר'ן צו זיך

זיין רינגל טוט צו איר געבן, זאל רעטן יעדנס לעבן
לויפן זאגן די רייטער די גזירה איז אראפ
די אנטיסעמיטן, די שונאים פון די אידן
יעדן איינעם טויטן אראפהאקן די קאפ

מען איז דאך גלייך געלאפן, די רייטערס אנגעטראפן
פונקט אין צייט געזאגט זיי די גזירה איז אראפ
די אנדערע פאפירן, געגעבן זיי דאס פירן
המן'ס פריינט זיי אלע אראפהאקן די קאפ

מען איז גלייך געגאנגען, און המן'ען געהאנגען
און זיינע אלע בנים הענגען ארום איהם
די אנטיסעמיטן, די שונאים פון אידן
עס איז נישט געבליבן א זכר גאר פון דעם

מרדכי איז דאך פרייליך, פאר משנה למלך
מיט אסתר'ן די מלכה א געבענטשטע פלאטר
אחשורוש אלע יארן, קלוגער נישט געווארן
געבליבן מיטן רוח אלע זיינע יאהר

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ארור המן ארור המן אשר ביקש לאבדי
ברוך מרדכי מרדכי היהודי
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ארורה זרש ארורה זרש זרש אשת מפחידי
ברוכה אסתר אסתר בעדי

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
שווער געווען דערקאנען, צו מרדכי אדער המן
דערזעהן האט מען די ציצית און זיך געפריידט אזוי
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 10:59 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בןהרחמן האט געשריבן:
און שפעטער וואו איך האב געהאט געשריבן:
איטשע מאיר, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ


קומט:
קיסינדזשער, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ


שכוח הרב בן הרחמן

ביסט גערעכט, אזוי ליגט מיר אין קאפ
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דא איז דער שמועס נאכן דריטן ניגון וואו ער רעדט ארום פון הנהגה שלא כדרך הטבע און נס פורים וואס איז געווען הנהגה בדרך הטבע





זיינען אלע אידישע שונאים דאן אנגעקומען
אבער מען האט ביי זיי גארנישט גענומען
שטייט ובבזה לא שלחו את ידם
זאגט דער פורים רב עס איז געווען אזא שמחה אויף דער וועלט
עס איז געווען אפילו ביזי ביי דער ארבעט האט קיינער נישט א שטעל געטאן די האנט צו פארדינען געלט
און מרדכי הצדיק האט צושיקט מגילות אין אלע שטעט
און פון אלע ניסים גערעדט
זעהט אידעלעך זעהט
ווער האט ושתי'ן צו דער סעודה געהייסן גיין
ווער האט זי געהייסן זאגן ניין
און אזוי די גאנצע מעשה ביזן סוף ווער האט אנגעפירט מיט דעם
נאר אונזער טייערער גרויסער השם
און יעדער איד האט גענומען טראכטען פון זיין גלויבן אויך
דער באשעפער איז גארניט אין דער הויך
ער איז אין הויז ער איז אין גאס ער איז אויף יעדן טריט
גייט מיט יעדן איד גיט איהם אלץ וואס ער דארף און היט
און אידן האבן געקריגן פארשטאנד
און געכאפט דעם באשעפער ביי א האנט
האח דאטס ביסטו דא
קיין פארשטעלעניש איז ניט דא
און דאן איז געשעהן
די אידן האבן נאכאמאהל מקבל די תורה געווען
אבער ניט מיט מורא
נאר מיט ליבשאפט אן א שיעור צום בורא
און צו זיין הייליגע תורה
קימו וקיבלו מען האט דערזעהן היינט
דער באשעפער איז אונזער א גוטער פריינט
ווייל ווייטקייט ברענגט קאלטקייט
נאנטקייט ברענגט ליבשאפט
מען האט נאר געהאט שרעק
ניט מצער זיין דעם גוטן פריינט ער זאל חלילה ניט אוועק
און מען טוט זיך פארשטעלן
ווייל דער דרך טוט זיי געפעלן
און מען נעמט שפעטער די מאסקע אראפ
מען דעקט זיך אפ
דערפאר הייסט עס מגילת אסתר
מען איז מגלה דעם הסתר
איז א פורים רב אפילו האט געטראפן אפילו
צו דעם א רמז אין די מגילה
שטיי ונחתום בטבעת המלך א חידוש א גרויסער
וואו קומט נחתום א בעקער בטבעת המלך מיט א רינג פון קייסער
איר דארפט נישט קלערן
איר וועט פארמאטערט ווערן
דער תירוץ אליין איז אין מגילה דא
שטייט ונחתום בטבעת המלך אין להשיב אויף דעם איז קיין תירוץ ניט דא
אבער לויט אונזער וועג
איז די פראגע אפ-געפרעגט
ונחתום מיינט די מגילה איז גע'חתמ'עט געווארן
בטבעת אין דעם טבעיות'דיגן וועג פונעם קייסער
עס איז מוטבע געווארן אין טבע אין די נאטור
און מיט די נאטור פירט אויך אן דער באשעפער נאר
אבער עס איז פארשטעלט פארדרייט
און אין די פשוט'ע רייד
וואס אין די מגילה שטייט
זענען הויכע הייליגע שמות אריינגעדרייט
אין ווארט והשתיה כדת איז דא אין דעם
דער הייליגער שם, י-ק-ו-ק
און די ווארט ושתי אין די ווארט והשתיה
אז דעם ניט וועלן ושתי אויף די סעודה זיין
און דעם קעניג'ס וויין
איז געווען דורך א שם
און די גאנצע נס פורים איז ארויס פון דעם
י'בוא ה'מלך ו'המן ה'יום
איז די ראשי תיבות פון די הייליגע שם
און נאך פיהל הייליגע שמות זענען פארוויקלט אין די מגילה
און פון דעם קען מען זעהן אז אין אונזער לעבן אפילו
זענען פיל שמות פארהאן
און גייען מיט אונז א יעדן שפאן
אבער אלץ איז פארדרייט פארשטעלט פאר אייך
אויך "מרדכי" און "ארור המן" זענען גימטריא גלייך
היינט איז אלעס פארשטעלט, אויף די וועלט
אלץ איז פארדרייט, די געדאנקען די רייד
ס'איז עד דלא ידע ווער פארשטייט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין בן-הרחמן, א שיינעם דאנק אויף דיין הארעוואניע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך פון שושנת יעקב טעיפ ----- לכבוד פורים


(א שיכור'ע דין תורה)


און אט וועט אונז דער פורים רבי ערציילען
פון א דין תורה וואס איז ביי איהם געווען פורים אין הויז
און סיי דער טוען סיי דער נטען און ער דער דיין
זענען געווען שיכור דורכאויס
וועט זשע וויסן געוויס
עד דלא ידע וואס איז


א גוטן פורים מיינע טייערע פריינט
איר ווייסט דאך אז איך בין דער פורים רב נישט פון היינט
און איך האב פון דעם אמאל קאפ דרייענישן אן א סוף
זעה איך אמאל פורים ביי טאג לויפן פיהל אידן שרייען כאפט א רב כאפט א רב
האב איך זיך געשטעלט מיט מורא
זאגן זיי מיר אז זיי האבן צווישן זיך א דין תורה
און זיי האבן געהערט אז איך בין א רב א גדול והנורא
בכן דארף איך פסק'נען פאר זיי די דין תורה
האב איך זיי געבראכט צו מיר אין הויז
און זאג זיי איך הער אייך אויס
אבער רואיג זאגט אייער סחורה
אן קיין מורא
מיט ארדענונג מיט א סדר
מיט דרך ארץ א יעדער

פאנגט אן דער ערשטער דער טוען צום ערשטן וויל איך אייך זאגן ווער איך בין
איר האט געהערט פון אלטן מתושלח פון חומש דאס איז איינער פון מיינע זיהן
און עוג מלך הבשן איז געווען מיין איידעם
זיינען מיר איינמאל סוכות ביינאכט געזעסן אויפן בוידעם
און געלערנט די מגילה
איידער מען האט געדארפט דאווענען נעילה
איז געקומען הערשל דער סופר
און האט אפגעביסן דעם פיטום פון שופר
האמיר געכאפט ביים פעטער
א בייסיק מיט איין רעדער
און געוואלט שנעל פארן פון ניו יארק קיין מאה שערים
קויפן ספרים
אינמיטן באגעגענען מיר ווייסט איר וועמען דעם אשכול הכופר
האבן מיר איהם געגעבן פארעכטן דעם שופר
ביז ער האט פאר-ריכט
האט גענומען ברענען די סוכה פון די חנוכה ליכט
בין איך געלאפן זיך באהאלטן אויפן קוימען
איז געקומען דער שוטה און ביי מיר צוגע'גנב'עט דעם אפיקומן
האב איך געזאגט צו איהם גוט
אבער איך וויל דערפאר אויף תשעה באב א נייעם בעקישע מיט א נייעם הוט
האט ער מסכים געווען אויפן ארט
און שוין דריי טויזנט יאהר אדורך און ער האט נאכנישט געהאלטן זיין ווארט
פרעג איך אייך איז עס א יושר
היינט איז א שעת הכושר
עס איז ניכר
אז ער איז שטארק שיכור
ער ווייסט ניט וואס מיט איהם טוט זיך אויף דער וועלט
וועט ער אפשר אפגעבן די געלט
ער האט געמאכט א גוטן טרונק
אבער איך האב גארניט גענומען אויף מיין צונג
נאר דריי גלעזער וואדקע
מ'סלאבאדקע
און פארביסן מיט א גלאט כשר'ע פרי
און איך רוף צו א דין תורה
איינס פון די זיבן זאכען
זאל ער גוט מאכען
די מינוט
אדער געלט אדער די הוט

אזוי האט גע'טענה'ט דער ערשטער פארשוין
זאג איך צו איהם שוין
גענוג
איך זעה דו ביסט גאנץ קלוג
אויסצוריידן א פילען גארגן
לאז א צווייטן אויך עפעס זאגן
און צום צווייטן זאג האסט געהערט
גיב איהם אפ די געלט ער איז גערעכט

זאגט דער צווייטער רבי איר ווייסט נישט דעם עיקר
איך בין אינגאנצן ניט שיכור
מען האט מיר מיט געוואלד אריינגעגאסן א פלאש מיט ליקער
איר האט רבי מן הסתם געהערט די מעשה
וואס מען דערציילט פסח פון די חד גדיא
דאס בין איך דער איד וואס האט די ציגעלע געקויפט בתרי זוזי
און איך האב עס אוועק געלייגט לעבן די מזוזה
איך קען אייך רבי שווערן אויף דעם אז זי האט דעם אפיקומן צוגע'גנב'עט ביי איהם
איך בין נאר געגאנגען טרינקן א גלעזל קאפפע
עס איז געווען שבעה עשר בתמוז נאך די ניינטע הקפה
וואס ער זאגט איז פאלשע שטיק
איך האב זעקס און דרייסיג תירוצים צוריק
די ערשטע צען תירוצים
איך בין אויפן קוימען קיינמאל ניט געווען ?
ווען די זאך איז געשען בין איך גאר געלעגן אונטערן בעט
און ס'איז געווען שפעט
ערב ראש השנה, האב איך געהאט א כוונה
אונטערן בעט מחדש זיין די לבנה
דער דרייסיג'סטער תירוץ איז
אז איך בין געווען אויפן קוימען געוויס
איך האב געוואלט דארטן ציילן ספירה
דערווייל איז אריין א פורים שפילער אין מיין דירה
האב איך געשיקט קיין שושן הבירה
האט ער מיר געגעבן מיטן לולב א שטויס
און מיר ארויס געטריבן פון הויז
איך גיב א בליק
דער עולם גייט שוין פון תשליך צוריק
האב איך זיך דערמאנט אז היינט איז עשרה בטבת
צאל איך נישט קיין חובות
אויב ער האט טענות
קען איך איהם געבן פאר די גאנצע געלט אויסגעשלאגענע הושענות
וועט ער גלייך מיט דעם קענען
דעם חמץ פארברענען
דער לעצטער תירוץ איז
אז איך האב שוין איהם באצאלט געוויס
איך בין געווען א נותן ער איז געווען דער מקבל
עס איז געווען דרייסיג יאהר פארן מבול
ער לייקנט אבער איז די צרה
זאל דער רבי מאכן א פשרה
ער איז א שטארקער למדן קיין עין הרע
ער קען אויפהייבן מיט איין פינגער די שווערסטע גמרא
דאס האט דער צווייטער געזאגט און געווארן שטיל
ער האט שוין קיין כח ניט געהאט ריידן פיהל

(........ צווייטע העלפט אין קומענדיגע תגובה)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

(.... צווייטע העלפט)



האב איך דער פרה דער מרא דאתרא געזעהן וואס מען וויל
און גענומען ריידן צום ציהל
פון אייערע רייד איז ניכר
אז איר זענט ביידע שטארק שיכור
איר רעדט ביידע פוסטע רייד
עס איז אין שבועות שטייט אין די הגדה
איר זענט ביידע שוין עד דלא ידע
אבער איך בין ביים שכל טייערע פריינט
איך האב גארנישט געטרונקען היינט
נאר אביסל זעקס און ניינציגער א האלבע שיסל
איך וועל אייך ערקלערן אלעס אין א סדר
ערשטענס איז פורים ניט דא קיין סדר
נאר די ערשטע סליחות ביינאכט
איידער מען נעמט ארויס פון ארון דעם ספר
און אקדמות ליינט מען גלייך ניט ווי א שופר
דערנאך עסט מען דעם קוגל
און דאס איז מסוגל
קיין שריפה זאל ניט זיין
און חנוכה לעכט צינדט מען ווען
נאר אויף א פדיון הבן
און פורים שפילער קומען צו גיין
נאר תשעה באב אליין
נאך די קרעפלעך מיט די חריין
די איינציגע וואס איר האט ריכטיג גערעדט
איז אז די לבנה איז מען טאקע מחדש אונטערן בעט
אבער דאס איז נאר געמאכט
סוף חודש ביינאכט
און אין מדרש ונהפוך הוא ווערט געבראכט
ווען לוט האט חתונה געמאכט זיינע זיהן מיט נח'ס טעכטער
איז געווען א גרויסע געלעכטער
ווייל דער שדכן איז געווען בלעם'ס אייזל דער גרעסטער שדכן אין דער וועלט
איז ער געקומען מאנען שדכנות געלט
ווייסט איר ביי וועמען ביי שמשון הגבור דעם אליין
האט איהם שמשון הגבור ארויסגעהאקט אלע ציין
איז ער געקומען צו מיר מיט א געוויין
בכן
ער רופט איהם אויף א דין תורה
ווייל פאר מיר האבן אלע מורא
און ער האט א גאנצן טומל געמאכט
און דריי עדות האט ער געבראכט
דער עגלה ערופה, און דעם שעיר לעזעזאל, און דעם לולב הגזול
האב איך איהם געזאגט אלע דריי זענען פסול
האט ער מיר געבראכט נאך צוויי עדות אזיינע
דער יקום פורקן מיטן מפטיר יונה
האב איך איהם געזאגט איך בין נישט קיין קונה
און געזאגט דעם פסוק וכסיל לא יבין את זאת
די ראשי תיבות פון פסוק איז אויזל
דאס זאגט מען זאת אז ביין אייזל שכל פעלט
און מען קאן איהם נישט געטרויען קיין געלט
און איך האב ארויס געגעבן א פסק צום סוף
אז די גאנצע געלט באלאנגט צום רב
אויך אצינד ביי אייך
איר זענט שיכור איר קענט נישט טראכטן גלייך
באלאנגט די גאנצע געלט צום רב
אויך אצינד איר האט געטרונקען אן א סוף
באלאנגט אויך די גאנצע געלט פארן רב
און מה דאך איר זענט אין שלאף
איר שנארכטס וויאזוי קען מען עס שלאפן זיצנדיג אויסגעצויגן
מיט אפענע אויגן
איז גיט די געלט צו ניט
כאטש א צענטעל איז גוט
עשר תעשר
ווען ניט וועל איך אויף אייך אנשיקן דעם קול מבשר
וועט אייך אויסלייזן פון די קושקע מיט די גריוון מיט די האלאפצעס און אנדערע אינטערעסן
ער וועט אייך געבן צו עסן
וואס אייערע זיידעס האבן געגעסן אין מדבר
ווייסטו וואס מן
איר וועט גארניט קענען טאן
דאן וועט מען הערן ווי איר שרייט מיר ווילן געבן צדקה
גיט אונז די ארימעלייט
אבער קיין ארימעלייט וועלן דאן ניט זיין
נו האט שכל און כאפט אריין כאפט אריין
דער רב האט גערעדט זייער פיין
געזונט זאל ער זיין
און די אלע וואס הערן זיך צו אמן
און אצינד ווייסט איר שוין וויאזוי מען דארף עד דלא ידע זיין
מען דארף זיין עד דלא ידע
אזוי אז מען זאל וויסן אז מען איז גארנישט אח לאי
און דאס איז די זאך
וואס מען דארף אויך טרינקען אסאך
ווייל נכנס יין יצא סוד
און "יין" און "סוד" איין צאל בגימטריא מען האט
וואס ביים א ניכטערען אויפן לונג
איז ביים א שיכור'ן אויפן צונג
נאך א גוטן טרונק ווארפט מען די מאסקע אראפ
און מען דעקט זיך אפ
און דאס מיינט מגילת אסתר
מען איז מגלה דעם הסתר
אבער ווי שיין זענען די רייד פון אונזערע דריי אידן געווען
מען האט געקענט זעהן
אז זייער קאפ ליגט שטענדיג אין מצוה און תורה
און אהבת הבורא
אבער עס זענען נעבעך דא מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון אידישקייט אפילו א האר
און זיינען עד דלא ידע א גאנצן יאהר
זיי גייען אין שוהל אפילו
און ווייסן ניט וואס איז דאס תפילה
וואס איז תורה
וואס איז א מצוה וואס אן עבירה
נאך ערגער איז דארטן וואו די תורה ווערט פארטייטשט פארקערט
מיר וועלן אייך איבערגעבן א שטיקעלע פון דעם עם הארץ'ישן הפקר'דיגן לעבן אט הערט
א געשיכטע פון א איד ר' חיים
וואס איז געקומען קיין ניו יארק זוכען יראת שמים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח בעני ווי אפרישיעט יור ווארק.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

בן הרחמן.

עס קומט דיר א גרויסן דאנק, איך לייען עס יעצט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט און איך שטארק הנאה דערפון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ארויפגעברענגט לכבוד פורים די שושנת יעקב טעיפ פון ר' יום טוב עהרליך ז"ל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א קניפ אין בעקל פאר דיר. יש"כ.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

א הערצליכן דאנק אייך בן-הרחמן, עס איז גאר ווערטפול אייער ארבעט.

בן-הרחמן האט געשריבן:
און שפעטער וואו איך האב געהאט געשריבן:
איטשע מאיר, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ


קומט:
קיסינדזשער, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ


אואווא!! די גורער וואלטן אייך פארשטיינערט פאר אזא טעות... :wink:
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

חחחחחח
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

בן הרחמן, וואס גייט דא פאר? יויש, די שטיקל פון "ניסים ניסים" איז דאך א מורא'דיגער שטיקל, די לעצטע ניגון פונעם טעיפ. די קרעטשמע וועט זיך פארסמאסקעווען דערמיט. הלואי ווען איך האב ווען א איבריג מינוט.

אקיצור בעני, ווען מ'געט א פינגער בעט מען א האנד, פליז ענדיג דעם "יראת שמים" מעשה, ס'איז אויסטערליש גוט, כאטש היינט לעבט מען שוין און אביסל אן אנדערע וועלט, ער וואלט אויפן ראש הקהל און פרעזידענט געזאגט אנדערע זאכן.. די פרויען סאמעטאכע איז צוקער זיס. אבער ועל כולם, דער ניסים ניגון, כ'האב מיך געראגעלט :lol:
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

איך אייל מיך איך וועל שרייבן אין קורצן
אויף די תשובה טעיפ איז דא די אלעמען באקאנטע ניגן כל נדרי, אויב איינער האט אמאל אריינגעקלערט אין די ניגן מאכט עס עפעס נישט קיין סענס אז ווען דער גענעראל דערמאנט זיך אז דאס איז דער ניגן פון כל נדרי ווערט עפעס די פרוי אינגאנצן פרייליך

און א דאנק זאגט די אלטע ווער עס האט דיר געשיקט
פונקט אין די צייט העלפט ער תמיד
מען האט ביי אונז אלע בעלי תפילות פארשיקט
ניטא ווער זאל צוגיין צום עמוד

שטעלט זיך די פראגע פארוואס פאלט עפעס ביי פאר די פרוי אז ער קען דאווענען פארן עמוד?, ווייל ער האט זיך קוים יעצט דערמאנט אז דאס איז די ניגן פון כל נדרי?

נאר וואס דען ? דא פעלט א שטיקל וואס ר' יו"ט האט פארגעסן צו זינגען, ווי דער מענטש זאגט פאר די פרוי אז זיין טאטע איז געווען א בעל תפילה, און ער איז געווען זיין משורר......

וועט איר אודאי פרעגן פון ווי איך ווייס?.
איך האב אמאל געזען א אלטע צעטל ווי עס איז געווען אראפ געטייפט די טעיפ און איך האב דארט געזען נאך א גאנצע פאראגראף, איך געדענק נישט די גאנצע, אבער די צווייטע שירה איז געגאנגען בערך אזוי.

איך בין זיין משורר געוועזן

און ווי אויך שפעטער אין די ניגן זינגט ער (בערך אזוי)

און ביי זיין זייט שטייט די טאטע פון הימל אראפ
געקומען כל נדרי צו הערן

לויט ווי איך שרייב האט עס פשט, און אן דעם, עפעס נישט, ווייל ווי קומט עס דא אריין?

אדרבה לאזט זיך הערן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מעקס סענס, אבער מען ברויך הערן די טענער צו זעהן אויב עס פיט.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יאנאש האט געשריבן:מעקס סענס, אבער מען ברויך הערן די טענער צו זעהן אויב עס פיט.

פארשטייט זיך אז עס קומט דארט צו פרישע פיר ליינס, און אויב די קענסט די ניגון איז נישט שייך אז ס'זאל נישט קלאפן אויפן ניגון
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך פארשטיי, אבער די שאלה איז אויב עס פיט אינעם פאל וואו ער האלט, אויסער אויב דו ווילסט איבערזינגן דעם נידריגן אדער הויכן פאל צוויי מאל.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יאנאש האט געשריבן:איך פארשטיי, אבער די שאלה איז אויב עס פיט אינעם פאל וואו ער האלט, אויסער אויב דו ווילסט איבערזינגן דעם נידריגן אדער הויכן פאל צוויי מאל.

אויב די קענסט די ניגון דארפסטו וויסן אז דער ניגון האט סך הכל צוויי פעלער, און ר' יו"ט זינגט עס אויף אן אויפן.

צוויי ליינס די ערשטע פאל, און צוויי ליינס די צווייטע פאל. און נאכאמאל צוויי ליינס די ערשטע פאל און צוויי ליינס די צווייטע פאל. אזוי א גאנצן צייט. סא אויב ליייגט ער אריין נאך פיר ליינס איז נישט שייך צו זאגן אז עס ווענד זיך ביי וועלכע פאל ער האלט. ווייל ער זינגט פשוט נאכאמאל אפ דעם גאנצן ניגון, אזוי ווי א גאנצן צייט
שטימט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”