ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

אינמיטן ים, פאהרט א שיף, פאהרט זי אויסגעצויגן,
פאהרט א איד פון ארץ ישראל, מיט פארוויינטע אויגן.

אין ירושלים דארט,
אפגעלעבט די יאהרן,
און פון אזא הייליגן ארט,
געמוזט אוועקצופאהרן.

געלאזן דער משפחה דארט,
און אלע גוטע ברידער,
און קיין אמעריקע אז מען פאהרט,
איז דאך זיייער ביטער.

מיין פריינד, זאג איך צו איהם מיט פרייד,
איהר דארפט זיך גארנישט שרעקן,
דער אויבערשטער האט שוין אנגעגרייט,
אן ארט פאר אייער וועגן.

פארהאן א ווינקעלע, גאנץ קליין,
פול מיט יראת שמים,
איהר וועט זיך שפירן ווי אינדערהיים,
ווי אין י ר ו ש ל י ם.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

שווארצע וואלקנס זענען אנגעקומען,
און פארשטעלט פון זוהן די שיין,
און א טרויער האט ארומגענומען,
אט דער קליינער שטעטל מיין,

וואס געבליבן איז דער ליבער חדר,
א מאדערענע שולע איז דארט,
אין די שולן דאווענט מען כסדר,
נאר קיין יוגנט איז ניט דא,

און עס טראגט זיך איין הילכיגער געלעכטער,
פון די קלוגן טאג און נאכט,
און זיי די ערליכע זוהן און טעכטער,
פון דער השכלה אריינגענארט,

אלעס איז צינויפגעמישט צוזאמען,
אלעס טאנצט און זינגט מיט פרייד,
נישט איין טאטע נישט איין מאמע,
פון וועלכע געגאנגען יונגערהייט,

עס ברענט די הויז עס ברענט אויך די ישיבה,
אין יעדן הויז א גרויסער בראך,
מען רייסט קריעה און מען זיצט שבעה,
אויף קינדער וועלכע לעבן נאך,

א גריס פון די שטעטאלאך, די ווינקאלאך די שיינינקע,
א גריס אייך פון דער ליבער אלטער היים,
א גריס אייך פון די געסאלאך, די הייזאלאך די קליינינקע,
א גריס פון יעדן גערטנדל און בוים,

די ישיבאלאך פארלאזענע, די שכנדלאך פארשלאסענע,
די הייזער פול מיט טומל און מיט שרעק,
די הערצאלאך צוריסענע, די ליפאלאך צוביסענע,
די קינדער וועלכע זענען ווייט אוועק.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

"דער גליקלאכער אמאל"

ליד:

און פונקט אין מיטן נאכט האט ער געזען א חלום,
א קליינע שטעטל פול מיט ליבשאפט און מיט שלום,
קליינע הייזאלאך צושטעלטע אין איין שורה,
דער גרויסער בית המדרש אויך שטייט אין דערמיט,

גייען אידן אין די גאסן גאר אן זארגן,
יעדער טראגט מיט זיך א פרייליכן "גוט מארגן",
דער געשמאק פון דאווענען ליגט אויף יעדנס צורה,
און די גרויסע שמחה וואס מען איז א איד,

ער קומט אין הויז און טראגט דעם טלית און די תפילין,
און דער קאפ איז פול מיט גליקלאכע געפילן,
זיין באלעבאסטע קומט אנטקעגן שוין א מאמע,
און זאגט "גוט מארגן" הויך מיט א צופרידן קול,

די פלאר געוואשן עס גלאנצט אין יעדן ווינקל,
אויף די פענסטער יעדע פורהאנגל עס פינקלט,
עס פאלט א געדאנק אין קאפ מסתמא,
איז עס א חלום און א מעשה פון אמאל,

דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען,

דער גליקלאכער אמאל,
זכרונות אן א צאל,
וואס מאכן אלעמאל,
מיר בענקען,

א טיש א בענקל, א לאמפ מיט א שענקל,
דאס אלעס דורכאויס,
און ווי היכל, געלעגן א שמייכל,
איז אויף יעדן הויז,

דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען.
קושקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושקע »

די אלע ניגונים האב איך איינמאל מעתיק געווען אויף הייד-פארק, אויב איינער קען מיר ביטע טרעפן דעם אשכול ווי איך האב עס געשריבן למצוה גדולה יחשב...

די 2 חבלי משיח זענען טאקע מיינע פעוועריטס, דא האט עטס נאך א ניגון וואס איך האב לעצטנס מעתיק געווען:

אייביג וועלן זיי זיין ביי מיר אין זכרון
די שטעטלע קאזשאן-האראדאק ווי איך בין געבוירן געווארן
און די שטעטעלע דאוויד-האראדאק ווי איך בין ערצויגן געווארן
און דער חורבן וואס פון זיי איז געווארן

ליד:

א שטיבעלע א זיבעלע מען נעמט עס אן אין האנט
א גארניקל אן איינגבויגטע וואנט, אוי יו יו
א דעכעלע א בלעכעלע א בלושקע אין דער הויך
א קוימענדל וואס שטענדיג גייט א רויך

געבוירן בין איך דארט געווארן
און האב דארט אפגעלעבט די יארן
צער און פרייד געהאט דארט אן א שיעור
דארט פלעגט די מאמע מיך פארוויגן
זינגען א טרויעריגן ניגון
און דעם טאטען ערגעץ אין סיביר

א בענקעלע א שענקעלע א קיילעכדיגער טיש
זענען ביי מיר אין זכרון פריש, אוי יו יו
א זייגערל דער שטייגערל ס'קלאפן דורכאנאנד
די בילד פון אלטן זיידן אויפן וואנט

די אויגן פון דעם אלטן זיידן
פלעגן דאן שטענדיג צו מיר רעדן
און פון גן עדן קוקן פלעגן זיי
אין שעה'ן שווערע פון מיין לעבן
פלעגן זיי שטענדיג פאר מיר שוועבן
יענע שמייכלענדיגע אויגן צוויי

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין, אזוי זיס און פיין
די גאסן לאנגע פול מיט הויפן שיינינקע
איין טייך א גרויסע און אויך איינס א קליינינקע
און אויפן ברעג ליגן אן סדר
הייזאלאך איינער אויף דער צווייטער
די פענסטארלאך ווי לעכאלאך אן שיין

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין, אזוי זיס און פיין
אינמיטן שטאט די שוהל מיטן מרחקעלע
אויסערן שטאט דער בית עולם אויפן בערגעלע
מצבות אלט און אפגעריבן
דאס איז דאך אלס וואס איז געבליבן
פון די ליבער שטעטלע דו מיין

די הייזל אלט די שטרוי צופאלט די יארן שוין אוועק
געקומען זענען אומרואיגע טעג, אוי יו יו
דער הימל רויט דער שונא גייט
אלס נענטער קומט זיי צו גיין
מיין ווייסט נישט אדער לויפן אדער ניין

אין דיינע גאסן בין איך געלאפן
און איך האב אידן דארט געטראפן
אבער איך האב זיי שוין נישט דערקענט
דער שונא האט אויף זיי געפלויגן
און דו האסט צוגעמאכט די אויגן
און איך האב דיר העלפן נישט געקענט

איינמאל נאכט די שטעטל ווארט
אין טרויער אן א שיעור
געזעגנט כ'האב זיך שטעטעלע מיט דיר, אוי יו יו
איך בין אוועק און ווייטן וועג
אין פינסטער פון דער נאכט
און דו האסט רואיג אויפן סוף געווארט

געוויינט עס האט דארט יעדער איינער
געוויינט עס האבן אויך די שטיינער
געוויינט עס האט פון דעכעלע די שטרוי
איך בין אוועק פון דיר נאר איינער
עס מיט מיר נישט מיטגעגאנגען קיינער
נאר דעם אלטן זיידנס אויגן צוויי

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין אזוי זיס און פיין
די הייזער דיינע זענען אלע אפגעברענט
פון די שולן זענען נאר געבליבן שטיקלאך ווענט
אלס מיט
א הויכע קבר ביז צום הימל
איז פון דיר געבליבן שטעטל מיין

ליד ענדע

עס איז געווען א וואך נאך תשעה באב,
האט מען אלע אידן ארויסגעטריבן אונטערן שטאט נאקעטערהייט,
געצווינגען אויסגרובן א ריזיגען גרוב טיף און ברייט,
און מ'איז ארויף אויף זיי מיט טראקטורן און פארשאטן לעבעדיגערהייט, השם ינקום את דמם.

די גוים פון שטעטל זענען געשטאנען ביי די זייטן צושפרייט מיט העקן מיט שטעקנס,
נישט געלאזן קיינעם זיך רעטן פון טויט,
און די גוטע גוים, די אידישע פריינד צוזאמען פון די אוניווערזיטעטן מסחר און פאך,
וואס האבן זיך געקושט מיט די אידן באזוכט זייערע הייזער גערעדט זייער שפראך,
האבן אנגעפירט מיט דער שרעקליכער זאך,

אט דאס איז דער אויפטוה פון השכלה,
און א ראי' אז די גאנצע קללה,
האט זיך אנגעפאנגען ניט אין פוילן אין די חסידישע שטיבלאך,
ניט אין די ליטווישע ישיבות,
נאר אין די דייטשישע שטעט און אין די אינטעליגענטע סביבות,
ווי מען האט די קינדער געטויפט תיכף נאכן געבוירן ווערן,
עס זאל זיין לייכטער אריינגיין אין די אוניווערזיטעטן,
און א דאקטאר צו ווערן,
אין יענע ערטער האט זיך עס אנגעפארנגען,
און דאן איז עס שוין ווייטער געגאנגען.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אין הייד פארק האב איך געזען איינער האט דארט אנגעהויבן שרייבן א ניגון וואס האט מיך שוין לאנג געכאפט, נאך אלס יונגער בחור האט דער ניגון געהאט א השפעה אויף מיר, עס ליגט אין דער ניגון אזוי פיל הארץ און א געוואלדיגער מוסר השכל, און ר' יו"ט לייגט אריין דאס גאנצע נשמה אין דעם ניגון. דער שרייבער דארט האט אנגעהויבן, אבער איז געבליבן שטעקן אינמיטן, איך וועל פראבירן קאפיען פון דארט וואס ער האט געשריבן און דערנאך עס משלים זיין, וויבאלד איך קען עם ב"ה גוט.

דער בעל שם טוב איז אמאל
געגאנגען איבער בארג און טאל
און געקומען אין א שטאט
וואס מען רופט זי בראד

איינמאל אין א גאס גייט ער
און ער קוקט זיך הין און הער
זעט ער גייט א איד אין וועג
און טראגט שווערע פעק

איינגעבויגן
אראפגעלאזט די אויגן
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג
יעדער טוט עם זאגן
געזונט זאלט איר טראגן
געזונט זאלט איר זיין ענפערט ער צוריק

דער בעל שם טוב זעט זיין פנים
פול מיט הייליגע סימנים
פון זיין שטערן שיינען ווי צוויי ליכט
ער קאן זייער גוט די בליקן
פון די ל"ו צדיקים
ער האט ניט געזען אט דעם געזיכט

ער נעמט פרעגן דעם און יענעם
יעדער איינער טוט עם קענען
דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן
און פערקויפט און האלט די ציגן אויס

דעם בעל שם טוב טוט פערדריסן
פון דעם איד ער טוט ניט וויסן
און ער פאסט און ביים באשעפער בעט
ליבער טאטע טו מיר זאגן
וואס דער איד עס טוט פערמאגן
אז פון זיין שטערן שטראלן צוויי מען זעט
(הערט צו דעם קרעכץ ווען ער זאגט ליבער טאטע....)

לערנען זאגט מען קאן ער גארניט
דאוונען אפשר אויך א האר ניט
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין
דער באשעפער טוט עם הערן
און ער טוט עם העלפן גערן
זיין בקשה טוט ממלא זיין

(פארזעצונג קומט)



גביר_אדיר

ע"כ פון דארט און איך וועל ממשיך זיין

דורך געלאפן איז צוויי טעג
דער בעל שם טוב גייט אין וועג
פלוצלינג זעט ער איין מיט פרייד
אט דער הערשל גייט

הערשל, זאגט ער הער מיך אויס
איך בין אפגעשוואכט דורכאויס
מילך אביסל פון א ציג
כוחות ברענגט צוריק

הערשל הויבט די אויגן
א שמייכל אויסגעצויגן
קום, זאגט ער ר' יוד צו מיר אין הויז
איר וועט דארטן קריגן
מילך פון מיינע ציגן
און ווער עס טרינקט עם היילט זיך תיכף אויס
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
שטייט דארטן א חורבה אין א זייט
ארום בלאטע בערג מיט שטיינער
פוילע קלעצער אלטע ביינער
הערשל דארטן וואוינט די גאנצע צייט

אין הויז א קנאפער פערגעניגן
שפרינגען אויף עם אלע ציגן
לעקן עם און קושן עם מיט פרייד
הערשל נעמט זיך גלייך א קריגל
און ער מעלקט זיך אויס א ציגל
גיט און זאגט אויך טרונקט געזונטערהייט

דער בעל שם טוב קאן נישט ריידן
ס'האט די מילך א טעם גן עדן
הערשל זאגט ער כ'בעט דיך הער מיר אויס
עס מעג אפילו דיר פערדריסן
נאר דעם סוד מוז איך היינט וויסן
וואס ביי דיר פון פנים שיינט ארויס

הערשל שמייכלט מיינע שונאים
וואס מען זעט שוין אין מיין פנים
כ'האב מיין פנים קיינמאל נישט געזען
נאר אז איר האט גרויסע אויגן
וועל איך קיין זאך נישט פערבויגן
און אייך זאגן וואס עס איז געשען
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב אמאל געהאט א פרוי
אן ערליכע גיווען אזוי
אירע יארן טאג און נאכט
פון זיך נישט געטראכט

שטענדיק נאר געטראכט זי האט
פון די קראנקע וואס אין שטאט
און פאר די ארימעלייט
געשיינקט איר גאנצער צייט

געטראגן זיי עסן
קיינמאל ניט פערגעסן
געזען עס זאל נישט פעלן זיי קיין זאך
מען פלעגט דערזען איר גייען
פלעגן זיי זיך פרייען
און ברכות פלעגט זי אנקלייבן א סאך

איינמאל איז דער טאג געקומען
און מען האט איר צוגענומען
אוועק איז איר נשמה אין דער הויך
און איך בין געבליבן איינער
טרייסטן ניט געקומען קיינער
און איך האב געוואלט גיין מיט איר אויך

איך האב ניט געקאנט פערגעסן
נישט געשלאפן ניט געגעסן
אויסגעדארט געווארן הויט און ביין
און אין ערגעץ ניט געגאנגען
און צוביסלאך אויסגעגאנגען
איך האב נישט געוואלט מער זיין אליין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

המשך

און ביינאכט האט עס געטראפן
האלב געדרימלט האלב געשלאפן
און אפשר איז געווען עס אויפן וואהר
איז מיין פרוי צו מיר געקומען
און האט ריידן שטיל גענומען
און איך זע און הער איר אזוי קלאר

הערשל, זאגט זי דארפסט ניט קלאגן
הער אויס וואס איך וועל דיר זאגן
עס איז דארטן בעסער פיל ווי דא
נאר מען דארף איין זאך געדענקען
מען דארף מיט זיך עפעס ברענגען
וואס געפינט זיך אויף דער וועלט נאר דא

ווען דו ביסט פון פעלד אוועק
איז בעפאלן מיר א שרעק
קומט א מלאך און זאגט מיר
מען רופט צום בית דין דיר

און מיין הארץ איז פול מיט קלעם
ווייל איך האב געהערט פון דעם
אז מען פייניגט דארט אסאך
פער יעדן קליינעם זאך

איך בין אריין געקומען
זיך אומקוקן גענומען
עס קומען פענימער בעקאנט צו מיר
די ארימע פון שטעטל
די קראנקע מיטן בעטל
וואס איך פלעג זיי העלפן אן א שיעור
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און מען האט גענומען ריידן
פירט איר תיכף אין גן עדן
און דער שענסטער ארט בעלאנגט צו איר
זי האט קיינמאל נישט פערגעסן
ברענגען טרינקען ברענגען עסן
און געזארגט זיך פאר אונז אן א שיעור

עס האט געדונערט ס'האט גערעגנט
האט מען שטענדיג איר בעגעגנט
מיט א פעקל גיין פון הויז צו הויז
פרייען זיך אלע דיינים
אלע שמייכלען מיר אין פנים
און מיין כבוד איז געוועזן גרויס

מלאכים פיל זיינען געקומען
מען האט פירן מיר גענומען
אין גן עדן פירט מען מיר אריין
איך קאן דיר גארנישט איבערגעבן
ווי געשמאק דא איז דער לעבן
און איך וויל אויך דיר זאל אזוי זיין

מארגן זאלסטו גיין און קריגן
ברענג אין הויז עטליכע ציגן
או אליין די מילך מעלק פון זיי אויס
און געפין ביי מיר אין צעטל
אלע קראנקע פון דעם שטעטל
פרישע מילך זאלסט ברענגען זיי אין הויז
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און אזוי האב איך געטאן
און די מעשה גייט שוין אן
פון דער פטירה פון מיין פרוי
יארן ליינג אזוי

שטענדיק בין איך אויפן וועג
און איך טראג די שווערע פעק
און די מילך איך טייל מיר אויס
וואו מען דארף דורכאויס

יודן טוען לאכן
איך טו זיך גארנישט מאכן
מען גריסט זיך און איך ענטפער זיי צוריק
עס פרייען זיך די יודן
בין איך אויך צופרידן
און מיר ארט נישט אז מען רופט מיר ציג

נעכטן הערשל זאגט מיט ציטער
איז מיין פרוי געקומען ווידער
און געזאגט מיר הערשל הער מיר אויס
מארגן קומט די ווער אנטקעגן
ציגן מילך ער וועט דיר פרעגן
זאלסט עם פירן תיכף אין דיין הויז

גיב עם מילך עס זאל עם היילן
און דעם סוד זאלסט עם דערציילן
און ער וועט דיר ברענגען זייער הויך
דו וועסט האבן פערגעניגן
צו די ל"ו צדיקים
וועט ער דיר ארייננעמען דאן אויך

דער בעל שם טוב פרעגט פון אויבן
דער באשעפער טוט ערלויבן
הערשל ווערט אויך פון די ל"ו
טאג און נאכט קומט צו עם איינער
און עס ווייסט נישט פון דעם קיינער
און ער לערנט מיט עם אן א סוף

הערשל האט א ברען בעקומען
און האט לערנען פיל גענומען
נגלה נסתר אלץ איז פאר עם קלאר
די ארבעט אבער מילך צו טראגן
האט ער ניט געוואלט אפזאגן
און געטראגן אלע זיינע יאר
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

בעצם האב איך געוואלט לייגן נעקסט נאך א ניגון פון טעיפ חסד, פון ר' מאיר'ל פרימישלאנער. נאר אזוי ווי ס'יז חודש אלול און מ'דאף טין תשובה וועל איך עפעס אריינקלאפן פון טעיפ תשובה.
דאס איז דער ערשטער ניגון אויף'ן טעיפ און עס איז פשוט א גוטער מוסר שמועס ווי ער צונעמט אביסל די ביינער אז מען דארף תשובה טאן, און ס'יז איבריג צוצולייגן די הארץ און נשמה וואס ער לייגט דארט אריין, אזוי אז מ'קען באמת נתעורר ווערן צו תשובה.

בעזרת ה' דא ניט ווייט אויף די וועגן
א טרעין פול מיט מענטשן עס פארט
איין טרעין פארט גלייך און דער צווייטער אנקעגן
און יעדער צו זיך אויף זיין ארט

פארן זיך יודן פערוקט אין א ווינקל
אוי יעדער אהיים צו זיך פארט
ס'יז צייט דאוונען מנחה עס איז שוין באלד טינקל
און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט

איינער גייט צו צום קאנדאקטער עם פרעגן
און קומט גלייך צוריק מיט א גוואלד
מיר האבן פארבלאנדשעט אויף אנדערע וועגן
מיר מוזן זיך אומקערן באלד

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
איידער דער טאג גייט אוועק

ווייל א מענטש איז נישט מיין
פון פלייש און פון ביין
און ער קאן מאכן א פעלער
און ווער עס האלט קאפ
שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ביי דעם בארג סיני האט מען אונז געגעבן
א גלייכן און זיכערן וועג
וואס פירט בשלום א דורך אונזער לעבן
און פירט נאך אונז ווייטער אוועק

עס האט זיך געטראפן עס האבן פול יודן
אביסל אין זייט זיך אוועק
און האבן פארזען די סימנים צו היטן
און זיינען אראפ פון דעם וועג

מען טראגט פרעמדע נעמען מען עסט פרעמדע עסן
מען האט נישט קיין יודישן בליק
זיי האב שוין נעבאך אינגאנצן פערגעסן
אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
צוריק צו אמאליגע טעג

א מענטש איז נישט מיין
פון פלייש און פון ביין
און ער קאן מאכן א פעלער
ווער עס האלט קאפ
שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
כל זמן די זון נאך זי שיינט
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
וואס גיכער וואס שנעלער נאך היינט

אנטקעגן טוט שטיין
א ליידיגער טרעין
אהיים באלד צוריק וועט ער פירן
וואס גווען איז געווען
וואס געשען איז געשען
אזוינס טאר שוין מער נישט פאסירן

(המשך יבא)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

(המשך)

עס איז היינט געווארן די וועלט פארגעשריטן
מען לעבט אין א צייט פון אטאם
אבער פערדארבן מען איז היינט אין זיטן
פונקט ווי אין צייטן פון סדום

מען וויל שוין היינט פליען אויך צו דער לבנה
זיי ווילן נאך העכער שוין גיין
און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה
צו קאנען פערניכטן וואס מיין

מיר האבן די וואונדער געזען וואס זיי קאנען
וואס די לעצטע טעכניק האט געמאכט
אזוי שנעל און פינקטליך פערברענען מיליאנען
וואס האבן עס גארנישט ערווארט

עס האט די קולטור פאר די מענטשן געגעבן
נאר צער מיט פערדרוס מיט געוויין
מען זאגט צו א שענערן בעסערן לעבן
און ס'קראכן א פלעין נאך א פלעין

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
אנטלויפן פון זיי ווי געשווינד
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
ווייל זיי סם'ען אפ אונזער קינד

ווייל די גאנצע וועלט
איר כבוד איר געלט
די גאנצע הנאות פון לעבן
זיינען נישט גרעכט
און זיינען נישט ווערט
אפילו א קרעכץ פאר זיי געבן

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צום טאטן אין הימל צוריק
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
פערזיכערט אייך אייביגן גליק

לאמיר נאר זען
ווי שיין איז געווען
די צורה פון אלטיטשקן זיידן
געלעבט אויף דער וועלט
ס'האט גארנישט געפעלט
אצינד פרייט ער זיך אין גן עדן

דער רבונו של עולם עם בענטשן און לויבן
האלט אפן דעם טויער פון גליק
און אלע טאג שרייט א בת קול פון אויבן
קערט זיך אום קינדער צוריק

און אט דער בת קול פארשטעלט זיך פארשיידן
ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען
וכל העם רואים את הקולות די קולות דעם ריידן
האט מען אפילו געזען

דער בת קול טוט זיך אין דעם הארץ אריינקריגן
און עס ווערט א בענקעניש דארט
אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון
און אמאל ווי א פשוטער ווארט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

קרעמער, מורא'דיג איך האב נישט געוואוסט אז דער ניגון קען מען הערן אויף'ן אינטערנעץ. האסט מיר עס ארויס געכאפט פון אונטערן צונג. אבער כעלעס אפשרייבן סייווי, זאל מען עס קאנען ליינען אויך.

נו זאגט איר אליין, איז נישט דער ניגון מורא'דיג.

און אט הייב איך אן


א גליקליכע נאכט
זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט
בערלין איז בעפרייט צוקלאפט איז דער שונא
אין שטאט איז א נייער מאכט

ראקעטן מוזיק
פארן טאנקען אהין און צריק
אין גאר פרעמדע מענטשן דריקן די הענט זיך
און וויינען אזש פון גליק

אין דעם קעניגליכן זאל
קומט יעצט פאר א גרויסער באל
עס פארברענגען זיך צוזאמען
גרויסע פירער פון איבעראל

אמעריקאנער גענעראל
מיט א רוסישן מארשאל
א פראנצויזישער מיניסטער
מיט דעם ענגלישן אדמיראל

אין הויך אויפן זאל
אונטער בליקן פון איבעראל
אין שענסטן באלקאן עס זיצט דארטן איינזאם
א רוסישער גענעראל

(המשך יבא, סישוין גענוג שפעט מיינעך)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך גיי ווייטער

דער העלד פון בערלין
דער בעפרייער פון פראג און ווין
ער הערט פון דעם זאל געשרייען פון כבוד
און גיט נישט קיין בליק אהין

א סטאטוע קוקט ער אן
פון דעם גרויסן נאפאליאן
א שטיק שטיין מיט קאלטע אויגן
קאן נישט ריידן און קאן גארנישט טאן

ס'יז אמאל געווען א העלד
האט גע'רעשט מיט עם די וועלט
פון דעם העלד וואס איז געבליבן
א שטיק שטיין ערגעץ אינמיטן פעלד

דער גענעראל גיט א קלער
אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער
ס'וועט שפילן מוזיק מען וועט טראגן בלומען
מארשירן וועט מיליטער

ריידן וועט ווער
עס וועט פאלן א פריינדס א טרער
און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן
מ'וועט נישט געדענקען מער

וואס טויג בלומען מיט מוזיק
ווען פערלאשן איז דער בליק
נאריש איז דער גאנצער לעבן
און נישטא דא קיין אמת'ער גליק

וואס איז דען דער כבוד ווערט
אז נישט מען זעט און נישט מען הערט
זיין האנט רייסן די מעדאלן
און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד

און מיט אמאל
זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל
און אט דערקענט ער דעם טאטנס הייזל
און הערט דעם מאמענס קול
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ס'יז פרייטיק פארנאכטס
אינדרויסן איז ינסטער שווארץ
אין הויז איז דאך ליכטיג א פארגעניגן
פול איז מיט פרייד די הארץ

ביי די ברענענדיגע ליכט
דער מאמעס גליקלאכער געזיכט
ווען דער טאטע פאר א הענטל
האט אין שולכען עם אוועק געפירט

ווי געשמאק איז דאן געווען
יענער דאוונען מיט א ברען
די שענסטע צייט וואס אין זיין לעבן
האט ער אין קליינינקן שולכען געזען

ער זיצט און ער טראכט
ער דארמאנט זיך א שיינע נאכט
צום הייליגן רבי'ן האט עם דער טאטע
אין צימער אריינגעבראכט

אונטערן ברעם
האט דער רבי געקוקט אויף עם
דעם טאטן געזאגט דיין זון וועט אויסוואקסן
א צדיק אם ירצה השם
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און די מאמע גייט און קוועלט
ווער דארף כבוד ווער דארף געלט
אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק
האט מען דער וועלט און יענע וועלט

ער האט כבוד ער האט געלט
און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט
ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן
ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט

און פלוצלינג ער זעט
ווי ער שטייט ביי דער מאמעס בעט
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן
האט זי צו עם גערעט

האב נישט קיין שרעק
וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק
איך וועל צו דיר קומען און היטן
גיין מיט דיר אין דיין וועג

און נישט איינמאל ביי דער נאכט
איז זי געווען מיט עם אין שלאכט
און נישט איינמאל עם געמינטערט
און צום לעבן צוריק געבראכט

נישט געווען ווען טאן א קלער
ווי די מאמע קומט אהער
אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער
אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א וואלס פאנגט זיך אן
שפילט א סאלא דער באריטאן
עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמות
א נייע צייט קומט אן

און דער קאנטריבאס
ברומט זיך אונטער א שפאס א שפאס
אלע זיי ריידן שיין וועגן שלום
אין הארצן איז פול מיט האס

גענערעלער פון דעם זאל
שפאנען צו דעם גענעראל
מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד
מען וועט אנטען עם א מעדאל

דער באלקאן איז אבער לער
קיינער ווייס ניט אוואו איז ער
אויף דער ערד ליגן צעווארפן
די מעדאלן זיינע נישט מער

א דארך איז א צייט
איבער ים'ען דארט ערגעץ ווייט
אין יודישן צענטער אין קליינעם שולכען
אין ווינקל פון מערב זייט

א פרוש זיצט דארט
הויך דער שטערן און לאנג די בארד
ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהילים
און מורמלט שטיל פון דארט

קיינער ווייס ניט ווער איז ער
ווען מען פרעגט עם שמייכלט ער
און פון זיינע אויגן פאלן
הייסע טרערן א טרער נאך א טרער

און ער זאגט אז אך און וויי
זיין א גענעראל ביי זיי
בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער
אין דעם אייבערשטנס ארמיי
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון רננו צדיקים:

אין קארלין איז אמאל דער בעש"ט געקומען
צו ר' יעקב דעם שמש פון שול באזוכן אים
אז ער האט נישט קיין קינדער דערציילט האט ער גענומען
און האט געבענטשט אים מיט דעם

און פונקט צו דערצייט איז געבוירן געווארן
א ליכטיגע אינגעלע מיט א הייליגן בליק
ער האט נישט געלעבט לאנג מען האט אים פארלוירן
אוועק אין גן עדן צוריק

איז דער בעש"ט זיי טרייסטן געקומען
און האט א סיפור דערציילן גענומען
אז איר וועט עס הערן
קלאר וועט אייך ווערן
פארוואס אייער קינד איז אזוי יונג פון אייך אוועק

ווייט אין דער וועלט איז פארהאן א גרויסע לאנד
וואוינען דארט אידן שוין לאנגע יארן נאכאנד
דער קייזער פון לאנד האט נישט געהאט קיין קינדער
און גרויס איז געווען זיין וויטאג אין שאנד

האט איינער דעם קייזער געגעבן א פלאן
מאכן גזירות אויף אידן וואס זיינען אין דעם לאנד פארהאן
אז זיי וועלן בעטן צו זייער באשעפער
וועט זייער באשעפער העלפן זיי דאן

האט דער קייזער געשוואוירן
זיין פרוי דארף געבוירן
א זון אין דעם יאר און אויב נישט איז פארלוירן

ער וועט אידן פארטרייבן
קיין איינער נישט בלייבן
און זייער פארמעגן וועט בלייבן אין לאנד

איז אויפן הימל, געווארן א טומל
מען רופט אויס ווער וויל גיין אויף קידוש השם
און ביי דעם קעניג צו ווערן געבוירן
די גזירה צורייסן מיט דעם

האט איין נשמה זיך אונטערגענומען
גיין פאר די אידן אויף קידוש השם
צום קייסער אין פאלאץ אראפגעקומען
א זון איז געבוירן ביי אים

א קינד ווי א מלאך, נאר מאדנע געוועזן
נישט אלעס געטרונקען נישט אלעס געגעסן
געווען שטענדיג איינער, חברים נישט קיינער
און טאטע מאמע דעם כבוד אפגעהיט

זיין קאפ אבער איז געווען פול מיט פארשטאנד
נישט געווען שוין מיט אים ווער ס'זאל לערנען אין לאנד
האט מען געבראכט פון רוים א פראפעסער
וואס איז געווען אין דער וועלט גוט באקאנט

און דער פראפעסער האט איין תנאי געמאכט
א פאר שעה אין טאג דארף ער זיצן פארשפארט
און יענער טאר נישט אריין קומען קיינער
צום לענען צום הויכן הכנות ער מאכט

און איינמאל דאס קינד נישט געקאנט זיך איינהאלטן
געמאכט זיך א לאך אין וואנט ערגעץ באהאלטן
און אין די שעה'ן אריין געקוקט דארטן
דערזען האט ער פאר זיך א וואונדערליכע בילד

דער פראפעסאר איז געשטאנען ביים וואנט אין געלערנט
א ליילאך פארוויקעלט איבער זיין קאפ
א קעסטעלע א שווארצע געווען אויף זיין שטערן
און צווי שווארצע פאסן אויף אראפ

דער תלמיד איז דאן צום טיר צוגעלאפן
גענימען שטיל קלאפן און בעטן זיך פיין
ער בעט אז די טיר זאך זיין פאר אים אפן
ער מוז דארטן תיכף אריין

די טיר וועט גלייך אפן, עס וואונדערט אים זייער
עס שטייט דער פראפעסער געקליידעט ווי פריער
דער תלמיד נעמט בעטן
ער וועט נישט אפטרעטן
ער וויל זיך אויסלערנען גלייך אט די חכמה אויך

זאגט דער פראפעסער איך בין א איד
אנדער וועגן און מעשים איך היט
האט זיך דער תלמיד גענומען צו בעטן
דער פראפעסאר זאל מאכן אים אויך פאר א איד
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום זונטאג פעברואר 24, 2008 10:42 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אוי סדערמאנט מיר פון די אמאל ווען ר' יו"ט איז געווען מיט זיינע אינרעסאנטע כלי זמר ביי די עזרת נשים פון די חתונות אויסגעדרייט צום כותל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויף מיין בר מצוה האט ער גזונגען און גישפילט מיט זיין עקארדיען.
ער האט גיזונגען דער ניגון וויא דער רבוש"ע גייט ארום צי אלע פעלקער זיי צי געבען די תורה.
און אויכעט דאס ערשטע ניגון אויף דעם אשכול (דער 'ויליעמסבורג' חלק איז נישט ארויפגישטעלט).
the SCY is the limit
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

עס איז מיר איינגעפאלן א שטיקל פראיעקט פאר אונזער קרעטשמע און יעדער וואס האט ליעב ר' יאנטעל'ס ניגונים זאל זיך באטייליגן דערין,

איך האב די אלטע עט טעיפס, און דארט איז מיטגעקומען פאר יעדע טעיפ איין פעידזש מיט די ווערטער פון די ניגונים נאר אלט און צוקוועטשט, האב עך געטראכט איך וועל ארייסקענען די אלע צעטלעך און צוטיילען אויף פיילס, אזוי אז ווער עס וועט וועלן אין אפאר פרייע מינוטין זיין מזכה את הרבים וועט עס איבערטייפן און דערנאך וועל איך בל"נ צוזאמען שטעלן און מאכן דערפון א שיינעם PDF ביכל.

פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות............
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כבין געווען פאריגע וואך און ספרים סטאר האביך שוין געזעהן א גאצע בוך מיט די טעקסט פון אלע יאנטעל ערליכס ניגנים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך גיי ווייטער:

האט דער פראפעסאר דערציילט דאן פאר אים
די גרויסע סכנה וואס שטייט פאר מיט דעם
און האט אים פארשוואוירן אז קיינער טאר פון דעם נישט וויסען
און האט גענומען דאן לערנען מיט אים

דאס לערנען פון רבי'ן
עס האט אים געגעבן
א נייעם שטרעבן אין א נייעם לעבן
קיין ציצית קיין תפלין
נאר מיט געפילן
ביז דער פרפעסאר וועט הייסן וואס צו טאן

און איינמאל דער פראפעסאר
האט געשיקט אים צום קייסער
צו פארן אויף דער וועלט זאל ער ערלויבן אים
צו זען ווי עס לעבן די חכמים די גרויסע
און לערנען זיך חכמה פון דעם

דער קייסער האט דאן געלאזן אים פארן
געשיקט מיט אים געלט און א היטער אין וועג
אין מיטן וועג איז ער נעלם געווארן
צום פראפעסערס א פריינד איז ער אוועק

אין א קלייניקער הייזל איז ער געקומען
א איד א בעל צורה האט אים אויפגענומען
דערציילט אים פון בורא געלערנט אים תורה
און שפעטער אביסל געמאכט אים פאר איד

דער זון איז געוואקסן אין לערנען זייער גרויס
אין איין יאר געקאנט האט ער גאנץ ש"ס דורכאויס
פארגעסן פון עסן פארגעסן פון שלאפן
און איינמאל די נשמה פון אים איז ארויס

געקומען אין הימל א גרויסער פאראד
ער גייט העכער און העכער ביז די אבות כמעט
נאר פלוצלינג געבליבן איז ער שטיין ביי א טויער
דער טויער האט אויף זיך א אויפשריפט געהאט
ווער עס איז נישט געבוירן ביי א אידישע מאמע
טאר נישט אריין דא און נישט זיין מטמא
די נשמה געבליבן און שטיין שטארק צובראכען ביז זי געהערט האט פון בי"ד א פסק

די נשמה דארף ווידער געבוירען צו ווערן
ביי א אידישע מאמע ווי א אידישע קינד
און תיכף זי קאן זיך אין הימעל אומקערן
אדורך דורכן טויער אצינד

און אט די נשמה איז געווארן געבוירן
ביי אייך טאטע מאמע געווען אייער קינד
איר האט דער נשמה אזוי שנעל פארלוירן
איר וועט שוין פארשטיין אלס אצינד

די נשמה איז תיכף ארויף צוריק אויבן
אזוי הויך אז זי נישט געקאנט האט עס גלויבן
אויך איר זענט ביידע געווארן געהויבן
אזא גרויסן זכות וואס איר ביידע האט געהאט

הערט וואס איך וועל אייך זאגן אצינד
געבוירן עס וועט ביי אייך נאכאמאל אזא מין קינד
א הויכע נשמה א הייליגע אזוי ווי פריער
זי וועט נישט וויסען קיין טעם פון קיין זינד

אויך זי וועט פאר אידן זיך מוסר נפש זיין
ארויסנעמען אידן פון צרות און פון פיין
און טויזענטער אידן צוריק ברענגען צו דעם באשעפער
און גרויסע צדיקים עס וועט פון זיי זיין

און ר' אהרן הגדול, איז געבוירן געווארן
פאר אידן געשענקט זיינע כוחות און יארן
פיר און אכציג טויזענט בעלי תשובה געווארן
פון רשעים גמורים צדיקים זיי געמאכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

זיידעניו האט געשריבן:כבין געווען פאריגע וואך און ספרים סטאר האביך שוין געזעהן א גאצע בוך מיט די טעקסט פון אלע יאנטעל ערליכס ניגנים



עס איז טאקע דא א ביכל אין געשעפט אבער עס האט צוויי פראבלעמען 1) עס קאסט טייער 27 דאללער, 2) עס איז נאר אויף די ערשטע 12 טעיפס, וואס דאס מיינט אז אויב עס וועט זיין אויף אלע טעיפס וועט דאס זיין דריי דיקע ביכער און עס וועט קאסטן צוזאמען א 80 90 דאללער, ממילא האב איך פארגעשלאגן (ווער עס וויל נישט מוז נישט העלפן) אז צוזאמען ווער עס האט אפאר מינוטין זאל קענען מזכה זיין אלע חברים, אזוי ווי עס זענען טאקע דא עטליכע וואס טוען דאס שוין פון לאנג, נאר יעצט וועט מען ארבעטן אינאיינעם צו מאכן א דבר השלם, איין קליינע תיקון טעות האב איך נעכטן באמערקט אז די אלטע צעטלעך פון די ניגונים האב איך נישט אויף אלע טעיפס ממילא ועל איך פרובירן צו מאכן די וואס האבן נישט אלטע צעטלעך


און לכבוד אדר האב איך נעכטן מעתיק געווען די ערשטע ניגון פון די שושנת יעקב טעיפ (צוויי ווערטער וואס איך נישט פארשטאנען האב איך געלייגט ??)


טעיפ: שושנת יעקב

ניגון: א גוטן פורים

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי

א גוטן פורים ליבע אידן
היינט זענען דאך אלע גלייך
אלע זענען היינט צופרידן
ווער ס'איז ארים ווער ס'איז רייך

היינט איז פורים מארגן איז אויס
גיט א דאללער ווארפט ארויס
נישט קיין דאללער גיט זשע צען
לאמיר זען לאמיר זען

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי

שטייען פול געדעקטע טישן ארום זיי פוהל מיט געסט
און זיי האלטן אין איין מישן, און זיי טרינקן און מען עסט

די בעל הבית'טעס ברענגען שנעלער
מאכלים פון דעם קיך
און די געסט מען כאפט די טעלער
יעדער איינער שנעל צו זיך

דער פעטעק יאקאש, האט ליב קאקאש
קיינעם לאזט נישט נעמען עס
דער קאזין איגען, כאפט די גריגן
מיסטער העס, די האלאפצעס

די ?? מישקע, האט ליב קושקע
און דערצו נאך ווייסע ברויט
מיסטער סיגעל, עסט א פליגעל
מיסטער פרויד, האט ליב די הויט

דער שוואגער נאטקע, האט ליב וואדקע
ער קען טרינקן אן א שיעור
מאיר שיכור, האט ליב ליקער
מענדל בער, שווארצע ביר

און נפתלי, האט ליב קאלע
און בנציון, סעווען אחפל
קינדער קליינע, יעדער איינע
גיט א כאפ די לאלי פלאחפל

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי

מרדכי הצדיק אויפן פערד
המן הרשע אין דער ערד
היינט איז פורים מארגן איז אויס
גיט א דאללער ווארפט ארויס

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי

קומען אן די פורים שפילער
יעדער איינער קאטן זיין פאך
איינער פון זיי איז א שטילער
און א צווייטער רעדט אסאך

צוויי אראבער קומען שרייען
און אויף אלע פיר מען גייט
און נאך זיי גייט משה דיין
און ער פירט זיי אויף א קייט

און עס קומען אן אנטקעגן
א לייב א טיגער מיט א בער
און אינמיטן גייט די דרעגען (DRAGON)
דרייט די קאפ אהין אהער

איינער טראגט אריין א תליה
און אויף איהם אינטערעסאנט
אראפאט און טעדי קאלאק
הענגן ביידע האנט ביי האנט

דזשימי קארטער, שטענדיג לאכט ער
ער טוט געבן איינעם ניס
קאטש דער מעיאר, שיכור זייער
קיינער האלט זיך אויף די פיס

קומט א שחור, מיט א בחור
און מען עסט א פאמעראנץ
קיסינדזשער, און גאלדע מאיר
טאנצן זיך א מצוה טאנץ

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי

היינט איז פורים מארגן איז אויס
גיט א צענער ווארפט ארויס
נישט קיין צענער, גיט זשע מער
גיט אהער, גיט אהער

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום פרייטאג פעברואר 29, 2008 9:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”