ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:06 pm

ישראלי האט געשריבן:נאו
איך האב געמיינט: ויליאמסבורג, א מחיה גאר
וואינען דארט וכו
ייש"כ

וועגן דעם האב איך געשריבן "DTF"
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אין וויליאמסבורגער גאסן, ווען איר גייט ארויס עס הייבט אן טאגן,
און איר נעמט בעטראכטן איר פון ווייטן,
זעהט איר יודן גיין אין שטריימלען, ציצות בערד און ווייסע זאקן,
און די פאות הענגען ביי די זייטן,
^גייען פרויען טראגן סחורות, פיש און מילך ברויט מיט פרות,
אלע מיט די שייטלען און פאראקן,
זיי לויפן דורך די גאס באשיידן, מיט קיינעם ווילן זיי ניט ריידן,
און אויף קיינעם טוען זיי נישט קוקן,

אויף יעדער גאס א תלמוד תורה, זיצן קונדער לערנען תורה,
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן,
ביי איינעם הערט מען המניח, און ביים צווייטן השולח,
און ביים דריטן שרייט מען הכל שוחטין,
^פון בית המדרש פון בעגינען, לויפן יודן געלט פערדינען,
אלע אפגעדאוונט א מחיה,
פארקויפט מען פלייש פארריכט מען טישן, און פון צייט צו צייט צעווישן,
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות,

פארהאן אין וויליאמסברג א דאקטער, וואס א טלית קטן טראגט ער,
און א לויער'קע א אשה כשרה,
פארט א טעקסי מחותנים, ראש ישיבות מיט רבנים,
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה,
^צו וועלכער יוד איר וועט אריינגיין, וועט ער עסן אייך דערלאנגען,
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים,
ווילט איר האבן עולם הבא, פאלגט דעם יוד און בלייבט אויף שבת,
וועט איר מיינען ס'איז ירושלים.


וויליאמסבורג,
א מחיה גאר, ווייל וואונען דארטן פיינע יודן אויף מיר אזא יאר,
וויליאמסבורג,
ס'גאר א נייע וועלט, מ'לערנט תורה מדאנקט דעם בורה אין יעדן געצעלט,
אהא...
פון דעם רבי'נס הויז, א טומל גייט ארויס,
טאנצן חסידים, א ליהודים, הויבן זיך דורכאויס,
אהא...
ארים דעם לאנגן טיש, הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן, אויסגעבויגן, לעבעדיג און פריש,

DTF
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:06 pm

סשווער צו טייפן אלעס אויף איין מאל...
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:26 pm

נאך ווען איך בין געווען קליין פלעגט מיין מאמע מיר זינגען א ליד פון ר' יו"ט פאר קינדער (ס'איז מער א זאגן, נישט א ניגון), עפעס אויף די ג'יראפע וואס וויל נישט מאכן א ברכה, וועגן דעם זי קען נישט טרינקען די קופי... (ג'יראפע, ווילסט א גלעזל קופי? קודם מאך א ברכה...)
ס'דארף זיין זייער א אלטע ניגון, איינער קען עס ארויף לייגן?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:59 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
דור קודם האט געשריבן:ווער קען בריינגען די ווערטער

סתם להערה בעלמא, דאכצעך הייבט זיך אן יענער ניגון שוין באלד צוויי טויזנט יארן וואס די תורה איז ביי אונז אידן. זאל ער ווען רעדן פונעם גלות האלטן מיר שוין ליידער ביי ניינצן הונדערט און פופציג גלות יארן ה' ירחם במהרה, אבער די תורה איז שוין ביי אונז א קנאפע דריי טויזנט דריי הונדערט און דרייסיג יאר מיט א צוויי חדשים,כאפ איך נישט זיין חשבון, אפשר רעכנט ער פון סתימת התלמוד. (נישט אים אוועקצומאכן חלילה נאר פשוט א באמערקונג, כשלעצמי הער איך אים זייער אסאך).

מיר דאכציך אז ער זאגט שוין באלד 'פיר' טויזנט יארן.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 4:00 pm

ישראלי האט געשריבן:נאך ווען איך בין געווען קליין פלעגט מיין מאמע מיר זינגען א ליד פון ר' יו"ט פאר קינדער (ס'איז מער א זאגן, נישט א ניגון), עפעס אויף די ג'יראפע וואס וויל נישט מאכן א ברכה, וועגן דעם זי קען נישט טרינקען די קופי... (ג'יראפע, ווילסט א גלעזל קופי? קודם מאך א ברכה...)
ס'דארף זיין זייער א אלטע ניגון, איינער קען עס ארויף לייגן?

ס'נישט קיין ליד נאר מער אזא שמועס.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 4:19 pm

ריכטיג, די האסט עס?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

נו גוט נו שוין
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 4:41 pm

ישראלי האט געשריבן:נאו
איך האב געמיינט: ויליאמסבורג, א מחיה גאר
וואינען דארט וכו
ייש"כ

ליין איבער די גאנצע
ווי איז לייק??

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:33 pm

ישראלי האט געשריבן:נאך ווען איך בין געווען קליין פלעגט מיין מאמע מיר זינגען א ליד פון ר' יו"ט פאר קינדער (ס'איז מער א זאגן, נישט א ניגון), עפעס אויף די ג'יראפע וואס וויל נישט מאכן א ברכה, וועגן דעם זי קען נישט טרינקען די קופי... (ג'יראפע, ווילסט א גלעזל קופי? קודם מאך א ברכה...)
ס'דארף זיין זייער א אלטע ניגון, איינער קען עס ארויף לייגן?

https://drive.google.com/file/d/12KlQfb ... sp=sharing
פון 0:36
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:21 pm

יישר כח גדול, צוריק געקערט צו די יינגע יארן...
'אויב אזוי איז קיין קאפי פאר דיר נישטא' 'פארוואס?' 'פאר דיין לאנגע נאז'.... :lol: :lol: :lol: :lol:
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:37 pm

גראדע, געהערט זונגען די וואך אויף 'ממקומך' ביום שב"ק דעם ניגון פון ר' יו"ט ערליך אויף יאקאב.
עס האט זייער גוט גקלאפט מיט די ווערטער...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט