ניגונים און זינגערס
מאנטאג מרץ 23, 2015 1:52 pm
גיין ווייטער מיט דעם יונגערמאן... אבער שוין! (פליז)
די ערשטע פאר סעקונדעס האב איך געמיינט אז ס'איז ר' יו"ט אליין.
די שטערקסטע -אדער פון די שטערקסטע- מעלות פון ר' יו"ט איז דאך געווען דאס, אז ער האט מיט זיין גאנצע ארגינעלקייט און תמימות געמאכט פילן דעם צוהערער ווי ער איז ממש דארט. גייסטו עס פארלאנגען!? מיט די היינטיגע פארמאלע(רע) וועלט וועסטו עס שווער טרעפן.
ס'איז אבער כדי צו באטאנען, אז דער זינגער האט חיות. ער דארף זיך פשוט מאכן באקוועם, אוועקשטעלן די בושה און אריינלעבן אין די זאך. נו... האט מען אים געזאגט, און ער גייט פאלגן. אבער אז ער איז נישט גוט, איז א שיטת יחידאה (with all the respect) במילי דרבנן און מ'נעמט אן לקולא.
(און בכלל אראפרייסן א זאך וואס איז לשם מצוה און א חידוש במינו איז נישט אין פלאץ. - שיטת יחיד)
Advertisement
מאנטאג מרץ 23, 2015 1:54 pm
שטארק זיך האט געשריבן:נאר וואס דען.
בהיות ער זינגט עס אויף אן אופן וואס איך וואלט גערופן עקזאטיש, א מהלך וואס מיר זענען נישט געוואוינט, זענען אונזערע געפיהלן נישט אפן צו אקצעפטירן זיין געפיהל און מעסעדזש, ווייל עס קלונגט אונז פרעמד. על כן מיין איך אז ווען מיר וועלן אביסל איבערהערן דעם ניגון, און אפשר נאך ניגונים וויאזוי ער זינגט עס, וועלן מיר קומען צום טעם.
יש דברים בגו.
מאנטאג מרץ 23, 2015 1:58 pm
א תמימות'דיגע שאלה?
וואס איז די ציל פון ארויסגעבן די ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל?
מיינע צדדים:
צד א': איז דאס פאר די עלטערע דור וואס האט געלעבט מיט ר' יו"ט און וויל פשוט זיך אויפרישן די אלטע נאסטאלגיע ניגונים מיט'ן זינגער, נאר פשוט שענער מוזיק און קווייער? דאן וועט איר דאס נישט קענען ערפילן, ווייל ס'איז נישטא אינעם היינטיגן דור איינער וואס זאל ריפלעיסן ר' יו"ט'ס הארץ און טאלאנט.
צד ב': איז דאס פאר קינדער און אינגערע וואס זוכן צו הערן ר' יו"ט נאר פארשטייען שווער זיין הברה און ס'איז נישט גענוג קלאר געווען פאר זיי? דאן איז דאס א קנאקעדיגע ריפלעיסמענט, ס'איז די הערליכע מוסר, תוכן און פאעזיע אין זיין ארגינעלע שפראך, הערליך קלאר געזונגען, שיינע געשמאקע מוזיק ביז צום נשמה ועד בכלל, ועל כולם ווי איך פארשטיי וועט דאס נישט קאסטן טאפ דאלער, ווייל מ'אינוועסט נישט אזוי סאך ווי אין א געהעריגן טעיפ, איז דאס טשויס נאמערע אנאו.
מאנטאג מרץ 23, 2015 2:32 pm
חזק! א געוואלדיגע פראיעקט
מאנטאג מרץ 23, 2015 2:43 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז עס אויך דא א סוב-קאנטשעס סיבה - דער זינגער איז נישט באקוועם מיט זיין אייגן-אויפגעמאכטע הברה.
אויב זאל ער זינגען אינגאצן ווי יוט"ע, א פול-פלעדזשד ליטווישע/רוסישע הברה וואלט ער געווען בעסער.
גם אני מצטרף לדעה זו
מאנטאג מרץ 23, 2015 3:45 pm
גייט דאס איבער זינגן גאנצע טעפס מיטן די דברי מוסר צווישן די נגינים?
מאנטאג מרץ 23, 2015 4:09 pm
ווישוואש האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז עס אויך דא א סוב-קאנטשעס סיבה - דער זינגער איז נישט באקוועם מיט זיין אייגן-אויפגעמאכטע הברה.
אויב זאל ער זינגען אינגאצן ווי יוט"ע, א פול-פלעדזשד ליטווישע/רוסישע הברה וואלט ער געווען בעסער.
גם אני מצטרף לדעה זו
עס ליגט מן הסתם א שטיקל אמת דערין. אפשר אויב ער וועט זינגען אויף א באקוועמערע הברה (אדער זיין מער באקוועם מיט זינגען בכלל) וועט עס אויסקומען בעסער.
מאנטאג מרץ 23, 2015 4:55 pm
שטותים האט געשריבן:א תמימות'דיגע שאלה?
וואס איז די ציל פון ארויסגעבן די ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל?
מיינע צדדים:
צד א': איז דאס פאר די עלטערע דור וואס האט געלעבט מיט ר' יו"ט און וויל פשוט זיך אויפרישן די אלטע נאסטאלגיע ניגונים מיט'ן זינגער, נאר פשוט שענער מוזיק און קווייער? דאן וועט איר דאס נישט קענען ערפילן, ווייל ס'איז נישטא אינעם היינטיגן דור איינער וואס זאל ריפלעיסן ר' יו"ט'ס הארץ און טאלאנט.
צד ב': איז דאס פאר קינדער און אינגערע וואס זוכן צו הערן ר' יו"ט נאר פארשטייען שווער זיין הברה און ס'איז נישט גענוג קלאר געווען פאר זיי? דאן איז דאס א קנאקעדיגע ריפלעיסמענט, ס'איז די הערליכע מוסר, תוכן און פאעזיע אין זיין ארגינעלע שפראך, הערליך קלאר געזונגען, שיינע געשמאקע מוזיק ביז צום נשמה ועד בכלל, ועל כולם ווי איך פארשטיי וועט דאס נישט קאסטן טאפ דאלער, ווייל מ'אינוועסט נישט אזוי סאך ווי אין א געהעריגן טעיפ, איז דאס טשויס נאמערע אנאו.
איך האב אמאל אויך נישט פארשטאנען דעם ציל, ביז איך האב מיר גענומען הערן זיינע טעיפס, זיין אמונה טעיפ האט מיר פארענטפערט אזויפיל שאלות אויף די צוויטע וועלט קריג, אז איך האב ממש געוויינט ביים הערן, איינמאל האמיר עס געלאזט גיין אין קאר ווען די קינדער (בחורים) זענען דארט געווען און זיי האבן עס נישט געלאזט אויסלעשן.
ער זאגט און זיינע טעיפס אזויפיל חסידישע ידיעות, עס איז באמת מלא טעם והרגש
מאנטאג מרץ 23, 2015 4:56 pm
עבודת_הבורא האט געשריבן:גייט דאס איבער זינגן גאנצע טעפס מיטן די דברי מוסר צווישן די נגינים?
הלוואי
ווי קען מען נעמען א חלק און דעם פראיעקט?
מאנטאג מרץ 23, 2015 5:03 pm
erlichmusic@gmail.com דא קען מען זיך פארבינדען מיט די ארויסגעבער
מאנטאג מרץ 23, 2015 5:31 pm
איז נישט שייך צו נעמען די אריגינעלע טעיפס, אראפ נעמען איבריגע נויז (דוכט זיך אז דאס האט מען שוין געטאן), און צולייגן די נייע מוזיק ארעינזשמענט?
מאנטאג מרץ 23, 2015 6:20 pm
איך האב עס איבערגעהערט נאכאמאל. ביים צווייטן האלב, ווען ער גייט ארויף א טאן, איז ער אסאך אסאך בעסער.
מאנטאג מרץ 23, 2015 8:14 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווישוואש האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז עס אויך דא א סוב-קאנטשעס סיבה - דער זינגער איז נישט באקוועם מיט זיין אייגן-אויפגעמאכטע הברה.
אויב זאל ער זינגען אינגאצן ווי יוט"ע, א פול-פלעדזשד ליטווישע/רוסישע הברה וואלט ער געווען בעסער.
גם אני מצטרף לדעה זו
עס ליגט מן הסתם א שטיקל אמת דערין. אפשר אויב ער וועט זינגען אויף א באקוועמערע הברה (אדער זיין מער באקוועם מיט זינגען בכלל) וועט עס אויסקומען בעסער.
ג"א בחלומי.
ווי מער מ'מאכט נאך דעם אריגינעלן אלץ לייכטער איז לכאורה פארן זינגער זיך אריינצושטעלן ריכטיג אין פלאץ - און אלץ בעסער וועט זיך עס הערן פאר די וואס זענען געוואוינט צו ריוט"ע.
און אזוי ווי ווען מען לייענט די ווערטער פון א בוך קען מען "הערן" ר' יום טוב'ן זינגען... אזוי וועט עס זיין ווען מען מאכט איהם נאך ס'מערסטע וואסי שייך.
און פאר די יונגווארג וועט עס פונקט אזוי ווערן אינטערעסאנט, איינמאל ס'איז קלאר שיין אראפגעלייגט, און מ'קען פארשטיין יעדעס ווארט.
אדרבא כ'האב א א פילונג אז נאכן הערן די ניגונים און פארשטיין דעם טיפן תוכן - וועט פאר פילע ווערן אנגערייצט דער אפעטיט דאס צו הערן אויך פון ר' יו"ט אליין.
מאנטאג מרץ 23, 2015 8:56 pm
ערליך מוזיק האט געשריבן:אונז האבן דא באקומען שטארקער קריטיק, א דערווייל נאר פון איינער, אויף די זינגער.
עס איז אונז זייער וויכטיג דאס קלאר צו מאכן, די חלום פון ארויס געבען ר' יו"ט'ס ניגונים, איז שוין ביי אונז יאהרן לאנג.
איצט האט מען געטראפן א זינגער וואס די מבינים וואס האבן מנדב געווען די גרויסע קאסט פאר די מוזיק, האבן געהאלטן אז ער איז זייער פאסיק דערפאר.
פארשטייט זיך אז צו ר' יו"ט קומט קיינער נישט צו. אבער עס איז דא אזעלעכע דא, ווי צום ביישפיל "לכתחילה אריבער" ועוד, וואס זאגן אז די זינגער איז דאס נענסטע וואס זיי האבען געהערט צו ר' יו"ט. ׁ(אפילו מיר האבען זיך נישט גערעכענט אויף אזא קאמפלימענט)
ועוד, די זינגער איז איינער וואס ער אליין איז זייער איטערעסירט דאס צו מאכן לשם מצוה, און האט אוועק געגעבן שעות און טעג אויב נישט וואכן פאר די ניגונים וואס אונז ארבייטן דעראויף. און נאר ווייל מיר האבען די זינגער האבען מיר זיך געקענט ריקן מן הכח אל הפועל.
אשר על כן, וואלט געווען א גלייכע זאך, אפשר צו מאכן אן UP & DOWN VOTE ווער עס האלט עס איז כדי צו גיין ווייטער מיט דעם. און ווער עס האלט אז נישט.
און אדרבה, אויב איז דא א זינגער וואס וויל משקיע זיין אזוי פיל צייט (נישט ווי ר' ירמי'ה דמן וואס האט דאס אפגעפליגט, אבער כבודו במקומו מונח, מיר ווילן נישט אזא ארבייט ווי ער האט געמאכט) זאל מען עם אהער שטעלן, ריקארדירן, אראפלייגן דא אהער, און דער עולם וועט דן זיין וועלכע ס'איז בעסער.
מיר ווילן ארויס געבען א זאך וואס די יונגווארג זאל זיך צוכאפן צו דעם, שטאט די GARBAGE וואס עס איז ליידער דא צו פול.
נא! ווער הייבט אהן די VOTE?
נא, אונז וואלטן געוואלט א יא אדער ניין vote.
מיר מוזן וויסן אויב דאס וועט נתקבל ווערן פאר די יונגווארג.
קען איינער אהנפירן א vote דא? בבקשה...
מאנטאג מרץ 23, 2015 9:34 pm
מ'קען דא מאכן אן אנקעטע.
פאריכט די ערשטע תגובה אין דעם אשכול און דארט וועסטו זעהן די אפציע פון צולייגן אן אנקעטע.
קענסט אויך מוסיף זיין אינעם קעפל **אנקעטע**
מאנטאג מרץ 23, 2015 10:32 pm
בנימין הלוי האט געשריבן:מ'קען דא מאכן אן אנקעטע.
פאריכט די ערשטע תגובה אין דעם אשכול און דארט וועסטו זעהן די אפציע פון צולייגן אן אנקעטע.
קענסט אויך מוסיף זיין אינעם קעפל **אנקעטע**
יישר כח!
מען קען שוין שטימען.
ומכאן הקריאה יוצא, דער עולם זאל ארויס העלפן און די החלטה.
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:06 pm
אויף די פראגע: זאלן מיר ממשיך זיין מיט דעם ארבייט, און אזוי אנקומען צום מטרה בס״ד
האב איך שטייצעך געשטימט א יא
אגב, איך פארשטיי נישט דעם חילוק צווישן די ערשטע צוויי אפציעס - יא מיינט דען נישט זיכער?
אבער אויף די נישט געפרעגטע פראגע: צו זאל מען בלייבן מיט דעם זינגער,
ווענדט זיך שוין צו ער וועט פארבעסערן די הברה... עכ"פ ס'איז דא גרויס האפענונג אויף יא.
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:09 pm
קודם כל, א גרויסען יישר כח פארען מחזיר זיין עטרה ליושנה.
בנוגע די זינגער, איז וואו מאנכע דא האבען ערווענט איז ער זייער א פיינע בעל מנגן, איך וויל צולייגען נאך א מעלה פון נעמען א פשוט'ע גוטע בעל מנגן און נישט א זינגער, ווייל א זינגער וויל ווייזען וואס ער קען, מאכט ער אויף אייגענע תנועות און נעמט אראפ שיינע קנייטשען וואס זעהן אים אויס איבעריג (כמו שראיתי אצל סקולענע טעיפ), און הגם עמך מענטשען וועלען זאגען אז ס'איז הערליך, אבער דער וואס ליגט אין די פעלד פון נגינה וועט גלייך כאפען אז ס'איז נישט ארגינעל.
בנוגע אריין לייגען א חיות (פארב) אין די ניגון (אז יעדער זאגט קען איך דאך אויך זאגען…), האב איך געזען א גרויסע וועלטס זינגער וואס געט ארויס טעיפס וואס איז א בעסט סעלער, ער האט אראפ געזונגען א שטיקעל פאר א טעיפ און ס'איז געווען טריקען, דער ארויסגעבער האט אים געזאגט דא דארף מען זען די וואסער און דא הימעל, דא רחמנות און דא עקשנות, און ער האט עס איבער געזונגען, ס'איז ארויס געקומען א מייסטער ווערק.
נישט אלץ דארף דער בעל מנגן דאס אויף כאפען, נאר אז ס'איז דא א גוטע מדריך וואס הייסט אים איבער זינגען ווען ער איז אריין געלייגט אין די מצב דעמאלטס הערט מען עס שפעטער וואונדערליך.
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:24 pm
ווישוואש האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז עס אויך דא א סוב-קאנטשעס סיבה - דער זינגער איז נישט באקוועם מיט זיין אייגן-אויפגעמאכטע הברה.
אויב זאל ער זינגען אינגאצן ווי יוט"ע, א פול-פלעדזשד ליטווישע/רוסישע הברה וואלט ער געווען בעסער.
גם אני מצטרף לדעה זו
גם אני מצטרף לזה
דער זינגער זינגט זייער זייער גוט אפ דעם ניגון (וואס איז נישט קיין גרינגע ניגון)
אבער ער איז מיט איין פיס אין בודאפעסט און איין פיס אין סאמארקאנד
עס דארף א תיקון
אבער זייער א גוטע ניגון אויסגעוועלהט פאר די התחלה שוין לאנג געווינדערט פארוואס מען האט נאכנישט איבערגעשפילט דעם ניגון
הצלחה אויף ווייטער
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:35 pm
געשטימט 'זיכער בעזהשי"ת' וואס פאר א שאלה? צי ממשיך זיין בעבודת הקודש...
אלזא מ'האט פריער ערווענט לגבי די זינגער וואס האבען שוין געזינגען מקדמת דנא ר' יו"ט ז"ל'ס מעלאדיס, איז גם אני אענה חלקי בזה.
מיר זענען אויפגעוואקסען און זיך געהאדעוועט מיט ר' יו"ט'ס קאסעטעס, פון אייביג אן, אום תש"ם ווען ר' מרדכי ווערדיגער האט ארויסגעגעבען זיין 'איך האב געווארט' קאסעטע האט דאס אריינגעבלאזען פרישע חיות און עולם הנגינה בכלל און אין 'אידיש נחת' ליבהאבער בפרט, מ'האט נישט נאכגעלאזט ר' יו"ט'ן זעלבסט נאר גם מזה אל תנח ידיך, מהאט געגליכען ביידע די אב מיט'ן תולדה, דאס זעלביגע ווען ר' אברהם שבתי פרידמאן האט ארויסגעגעבען 'די אידישע אוצרות' און די נו"ן יארען האט עס אויך אריינגערענגט פרישע חיות און גאלאפען אין די זעלבע בחינה ווי ר' מאטל, משא"כ ווען ר' ירמי' דמן האט דאס געטוהן, איך ווייס נישט פינקטליך די סבה, ביניש אויסגעקאכט אין עולם הנגינה אבער דאס איז די פאקט (עכ"פ ביי אונז)
למעשה אויב קען מען האבען די צוויי אריות שבחבורה וואלט עס געוועהן געוואלדיג, אבער איך גלייב דאס קען קאסטען א הון תועפות VS דער אינגערמאנטשיק אשר נדבה רוחו אותו און טיט דאס לשם מצות מצוה.
ס'קען אבער געמאלען זיין אז מ'קען קאמפיינען אויף דעם און איך גלייב עס קען זיך אנרופען ווארעמע שטיצע ווי אויך קענען זיי אליין געבען בעסערע פרייזען פאר דעם אדער גאר זאלען זיי זיין די מוציאי לאור וואלטען זיי דאס לכתחילה געטוהן, צי אזוי צי אזוי זענען די צוויי 'אפציע איינס'.
און ווען נישט וועט דער יונגערמאן אויך זיין א 'לכתחילה' סוכ"ס ווי דער עולם זאגט אליין אז צייט וועט מאכען דעם ארבייט.
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:47 pm
יעקעלע פוקס האט געשריבן:געשטימט 'זיכער בעזהשי"ת' וואס פאר א שאלה? צי ממשיך זיין בעבודת הקודש...

עס איז אונז נישט באקאנט די ״אברהם שבתי פרידמאן״ וואס איהר דערמאנט, אפשר קענט איהר געבן א לינק?
מיר האבען שטארק אדורך געטוהן די אנדערע מוציאי לאור (גם שמלצר) און זיך געלערנט פון זיי.
עס איז אריבער שוין עטליכער 20 יאר וואס ר׳ אברהם האט ארויס געגעבן זיינע 2 מייסטער ארבייט, ווי עס זעהט אויס, גייט ער נישט ווייטער מאיזה סיבה שהוא.
אדרבה, ווען ער מאכט דאס, דארפן מיר גארנישט טוהן.
און וועלן מיט פרייד באצאהלן ככל אשר יושת, להביא ברכה לביתנו.
מאנטאג מרץ 23, 2015 11:53 pm
זייער הנאה געהאט. אפשר ווייזטו דאס חול המועד ווען דו האסט שוין א שעה צייט לאנגע סחורה. אזוי ארום וועסטו מאכן אפאר טולר. הצלחה.
דינסטאג מרץ 24, 2015 2:05 am
ערליך מוזיק האט געשריבן:עס איז אונז נישט באקאנט די ״אברהם שבתי פרידמאן״ וואס איהר דערמאנט, אפשר קענט איהר געבן א לינק?
ער ריפט זיך מיט א קיצור "אברהם פריד" זיינע טעיפס/סידיס ווי ער זינג ר' יו"ט ניגונים הייסען "אידישע אוצרות"
מיט מרדכי ווערדיגער האט איהר שוין פרובירט? ער איז איין שטיק געפיל... מיר פארגלייכען נישט קיינעם מיט אונזער פאן טרעגער ר' יו"ט שמחה ז"ל אבער באופן כללי.
זיין קאסעטע "איך האב געווארט" איז א מייסטער ווערק, און אויב איך האב קיין טעות האט עס ר' יאנטעל אליין אויך געגליכען. (און פארשטייט זיך אים געגעבען רשות פאר דעם)
דינסטאג מרץ 24, 2015 5:15 am
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ערליך מוזיק האט געשריבן:מרדכי ווערדיגער ... איז איין שטיק געפיל...
זיין קאסעטע "איך האב געווארט" איז א מייסטער ווערק, און אויב איך האב קיין טעות האט עס ר' יאנטעל אליין אויך געגליכען. (און פארשטייט זיך אים געגעבען רשות פאר דעם)
עס איז נאך צו באקומען היינט ערגעצוואו?
אז נישט קען עס עימיצער דא ארויפלאדענען ביטע?
דינסטאג מרץ 24, 2015 5:17 am
אליקים געציל האט געשריבן:יעקעלע פוקס האט געשריבן:ערליך מוזיק האט געשריבן:מרדכי ווערדיגער ... איז איין שטיק געפיל...
זיין קאסעטע "איך האב געווארט" איז א מייסטער ווערק, און אויב איך האב קיין טעות האט עס ר' יאנטעל אליין אויך געגליכען. (און פארשטייט זיך אים געגעבען רשות פאר דעם)
עס איז נאך צו באקומען היינט ערגעצוואו?
אז נישט קען עס עימיצער דא ארויפלאדענען ביטע?
שוין געטראפן:
דא.און דא.