ניגונים און זינגערס
זונטאג מרץ 22, 2015 12:29 am
הופיע!!
שיר מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח
לאחר הרבה שנים שלא נתחדשו שירי ר' יום טוב ערליך ז"ל בביצוע חדש. יצא השנה ע"י חברת "ערליךמוזיק" ששמה לעצמה מטרה להוציא אוצרי הנגינה, והשקפה, של ר' יום טוב ערליך ז"ל, שמפאת התיישנותם אינם ערבים לצעירי הצאן. אשר על כן הוקם החבורה הנ"ל, ובכוונתם להוציא השירים שלא נתחדשו על ידי זמרים אחרים, כדי שהאוצר של יראת שמים, ומידות טובות, שנשתלבו במתיקות נפלאה ע"י ר' יום טוב ז"ל, יהי' בהישג הנוער של זמננינו.
לעצט פאראכטן דורך
ערליך מוזיק אום זונטאג מרץ 29, 2015 1:55 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.
Advertisement
זונטאג מרץ 22, 2015 12:46 am
https://copy.com/OQuSAYBPXXAKiSBaדער לינק איז פאר די ניגון מיט סליידס, בהמשך וועל איך ארויפלייגן דעם ניגון אהן די סליידס.
דא איז א MP3 לינק
http://mostlymusic.com/products/r-yom-t ... -samarkandJ
לעצט פאראכטן דורך
ערליך מוזיק אום מאנטאג מרץ 30, 2015 6:04 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל בסך הכל.
זונטאג מרץ 22, 2015 12:47 am
ערליך מוזיק האט געשריבן:הופיע!!
שיר מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח
לאחר הרבה שנים שלא נתחדשו שירי ר' יום טוב ערליך ז"ל בביצוע חדש. יצא השנה ע"י חברת "ערליךמוזיק" ששמה לעצמה מטרה להוציא אוצרי הנגינה, והשקפה, של ר' יום טוב ערליך ז"ל, שמפאת התיישנותם אינם ערבים לצעירי הצאן. אשר על כן הוקם החבורה הנ"ל, ובכוונתם להוציא השירים שלא נתחדשו על ידי זמרים אחרים, כדי שהאוצר של יראת שמים, ומידות טובות, שנשתלבו במתיקות נפלאה ע"י ר' יום טוב ז"ל, יהי' בהישג הנוער של זמננינו.
ווי קען מען עס באקומען?
זונטאג מרץ 22, 2015 12:50 am
זעה די לינק אויוון איינס איז מיט סליידס ,די אנדערע איז נאר MP3
לעצט פאראכטן דורך
ערליך מוזיק אום זונטאג מרץ 22, 2015 2:56 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מרץ 22, 2015 2:11 am
http://mostlymusic.com/products/r-yom-t ... -samarkand
לעצט פאראכטן דורך
ערליך מוזיק אום מאנטאג מרץ 30, 2015 6:06 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מרץ 22, 2015 2:56 am
ערליך מוזיק האט געשריבן:https://copy.com/MFuCc1yQExIlKBFJ
יישר כח שטארק הנאה געהאט.
זונטאג מרץ 22, 2015 7:50 am
א ריזיגן יש"כ, מיר האבן מוראדיג הנאה דערפון.
האט מען געמאכט דערווייל נאר די איינע ניגון, אדער א גאנצע סידי, איז עס שוין דא צו באקומען און די געשעפטן?
זונטאג מרץ 22, 2015 8:19 am
הערליך!
אריגינאל אפגעזונגען מלא חן, פאר גרויס און קליין.
---
דאס איז נאר די התחלה?
זונטאג מרץ 22, 2015 8:22 am
עס זענען פארהאן נאך ניגונים אין פארשידענע מדרגות פון פראדאקאצי׳ה . מיר האבן קודם דאס ארויף געלייגט דא, צו הערן הערות פון דעם עולם, און זיך רעכענן מיט דעם אויף דעם אויפן ווי אזוי ארויס צו געבן די אנדערע ניגונים.
אגב, האט איינער דא אויך געזעהן די סליידס? איך וואלט זייער געוואלט הערן א מיינונג אויף דעם. ייש״כ
זונטאג מרץ 22, 2015 8:25 am
עס האט מיר צונומען דאס הארץ, יישר כח,
הערליך אראנדזשירט, זייער אריגינעל געזינגן, אגב אויב מעגליך שרייבט צו ווער עס איז דער זינגער.
זונטאג מרץ 22, 2015 8:45 am
די זינגער איז נישט קיין באקאנטער, אזוי ווי דער עולם ווייסט מן הסתם, איז קיין געלט אויף סי די׳ס מאכט מען היינט נישט.
האבן מיר נישט גענומען קיין באקאנטער זינגער. מיר זענען ענדערש משקיע און די אראנדזשמענט פון די מוזיק, וואס אויב דער עולם באמערקט איז דאס אויף א ספיציעלע הערליכן אויפן.
דער זינגער איז א היימישע יונגערמאן וואס האט א געוואלטיגע געפיל צו ר׳ יו״ט׳ס ניגונים. און מיר האבן געהאלטן אז ער איז פאסיג אויף די מטרה.
ער הייסט יעקב שאלאמאן.
אגב איינס פון די מטרות פון ארויס לייגן די ניגון יעצט, איז טאקע צו הערן פונעם עולם צו ער איז גוט פארדעם.
זונטאג מרץ 22, 2015 9:26 am
wow!
ב"ה פאר דעם.
די מוזיק איז געוואלדיג!
ס'בענקט נאך די ארגינעלע שטימע און נאכמער נאך די הארץ...
אבער דער זינגער איז זייער גוט.
דאס נאכמאכן די הברה גוט אסאך צו.
(סליידס איז נישט ערלויבט ביי משומר... אויב מעגליך לייגן אויף copy)
זונטאג מרץ 22, 2015 9:58 am
די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.
דער ניגון איז געוואלדיג, אמנם ס'פעלט דער קולו בקודש, אבער ס'איז זייער הארציג און הייליג נאכגעמאכט
זונטאג מרץ 22, 2015 10:14 am
געוואלדיג!
די וואויס קען ווען זיין אביסעלע 'וואראמער' און נישט אזוי 'חזנ'יש'.
(לגבי די סליידס.
גייט מען דאס צייגען ברבים, אדער איז עס פשוט פאר יו-טוב?
אויב גייט עס ברבים וואלט אפשר כדי געווען ארויסצינעמען די בילדער פון נשים.)
די געדאנק איבערצימאכן די לעכטיגע ניגונים פון ר' יו"ט איז זייער א פיינע!
ישלם השם פעלם פון די עוסקים אין די ענין!
לעצט פאראכטן דורך
שמאטע אום זונטאג מרץ 22, 2015 10:51 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מרץ 22, 2015 10:17 am
שמאטע האט געשריבן:געוואלדיג!
די געדאנק איבערצימאכן די לעכטיגע ניגומנים פון ר' יו"ט איז זייער א פיינע!
ישלם השם פעלם פון די עוסקים אין די ענין!
זונטאג מרץ 22, 2015 10:29 am
שמו האט געשריבן:די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.
דער ניגון איז געוואלדיג, אמנם ס'פעלט דער קולו בקודש, אבער ס'איז זייער הארציג און הייליג נאכגעמאכט
ווי אויך, די מיקס דארף זיין בעסער, ווען איך קען ווען נישט די ניגון מיט די ווערטער וואלט מיר עס געווען שווער צו פארשטיין.
זונטאג מרץ 22, 2015 10:36 am
וואס איז די פראבלעם לויט דיין מיינונג? די ווערטער זענען נישט קלאר געזינגען, אדער די מוזיק שטערט פון הערן די ווערטער
זונטאג מרץ 22, 2015 10:41 am
ערליך מוזיק האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם לויט דיין מיינונג? די ווערטער זענען נישט קלאר געזינגען, אדער די מוזיק שטערט פון הערן די ווערטער
די צווייטע אפציע
זונטאג מרץ 22, 2015 12:23 pm
purple knish האט געשריבן:(סליידס איז נישט ערלויבט ביי משומר... אויב מעגליך לייגן אויף copy)
שמו האט געשריבן:די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.
https://copy.com/0qUC0ayQR1eWdTLV
זונטאג מרץ 22, 2015 12:25 pm
וואונדערבאר!
נאסטלאגיע... עס דערמאנט אונז די אינגע יארן מיט וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!
עס בענקט זייער און פעלט דעם ארגינעלן טעם פונעם פיאנער הרה"ח ר' יו"ט שמחה ז"ל
אבער איהר זענט הייליג גערעכט די היינטיגע קונדער קענען זיך בשום אופן אריינפאסען אין דעם, און עס איז וויכטיג און כדאי דאס יראת שמים וואס דער איד האט פארקויפט זאל מען קענען ווייטער איבערגעבען פאר די ווייטערע דורות.
מילא תקנה גדולה שנו כאן און תחזקנה ידיכם און השי"ת זאל העלפן וחפץ השם בידכם יצליח.
זונטאג מרץ 22, 2015 2:21 pm
זייער שיין
א געוואלדיגע זאך אז די יונגווארג זאל נהנה זיין פון דעם אוצר
איך האב א געדאנק וואס קען אפשר צפרידן שטעלן די אלע וואס באקלאגן זיך (ואני חשבתי ג"כ שזה נקידה חשובה) אז דער ארגענעלער הארץ פון ר' יו"ט פעילט.
איז אפשר א עצה? אז יעדע ניגון זאל איינמאל געהערט ווערן דורכן היינטיגער זינגער נאכער זאל מען הערן ר' יו"ט אליין, איך מיין ע"פ רוב זינגט א CD איבער סיי ווי א ניגון מער פון איינמאהל, זאל דער צווייטער מאהל זיין ר' יו"ט, און דאס קען מען אויף ארבעטן היינט, צו אביסל אראפנעמען די אלטע מוזיק און צושטעלן מער פון די היינטיגע.
זונטאג מרץ 22, 2015 2:28 pm
גוטער געדאנק @עבודת
כ'בין מסופק אויב יעדער ניגון זאל איינמאל שפילן ר' יו"ט דאס גאנצע, אבער אריינבלענדן דא און דארט -פאר די ניגון אדער נאך די ניגון אדער באמצע- קען צוגעבן א חן
זונטאג מרץ 22, 2015 2:38 pm
שטארק שטארק.
כאטש וואס ר' יו"ט איז ר' יו"ט, און וויפיל מען האט אים פראבירט נאכצומאען איז עס נישט דאס, אבער, די קליפ איז די "נענטסטע" וואס כ'האב געהערט צו אים.
קודם איז עס געמאכט מיט שכל, דהיינו, אנדערע האבן געטוישט די הברה אינגאנצען, און אנדערע האבן געלאזט די הברה ארגינעל. למעשה איז עס שווער פאר די היינטיגע קינדער צו פארשטיין די אמאליגע הברה, אבער דא האט ער געמאכט א פיינע ארבייט, געלאזט די הברה דארט ווי מען "מוז" אז עס זאל שטימען די גראם, און געטוישט דארט ווי מען האט זיך געקענט ערלויבן. דאס איז לכאורה די בעסטע פשרה.
צווייטענס, די קול איז נישט קלינגעדיג, און אויך נישט צופיל "זינגעריש", און כאטש עס איז נישט ר' יו"ט'ס קול, איז עס כאטש אין די "סארט".
זייער גוטע ארבייט!!
די בילדער ברויך מען בעסער איבערקוקען.
תחזקנה ידיכם!! שכרך הרבה מאוד.
זונטאג מרץ 22, 2015 2:48 pm
געזעהן און שטארק הנאה געהאט, זיך דערמאנט די אלטע צייטן ווען די טעיפ'ס פון ר' יו"ט ערליך פלעגן טעגליך שפילן ביי אונז.
און דער קליפ איז עפעס מייסטער ווערק, ממש געוואלדיג.
(לייגט אריין חיות, און מאכט די מעשה זיך פילן עכט).
אבער (כדרכי המגי"ש מ'זאגט א גוט ווארט נאר ווען ס'קומט א אבער...)
א) דער מלופים איז נישט ריכטיג געזאגט, (ס'גריצלט מיר ווען די ווערטער קומען מיט א מלופים וואס הערט זיך מער ווי די חסיד'ישע קמץ, און דא זאגט מען דאס ווי א חסיד'ישע חיריק)
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה איז עס שווער פאר די היינטיגע קינדער צו פארשטיין די אמאליגע הברה, אבער דא האט ער געמאכט א פיינע ארבייט
איך בין מחולק, מיינע קינדער פארשטייען ר' יו"ט אליין, איז די הברה זיכער פארשטענדליך
ב) די היינטיגע בילדער דארף לדעתי ארויס, סיי ס'נעמט אוועק דעם אלטן חן און סיי ס'איז פון היינטיגע, וואס געהערן נישט דארט, (איך גלייב נישט אז ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וויל זיך געפונען אויף די סידי, און די אנדער בילד, איז פון א היינטיגע חסידות, וואו מ'זעהט א היינטיגן באקאנטן חסיד, מיט נאך אפאר אונטער אים, וואס איז אויך נישט אין פלאץ, און סיי ס'שטערט דעם אלטן חן, און סיי ס'איז אומבאטאמ'ט).
אבער דער עיקר איז, אז ס'איז א געוואלדיגע שיינע הערליכע און רייכע ארבעט, סיי די נגינה, (מיט יודישע מוזיק, נישט קיין היינטיגע גוי'אישע סטייל) און סיי מיט די סלייד'ס וואס פליען ארום
תחזקנה ידיכם
זונטאג מרץ 22, 2015 2:55 pm
א הערצליכן דאנק קנאפי פארן זיין מזכה
דער בורא זאל דיר תמיד געבן סייעתא.
בעקערי איז גויאיש
כ'האף אז דער פותח באמערקט די עקסייטמענט און דארשט פאר די סחורה!