**אנקעטע** שיר חדש מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח וקליפ מרגש!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זאלן מיר ממשיך זיין מיט דעם ארבייט, און אזוי אנקומען צום מטרה בס״ד

יא
27
23%
זיכער בעזהשי״ת
86
74%
ניין
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קען זיין
3
3%
 
סך הכול שטימען: 116

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

**אנקעטע** שיר חדש מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח וקליפ מרגש!

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 1:29 am

הופיע!!
שיר מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח
לאחר הרבה שנים שלא נתחדשו שירי ר' יום טוב ערליך ז"ל בביצוע חדש. יצא השנה ע"י חברת "ערליךמוזיק" ששמה לעצמה מטרה להוציא אוצרי הנגינה, והשקפה, של ר' יום טוב ערליך ז"ל, שמפאת התיישנותם אינם ערבים לצעירי הצאן. אשר על כן הוקם החבורה הנ"ל, ובכוונתם להוציא השירים שלא נתחדשו על ידי זמרים אחרים, כדי שהאוצר של יראת שמים, ומידות טובות, שנשתלבו במתיקות נפלאה ע"י ר' יום טוב ז"ל, יהי' בהישג הנוער של זמננינו.
לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום זונטאג מארטש 29, 2015 2:55 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 1:46 am

https://copy.com/OQuSAYBPXXAKiSBa
דער לינק איז פאר די ניגון מיט סליידס, בהמשך וועל איך ארויפלייגן דעם ניגון אהן די סליידס.

דא איז א MP3 לינק
http://mostlymusic.com/products/r-yom-t ... -samarkand
J
לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום מאנטאג מארטש 30, 2015 7:04 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 22, 2015 1:47 am

ערליך מוזיק האט געשריבן:הופיע!!
שיר מר' יו"ט ערליך ז"ל לכבוד פסח
לאחר הרבה שנים שלא נתחדשו שירי ר' יום טוב ערליך ז"ל בביצוע חדש. יצא השנה ע"י חברת "ערליךמוזיק" ששמה לעצמה מטרה להוציא אוצרי הנגינה, והשקפה, של ר' יום טוב ערליך ז"ל, שמפאת התיישנותם אינם ערבים לצעירי הצאן. אשר על כן הוקם החבורה הנ"ל, ובכוונתם להוציא השירים שלא נתחדשו על ידי זמרים אחרים, כדי שהאוצר של יראת שמים, ומידות טובות, שנשתלבו במתיקות נפלאה ע"י ר' יום טוב ז"ל, יהי' בהישג הנוער של זמננינו.

ווי קען מען עס באקומען?

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 1:50 am

זעה די לינק אויוון איינס איז מיט סליידס ,די אנדערע איז נאר MP3
לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום זונטאג מארטש 22, 2015 3:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 3:11 am

לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום מאנטאג מארטש 30, 2015 7:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » זונטאג מארטש 22, 2015 3:56 am

ערליך מוזיק האט געשריבן:https://copy.com/MFuCc1yQExIlKBFJ

יישר כח שטארק הנאה געהאט.
אורייתא וישראל חד הוא

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » זונטאג מארטש 22, 2015 8:50 am

א ריזיגן יש"כ, מיר האבן מוראדיג הנאה דערפון.

האט מען געמאכט דערווייל נאר די איינע ניגון, אדער א גאנצע סידי, איז עס שוין דא צו באקומען און די געשעפטן?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 22, 2015 9:19 am

הערליך!
אריגינאל אפגעזונגען מלא חן, פאר גרויס און קליין.

---

דאס איז נאר די התחלה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 9:22 am

עס זענען פארהאן נאך ניגונים אין פארשידענע מדרגות פון פראדאקאצי׳ה . מיר האבן קודם דאס ארויף געלייגט דא, צו הערן הערות פון דעם עולם, און זיך רעכענן מיט דעם אויף דעם אויפן ווי אזוי ארויס צו געבן די אנדערע ניגונים.

אגב, האט איינער דא אויך געזעהן די סליידס? איך וואלט זייער געוואלט הערן א מיינונג אויף דעם. ייש״כ

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 22, 2015 9:25 am

עס האט מיר צונומען דאס הארץ, יישר כח,

הערליך אראנדזשירט, זייער אריגינעל געזינגן, אגב אויב מעגליך שרייבט צו ווער עס איז דער זינגער.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 9:45 am

די זינגער איז נישט קיין באקאנטער, אזוי ווי דער עולם ווייסט מן הסתם, איז קיין געלט אויף סי די׳ס מאכט מען היינט נישט.
האבן מיר נישט גענומען קיין באקאנטער זינגער. מיר זענען ענדערש משקיע און די אראנדזשמענט פון די מוזיק, וואס אויב דער עולם באמערקט איז דאס אויף א ספיציעלע הערליכן אויפן.

דער זינגער איז א היימישע יונגערמאן וואס האט א געוואלטיגע געפיל צו ר׳ יו״ט׳ס ניגונים. און מיר האבן געהאלטן אז ער איז פאסיג אויף די מטרה.
ער הייסט יעקב שאלאמאן.
אגב איינס פון די מטרות פון ארויס לייגן די ניגון יעצט, איז טאקע צו הערן פונעם עולם צו ער איז גוט פארדעם.

purple knish
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » זונטאג מארטש 22, 2015 10:26 am

wow!

ב"ה פאר דעם.

די מוזיק איז געוואלדיג!

ס'בענקט נאך די ארגינעלע שטימע און נאכמער נאך די הארץ...

אבער דער זינגער איז זייער גוט.

דאס נאכמאכן די הברה גוט אסאך צו.

(סליידס איז נישט ערלויבט ביי משומר... אויב מעגליך לייגן אויף copy)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג מארטש 22, 2015 10:58 am

די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.


דער ניגון איז געוואלדיג, אמנם ס'פעלט דער קולו בקודש, אבער ס'איז זייער הארציג און הייליג נאכגעמאכט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג מארטש 22, 2015 11:14 am

געוואלדיג!

די וואויס קען ווען זיין אביסעלע 'וואראמער' און נישט אזוי 'חזנ'יש'.


(לגבי די סליידס.
גייט מען דאס צייגען ברבים, אדער איז עס פשוט פאר יו-טוב?
אויב גייט עס ברבים וואלט אפשר כדי געווען ארויסצינעמען די בילדער פון נשים.)

די געדאנק איבערצימאכן די לעכטיגע ניגונים פון ר' יו"ט איז זייער א פיינע!
ישלם השם פעלם פון די עוסקים אין די ענין!
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום זונטאג מארטש 22, 2015 11:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג מארטש 22, 2015 11:17 am

שמאטע האט געשריבן:געוואלדיג!
די געדאנק איבערצימאכן די לעכטיגע ניגומנים פון ר' יו"ט איז זייער א פיינע!
ישלם השם פעלם פון די עוסקים אין די ענין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג מארטש 22, 2015 11:29 am

שמו האט געשריבן:די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.
דער ניגון איז געוואלדיג, אמנם ס'פעלט דער קולו בקודש, אבער ס'איז זייער הארציג און הייליג נאכגעמאכט

ווי אויך, די מיקס דארף זיין בעסער, ווען איך קען ווען נישט די ניגון מיט די ווערטער וואלט מיר עס געווען שווער צו פארשטיין.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג מארטש 22, 2015 11:36 am

וואס איז די פראבלעם לויט דיין מיינונג? די ווערטער זענען נישט קלאר געזינגען, אדער די מוזיק שטערט פון הערן די ווערטער

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג מארטש 22, 2015 11:41 am

ערליך מוזיק האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם לויט דיין מיינונג? די ווערטער זענען נישט קלאר געזינגען, אדער די מוזיק שטערט פון הערן די ווערטער

די צווייטע אפציע
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 pm

purple knish האט געשריבן:(סליידס איז נישט ערלויבט ביי משומר... אויב מעגליך לייגן אויף copy)

שמו האט געשריבן:די קליפ, קען מען נישט זעהן
ביטע לייגן אויף קאפי קאם.

https://copy.com/0qUC0ayQR1eWdTLV
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » זונטאג מארטש 22, 2015 1:25 pm

וואונדערבאר!
נאסטלאגיע... עס דערמאנט אונז די אינגע יארן מיט וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!
עס בענקט זייער און פעלט דעם ארגינעלן טעם פונעם פיאנער הרה"ח ר' יו"ט שמחה ז"ל
אבער איהר זענט הייליג גערעכט די היינטיגע קונדער קענען זיך בשום אופן אריינפאסען אין דעם, און עס איז וויכטיג און כדאי דאס יראת שמים וואס דער איד האט פארקויפט זאל מען קענען ווייטער איבערגעבען פאר די ווייטערע דורות.
מילא תקנה גדולה שנו כאן און תחזקנה ידיכם און השי"ת זאל העלפן וחפץ השם בידכם יצליח.
טעמו וראו כי טוב השם

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג מארטש 22, 2015 3:21 pm

זייער שיין
א געוואלדיגע זאך אז די יונגווארג זאל נהנה זיין פון דעם אוצר
איך האב א געדאנק וואס קען אפשר צפרידן שטעלן די אלע וואס באקלאגן זיך (ואני חשבתי ג"כ שזה נקידה חשובה) אז דער ארגענעלער הארץ פון ר' יו"ט פעילט.
איז אפשר א עצה? אז יעדע ניגון זאל איינמאל געהערט ווערן דורכן היינטיגער זינגער נאכער זאל מען הערן ר' יו"ט אליין, איך מיין ע"פ רוב זינגט א CD איבער סיי ווי א ניגון מער פון איינמאהל, זאל דער צווייטער מאהל זיין ר' יו"ט, און דאס קען מען אויף ארבעטן היינט, צו אביסל אראפנעמען די אלטע מוזיק און צושטעלן מער פון די היינטיגע.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מארטש 22, 2015 3:28 pm

גוטער געדאנק @עבודת
כ'בין מסופק אויב יעדער ניגון זאל איינמאל שפילן ר' יו"ט דאס גאנצע, אבער אריינבלענדן דא און דארט -פאר די ניגון אדער נאך די ניגון אדער באמצע- קען צוגעבן א חן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 22, 2015 3:38 pm

שטארק שטארק.

כאטש וואס ר' יו"ט איז ר' יו"ט, און וויפיל מען האט אים פראבירט נאכצומאען איז עס נישט דאס, אבער, די קליפ איז די "נענטסטע" וואס כ'האב געהערט צו אים.

קודם איז עס געמאכט מיט שכל, דהיינו, אנדערע האבן געטוישט די הברה אינגאנצען, און אנדערע האבן געלאזט די הברה ארגינעל. למעשה איז עס שווער פאר די היינטיגע קינדער צו פארשטיין די אמאליגע הברה, אבער דא האט ער געמאכט א פיינע ארבייט, געלאזט די הברה דארט ווי מען "מוז" אז עס זאל שטימען די גראם, און געטוישט דארט ווי מען האט זיך געקענט ערלויבן. דאס איז לכאורה די בעסטע פשרה.

צווייטענס, די קול איז נישט קלינגעדיג, און אויך נישט צופיל "זינגעריש", און כאטש עס איז נישט ר' יו"ט'ס קול, איז עס כאטש אין די "סארט".

זייער גוטע ארבייט!!

די בילדער ברויך מען בעסער איבערקוקען.

תחזקנה ידיכם!! שכרך הרבה מאוד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג מארטש 22, 2015 3:48 pm

געזעהן און שטארק הנאה געהאט, זיך דערמאנט די אלטע צייטן ווען די טעיפ'ס פון ר' יו"ט ערליך פלעגן טעגליך שפילן ביי אונז.
און דער קליפ איז עפעס מייסטער ווערק, ממש געוואלדיג.
(לייגט אריין חיות, און מאכט די מעשה זיך פילן עכט).

אבער (כדרכי המגי"ש מ'זאגט א גוט ווארט נאר ווען ס'קומט א אבער...)

א) דער מלופים איז נישט ריכטיג געזאגט, (ס'גריצלט מיר ווען די ווערטער קומען מיט א מלופים וואס הערט זיך מער ווי די חסיד'ישע קמץ, און דא זאגט מען דאס ווי א חסיד'ישע חיריק)
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה איז עס שווער פאר די היינטיגע קינדער צו פארשטיין די אמאליגע הברה, אבער דא האט ער געמאכט א פיינע ארבייט

איך בין מחולק, מיינע קינדער פארשטייען ר' יו"ט אליין, איז די הברה זיכער פארשטענדליך

ב) די היינטיגע בילדער דארף לדעתי ארויס, סיי ס'נעמט אוועק דעם אלטן חן און סיי ס'איז פון היינטיגע, וואס געהערן נישט דארט, (איך גלייב נישט אז ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וויל זיך געפונען אויף די סידי, און די אנדער בילד, איז פון א היינטיגע חסידות, וואו מ'זעהט א היינטיגן באקאנטן חסיד, מיט נאך אפאר אונטער אים, וואס איז אויך נישט אין פלאץ, און סיי ס'שטערט דעם אלטן חן, און סיי ס'איז אומבאטאמ'ט).


אבער דער עיקר איז, אז ס'איז א געוואלדיגע שיינע הערליכע און רייכע ארבעט, סיי די נגינה, (מיט יודישע מוזיק, נישט קיין היינטיגע גוי'אישע סטייל) און סיי מיט די סלייד'ס וואס פליען ארום

תחזקנה ידיכם
כשמ"ו כן הוא

purple knish
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » זונטאג מארטש 22, 2015 3:55 pm

א הערצליכן דאנק קנאפי פארן זיין מזכה
דער בורא זאל דיר תמיד געבן סייעתא.

בעקערי איז גויאיש

כ'האף אז דער פותח באמערקט די עקסייטמענט און דארשט פאר די סחורה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט