"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג פאברואר 15, 2015 9:48 pm

ענדליך... ענדליך... ענדליך...

די אזוי באליבטע SPAF PRODUCTION קומט צוריק אויף די ארענע...

נאך א לענגערע אפוועזנהייט, קומט די פרייליכע בשורה אז די אזוי-טאלאנטפולע און ערפארענע פרודוסערס שלמה פערל און ארי פרענקל וועלן היי-יאר פסח צושטעלן א מאסיווע פארשטעלונג פאר'ן ברייטן ציבור, וואס וועט ברענגען אן עונג יו"ט פאר די טויזנטער אידן וועלכע זוכן חול-המועד היימישע פלעצער וואו צו גיין פארברענגען מיט די משפחה.
די "ספעף פראדאקשן" זענען באוואוסט פאר זייערע צענדליגער פארשטעלונגען וואס זענען געשפילט געווארן מיט גרויס פראפעסיאנאליזם. זיי האבן שוין אנגעהויבן זייערע שפילן אין יאר תשכ"ו, ווען זיי האבן אהערגעשטעלט א פארשטעלונג "דער יתום" און צוויי יאר שפעטער: "דער רבי און דער בעל עגלה". שפעטער האבן זיי געשפילט:
יוסף שפיל (דריי מאל).
בוסתנאי (צוויי מאל).
שפאנישע אינקוויזיציע (אידיש-ענגליש)
המלאך הגואל
על נהרות בבל
א סליחות נאכט אין קיוב
אלע זייערע פארשטעלונגען זענען געשפילט געווארן גאר שפאנענד, צוציענד, דראמאטיש און הערליך שיין אראפגעשפילט ליגן נאך ביי יעדן אין די ביינער. די עקטן, די ניגונים, די פראפס, די ווערטלעך - אלעס אלעס אלעס.
זייערע פלעיס וואס מען קען איבערהערן און איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל און קיינמאל נישט בארד ווערן.
דעריבער איז די שמחה גאר גרויס, ווען מען הערט פון הינטער די קוליסן אז עס קומט א פרישער פלעי, וואו עס וועלן שפילן טאלאנטפולע שפילער, אמאליגע און פרישע, מען וועט האבן דעם אלטן טעם, געמישט מיט יין חדש. לויט ווי מיר הערן קומט עפעס אזוינס און אזעלכעס.

אז עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר פרובירן צו אפדעיטן, און אויב עמיצער אנדערש ווייסט - זאל ער מוחל זיין און ארויפשטעלן.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג פאברואר 15, 2015 10:22 pm

ווי אלט זענען זיי? פאר 89 יאר צירוק האבן זיי געמאכט שפילן?

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » זונטאג פאברואר 15, 2015 10:51 pm

פערל איז נישט דער זעלבער פון "אונטערן"?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג פאברואר 15, 2015 10:52 pm

אינוועסטער האט געשריבן:פערל איז נישט דער זעלבער פון "אונטערן"?

ניין, נייהויז
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » זונטאג פאברואר 15, 2015 11:27 pm

אה, מיר איז עפעס געליגן אין קאפ די נאמען פערל.

דארף זיי נאר זעהן ס'זאל זיין גענוג זיצן (אדער מאכן א פערטע פלעי...)

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג פאברואר 16, 2015 8:18 am

Iphone האט געשריבן:ווי אלט זענען זיי? פאר 89 יאר צירוק האבן זיי געמאכט שפילן?


רעכן עס איבער: ס'איז בערך פופציג יאר צוריק.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:15 am

ווער פון די גרופע שפילט נאך? די דאמאלדסדיגע אינגעלייט זענען שוין היינט ערנסטע בעלי בתים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:24 am

קאפי עלענבויגן פלעגט שפילען ביי אלע פלעיס פין פערל יעצט שפילט ער ביי נייהויז.

ארי פרענקל! ער איז דאך די אינטערן אליינס.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:28 am

farshlufen האט געשריבן:ווער פון די גרופע שפילט נאך? די דאמאלדסדיגע אינגעלייט זענען שוין היינט ערנסטע בעלי בתים.

גערעכט, אבער דו האסט נאך וואס עקטען א שטייגער,
קאפי עלענבויגען
ארי פרענקעל
הערשקאוויטץ(שוין געווען ביי המלאך הגואל)
פיני פריד
ארי מינץ
ועוד
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג פאברואר 16, 2015 5:21 pm

ווער איז ארי פרענקל?
איך ווייס פון 2 ברודער; חיים פרענקל און יוסי פרענקל
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג פאברואר 16, 2015 8:40 pm

private האט געשריבן:קאפי עלענבויגן פלעגט שפילען ביי אלע פלעיס פין פערל יעצט שפילט ער ביי נייהויז.

ארי פרענקל! ער איז דאך די אינטערן אליינס.


דו ביסט זיך טועה מיט יוסף שמואל און חיים פרענקל. זיי זענען שפילער. יוסף שמואל אויף די אמאליגע און היינטיגע (אונטערנ'ס) און חיים אויף די היינטיגע. ארי פרענקל איז א פראזשעקט-מענעדזשער, ער האט שוין אנגעפירט ריזיגע מעמדות, הפגנות, כינוסים אא"וו, און פלעיס און קאנצערטן. ער איז א זעלטן-גוטער אנפירער, און שלאפט קיינמאל נישט איין...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:04 pm

אינטרעסאנט, מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון דאהי

הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 12:51 pm

תגובהדורך הערסטע? » דינסטאג פאברואר 17, 2015 1:06 pm

עס פרייט מיר דאס הארץ הערנדיג די נייעס, עס ליגן מיר אין די ביינער די אלטע פלעיס. נישט אז די היינטיגע זענען שוואך. די אונטערנס זענען קנאקעדיגע פלעיס, אבער מער צו די מאדערניזירטע זייט. סיי די מעשיות און סיי די ליינס. די אמאליגע זענען געווען מער פארצייטיש, און דאך פראפעסיאנאל.
אבער ביידע זענען זייער גוט. איך גיי צו זייערע און צו די אונטערנס, און איך האב פון ביידע זייער הנאה.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג פאברואר 17, 2015 2:27 pm

איך האף ער וועט צוריק ברענגען אפאר אלטע עקטארס, א שטייגער ווי שלמה'לע,קאפי'ס ברודער (דער חזן...),לעבעוויטש .
בקיצור די עקטארס וואס האבען גורם געווען אז א סליחות נאכט אין קיעוו און על נהרות בבל זאלען געדענקט ווערען.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 17, 2015 2:39 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך האף ער וועט צוריק ברענגען אפאר אלטע עקטארס, א שטייגער ווי שלמה'לע,קאפי'ס ברודער (דער חזן...),לעבעוויטש .
בקיצור די עקטארס וואס האבען גורם געווען אז א סליחות נאכט אין קיעוו און על נהרות בבל זאלען געדענקט ווערען.

שלמה'לע קען שוין ליידער נאר משיח צדקינו צוריק ברענגען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 12:51 pm

תגובהדורך הערסטע? » מיטוואך פאברואר 18, 2015 11:25 am

איך דארף ליטשפילד... יונתן ביי 'על נהרות' און פערדינאנד ביי 'א סליחות נאכט'

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מיטוואך פאברואר 18, 2015 12:12 pm

הערסטע? האט געשריבן:איך דארף ליטשפילד... יונתן ביי 'על נהרות' און פערדינאנד ביי 'א סליחות נאכט'

דער ליטשפילד איז נאמבער 1 ביי מיר. ער איז אזא רשע מרושע...
איך האב מיך אזוייי געפרייט מיט זיין מפלה.

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך פאברואר 18, 2015 2:10 pm

אזוי גיט געזאגט אבער אייביג גייט ער מיט א מאסק
yield the right of way

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך פאברואר 18, 2015 4:16 pm

איך דארף..
יואלי לעבעוויטש אלטץ דער לץ
ליטשפיעלד אלטץ דער רשע
האפמאן אלטץ דער וואוילער גראף
הערשקאוויטש אלטץ די קאמעדי עקטאר
שלמה פערל אלטץ די וואוילע יוד
מינטץ אלטץ דער קעניג
פרענקל אלטץ דער שלעכטער יועץ

ווער נאך...

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מיטוואך פאברואר 18, 2015 4:37 pm

ארי גליק (האלוויי)

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך פאברואר 18, 2015 7:53 pm

ווער האט טאקע די קאווערס פון די פלעיס זאל עס פליז ארויפלייגן
yield the right of way

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך פאברואר 18, 2015 8:27 pm

יוסף שמואל פרענקל פרובירט גיין אין יונתנ'ס דרכים... זינט ער האט אויף אים משפיע געווען אלס תלמיד פון ירמיהו...
זיין דער סארקאסטישער און צינישער, שפילנדיג זיס און בא'טעמ'ט.
ער טוט טאקע זייער א גוטע זשאב, אבער ס'איז אינו דומה - במחילת כבודו...

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » מוצ"ש פאברואר 21, 2015 9:02 pm

זיי האבן דעם פרייטאג ארויסגעגעבן די ערשטע קליפ, מער ווייניגער ברענגן זיי ארויס אז ס'איז א "קאם-בעק" פון די אמאליגע גוטע פלעיס, לאמיר האפן אז ס'זאל טאקע זיין אזוי געלונגען ווי די אמאליגע.
כ'הער אז זיי גייען ארויסקומען מיט די נאמען, און מ'גייט אנהייבן פארקויפן טיקעטס שוין די וואך.

https://copy.com/4sh7Bu0bMFuDKeWc

הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 12:51 pm

תגובהדורך הערסטע? » זונטאג פאברואר 22, 2015 12:45 pm

שמועות קורסירן אז עס וועט זיין "א קאלטע נאכט אין ווארשא", אבער איך גלייב שווער אז זיי וועלן איבערנוצן דעם "א סליחות נאכט אין קיוב" מיט'ן טוישן בלויז די 'סליחות' אין 'קיוב'

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג פאברואר 22, 2015 1:05 pm

כ'פריי מיר זייער צו הערן אז זיי קומען צוריק,
אבער לדעתי איז א שטיקל טעות מיטן אזוי ארויפהייבן די ערווארטונגען פונעם עולם.
ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעשעטלט מערערע מאל, אז ווען מ'הייבט די עקספעקטעישנ'ס קומט דערנאך א נידערלאגע,
בעסער זאל מען עס לאזן פארווע מיט פשוט'ע פאקטן ארום די שפיל, אזוי אז ווען ס'וועט געלונגען וועט דער עולם ארויסגיין פון די כלים.,

איך RT פיינע נייעס (יד"נ) פאר די קעסט.
כ'וואלט נאר צוגעלייגט עטליכע.
בנציון לעבאוויטש,
אייזיק האניג,
האס,
אפשר ברענגט מען צוריק "זעמל"?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט