לערנט אייך נאטן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 7:29 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:4) אפשר געבט איר א הסבר וויאזוי מ'קען וויסן ביי יעדן ניגון וועלכע נאוט איז די בעיס פונעם ניגון צו וויסן אויף וועלכע סקעיל צו שרייבן דעם ניגון?

עס קען זיך ווענדן אין אסאך זאכן, אבער געווענליך וועט מען עס שרייבן - ווי יימר האט פריער געזאגט - ביי א מעידזשאר סקעיל אויף א C, און ביי א מיינאר סקעיל אויף א A. דאן דארף מען געווענליך נישט נוצן קיין SHARP אדער FLAT.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 10:27 am

@מאנעלע, ביסט זעהר א פיינע מגיד שיעור.
כ'האב נאר איין קליינע הערה צוצולייגען,

מאנ-יימער האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:3) ווען מ'לייגט אריין א קענסעלעישן פון א שארפ\פלעט אינמיטן ניגון, ווי כ'האב פארשטאנען פון אייך מיינט דאס אז פון דארט און ווייטער איז געקענסעלט, וויאזוי מאכט מען אויב מ'וויל נאר קענסלען ביי איין מעזשער?

וואו איך געדענק איז א קענסעלעישאן יא נאר אויף די ספעציפישע נאוט.

א קענסעלעישאן שטעלט צוריק אלעס נאך דעם נאוט און דעם באר.

אזוי אויך, פאר א שארפ/פלעט אינמיטען א ניגון [מיט א סקעיל וואס האט נישט דעם שארפ/פלעט נאוט], איז נאר משפיע פאר דעם באר.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 11:24 am

לאדיךארויס האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:4) אפשר געבט איר א הסבר וויאזוי מ'קען וויסן ביי יעדן ניגון וועלכע נאוט איז די בעיס פונעם ניגון צו וויסן אויף וועלכע סקעיל צו שרייבן דעם ניגון?

עס קען זיך ווענדן אין אסאך זאכן, אבער געווענליך וועט מען עס שרייבן - ווי יימר האט פריער געזאגט - ביי א מעידזשאר סקעיל אויף א C, און ביי א מיינאר סקעיל אויף א A. דאן דארף מען געווענליך נישט נוצן קיין SHARP אדער FLAT.

יישר כח פאר'ן הסבר, אבער כ'האב געמיינט עפעס אנדערש.
וויאזוי ווייס איך וועלכע נאוט איז די בעיס נאוט?
למשל: עווווד ישמע בעאריי יעהודא.
איז דער 'ע'- לאמיר זאגן א משל A און די צווייטע האלב ווארט גייט אראפ צו G און דערנאך צוריק צו A, יעצט וויאזוי ווייסט מען א סימן וועלכע נאוט איז די בעיס פונעם ניגון, דא איז עס געראדע גרינג אז די ערשטע נאוט איז די בעיס ס'איז A אבער ס'דא ניגונים וואס הייבן זיך אן העכער למשל ר' משה גאלדמאנ'ס כאיל תערוג, וואס די ערשטע נאוט איז נישט די בעיס פונעם ניגון (A) וואספארא סימן קענט איר געבן צו וויסן וועלכע נאוט זאל מען שרייבן אויפן A, פארשטייט זיך אז נישט די ערשטע. כ'האף אז איר פארשטייט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 11:25 am

א גרויסן יישר כח מאן-יימר פארן ענטפערן אזוי קלאר.
LOOKING FORWARD פאר'ן צווייטן חלק שיעור.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 12:42 pm

מיך ארט שוין פון לאאאנג א אלטע קשיא
אויב יעדע מעידזשאר האט א מיינאר וואס איז ממש די זעלבע (נאר א חילוק צו פלעטס פונם קומענדן נאט, אדער שארפ פון פאריגן נאט), וואס איז מכריע וועלכער איז א מעידזשאר סקעיל אדער מיינאר סקעיל, כקען דאך זינגען די זעלבע ניגון אדער מעדזשאר אדער מיינאר (למשל אדער C מעידזשאר אדער A מיינאר וכן הלאה)

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 12:52 pm

@ניגון עתיק, איך האב פארשטאנען וואס איר פרעגט.

איז אזוי:
קודם כל קענסטו אנפאנגען עוד ישמע, דערנאך הייב אן כאיל תערוג אויפן זעלבן טאן וואס דאס איז שוין נישט אזוי שווער צו וויסן וואס איז די זעלבע טאן ווי די פריעריגע ניגון...

די ריכטיגע וועג איז לכאורה צו געבן א A MINOR קארד (A-C-E), הער צו די קלאנג וואס עס גיבט ארויס, און לויט דעם וועסטו וויסן אויף וועלכע טאן צו זינגען.

@יהי' כן, עפעס אין אייער פראגע איז אומקלאר. איר ווייסט בכלל וואס עס מיינט מעידזשאר/מיינאר?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 12:58 pm

דאס מיינט אז ווען כ'וויל שרייבן כאיל תערוג (וואס די אנהויב ניגון איז בעצם א געהעריגע A קארד נאר פון אויבן אראפ), ברויך איך מאכן אן A קארד און לויט דעם אויסרעכענען אז לאמיר זאגן די ערשטע נאוט איז E און אזוי פארן ווייטער, און ס'וועט זיין געשריבן אויף אן A סקעיל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 1:01 pm

מיין שאלה איז בערך אזוי
יעדע מעדזשאר האט א 'סעט' אין מיינאר אויך, איא?, דהיינו א D מעידזשאר איז די זעלבע ווי B מיינאר, ביידע האבן צוויי שארפס נישט מער, אויב אזוי ווער זאגט אז איך דארף עס זינגען אלס א D מעידזשאר, עס איז דאך אויך א B מיינאר?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 1:13 pm

יהיה כן האט געשריבן:יעדע מעדזשאר האט א 'סעט' אין מיינאר אויך, איא?


מעידזשאר און מיינאר קומען זיך נישט צוזאם.

עס זענען פארהאן ניגונים אויף א מעידזשאר סקעיל (רוב מארטש ניגונים וואס מ'זינגט ביי קל אדון), עס זענען פארהאן ניגונים אויף א מיינאר סקעיל (רוב היינטיגע ניגונים - שלמה קרליבך איז כמעט נאר מיינאר), און ס'זענען פארהאן ניגונים אויף א פרעגיש סקעיל (א גרויס טייל פון ניגוני חב"ד - פרעיגיש קען נישט געשפילט ווערן בלויז אויף ווייסע קי'ס. מען מוז נוצן א פלעט אדער שארפ ערגעץ וואו אינעם ניגון, משא"כ מעידזשאר/מיינאר)

א מעידזשאר סקעיל האט אנדערע קארדס ווי א מיינאר סקעיל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 1:15 pm

לאדיך, איך ווער פארגאפט פון דיין קלארקייט און דיין כח הסברה! קיפאיראפ.
לאדיךארויס האט געשריבן:דער תירוץ איז... אז וואליום איז נישט עפעס וואס מען קען אנצייגן מיט נומערן. (ס'זענען שוין היינט טאקע דא נומערן אויף די דיגיטאלע סידי פלעיערס ווען מען רוקט ארויף די וואליום, אבער עס מיינט נישט גארנישט, ווייל דו קענסט דאך איינפלאגן ריזיגע ספיקערס אויך אזש מען עט עס הערן אינעם גאנצן בלאק...)

וואס איז מיט decibels) dB) דאס איז דאך א מעשערמענט אויף סאונד ניין?
צוגעלייגטע
Cause-Effect-Perception.gif
לעצט פאראכטן דורך גערעכטער אום דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 1:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 1:16 pm

בהמשך לתשובה לשאלה שלי
הייסט עס אז די עיקר חילוק פון מעידזשאר אדער מיינער איז נאר לגבי קארדס?, סתם צו שפילן א ניגון לויט נאטן, איז טאקע נישט קיין חילוק צו עס איז D מעיזשאר אדער B מיינאר, ביי ביידע וועל איך נוצן צוויי שווארצע באטענטס, האבעך גוט פארשטאנען?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 2:12 pm

@גערעכטער, דאס קוקט אויס מער ווי סייענס. האט נישט מיט אונזער שמועס צו טון, און איז נישט נוגע הלכה למעשה.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 2:49 pm

אין הכי נמי, נאר נאך א ידיעה'לע אז ס'איז דא א וועג צו רעכענען סאונד וואליאם און דאס איז די וועג.
צוריק צום ענין,

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 3:10 pm

יהיה כן האט געשריבן:בהמשך לתשובה לשאלה שלי
הייסט עס אז די עיקר חילוק פון מעידזשאר אדער מיינער איז נאר לגבי קארדס?, סתם צו שפילן א ניגון לויט נאטן, איז טאקע נישט קיין חילוק צו עס איז D מעיזשאר אדער B מיינאר, ביי ביידע וועל איך נוצן צוויי שווארצע באטענטס, האבעך גוט פארשטאנען?

אין מוזיקאלישע טוירם הייסט דאס רעלאטיוו קי, די רעלאטיוו קי פון D מעידזשאר איז B מיינאר.
ס'האט טאקע די זעלבע נאטן אבער די חילוק וועט זיין וואו די ניגון הייבט זיך אן און בויעט זיך ארויף דאס גיבט די געפיל צו ס'איז א מעידזשאר אדער א מיינאר, שטייצעך איינמאל דו לייגסט צו קארדס/הארמאני אדער סיי וואס דאן איז א גרויסע חילוק צווישן מעידזשאר און מיינאר ווייל די גאנצע געבוי וועט זיך דרייען ארום די טאניק נאוט (די ערשטע נאוט פונעם סקעיל).
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 3:12 pm

פשי הא! נאכן זיך דרייען א שטיק צייט אין דעם וועלטל זוכנדיג וועגן מוזיק האב איך זיך נארוואס אנגעשטויסן אין דעם אשכול אינגאנצן שלא במכוון. איך מוז אייך זאגן רב לאדיך, יאפין און מאנ-יימער, ״סופער, סופער, סופער!״ געוואלדיג אראפגעלייגט די יסוד פון נאוט שרייבן/ליינען. יישר חילכם אויף ביז היינט און אויך אויף ווייטער.

ליינענדיג די תגובות קומט מיר אויס אז מאנכע וואלטן געטון בעססער מיט אביסל בעיסיק ידיעות אין די פעלד פון מוזיק סקעילס, און אזוי ווי לאדיך האט נאכנישט געשריבן דערוועגן, וועל איך שרייבן וואס איך ווייס. והנה:

מוזיק שטודירער האבן מיט די יארן באוויזן צו באמערקן אז יעדע ניגון לויפט אויף א מוסטער וועלכע נוצט די זעלבע זיבן נאוטן איבער און איבער. למשל, זאל דער שפילער ביים חתונה אנהייבן עוד ישמע אויפן A נאוט וועט ער נאר ניצן דורכאויס דעם ניגון די פאלגאנדע נאוטס: A B C D E F G. [פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געלימיטעד צו אקטיווס. ווי שוין פריער ערווענט דורך די אנדערע חשובע ניקים זענען די אכטע, ניינטע און צענטע נאוטס בלויז אן איבערשפיל פון די ערשטע, צווייטע און דריטע.] ענליך אבער אנדערש זעהן מיר מיט די הורא ניגון פון יודל ווערדיגער אויף די משנה ׳והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות׳ ווי אויב זאל דער שפילער אנהייבן דעם ניגון אויף אן A וועט ער כסדר ניצן די פאלגאנדע נאוטס: #A B C# D E F# G. אנמערקענדיג דעם אינטערעסאנטען פאראדאקס זענען די מוזיק שטודירער אויפגעקומען אז עס זענען דא צוויי ערליי מוסטערס (Patterns בלע״ז) אין וועלכע ניגונים זעצן זיך אריי אין. איינס ווערט אנגערופן די ׳מעידזשאר סקעיל פעטערן׳ און די אנדערע ווערט אנגערופן ׳מיינטר סקעיל פעטערן׳.

[פארוואס מעידזשאר און מיינאר? זייער סימפל, און ממש כשמם כן הוא: מעידזשאר אין ענגליש מיינט שטארק/מעכטיג, ווידעראום מיינאר מיינט קליין/נישטיג. שטייטע ניגונים וועלן געווענליך זיין אויף מיינאר און שנעלע וועלן זיין אויף מעידזשאר. (נאר געווענליך; ס׳דא אויסנאמען אזוי ווי די א.ד עוד ישמע און נאך.) א פאסיג משל. די מוסף׳דיגע דאווענען שבת צופרי איז א מעידזשאר און די מעריב שבת ביינאכט איז מיינאר. שבת ביינאכט קומט דער עולם אריין אין שול מיט די פולסטער התלהבות, ״מ׳גיימיר מקבל זיין פני שבת מלכתא!״ ס׳איז ערנסט די צייט = מיינאר. דאקעגן שבת ביי מוסף, מ׳האמיר שוין די נשמה יתירה א האלבער טאג, דער האלט שוין נאכן קידוש מאכן און דער זעהט שוין די טשולענט וואס דער משמש ברענגט אריין = מעידזשאר. (עסקטערע קרעדיט: פאס אויף דעם שבת ביים, ״דא-אמירן ביאלעמא ואמרו אמן״ אנהייב מוסף וויזוי דער עולם ענפערט אמן. וועסט באמערקן אז ס׳לויפט אויף אראפ, א זאך וואס אויב די וועסט עס טון ביים מעריב׳דיגן שמונה עשרה וועט זיך די גאנצע שול אויסדרייען. דאס קומט ווייל צופרי זעמיר אויף מעידזשאר.) שוין. . . כ׳בין שוין אינגאנצן פארקראכן.]

די פעטערן וואס די מעידזשאר סקעיל ניצט איז: צוויי גאנצע נאוטס פאלאוד מיט א האלבע, דערנאך נאך דריי גאנצע פאלאוד מיט א האלבע. וואס רעד איך דא? איז אזוי: די מהלך פון א ׳עי׳ צו א ׳בי׳ איז וואס מיר רופן אן א גאנצע נאוט. די סיבה דערפאר איז אז צווישן די ׳עי׳ אין די ׳בי׳ איז דא נאך א נאוט (אויפן פיאנאו א שווארצע קנעפל) ׳עי שארפ/בי פלעט׳. פון ׳עי׳ צו ׳עי שארפ׳ איז האלבע, און פון ׳עי שארפ׳ צו ׳בי׳ איז אויך א האלבע אויסמאכנדיג ביחד וואס מיר רופן א גאנצע נאוט. די זעלבע איז פון ׳סי׳ צו ׳די׳ און פון ׳די׳ צו ׳אי׳ און פון ׳עף צו ׳דזשי׳. אבער דא האמיר א קליין קאפוויי: די מהלך פון נאוט B צו נאוט C איז נישט א גאנצע! אז איר וועט קוקן אויפן פיאנאו אויבן וועט איר זעהן אז ס׳נישטא קיין שווארץ קנעפל צווישן די די B און די C. די זעלבע איז אויך צווישן E און F: די מהלך ביי ביידע איז נאר א האלבע נאוט. איז יעצט אז מ׳ווייסמיר שוין די מעידזשאר סקעיל פעטערן, און אויך וואס גאנצע און האלבע נאוטס זענען קענען מיר שוין צוזאמשטעלן א סקעיל אליין.

אונזער משל איז דאך פריערט געווען די A סקעיל איז לאמיר דא גיין מיט דעים. אונז דארף מיר צוויי גאנצע נאוטס פון אנהייב וואס דאס געט אונז #A-B-C. פון A צו B איין גאנצע און היות פון B צו C איז נאר א האלבע דארפן מיר קריכן נאך איין האלבע וואס דאס ברענגט אונז צו #C. גיימיר ווייטער, נאך א האלבע זעמיר ביי D (פון סי שארפ צו די איז א האלבע.) יעצט דארף מיר דריי גאנצע: פון D צו E איז איין, פון E צו F איז נאר א האלבע עמיר גיין צו #F, דארפן מיר נאך איין וואס דאס איז #G; טאנצן מיר אראפ נאך איין האלבע און מיר זעמיר צוריק ביי A. דאס איז די A מעידזשאר סקעיל.

איך כשלעצמי האב זיך קיינמאל געלערנט מיינאר סקעיל פעטערנס. פארוואס? ווייל דורכן קענען מעידזשאר סקעילס קען איך די מיינאר סקעיל׳ס אויך. ווי זוי? יעדע זעקסטע נאוט פון די מעידזשאר סקעיל, און אונזער משל #F, איז איז די מיינאר פאר יענע נאוט. דאס הייסט אז זאל דער שפילער דארפן אנהייבן עוד ישמע (א מיינאר ניגון) פון #F וועט ער וויסן אז ער גייט ניצן נאר די נאוטס וואס ער ניצט אין A מעידזשאר. און אנדערע ווערטער, הגם די מעידזשאר און מיינאר סקעיל שטעלן אוועק א ניגון אינגאנצן אנדערש, האבן זיי די קאנעקשין (באמת, א זאך אנדעקט דורך פוילע מוזיקאנטן מסתם) אז יעדע זעקסטע נאוט פון א מעידזשאר סקעיל איז א סטארטינג פוינט פאר יענע נאוט׳ס מיינאר סקעיל.

לאמיר מאכן נאך א מעידזשאר סקעיל און אין איינוועיגס שוין טרעפן די מיינאר אויך. סי מעידזשאר געט אונז די פאלגענדע: C-D-E-F-G-A-B. פון C ביז D איין. D ביז E צוויי. יעצט דארף מיר א האלבע, גיימיר פון E צו F. דריי גאנצע באקום מיר פון F צו G, פון G צו A און A צו B. אפשי לעצטע האלבע קומט פון B צו C. און וואס איז די מיינאר? דארפן מיר ציילן די זעקסטע: סי, די, אי, עף, דזשי, A! ׳סי מעידזשאר׳ נוצט די זעלבע נאוטס ווי ׳עי מיינאר׳. (נאכאמאל, פראביר נישט צו שפילן א מיינאר ניגון אויף א מעידזשאר אדער פארקערט; דעיס איז ווי אויסמישן די נוסחאות פון קבלת שבת און מוסף. כ׳זאג אזויפיל אז אנטשטאט דארפן געדענקען נאך א פעטערן ווייס אז יעדע זעקסטע נאוט פון די מעידזשאר סקעיל איז די מיינאר פעטערן פאר יענע נאוט.)

וויזוי געדענקט מען די אלע סקעילס? קודם ס׳נאר דא צוועלעוו... העהע! יא יא . . . אזוי ווי אלעס אין לעבן דארף מען גוט חזרן צו געדענקען די סקעילס.

קי סיגניטשורס איז געבינדען מיט דעם אבער דאס איז גענוג פאר איין שיעור.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 3:22 pm

WOW יואב דו באלייכסט מיינע אויגן! דו ביזט מעיזשאר!

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 3:48 pm

יואב!!!!!! געוואלדיג!!!

בנוגע נוסח שבת, האסטו אויסגעלאזט עטליכע פרטים; קבלת שבת (לכו נרננה) איז אויף א מעידזשאר, פון בואי בשלום און ווייטער איז א מיינאר.

זה הכלל, מעידשאר איז מער א פרייליכע שטימונג און מיינאר איז מער טרויעריג (א קשיא פארוואס עוד ישמע איז א מיינאר...)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 3:54 pm

אין קורצן:

א מעידזשאר סקעיל גייט ווי פאלגענד: א גאנצע נאוט, גאנצע, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע, גאנצע, האלבע.

א מיינאר סקעיל גייט ווי פאלגענד: א גאנצע נאוט, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 4:00 pm

איך האב געשריבען אז ס׳איז דא צוועלעוו סקעילס און דאס איז דער מציאות׳דיגע אמת, אבער אזוי ווי די עף שארפ סקעיל און די דזשי פלעט סקעיל (וועלכע זענען ביידע די זעלבע אין מציאות, די חילוק איז נאר אין די נאמען פונעם סקעיל) זענען ביידע מעגליך צו ניצן (די עף שארפ סקעיל ניצט א #E און די דזשי פלעט ניצט א Cb) איז גוט צו קענען ביידע קומט דאס אויס למעשה צו דרייצן.
- - -
לאדיך האקט.
שכח פאר די קאמפלימענט!

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 4:35 pm

@יואב, וואוו!!!! אזאנס אראפ צולייגען אזוי קלאר!!!

@לאדיך, עוד ישמע איז א מיינער, בפשטות ווייל די ביהמ"ק השלישי איז נאך נישט אויף געבויט, שיבנה במהרה בימינו.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 5:07 pm

@יואב, אז די רעדסט שין פון סקעילס, פארצייל זשע אויך אביסעלע איבער די פרעיגעש סקעיל, וואו למשל רחמנא דעני, ניעדזשע רעדזשע כלאפצשי, און אסאך קלעזמער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 5:30 pm

יאפין האט געשריבן:@יואב, אז די רעדסט שין פון סקעילס, פארצייל זשע אויך אביסעלע איבער די פרעיגעש סקעיל, וואו למשל רחמנא דעני, ניעדזשע רעדזשע כלאפצשי, און אסאך קלעזמער.

קודם טענקס יאפין פארן קאמפלימענטן און א שיינעם דאנק פאר דיינע מודעות! וועגן פרעיגעש, אודה ולא אבוש אז איך קען עס נישט. כ׳דארף זיך ווען טאקע אביסל מער אינטערעסירן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 6:21 pm

יואב בן צרויה, איך גלייך דיינע משלים/נמשלים פון קבלת שבת און מוסף...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 6:32 pm

וועל איך צוריקנעמען די מייק אביסל (לאזט מיך?)

מ'האט פריער גרעדט איבער נוסח התפילה פון שבת, איז שבת צופרי פסוקי דזמרה אויף א מעידזשאר סקעיל, די שירה ווערט געזאגט מיט שמחה און לעבעדיגקייט אויף מעידזשאר, און דאן פלוצלינג ביי כי לה' המלוכה ווערט אלעס פלוצלינג ערנסט... מען געט א סוויטש צו מיינאר.

די מיינאר האלט אזוי אן ביז קל אדון (מאנכע האבן לעצטנס אנגעהויבן מיט א נייע דערהער, מען טרייט צו מאכן חזנות שטיק אויף ישתבח, נוצנדיג די מעידזשאר סקעיל. איך האלט דאס איז נישט ריכטיג. עס באלאנגט אויף א מייינאר), נאך קל אדון קומט די "שבח" (א חסידישן קוועטש..), אויף א פרעיגיש, און אזוי האלט אן די פרעיגיש ביז שמונה עשרה.

נקדישך איז גאר רייך... מען קען דרייען אויף אלע סקעילס (פארשטייט זיך וויסן וואס מען טוט..), געווענליך וועט מען ביי "נקדישך ונעעעעריצך" זיין אויפן פרעיגיש סקעיל, ביי "כנוהוהועם... (אלע זאלן געבן א ברום...) שיהיהיח סוד..." איז מען אויף מעידזשאר א.א.וו.

ביי ממקומך (בעיקר ביי תתגדל) איז שוין די לעצטע פאר יאר איינגעפירט אז מען נעמט זיך וויינען מיט א מיינאר סקעילס. איך פערזענליך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט ווילאנג ס'איז שיין, נאר זאלן די קומענדיגע דורות נישט מיינען אז דאס איז די עמטליכע נוסח. (וואו איז בעאבאכטער..?)

---

אז מ'האט אנגעפרעגט וואס איז דאס פרעיגיש, איך געדענק נישט פונקליך דער חשבון וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט אויפן קיבארד, אבער אזויפיל ווייס איך אז עס איז ווי א מיינאר וואס איין טאן אינמיטן איז פאררוקט מיט א האלבע טאן. (סיי וויאזוי מען זאל שפילן א פרעיגיש ניגון וועט מען מוזן נוצן די שווארצע קנעפלעך)

אט איז א טיילווייזע ליסטע פון ניגונים אויף פרעיגיש וואס איך האב יעצט אין מיין קאפ (איך האב אסאך מער, נאר א גרויס חלק פארמאגט נישט קיין ווערטער):

אמר רבי עקיבא - מב"ד
קרוץ מחומר
כי לך טוב להודות - יוסי גרין
ותאסוף גליותינו
ליהודים היתה אורההה.... אורה אורה אורה ושמחההה...
ד' בבות - בעל התניא
העי צמאה צמאה צמאה...
די הקפה ניגונים פון סאטמאר מהר"א זענען ע"פ רוב פרעיגיש (מהר"יי ע"פ רוב מיינאר)

---

קעי, ס'ווערט שפעט, כ'האב בלויז געוואלט געבן א שטיקל משל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:32 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך האב געשריבען אז ס׳איז דא צוועלעוו סקעילס און דאס איז דער מציאות׳דיגע אמת, אבער אזוי ווי די עף שארפ סקעיל און די דזשי פלעט סקעיל (וועלכע זענען ביידע די זעלבע אין מציאות, די חילוק איז נאר אין די נאמען פונעם סקעיל) זענען ביידע מעגליך צו ניצן (די עף שארפ סקעיל ניצט א #E און די דזשי פלעט ניצט א Cb) איז גוט צו קענען ביידע קומט דאס אויס למעשה צו דרייצן.
- - -
לאדיך האקט.
שכח פאר די קאמפלימענט!

Cb ? whats this
yield the right of way


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט