לערנט אייך נאטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

yield האט געשריבן:Cb ? whats this

סי מיינער
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יאפין האט געשריבן:
yield האט געשריבן:Cb ? whats this

סי מיינער

ניין ניין. איך מיין טאקע ׳סי פלעט׳! איי שרייסטו געוואלד, ״סי פלעט איז דאך די זעלבע ווי בי!?״ שתידע אז דער אמת איז מיט דיר. די זעלבע איז איז מיט וואס איך האב געשריבן #E, מה זה? אי שארפ איז דאך די זעלבע ווי עף! אלזא אז די פרעגסט וועל איך מיר עקספלעינען.
לאמיר צוזאמען מאכן א דזשי פלעט סקעיל. פון דזשי פלעט גיימיר צו עי פלעט און פון דארט צו בי פלעט. יעצט דארפן מיר א האלבע און מיר האבן אן ערנסטע פראבלעים: די נעקסטע האלבע איז א בי און מיר האבן שוין א בי פלעט! וואס טוט מען? דא קומט אריין סי פלעט. סי פלעט מיינט באמת א האלבע סטעפ צוריק פון סי וועלכע איז בי, אבער היות מיר קענען עס נישט רופן בי כנ״ל רופן מיר עס סי פלעט. פון סי פלעט גיימיר א גאנצע צו ׳די׳ פלעט דערנאך צו אי פלעט און פון דארט צו עף. די נעקסטע האלבע און מיר זעמיר ביי דזשי פלעט.
איך וועל ענק לאזן מאכן די עף שארפ סקעיל.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאאאר (קרעדיט המן: מגלת אסתר מיט געזאנג).

איך האלט מיר ביז יעצט פאר א שטיקל בעל נוסח, איך קען א באנטש ניגונים, קען האלטן א טאן וכו'. און דא גייט פאר א גאנצע שמועס און איך פארשטיי נישט קיין וואאארט נישט... פעלט דא אפשר אלף בית? אדער מוז מען שפילן מיט א פעאנע צו פארשטיין?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

@יואב, גערעכט. כ'האב געמאכט א טעות, ולעולם חוזר.
#נישטטראכטעןפארעןשרייבען

ולגבי וואס די שרייבסט איבער סי פלעט - בי, ס'איז אויך דא דאבעל שארפ (האט א אנדערע סימבעל) און דאבעל פלעט (צוויי פלעטס אין א צו) וואס טוישט מיט א גאנצע טאון.

@מילכיגער, מען מוז נישט האבען קיין פיאנא צו קענען פארשטיין וואס דא שטייט, הגם ס'העלפט צו קלארער צו פארשטיין.

זאג וואס די פארשטייסט נישט.
לעצט פארראכטן דורך יאפין אום דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווייסעך נישט. די גאנצע זאך איז גריכיש...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

דעמאלטס לייג אדורך די אשכול אין גוגעל טרענסלעיטער...
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יאפין האט געשריבן:דעמאלטס לייג אדורך די אשכול אין גוגעל טרענסלעיטער...

פון הרב גוגל, דיינע ווערטער אין ענגליש

Demalts Add across the cluster in Google Translator ...

די איינציגסטע זאך וואס ער פארשטייט איז: גוגל טרענסלעיטער....
---
ערנסט גערעדט

אן הערצליכן דאנק פאר אלע וואס פילן אן דעם אשכול און בעיקר פאר

לאדיך, יאפין, מאנעלע, יואב

השי"ת זאל איך באצאלן כל מילי דמיטב
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ניגון עתיק האט געשריבן:6) אז מ'געבט א פינגער בעט מען א האנט: א שיעור אויף DYNAMICS, סימנים ווי שטארק אדער שוואך צו זינגען. (למשל: Pianissimo, Forte, Crescendo)
ווי אויך: Articulation (למשל: Fermata, Staccato) וכו' וכו'.

נישט קיין גרויסע הסברים דעפאר, דא האסטו א טשארט פון די בעיסיק דיינעמיקס וואס ווערט אפט געניצט.

18a1a5acc86c0b44e5a29f69382887a8[1].jpg


און ארטיקולעישאנס

articulation.JPG
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אז מ׳קען מיר שוין די נאוטס, מעידזשאר און מיינאר סקעילס און דיינעמיקס איז דאך נישט מער ווי יושר מיר זאלן פארשטיין די ׳קי סיגניטשעיר׳. [איך וועל פראבירן צו שרייבן אויף יודיש אזוי אז אפי׳ די וואס זענען מילכיג זאלן אויך פארשטיין...]

ס׳דא צוויי וועגן וויזוי א מוזיקאנט קען וויסן אויף וועלכע סקעיל דער קאנדאקטער וויל ער זאל שפילן זיין פארט פונעם ניגון: 1) ער קען אים זאגן, און 2) ער שרייבט עס אויפן נאוט צעטל. די צווייטע וועג איז וואס ווערט נאכגעפאלגט נאציאנאל, און דאס איז וואס ווערט אנגערופן ׳קי סיגניטשעיר׳. אזוי ווי מאנ-יימער האט שוין פריערט דערמאנט איז אויף די ערשטע ליין פון די נאוט צעטל, פאר דעם טרעבל קלעף דא א געוויסע צאל פלעטס און שארפ סימבאלס וואס פון דעם קען דער מוזיקאנט זעהן וועלכע סקעיל די ניגון לויפט אויף. וויזוי זעהט ער? דא קומט אריין די ידיעה פון סקעילס.

אזוי ווי פריער ממשיל געווען, באשטייט די ׳עי מעידזשאר׳ סקעיל פון דריי שארפס: ׳סי שארפ׳, ׳עף שארפ׳ און ׳דזשי שארפ׳. איז ווען אונז זעה מיר דריי שארפס אנהייב פון א ניגון ווייסן מיר אז די ניגון איז אויף עי! די זעלבע איז מיט די ׳סי מעידזשאר׳; ער האט נישט קיין איין שארפע אדער פלאכע שטייט ביי אים גארנישט.

ס׳איז דא א סדר מיט וועלכע די שארפס און פלעטס ווערן אויסגעשריבן אויף די ׳סטעף׳ (די ליינס אויפן נאוט צעטל ווערן אין ענגליש אנגערופן staff). די סדר איז ווי פאלגאנד: פאר 'שארפס׳ איז עס #F דערנאך #C דערנאך #G דערנאך #D דערנאך #A און דערנאך #E. פאר ׳פלעטס׳ איז עס Bb דערנאך Eb דערנאך Ab דערנאך Db דערנאך Gb דערנאך Cb. איך האב נישט געזעהן ס׳זאל זיין א סימן עס צו געדענקען אזוי ווי ס׳דא מיט די ליינס און ספעיסעס פונעם סטעף.

נאך א זאך וואס פוילע מוזיקאנטן האבן באמערקט (די פוילע קומען אונז היבש צוניץ דא...) איז אז אפילו איינער וואס קען נישט קיין סקעילס קען וויסן די סקעיל פונעם ניגון דורך די קי סיגניטשער. ביי שארפס דארף מען בלויז ארויפריקן די לעצטע סיין איין האלבע סטעפ און די סקעיל איז אנדעקט. למשל ביי ׳עי׳, אז די וועסט אויפהייבן די לעצטע שארפ, נעמליך די דזשי שארפ, מיט א האלבע וועסטו זיין ביי ׳עי׳. ביי פלעטס נעמט מען די איינס-פאר-די-לעצטע סימבאל און יענץ איז די סקעיל (דעיס ארבעט נישט ביי עף מעידזשאר וועלכע האט נאר בי פלעט).
כ׳מיין אז דאס איז עס פאר קי סיגניטשעיר. א גאר גוטע זאך צו קענען איז די נעמען פון ׳אינטערוואלס׳. וואס דאס איז און וואס דאס מיינט וויל אי״ה פאלאו.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יואב בן צרויה האט געשריבן:ס׳איז דא א סדר מיט וועלכע די שארפס און פלעטס ווערן אויסגעשריבן אויף די ׳סטעף׳ (די ליינס אויפן נאוט צעטל ווערן אין ענגליש אנגערופן staff). די סדר איז ווי פאלגאנד: פאר 'שארפס׳ איז עס #F דערנאך #C דערנאך #G דערנאך #D דערנאך #A און דערנאך #E. פאר ׳פלעטס׳ איז עס Bb דערנאך Eb דערנאך Ab דערנאך Db דערנאך Gb דערנאך Cb. איך האב נישט געזעהן ס׳זאל זיין א סימן עס צו געדענקען אזוי ווי ס׳דא מיט די ליינס און ספעיסעס פונעם סטעף.

יואב, די סימן צו געדענקען איז די סדר, יעדע פיפטע נאוט (אויף ארויף).
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

pianist האט געשריבן:הערליך שיין און קלאר, יישר כח לאדיך.


עמיצער האט פריער געפרעגט פארוואס די bass clef ענדיגט זיך מיט א A און treble clef הייבט זיך אן מיט א E.

איך האב אמאל געהערט א הסבר דערויף אבער איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגען ווי קראנט ס׳איז.

איז אזוי, קודם א שטיקל הקדמה.
ס׳איז דא אמאל וואס מ׳שרייבט א ניגון און ס׳איז דא א key העכער די F אדער נידריגער פון די A (ביי treble clef) וואס טוט מען? מ׳שרייבט דעם נאט אין מ׳לייגט צו ליינס וויפיל ס׳פעלט זיך אויס מ׳גייט ארויס (ארויף אדער אראפ) פון די פינעף ליינס.

יעצט אויף א פאל וואס מ׳לייגט צו אויף אראפ וועט מען גיין נאר ביז א B איינמאל אויף א A ביזטו שוין אין די Bass clef (און די זעלבע אויף ארויף פון Bass clef וועט מען גיין נאר ביז א D ווייל E איז שוין אין די treble clef)

יעצט צו די הסבר וואס איך האב געהערט. פאר בערך 250 צוריק האט מען נישט געשריבן אויף באזינדערע קלעפס (אגב ס׳איז דא מער פון צוויי bass and treble) נאר ס׳איז געווען ליינס פון די low G ביז ארויף צום F, שפעטער האט מען עס ארויסגענומען צו מאכן גרינגער די ליינען.

נאכאמאל.. איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגען אויב ס׳איז אמת

יאפ דאס איז עס, שוין געזעהן אויף עטליכע פלעצער געשריבן, מ'האט צוטיילט די ליניעס אין העלפט און געלאזט די מידעל C צווישן די צוויי סטעפס.

keyboard-and-stave[1].jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

@יואב, דו זאגסט זייער גוט! א גרויסן יישר כח! אבער פארט מיין איך אז די שפראך איז נאר פאר איינער וואס פארשטיייט שוין גוט. פאר ביגענערס איז אביסל שווער צו פארשטיין די אלע שווערע ווערטער, וועל איך פרובירן מסביר זיין אויף פלעין אידיש וואס דאס איז א סקעיל.

און צו דיר @מילכיגער, דו דארפסט זיך נישט שפירן געטראפן אז דו פארשטייסט נישט פון וואס מען רעדט, איך גלייב אז דו פארשטייסט צו נגינה און נוסח, נאר ווען א בעל תפילה פארפארט און דו האסט קריטיק אויף אים איז דאך פיל געשמאקער ווען מען קען מסביר זיין פאר די ארומיגע שכנים פארוואס דער בעל תפילה איז Wראנג, ווי איידער סתם זאגן ער איז ראנג אן קיין געהעריגע הסבר.

הגם ביי זיך אין הארצן ווייסטו בערך וואס איז נישט גוט, וועט אבער פיל בעסער זיין אז מען ווייסט און מען קען רעדן מיט באק ציין אז דער בעל תפילה האט זיך פארהאנקערט ביי "בנהירו דאנפין ולומר" ווייל ער ער האט געוואלט זיין אן אויבער חכם און חאזאנעצען אויף א מעידזשאר סקעיל אנשטאט אויף א מיינאר, און אלס רעזולטאט האט ער זיך געטראפן געשטראנדעט פאר ברכו צוקוועטשט צווישן מעידזשאר און מיינאר, זה בכה וזה בכה...

איז אזוי: א סקעיל; וואס איז דאס? פארוואס אין דער וועלט ברויך מען דאס?

געב א קוק אויפן קיבארד און צייל מיר אפ וויפיל טענער ס'זענען פארהאן. זיבן זאגסטו? ניין. צייל איבער, וואס לאזטו אויס די שווארצע? (#ציווילע רעכטן..), אלעס אינאיינעם זיבן ווייסע מיט פינף שווארצע זענען צוועלף. (דזשאסט פאר די רעקארד, אויף פילע אינסטרומענטן צ.ב. א פידל אדער גיטאר זענען נישט איינגעטיילט שווארצע אדער ווייסע, מען ברויך אליין שאצן ווי עס באלאנגט, באט איי דעגרעס..)

פארוואס איז דאס איינגעטיילט? פארוואס נישט מאכן צוועלף ווייסע קנעפלעך און שלום על ישראל? א גוטע קשיא. לייען ווייטער.

וויפיל טענער זענען פארהאן אין א ניגון? ס'הייסט וויפיל? אין א ניגון וואס מען ציעט ארויף דריי שטאק הויך זענען מסתם פארהאן זיבן און צוואנציג טענער, און ביי א פלאטשיגע ניגון ווי 'גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך אני וכו'... איז דא בערך דריי טענער... דזשאסט קידדינג...

עס זענען דא זיבן טענער אין א ניגון (שטייט עפעס אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין אן אכטער. א פלא פון א דבר וואס אונז באגרייפן נישט), א ניגון מיט מער פון זיבן טענער, ארבעט נישט געהעריג, מען קען נישט זינגען געהעריג דערויף, און מען דארף זיין אן עקספערט בכלל צו מחבר זיין א ניגון מיט צען צוועלף טענער. (יאסעלע איז געווען אן אויסטערלישע עקספערט אין דעם געביט. ער האט גע'יכול'ט צו אפזינגען אלע צוועלף טענער פונעם קיבארד אין איין שאס. ווער קען דען נישט 'אלוקי נשמה', דעם 'אתה בראתה אתה יצרתה'... סיז עפעס א חידוש נפלא פון א סקעיל)

יעצט וועלכע פון די צוועלף טענער וועלט מען אויס זיבן צו מאכן דערויף דעם ניגון? אה, יעצט קומט מען אן צו אונזער פוינט. אויף דעם איז דא עטליכע אופנים אין וועלכן סדר מען שטעלט אויס דעם סקעיל, וואו מען דארף איבערהיפן א קנעפל (הנקרא גאנצע טאן) און וואו מען גייט גראד צו נעקסטן קנעפל (הנקרא האלבע טאן).

ביי אונז חסידישע אידן זענען די מערסט פאפולער די דריי סקעילס וואס רופן זיך, איינער מיטן נאמען 'מיינאר', איינער 'מעידזשאר' און איינער 'פרעיגיש'.

צוליב דעם האט מען אפגעטיילט די קנעפלעך אויף א פיאנא להבחין בין ה'שווארצע' לה'ווייסע', כדי ווען מען שפילט אויף א מיינאר סקעיל אויף A, אדער א מעידזשאר סקעיל אויף א C, זאל מען קענען רואיג נוצן אלע ווייסע קנעפלעך, אוון נישט נוצן קיין איין שווארצע קנעפל, (פארשטייט זיך אלעמאל דא אויסנאמען).

און דאס - מיין קינד - איז דער באדיייט פון א סקעיל. פארשטייסטו?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

דו רעדסט צו מיר? כהאב נישט פארשטאנען... (נע, נאר א וויץ...עכט יא)

באלד ווער איך א שפילער... זוי גוט צו מסבירן... סאמטינג
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'מיין אז מען ברויך "איבערבויען" די אשכול!! לייגען די תגובות אין א רייע. מן הקל על הקשה. עס איז היפש פארדרייט. צוליב די שמועסן וואס זענען ארויס פון די ארגינעלע פאוסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'מיין אז מען ברויך "איבערבויען" די אשכול!! לייגען די תגובות אין א רייע. מן הקל על הקשה. עס איז היפש פארדרייט. צוליב די שמועסן וואס זענען ארויס פון די ארגינעלע פאוסט.

הונדרעט פראצענט!!! סאיז דאך אזא באלערנדער אשכול! יעדער וואס ליינט עס נעמט דאך צו א געוואלד, (ביודעי קאמינא) סאיז דאך אנגעזאפט על גדותיו. סאיז אבער געווארן בבחינת אין מוקדם ומאוחר. ולמצוה גדולה יחשב עס מסדר צו זיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
נו, יעמוד מי שירצה!!
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

לאדיךארויס האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:גוטע בעלי מנגנים קענען דאס אויך וויסען, וואו א G וכו' .

איך ווייס נישט וויפיל מאל ס'וועט מיר געלונגען... אבער יעצט זעענדיג דיין תגובה האב איך עס אויסגעטרייט, ארויסגעזאגט דעם A קלאנג פון מיין מויל, לויט ווי איך האב זיך פארגעשטעלט, נאכדעם געטשעקט דא, און וואנדער איבער וואונדער. איך האב גוט צוגעטראפן!!

יאפין האט געשריבן:און אז דו וועסט דאס טוהן כסדר וועסטו אייביג צוטרעפען.

די מעגליכקייט צו צוטרעפן די נאוט פון א קלאנג מיט צוגעמאכטע אויגן ווערט אין די אלגעמיינע גאס אנגערופן ׳פערפעקט פיטש׳ (Perfect Pitch). רוב אנאליזירער האלטן אז מ׳מוז געבוירן ווערן מיט דעם חוש און מ׳קען זיך עס נישט דעוועלאפן. א געוויסע שטודיע טענה׳ט אז בלויז איינער פון 10 טויזענט האבן דעם חוש. דאך איז כדי אנצומערקן אז דער מערסט נאכגעברענגטער מוזיקאלישע טעאריסט אין מערב-זייט מוזיק שרייבט אין זיינע ביכער אז מ׳קען עס יא דעוועלאפן. ס׳דא א קורס אויף דעם צובאקומען אנליין פון עמיצער וואס האט זיך עס אליין דעוועלאפד, אבער ס׳בכלל נישט קיין גרינגע מעשה (אזוי ווי עני זאך וואס מ׳וויל זיך לערנען...).
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

כ'בין נישט קיין פארשטייער און נגינה. נישט אויפציכאפן א טאן אד"ג. אבער כ'האב פון שטענדיג געהאט א תאוה זיך צי לערנן נאטן, פאר מיין פשוטע האבי צי קענען נאך א שפראך!
א ריזיגען דאנק ר' לאדיך פארן געבן אזט שיינע שיעור מיט אזא קלארקייט אויף א געשמאקען אויפן. אויך א דאנק פאר יאפין, מאנאלע,

כ'האף אז אולי, אפשר, דילמא, מעיבי, וועל איך עפעס מיך דערלערנען.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

כהאב נאך גארנישט געליינט... אבער אויב לאדיך שרייבט, לכאורה ווייסט ער וואס ער רעדט. גיימער מארגן ליינען בעזר השם
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

מילין_יקירין האט געשריבן:כהאב נאך גארנישט געליינט... אבער אויב לאדיך שרייבט, לכאורה ווייסט ער וואס ער רעדט. גיימער מארגן ליינען בעזר השם

וואס מילין??? האסט נאך גארנישט געליינט,בתמיה? אויף וועלכע פלאנעט געפינסטו דיך? די חברה שיסן אויס אומשאצבארע דיימאנטן, און דו שטייסט גלייכגילטיג? געגאנגען!! ליין און באלעק דיך די פינגער..
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך ליין, ליין איבער און איך פארשטיי נישט, און עס באדעקט שטארק, כ'וואלט כאטש פארשטיין די שיחת חולין.

כ'קלער אז א לעקציע באגלייט מיט א MP3, וואס זאל געבן דעם טאן ליהודים, פרעיגיש. דאס איז C, דאס איז מעידשאר וכו' - אז נישט בין איך א פארטיגער פארעווער.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך האב א גרויסע קאלעקציע פון ניגונים אן ווערטער, און איך מוטשע זיך שטארק צו נומעררירן די ניגונים שטייטע, שנעלע, וואלצן, מארשן וכו'. און אסאך זעלבע ניגונים און איז נישט לייכט אנצומערקן און נועמערירן די פארשידענע ניגונים אן קענען נאטן, לכה"פ מינימאלע אידענטיפיקאציע פון יעדע ניגון איז כמעט נישט מעגליך צו קענען מאכן אשטיקל סדר.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב א גרויסע קאלעקציע פון ניגונים אן ווערטער (500 און ארויף), און איך מוטשע זיך שטארק צו נומעררירן די ניגונים , טיש ניגונים, שטייטע, שנעלע, וואלצן, מארשן וכו'. און א שיינער מספר פון "זעלבע ניגונים" זענען אנגעווארפן און איז נישט לייכט אנצומערקן און נועמערירן די פארשידענע ניגונים אן קענען נאטן, לכה"פ מינימאלע אידענטיפיקאציע פון יעדע ניגון איז כמעט נישט מעגליך צו קענען מאכן אשטיקל סדר.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

זוכסט אז איינער זאל אפשרייבען די נאטען דערפון?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איז מעגליך זיך אויסצולערנען מוזיק נאטן (תגים) אן קענען בכלל שפילן מיט א פיאנא?
ווי קען איך זיך אויסלערנען פון אלף בית. איך וויל זייער קענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”