לערנט אייך נאטן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

לערנט אייך נאטן

תגובהדורך לאדיךארויס » זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:56 pm

איך האב געשריבן אן ארטיקל אינעם מי מנוחות איבער די מוזיקאלישע נאטן. איך האב באקומען פיעדבעק פון עטליכע ריכטונגען. פון איטליכע האב איך געהערט אז די ארטיקל איז מורא'דיג און גאר שטארק! פון אן אנדערן האב איך געהערט אז ער לייענט עס גאר די לעצטע פונעם גאנצן מיימע... ווייטער פון אנדערע האב איך געהערט אז עס איז גאר שיין באשריבן, עס אינטרעסירט אים יא, נאר ער וואלט געוואלט איך זאל קלארער מסביר זיין געוויסע פונקטן וואס איז אביסל שווער צו פארשטיין זייענדיג אריינגעקוועטשט אין אזא קליינע ארטיקל.

איך ברענג דא ווידער דעם ארטיקל, הגם, ליינדיגע דא בלויזע טעקסט איז כמעט נישט מעגליך צו פארשטיין דאס געשריבענע אן קיין בייגעלייגטע בילדער. נאר היות עס איז שווערע ארבעט אריינצופלאצירן בילדער דא אויפן וועלטל צווישן די טעקסט (איך ווייס אז מ'קען, אבער איך האב נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן דערמיט), וועל איך עס לאזן אזוי. מען קען טרעפן מיין ארטיקל אין מי מנוחות עמוד מ"ו.

איך וויל אז סיי ווער ס'האט עפעס פראגן, זאל פרעגן. איך ווייס אז געוויסע פרטים איז נישט געהעריג אויסגעשמועסט געווארן. ביטע לאזט מאכן דא א שמועס דערפון!



***



ווי באקאנט איז נאטן די שריפטליכע אופן אראפצושרייבן א ניגון אויף פאפיר. אלע גרויסע קאמפאזירער וועלן אפשרייבן זייערע ניגונים אויף נאטן.

וואס איז דאס נאטן? וויאזוי ליינט מען עס אפ? וואס באדייטן די מאדנע אותיות וואס ענדלען צו א ת’ אדער א ש’? צו קען מען זיך שטעלן צום מייק מיט א צעטל נאטן אן קיין שום ידיעה און אהנונג וואס מען גייט זינגען בלויז ליינענדיג נאטן? אדער איז דאס אויסשליסליך געמאכט נאר פאר שפילערס און מוזיקאנטן?

די ענטפער אויף דעם אלעם וועט איר געוואויר ווערן אין דעם ארטיקל.

קודם איז כדאי צו וויסן די אויסשטעל פון א פיאנאו וויאזוי מען רעכנט די ענגלישע בוכשטאבן וואס דערמיט באטיטלט מען יעדן קנעפל, ווי A, C, וכדו'. א גרינגע וועג צו געדענקען איז די D קנעפל, וואס דאס געפינט זיך פונקט צווישן די צוויי שווארצע קנעפלעך, און פון דאן און ווייטער איז שוין זייער גרינג ווייטער צו גיין מיטן חשבון, נאך G גייט ווייטער A, וחוזר חלילה. צווישן B און C און אזוי אויך צווישן E און F, זענען נישט פארהאן קיין שווארצע קנעפלעך.

White-Notes1.jpg

ווען מען שפילט מיט א פיאנאו אפליינענדיג נאטן, זענען דא 2 הויפט פאקטארן וויאזוי די נאטן זענען אויסגעשטעלט. עס איז דא אן אנגעצייכנטע סימבאל (וואס ענדלט אביסל אין א ף’) וואס דאס רופט מען Treble Clef, דאס באדייט אז ווען אזא בוכשטאב איז אנגעצייכנט אויף די לינקע זייט פון די שורות נאטן, באדייט דאס אז דערמיט שפילט מען די פשוט’ע מעלאדיע מיט די רעכטע האנט.

treble-clef.jpg
treble-clef.jpg (6.52 KiB) געזעהן 4461 מאל


ווייטער איז דא א צווייטער סימבאל וואס דאס רופט זיך די Bass Clef, דאס באדייט אז דאס איז פאר די קארדס (בעיס) וואס גיבט צו די חיות צום ניגון. ביי יענע שורה ווי די Bass Clef איז אנגעצייכנט, וועט מען נישט שרייבן די עצם ניגון, נאר די קארדס (מיט די לינקע האנט).

bass-cleff.jpg
bass-cleff.jpg (4.78 KiB) געזעהן 4461 מאל

ביידע פון די סימבאלן האבן א רונדיגע געבויגענע עק אינדערמיט וואס בייגט זיך ארום איינע פון די אנגעצייכנע פינף ליניעס וואס מען צייכנט אלעמאל אן ביי שריפטלכע נאטן (ווי מיר וועלן באלד זען מער באריכות). די געבויגענע עק דרייט זיך ארום די ליניע וואס רופט זיך G. אט דאס טוט דער סימבאל אנצייכענען, א סימן אז ביי יענע בייג איז דער G ליניע.

יעצט לאמיר גיין א שטאפל ווייטער. ווי איר זעט זענען פארהאן פינף גראדע שטריכן. יעדע שטריך באדייט אן אנדער קנעפל אויפן פיאנאו. צווישן די ליניעס (ספעיסעס) זענען אויך פונקט ווי די ליניעס אליין. אלזא האבן מיר דא א ס”ה פון 9 ליניעס. 5 אנגעצייכנטע, און 4 ספעיסעס.

עס לויפט ווי פאלגנד: פון אונטן ארויף (און פון לינקס צו רעכטס - נישט ווי מיר שרייבן אין די אידישע דירעקציע) קוקנדיג בלויז אויף די 5 ליניעס, זענען די פיאנאו קנעפלעך E-G-B-D-F, די E איז פון אונטן, און די F איז פון אויבן.

די ספעיסעס זענען ווי פאלגענד פון אונטן ארויף:
F-A-C-E, (עס איז גרינג צו געדענקען צוליב די ענגלישע ווארט FACE).

יעצט מאך א ס”ה פון די ליניעס מיט ספעיסעס פון אונטן ארויף קענסטו זען ווי עס גייט אינעם סדר E-F-G-A-B-C-D-E-F.

notes_on_the_staff.gif
notes_on_the_staff.gif (6.08 KiB) געזעהן 4461 מאל


יעצט קוק איבער די בילד פונעם Treble Clef וועסטו זען אז די רינג אינדערמיט, נעמט ארום די G ליניע ווי פריער געשמועסט.

יעצט לאמיר גיין צום Bass Clef, מעגליך איר האט שוין אויפעפאסט אז די רינג נעמט ארוים גאנץ אן אנדערע ליניע ווי די Treble Clef וואס נעמט ארום די G. די מציאות איז אבער אז ער נעמט יא ארום די G. וויאזוי?

ביים Bass Clef זענען די נאטן אנדערש אויסגעשטעלט ווי ביי די Treble Clef. עס לויפט ווי פאלגנד: פון אונטן ארויף קוקנדיג בלויז אויף די 5 ליניעס, זענען די פיאנאו קנעפלעך G-B-D-F-A, די G איז פון אונטן, און די A איז פון אויבן.

די ספעיסעס זענען ווי פאלגענד פון אונטן ארויף:
A-C-E-G.

notes-on-the-bass-clef.jpg
notes-on-the-bass-clef.jpg (19.74 KiB) געזעהן 4461 מאל

יעצט קוק איבער די בילד פונעם Bass Clef וועסטו זען אז די רינג ביים עק, נעמט ארום די G ליניע ווי פריער געשמועסט.

לאמיר יעצט א וויילע אפלאזן די צוויי Clefs און זיך קאנצעטרירן בלויז אויף די עצם נאטן און אירע פארשידענע פארמען און זייערע באדייטן.

רוב ניגונים האבן אין זיך פיר ביעטס (און עס קען אויך ווערן צוטיילט אויף אכט און אויך אויף זעכצן ביעטס א.א.וו.), יעצט ווען מען שפילט א ניגון אפליינענדיג א צעטל פון נאטן, לויט ווי מען האלט יעצט מיטן שיעור, ווייסט מען שוין מער ווייניגער וואס מען ברויך דרוקן אויפן פיאנאו ווען מען ליינט די נאטן. אלע נאטן האבן פון אונטן א באלי, און אויף יענע ליניע ווי די באלי געפונט זיך, מיינט עס אז יענע קנעפל דארף מען דרוקן. אבער אז מען וועט סתם דרוקן די אלע קנעפלעך, טאקע אויף די ריכטיגע צייט, אבער אן קיין חשבון ווילאנג יעדעס קנעפל דארף געדרוקט ווערן און וויפיל ביעטס עס דארף פארנעמען, וועט עס דאך גרילצען אין די אויערן פאר אלע צוהערער...

דערפאר איז דא דער צווייטער גאר וויכטיגע טייל, וואס דאס איז די פארשידענע פארעמען, וואס זענען מרמז וויפיל ביעטס יעדע נאוט איז. די קלענסטע נאוט (איך מיין די וואס פארנוצט די ווייניגסטע טינט...) איז אויסגעפארעמט ווי א פשוט’ע באלי, נישט אנגעפילט מיט קיין שווארצע קאליר, בלויז א שווארצע בארדער ארום. דאס ווערט גערופן א גאנצע נאוט, און פארנעמט אזויפיל ווי פיר גאנצע ביעטס. ווען אזא נאוט איז אנגעצייכנט, דרוקט מען דעם קנעפל ווילאנג עס גייט אריבער פיר ביעטס און דאן גייט מען ווייטער לויט די אנווייזונגען.

Whole.JPG
Whole.JPG (8.28 KiB) געזעהן 4461 מאל

די צווייטע אין די רייע ווערט אנגערופן א האלבע נאוט, ער ווערט געשפילט האלב די צייט פון די פריער דערמאנטע און ער פארנעמט נאר צוויי גאנצע ביעטס. זיין פארעם איז אזויווי די פריעריגע, נאר ביי אים איז שוין צוגעוואקסן א שטעקעלע אין די זייט.

half.JPG
half.JPG (8.22 KiB) געזעהן 4456 מאל

דער נעקסטע איז א פערטל נאוט. זיין פארעם איז ווי די פריעריגע מיטן שטעקעלע אבער זיין באלי פון אונטן איז אנגעפילט מיט שווארץ. עס פארנעמט אזוי לאנג ווי איין ביעט.

quarter.JPG
quarter.JPG (8.25 KiB) געזעהן 4456 מאל


נאכדעם קומט דער אכטל נאוט. אויסגעפארעמט ווי די פערטל נאוט, נאר ער האט שוין פון אויבן א פענדעלע.

eighth.JPG
eighth.JPG (8.31 KiB) געזעהן 4461 מאל


א זעכצנטל נאוט איז געפארעמט ווי די אכטל נאוט, נאר מיט צוויי פענער פון אויבן. (א צוויי און דרייסיגסטל נאוט האט דריי פענדלעך, אבער דאס ווערט זעלטן באנוצט.)

sixteenth.JPG
sixteenth.JPG (8.43 KiB) געזעהן 4461 מאל


ווען מען האט צוויי אדער מער אכטלעך נאוט אין א צי (און אזוי אויך זעכצנטלעך), באהעפט מען זייערע פענער פון אויבן, און דאס מאכט עס אויסקוקן אביסל ווי א ת’ (ווען ס’זענען צוויי אכטלעך באהאפטן) אדער ווי א ש’ (ווען עס זענען דריי אכטלעך).

eigth2.JPG
eigth2.JPG (10.86 KiB) געזעהן 4461 מאל

ווען די נאוטן גרייכן מער די אויבערשטע טייל פון די ליניעס, דרייט מען זיי איבער, (דהיינו די פענער זאלן זיין פון אונטן), פשוט וויל אזוי איז גרינגער און פראקטישער.

staff.JPG

מערק ווי די שורות זענען איינגעטייילט אין חלקים - אין יעדן חלק גייט אריין פיר פערטל נאוטס - די אנגעצייכנטע 4/4 מיינט אז דער ניגון איז פון פיר ביעטס.


וואס טוט מען ווען מען וויל אנצייכענען אז מען דארף דרוקן א שווארצן קנעפל אויפן פיאנאו? וויאזוי באצייכנט מען עס?

איז אזוי; די שווארצע קנעפלעך ווערן גערופן מיט צוויי סארט נעמען; SHARP אדער FLAT. למשל אויב איינער וויל אנצייכענען די שווארצע קנעפל וואס געפונט זיך צווישן די D און די E, וועט ער עס קענען באטיטלען מיט E-FLAT אדער D-SHARP, געוואנדען אין וואס עס קומט אויס גרינגער לגבי דעם ספעציפישער פאל.

ביי א געווענליכער ניגון, ווען מען ברויך נוצן די שווארצע קנעפל אויפן פיאנא, איז עס צוליב דעם וואס איינע פון די ווייסע קנעפלעך דערנעבן איז נישט ריכטיג צו נוצן יעצט. ווען מען נוצט עס יא וועט די ניגון ארויס פון די גלייזן און שאפן אויער ווייטאגן פאר יעדן וואס האט נאר עטוואס אן אויער צו מוזיק...

זעלטן וואס מען זאל קענען נוצן ביי א ניגון דריי קנעפלעך אין א ציה (למשל; ווייסע קנעפל, שווארצע, ווייסע), מיטן אויסנאם געוויסע ניגונים וואס טוישן סקעיל ביים צווייטן פאל, דאן קען עס אריבערגיין צום ווייסע קנעפל אנשטאט די שווארצע וואס מען האט פריער גענוצט, און אזוי אויך פארקערט.

אלזא, צוריק צום ענין, ווען מען נוצט די שווארצע קנעפל, באטיטלט מען אים לויט זיין שכן די ווייסע קנעפל וואס איז יעצט נישט נוצבאר. צ.ב. אויב איז ער צווישן די F און די G, אבער די G נוצט מען יא, נאר די F נישט, דאן איז ער א F-SHARP, אויב פארקערט, איז ער א G-FLAT.

אויף נאטן ווערט עס באצייכנט מיט די פאלגענדע סימבאלן: פאר SHARP נומט מען אזא סימבאל וואס איז ענליך צום פאונד קנעפל אויף א טעלעפאן (עטוואס מער שיעפליך). ווען מען פלאצירט אים אנהויב פון די שורות נאוטן, למשל אויף די C ליניע, באדייט דאס אז יענער גאנצע ליניע איז אנשטאט C, איז עס C-SHARP.

sharp.JPG
sharp.JPG (8.41 KiB) געזעהן 4433 מאל

פאר די FLAT נוצט מען די פאלגענדע סימבאל: אביסל ענליך צו די ענגלישע b בוכשטאב (די קליינע ווערסיע), נאר עטוואס שיעפליך.

flat.JPG
flat.JPG (8.17 KiB) געזעהן 4433 מאל


וואס טוט מען ביי א פאל ווי מען נויטיגט זיך יא אין די געהעריגע קנעפל, למשל מען שפילט מיט א F-SHARP אנשטאט די F, די G איז געהעריג אינעם ניגון, און פלוצלינג זעט מען אז די F אליין קומט אויך אריין אינעם ניגון. נו וואו שטעלט מען אים? ער קען דאך נישט בלייבן קיין דרויסענדיגער נאכדעם וואס ער האט פרייוויליג איבערגעגעבן זיין ארט פאר די F-SHARP.

אויף אזא פאל נוצט מען די פאלגענדע סימבאל: דאס טוט אנדייטן אז עס גייט צוריק צו רעגולער. אלעס אויף דעם ליניע ווערט אויס SHARP אדער FLAT, און פון דא און ווייטער איז רעגולער.

neutral.JPG
neutral.JPG (8.12 KiB) געזעהן 4433 מאל

עס איז נאך דא פיל פון וואס ארומצורעדן איבער נאטן, דאס איז נאכנישט אלעס, נאר כטיפה מן חול הים פון די וועלט פון מוזיק. פארט אבער איז עס ווי די א"ב פון נאטן, און די ליינער קענען יעצט כאטש עטוואס באגרייפן וויאזוי די [ביז היינט] מאדנע בוכשטאבן פון נאטן, ארבעט.

אין א צווייטן געלעגנהייט האף איך צו ממשיך זיין מער איבער מוזיקאלישע סקעילס; מעידזשאר, מיינאר און פרעיגיש.
לעצט פאראכטן דורך לאדיךארויס אום זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:57 pm

כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט שבת ווען כ'האב עס געליינט זייער שיין באשריבן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:29 pm

דער ארטיקל איז געוואלדיג גיט אראפגעלייגט, שכועך!
פראגע: פארוואס פאנגט זיך נישט די טריבעל נאטן און די בעיס נאטן אן פון 'סי' אזוי ווי ביי די קי בארד? און פארוואס פאנגט זיך די בעיס אן ביי 'דזי' אנדערשט ווי ביי די טריבעל וואס פאנגט זיך אן ביי 'עף'?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:30 pm

איך האב זייער הנאה געהאט, אבער איך דארף א שיעור מיוחד דערויף. ווען קען מען דיך דינגען? איך בין זייער אינטערסירט צו קענען די נאטן, און דו זעהסט אויס צו זיין א גוטער מגיד שיעור דערפאר.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:33 pm

פראגע: ווען קאנעקט מען די פענדליך איינע צום צוויטן און ווען נישט? אויב ס'האט א כלל.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:40 pm

גערעכטער האט געשריבן:פראגע: ווען קאנעקט מען די פענדליך איינע צום צוויטן און ווען נישט? אויב ס'האט א כלל.


אויב ס'דא צוויי בענעזאם וועט מען עס קלעבען. א חוץ ביי אויסנאם פעלער וואו צב"ש א ניגון מיט ווערטער, וועט יעדע אות זיין עקסטער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:42 pm

יאפין האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:פראגע: ווען קאנעקט מען די פענדליך איינע צום צוויטן און ווען נישט? אויב ס'האט א כלל.


אויב ס'דא צוויי בענעזאם וועט מען עס קלעבען. א חוץ ביי אויסנאם פעלער וואו צב"ש א ניגון מיט ווערטער, וועט יעדע אות זיין עקסטער.

פארוואס קלעבט מען עס ס'מאכט עפעס אויס אופן ניגון?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג דעצמבער 21, 2014 10:04 pm

אויפן ניגון מאכט עס נישט אויס, אבער ס'איז שנעלער צו שרייבען און לייכטער פאר די אויג צו ליינען מיט א ביעם.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 10:15 pm

שכועך יאפין

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג דעצמבער 21, 2014 10:19 pm

טענקס גערעכטער האסט מיר דערמאנט אז כ'האב נאכנישט באדאנקט לאדיך.

לאדיךארויס א גרויסען יישר כח פאר'ן רעפרעשינג קורס.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 11:34 pm

נהניתי עד למאוד!

טראצדעם וואס מ'זעמער שוין געווען אביסל 'פארגעקוקט' אין דעם פעלד, זעמער נתפעל געווארן וויאזוי די גאנצע מעשה - טאקע נאר הקדמה - קען אראפגעגעבן ווערן מיט אזא קלארקייט אויף געשמאקן 'קורץ און שארפע' פארנעם, בלי להאריך (אף) במקום שאמרו לקצר.

א ריזן דאנקייך - לאדיך ווייטער 'אריין' - מיטונז איניינעם שטייצעך - אנשטאט אויף 'ארויס'...ובעלי השיר יוצאין ונכנסין...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 11:50 pm

זייער שיין, געליינט אין מימעניחות מיט די בילדער. מען ברויך די בילדער, אנדערשט איזעס בכלל קיין דמיון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 1:05 pm

צוגעלייגט די בילדער.

יישר כח לאדיך פארן אינפארמאטיוון ארטיקל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 1:06 pm

פאר די ערשטע שיעור האסטו אויסגלאזט די Rests, העמער עס דא צולייגן.

פונקט ווי די גאנצע, האלבע, פערטל נאטן וואס זאגט דיר וויפיל ביעטס אויסצוציען די ספעציפישע נאוט איז דא סימנים פאר די Pause (ווערט אנגערופן Rest) אויב דארף מען סטאפן אינמיטן דארף מען וויסן ווילאנג די סטאפ איז.

א גאנצע רעסט - שטיל פאר גאנצע פיר ביעטס (אויב די ניגון איז פיר ביעטס)

whole rest.JPG
whole rest.JPG (8.44 KiB) געזעהן 4453 מאל


א האלבע רעסט - שטיל פאר צוויי ביעטס

half rest.JPG
half rest.JPG (8.4 KiB) געזעהן 4453 מאל


(מערקט די קליינע חילוק צווישן די גאנצע און די האלבע, א גאנצע הענגט די שווארצע באקסל פון די צווייטע שורה, און ביי א האלבע ליגט די באקסל אויף די דריטע שורה)

א פערטל רעסט - שטיל פאר איין ביעט.

quarter rest.JPG
quarter rest.JPG (8.34 KiB) געזעהן 4453 מאל


א אכטל רעסט - שטיל פאר א האלבע ביעט

eighth rest.JPG
eighth rest.JPG (8.09 KiB) געזעהן 4453 מאל


און א זעכצענטעל - שטיל פאר א פערטל ביעט.

sixteenth rest.JPG
sixteenth rest.JPG (8.43 KiB) געזעהן 4453 מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 1:33 pm

איך וויל מיר אנטשלודיגן אז צוליב מאנגל אין צייט בין איך נישט אנגעקומען ביז יעצט צו ענטפערן די שאלות.

א גרויסן יישר 'יאפין' פארן ענטפערן די פראגעס. אויב איינעם איז עפעס שווער זאל ער פרעגן. און ווער עס איז באהאוונט דערינען קען ענטפערן. אדרבא, זאל ווערן דא א לעבעדיגער שמועס...

און צום לעצט מוז איך זיך באדאנקען פאר אונזער געטרייע אחראי מאן-יימער וואס האט אנגעבאטן זיין הילף אומגעבעטן, און פלאצירט אלע בילדער במקום הראוי. און צו דעם אלעם האט ער נאך מוסיף געוווען א גאנצער וויכטיגע שיעור וואס איך האב פארפעלט!

יישר כחכם!

(ואגב, איך האב נאכנישט באקומען קיין באגריסונג צו מיין העכערונג אין ראנג...)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 1:37 pm

עיין כאן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 1:58 pm

יישר כח ענדע צדיק.

יעצט האב איך אנגעטראפן א לינק (קרעדיט מאן-יימר), זע איך דארט א ניגון געשריבן אויף נאטן, מען גיבט א דאבל קליק דערויף, ווערט אלעס אנגעצייכנט מיט אראנזשע קאליר. דערנאך דרוקט מען דעם פלעי קנעפל פון אונטן פונעם סקרין און ער שפילט עס אפ, ווען דערביי צייכנט ער אן וואו אויף די נאטן ער האלט.

טשעקט עס אויס. מעגליך עס קען אייך העלפן כאפן דעם פארטל.

זעט דא
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 2:02 pm

א ריזן דאנק לאדיך פארן מסביר זיין די טעמע וואס כהאב שוין אזוי לאנג געוואלט קענען און פארשטיין, א נייע וועלט האצעך געעפנט פאר מיר!
ווי סזעהט אויס האסטו נאר אנגערירט די שפיץ פונעם אייזבארג, ווען קומט די נעקסטע שיעור ?
נאך א זאך: איז די נאטן שפראך געמאכט אז מזאל אויך קענען ארויסזונגען מיטן מויל פונעם צעטל אדער נאר מיט א אינסטרומענט ?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 2:17 pm

לכבוד חנוכה...

http://www.noteflight.com/scores/view/d ... 0203bba917

http://www.noteflight.com/scores/view/3 ... 59cdd50e7a

---
@דוד משה, מקען עס ארויסזינגען מיטן מויל אויך, ס'איז אבער שווערער ווי סתם שפילן, ווייל אויף קיבאורד אדער סיי וועלכע אינסטרומענט ווייסטו וועלכע קנעפל ס'איז די A און וועלכע די G, אבער ווען איך זאג דיר מאך א G מיטן מויל איז שווערער צו וויסן וועלכע ס'איז א G, וואס יא, אינטערוועלס (Intervals = די צווישנשייד) פון איין טאן צום צווייטן איז שוין גרינגער צו האבן אין קאפ, דהיינו אויב מאך איך דיר א G מיטן קיבאורד איז שוין גרינגער פון דארט צו גיין ווייטער ארויף אדער אראפ.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 2:35 pm

גוטע בעלי מנגנים קענען דאס אויך וויסען, וואו א G וכו' .
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 2:54 pm

יאפין האט געשריבן:גוטע בעלי מנגנים קענען דאס אויך וויסען, וואו א G וכו' .

איך ווייס נישט וויפיל מאל ס'וועט מיר געלונגען... אבער יעצט זעענדיג דיין תגובה האב איך עס אויסגעטרייט, ארויסגעזאגט דעם A קלאנג פון מיין מויל, לויט ווי איך האב זיך פארגעשטעלט, נאכדעם געטשעקט דא, און וואנדער איבער וואונדער. איך האב גוט צוגעטראפן!!
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 5:51 pm

און אז דו וועסט דאס טוהן כסדר וועסטו אייביג צוטרעפען.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 9:12 pm

פאר כ'הייב אן מגיב דארף מען קודם קענען מיין היסטוריה

כ'קען נישט שפילן, און נישט זינגען. נישט אויפכאפן קיין טאן און אויך נישט אויפכאפן וועלכע אינטרומענט שפילט.
אזוי וואו כ'האב דאך געוואלט קענען זינגען, האב איך זיך געלערנט נאטן, און כ'האב טאקע געקענט נאכשפילן די נאטן אויפן קיבאורד, אבער עד כאן.

שוין יעצט קען מען מגיב זיין.

פארשטייט זיך דאס איז געווען די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט.

און יא! ס'האט איבערגעשטיגן אלע מיינע ערוואטונגען!
לאדיך די ביסט פלאי פלאים! די רייכע הסברה! די קלארקייט.!

אמת'דיג יישר כוח. כ'האף מען וועט זיך רוקן ווייטער וואו פריער. אדער וועסטו מיר מוזן געבן פריווייטע לעסאנס

---
יעצט צו מיינע מולטי מיליאן דאלערדיגע שאלה (ששש... נישט לאכן....)

וואו כאפ איך צו איך זינג פשוט אויף א העכערע וואליום אדער איך בין טאקע ארויף אויף א העכערע טאן?

אויף קיבאורד גייט מען אפאר מאל איבער די זיבען טענער, וואס פונקטליך איז די חילוק צווישן די ערשטע זיבן און צווייטע זיבן אא"וו?

יישר כוח למפרע
---
והעיקר, מזל טוב צום נתעלה ווערן לשר האלף, אזוי ענדע צדיק האט זיך אויסגעדרוקט. לויט וואו סאך די גיבסט צו צום וועלטל, מאכט עפעס נישט קיין סענס זאלסט נאר האלטן ביי טויזענט

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 2:34 am

נישט, עיין דברי ישראל (מאדזשיץ) על חנוכה שמבאר דבר זה.

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 6:25 am

איך וואלט געוואלט זען די זמירות מיט נאטין..
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 99_315.pdf


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט