מאדזשיץ און נגינה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:52 pm

ווייזער האט געשריבן:עס זענען פארבליבן איבער 100 ניגונים מבעל דברי ישראל. פון תר״ס בערך, ביז צו די פטירה. צווישן זיי וועלט בארימטע ניגונים - וואס די גאנצע וועלט זינגט, און מ׳ווייסט בכלל נישט אז דאס זענען מודזיצער ניגונים.

למשל די באוואוסטע שושנת יעקב - וואס מזינגט בכל קצוי תבל. און יעדעס חדר אינגל קען עס.

הומדערט ניגונים?, גוזמא גדולה!, ער האט מחבר געווען מער פון דעם, אבער געבליבן זענען זייער ווייניג
רוב וועלטס בארימטע מאדזיצע ניגונים, זענען פונם אמרי שאול און אראפ,
דעם דברי ישראל'ס ניגונים זענען מערסטנס גאנץ שווערע ניגונים, און זענען נישט אזוי פארשפרייט [איין ניגון פונם דברי ישראל וואס איז וועלטס בארימט, איז דער 'קאזאקל' ניגון זיינער, וואס ווערט געזינגען אויף 'ויאתיו']

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:24 pm

נייע דיסק
מודז׳יצע אוצרות ביכורי זמרה ג׳
בביצוע מקהלת חסידי מודזי׳ץ

יו״ל ע״י היכל בשירי זמרה שע״י מוסדות מודז׳יץ בארה״ק
03-570-3451 . 053-310-2083
צוגעלייגטע
IMG_4156.JPG
IMG_4156.JPG (129.13 KiB) געזעהן 1627 מאל
IMG_4155.JPG
IMG_4155.JPG (105.22 KiB) געזעהן 1627 מאל

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:26 pm

ראספשע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:עס זענען פארבליבן איבער 100 ניגונים מבעל דברי ישראל. פון תר״ס בערך, ביז צו די פטירה. צווישן זיי וועלט בארימטע ניגונים - וואס די גאנצע וועלט זינגט, און מ׳ווייסט בכלל נישט אז דאס זענען מודזיצער ניגונים.

למשל די באוואוסטע שושנת יעקב - וואס מזינגט בכל קצוי תבל. און יעדעס חדר אינגל קען עס.

הומדערט ניגונים?, גוזמא גדולה!, ער האט מחבר געווען מער פון דעם, אבער געבליבן זענען זייער ווייניג
רוב וועלטס בארימטע מאדזיצע ניגונים, זענען פונם אמרי שאול און אראפ,
דעם דברי ישראל'ס ניגונים זענען מערסטנס גאנץ שווערע ניגונים, און זענען נישט אזוי פארשפרייט [איין ניגון פונם דברי ישראל וואס איז וועלטס בארימט, איז דער 'קאזאקל' ניגון זיינער, וואס ווערט געזינגען אויף 'ויאתיו']

וואס איז דא נישט אמת?
ס'איז געבליבן ארום 100 ניגונים פון בעל דבר"י עד היום הזה, ובפרט בדורות האחרונים אחר בירורים ארוכים וכו', שנמצאו עוד ועוד.
ס'איז דא אסאך ניגונים היינט, פון דבר"י, [בפרט פון דער טאנץ ניגונים], וואס זנענן פאשפרייט אין גאנצע וועלט. חוץ פון דעם, אז אין אפאר חצירות, [ויז'ניץ קארלין, סלונים], ששרים ללא ידיעתם מניגוניו הארוכים, והדוגמאות רבות.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:32 pm

אדרבא, ציילט איבער, איר וועט נישט טרעפן קיין הונדערט ניגונים, וכך שמענו מהרה"ח ר' בנציון ז"ל,
מיט די געציילטע ניגונים וואס איז פארשפרייט אין געוויסע חצירות, ווצב"ש אין קארלין וויזניץ, איז נאך אלץ דער מספר היבש ווייט פון הונדערט, [עס זענען פארהאן ניגונים אין די דערמאנטע חצירות וואס זענען טאקע מאדזיצע ניגונים, אבער פונם אמרי שאול נישט פונם דברי ישראל

אדרבא לאמיר פראבירן מאכן א חשבון:

1) אזכרה הגדול
2) ויאתיו הנ"ל
3) בני היכלא,
4) ובשופר גדול
5) כבקרת
6) ניגון לפני שמע קולנו
7) מלך רחמן (ביכורי זמרה ח"ב)
8) אתה בחרתנו (ביכורי זמרה ח"ג)

נו, זייט מוסיף

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:49 pm

ראספשע האט געשריבן:אדרבא, ציילט איבער, איר וועט נישט טרעפן קיין הונדערט ניגונים, וכך שמענו מהרה"ח ר' בנציון ז"ל,
מיט די געציילטע ניגונים וואס איז פארשפרייט אין געוויסע חצירות, ווצב"ש אין קארלין וויזניץ, איז נאך אלץ דער מספר היבש ווייט פון הונדערט, [עס זענען פארהאן ניגונים אין די דערמאנטע חצירות וואס זענען טאקע מאדזיצע ניגונים, אבער פונם אמרי שאול נישט פונם דברי ישראל

אדרבא לאמיר פראבירן מאכן א חשבון:

1) אזכרה הגדול
2) ויאתיו הנ"ל
3) בני היכלא,
4) ובשופר גדול
5) כבקרת
6) ניגון לפני שמע קולנו
7) מלך רחמן (ביכורי זמרה ח"ב)
8) אתה בחרתנו (ביכורי זמרה ח"ג)

נו, זייט מוסיף


צוויי נושאים: ביי די מכון איז דא אונדערט ניגונים פון דבר"י. זיכער [תח"י מסודר מער פון פופציג...].
ב. סאיז דא אסאך ניגונים וואס מעזינגט אין דער חצירות פון דברי ישראל, כ"א מסיבתו שהוא, [לדוג' דער אהבת ישראל גווען א שוואגער מיט ר' חצקעלע אוזרובער, דורך דער אמרי נועם, און פון דארט קומט אסאך ניגונים פון דבר"י , און פון זוואלינער צו ויזניץ].

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:51 pm

ראספשע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:עס זענען פארבליבן איבער 100 ניגונים מבעל דברי ישראל. פון תר״ס בערך, ביז צו די פטירה. צווישן זיי וועלט בארימטע ניגונים - וואס די גאנצע וועלט זינגט, און מ׳ווייסט בכלל נישט אז דאס זענען מודזיצער ניגונים.

למשל די באוואוסטע שושנת יעקב - וואס מזינגט בכל קצוי תבל. און יעדעס חדר אינגל קען עס.

הומדערט ניגונים?, גוזמא גדולה!, ער האט מחבר געווען מער פון דעם, אבער געבליבן זענען זייער ווייניג
רוב וועלטס בארימטע מאדזיצע ניגונים, זענען פונם אמרי שאול און אראפ,
דעם דברי ישראל'ס ניגונים זענען מערסטנס גאנץ שווערע ניגונים, און זענען נישט אזוי פארשפרייט [איין ניגון פונם דברי ישראל וואס איז וועלטס בארימט, איז דער 'קאזאקל' ניגון זיינער, וואס ווערט געזינגען אויף 'ויאתיו']


קלאר נישט קיין גוזמא. גאר אסאך ניגונים זענען זיינע אלל אווער די וועלט און מ'ווייסט בכלל נישט.

לאמיר מאכן א שטיקל פראבע:
וועלכע שושנת יעקב איז זיינס, וואס די גאנצע וועלט זינגט, און מ'ווייסט בכלל נישט אז ס'איז פונעם דברי ישראל?

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:54 pm

דיסק לחסידים מזמור - ניגוני ר׳ עזריאל דוד פאסטאג הי״ד
בביצוע מקהלת חסידי מודז׳יץ
יו״ל ע״י היכל בשירי זמרה שע״י מוסדות מודז׳יץ בארה״ק תשרי תשע״ט
צוגעלייגטע
IMG_4159.JPG
IMG_4159.JPG (145.79 KiB) געזעהן 1610 מאל
IMG_4158.JPG
IMG_4158.JPG (83.66 KiB) געזעהן 1610 מאל
IMG_4157.JPG
IMG_4157.JPG (106.76 KiB) געזעהן 1610 מאל

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:56 pm

אלעס וואס ליגט ביים מכון קומט פון ר' בנציון ז"ל, [ראה ספר 'יגיל במלכו' באריכות],
און ר' בנציון זעלבסט האט קאנפירמט סך א קלענערער מספר ווי הונדערט!!, וכך שמעתי מבן האדמו"ר ממאדזיץ שליט"א הרה"צ ר' חאצקעלע שליט"א,
און אז עס ווערט נתגלה דא און דארט א ניגון, איז עס נאך אלץ זייער ווייט פון הונדערט ניגונים!!
איר קענט אויך הערן רב"צ קאלעקציע'ס, די ווילנא נאטן, האנשטעטער'ס קאלעקציע, מור מבשמים, יארצייטן מסיבות, אלע טעיפס פון מודזיץ חי, ועוד ועוד, אדרבא, הערט אליינס, וויפיל ניגונים זינגט מען דען פונם דברי ישראל????
גוט, איר וועט טרעפן פינף שושנת יעקב'ס מאקסימום, און וואס נאך???
ווי האלט מען ביי הונדערט??
יא, עס זענען כהיום דא ניגונים אין וויזניץ וואס שטאמט פון מאדזיץ, אבער ווי געזאגט, זיי זענען פונם אמרי שאול
[סתם שרייבן השערות אין די וועלט אריין, ווייל דער אהב"י איז געווען א קרוב פארן דבר"י שוואגער שווער...., האט קיין שום בעיס, ביטע טשעקט די פאקטן .....]

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:06 pm

ראספשע האט געשריבן:אלעס וואס ליגט ביים מכון קומט פון ר' בנציון ז"ל, [ראה ספר 'יגיל במלכו' באריכות],
און ר' בנציון זעלבסט האט קאנפירמט סך א קלענערער מספר ווי הונדערט!!, וכך שמעתי מבן האדמו"ר ממאדזיץ שליט"א הרה"צ ר' חאצקעלע שליט"א,
און אז עס ווערט נתגלה דא און דארט א ניגון, איז עס נאך אלץ זייער ווייט פון הונדערט ניגונים!!
איר קענט אויך הערן רב"צ קאלעקציע'ס, די ווילנא נאטן, האנשטעטער'ס קאלעקציע, מור מבשמים, יארצייטן מסיבות, אלע טעיפס פון מודזיץ חי, ועוד ועוד, אדרבא, הערט אליינס, וויפיל ניגונים זינגט מען דען פונם דברי ישראל????
גוט, איר וועט טרעפן פינף שושנת יעקב'ס מאקסימום, און וואס נאך???
ווי האלט מען ביי הונדערט??
יא, עס זענען כהיום דא ניגונים אין וויזניץ וואס שטאמט פון מאדזיץ, אבער ווי געזאגט, זיי זענען פונם אמרי שאול
[סתם שרייבן השערות אין די וועלט אריין, ווייל דער אהב"י איז געווען א קרוב פארן דבר"י שוואגער שווער...., האט קיין שום בעיס, ביטע טשעקט די פאקטן .....]

ממש נישט ריכטיג,
אה"נ, רב"צ געשיקט גאר אסאך
אבער, דא אין אר"י גווען אסאך חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זוכה גווען מסתופף זיין בצילא דרביה"ק הדבר"י וזכו לקבל ממנו, ואף מהם אסאך ניגונים פון דבר"י, ובראשם ר' דוד פרקוביץ, [אשר כידוע הוציא ממה ששמע ממנו ר' פיניה מאירוביץ, ביי די לעצטע יארן דיסק פון ניגוני דברי ישראל, ובהם23 ניגונים, שרובם אינם מפורסמים כלל], ושע"י הובאו ניגונים רבים לחצר קארלין, און נאך אסאך.
ויתירה מזו אסאך מסורות פון אמרי אש אליין געקומען דורך דער אלטע חסידים דא אין אר"י,
איר האט אליין גערט מפי הרה"צ אז סאיז דא וינציג פון 100 ניגונים?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:16 pm

איך האב געהערט פון אים אז עס זענען דא זייער ווייניג, [טאמער די זכרון נארט מיך נישט, ליגט מיר אין קאפ אז רב"צ האט אמאל געזאגט אז עס זענען פארהאן לערך נאר צען ניגונים וואס מ'ווייסט זיכער אז עס זענען פונם דבר"י]
און איר שרייבט דאך אליינס אז איר ווייסט נישט קיין נומערן, אלזא וואס אייסערט איר זיך אזוי....,
איך האב שוין געהערט צעדליגער יאצ"ט מסיבות פונם דבר"י, מיט רב"צ, מען האט כמעט נישט געזינגען קיין דבר"י'ס ניגונים, פשוט ווייל סי'ז נישטא!, רוב זיינע ניגונים זענען פארלוירן געגאנגען!!
אפילו דער לאנגער באוויסטער אזכרה ניגון, וואס איז אזוי מקודש אין מאדזיץ, איז נאר נשתמר געווארן מיט א סייעתא דשמיא, ווייל מען האט עס אפגעשריבן אין ווילנא [און איך האב גראדע געזעהן נאך א נוסח דערפון אין ספר 'אנתולוגיה למוסיקה חסידית' פון נחמיה וויינבר https://www.magnespress.co.il/Book/%D7% ... D7%AA.aspx ]
איך ווייס פון קארלינע ניגונים וואס שטאמען פון מאדזיץ [עס האט אפילו א סיפור אויכעט, ווי די קארלינע חסידים האבן זיך געטראפן מיטן אמרי שאול אויפן באן ואין בזכרוני כעת הפרטים], אבער ווי געזאגט זיי זענען 'נישט' פונם דברי ישראל, און אויכעט זענען זיי גאנץ הינטערשטעליג פון דעם מספר 'צענדליגער'.....

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:26 pm

ראספשע האט געשריבן:איך האב געהערט פון אים אז עס זענען דא זייער ווייניג, [טאמער די זכרון נארט מיך נישט, ליגט מיר אין קאפ אז רב"צ האט אמאל געזאגט אז עס זענען פארהאן לערך נאר צען ניגונים וואס מ'ווייסט זיכער אז עס זענען פונם דבר"י]
און איר שרייבט דאך אליינס אז איר ווייסט נישט קיין נומערן, אלזא וואס אייסערט איר זיך אזוי....,
איך האב שוין געהערט צעדליגער יאצ"ט מסיבות פונם דבר"י, מיט רב"צ, מען האט כמעט נישט געזינגען קיין דבר"י'ס ניגונים, פשוט ווייל סי'ז נישטא!, רוב זיינע ניגונים זענען פארלוירן געגאנגען!!
אפילו דער לאנגער באוויסטער אזכרה ניגון, וואס איז אזוי מקודש אין מאדזיץ, איז נאר נשתמר געווארן מיט א סייעתא דשמיא, ווייל מען האט עס אפגעשריבן אין ווילנא [און איך האב גראדע געזעהן נאך א נוסח דערפון אין ספר 'אנתולוגיה למוסיקה חסידית' פון נחמיה וויינבר https://www.magnespress.co.il/Book/%D7% ... D7%AA.aspx ]
איך ווייס פון קארלינע ניגונים וואס שטאמען פון מאדזיץ [עס האט אפילו א סיפור אויכעט, ווי די קארלינע חסידים האבן זיך געטראפן מיטן אמרי שאול אויפן באן ואין בזכרוני כעת הפרטים], אבער ווי געזאגט זיי זענען 'נישט' פונם דברי ישראל, און אויכעט זענען זיי גאנץ הינטערשטעליג פון דעם מספר 'צענדליגער'.....

נישט נאר ניגונים פון אמרי שאול זינגטמען אין קארלין. למשל סאיז דא א טיש ניגון פון דבר"י, [הרה"צ שליט"א איז מכנה דעם ניגון 'רננו צדיקים', און דאס זינגט מען ביי העם חנוכה אויף רננו צדיקים], וואס מעזינגט אין קארלין, דער זעלבע זאך איז דא אפאר ניגונים פון דבר"י שהובאו במן האוצר וואס מעזינגט אין קארלין.
דער מעשה מיט דער באן איז גווען נאר אויף אגעוויסע ניגון 'ניגון ארץ ישראל', ואין לזה קשר.
אין ויזניץ איז דא א ניגון ידוע וואס מעזינגט במוצאי יו"ט, וידוע בכל תפוצות תבל כ'למנצח בנגינות' פון ברסלב, און ר'ב"צ געפעלעגט זאגן אז דאס איז דער ערשטע טאנץ ניגון פון דבר"י אלס רבי. און ס'איז נאך געוויסע ניגונים פון ויזניץ, שמקורם מהדבר"י.
ויתר האריכות אסיים בפרטיות.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:30 pm

בקיצור, סך הכל, לאמיר זעהן בערך א חשבון פון 'הונדערט ניגונים',
כ'הייב אן מיט צען ניגונים וואס רב"צ האט פארזיכערט
נאך 23 וואס סי'ז נתגלה געווארן ע"י הרה"ח ר' מאיר פרקוביץ הנ"ל
נאך א ניגון ידוע אין וויזניץ
און נאך אפאר ניגונים אין קארלין
נניח, אז אין מכון איז דא נאך פופציג חוץ מהנ"ל....

האלט איך נאך גאנץ שמאל אינטערשטעליג פון הונדערט....

אבער 'איבער הונדערט'?? מאן דכר שמיה

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:36 pm

בנוגע ניגוני הדברי ישראל ו אדמור״י מודז׳יץ
קטע פון א איטערוויו מיט די חברי מכון מודז׳יץ
המבשר ניסן תשע״א

(צו באמערקן אז דאס איז פון 8 יאהר צוריק, זייער מעגלך אז מען האט געטראפן מער ניגונים זייט דעמאלסט)
צוגעלייגטע
IMG_4165.JPG
IMG_4165.JPG (99.33 KiB) געזעהן 1583 מאל
IMG_4166.JPG
IMG_4166.JPG (106.97 KiB) געזעהן 1583 מאל

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:45 pm

שכוח גדול, הרב המנגן, פארן אויסקלארן
זעמיר ביידע גערעכט געוועזן
נעמליך, ביז לעצטנס זענען טאקע נישט באקאנט געווען נאר עטליכע צענדליגע, ומשם ואילך ווערט אנדעקט נאך...

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:04 pm

ווווואאאאאאףףףףף

אין טיפן קאלטן רוסלאנד איז פאראן אסאך מודזיצער ניגונים, און ווי זענען מיר דא?

ביידעלע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:42 pm

ראספשע האט געשריבן:אדרבא, ציילט איבער, איר וועט נישט טרעפן קיין הונדערט ניגונים, וכך שמענו מהרה"ח ר' בנציון ז"ל,
מיט די געציילטע ניגונים וואס איז פארשפרייט אין געוויסע חצירות, ווצב"ש אין קארלין וויזניץ, איז נאך אלץ דער מספר היבש ווייט פון הונדערט, [עס זענען פארהאן ניגונים אין די דערמאנטע חצירות וואס זענען טאקע מאדזיצע ניגונים, אבער פונם אמרי שאול נישט פונם דברי ישראל

אדרבא לאמיר פראבירן מאכן א חשבון:

1) אזכרה הגדול
2) ויאתיו הנ"ל
3) בני היכלא,
4) ובשופר גדול
5) כבקרת
6) ניגון לפני שמע קולנו
7) מלך רחמן (ביכורי זמרה ח"ב)
8) אתה בחרתנו (ביכורי זמרה ח"ג)

נו, זייט מוסיף

אנא בכח
מזמור לדוד
נאך א בני היכלא (ר' בנצון פלעגט עס זינגען אויף ידיד נפש)
אזכרה הקטן
אשכול ניגון
אקדמות
ניגון היער (וואלד ניגון)
בצאת ישראל

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:09 am

ביידעלע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אדרבא, ציילט איבער, איר וועט נישט טרעפן קיין הונדערט ניגונים, וכך שמענו מהרה"ח ר' בנציון ז"ל,
מיט די געציילטע ניגונים וואס איז פארשפרייט אין געוויסע חצירות, ווצב"ש אין קארלין וויזניץ, איז נאך אלץ דער מספר היבש ווייט פון הונדערט, [עס זענען פארהאן ניגונים אין די דערמאנטע חצירות וואס זענען טאקע מאדזיצע ניגונים, אבער פונם אמרי שאול נישט פונם דברי ישראל

אדרבא לאמיר פראבירן מאכן א חשבון:

1) אזכרה הגדול
2) ויאתיו הנ"ל
3) בני היכלא,
4) ובשופר גדול
5) כבקרת
6) ניגון לפני שמע קולנו
7) מלך רחמן (ביכורי זמרה ח"ב)
8) אתה בחרתנו (ביכורי זמרה ח"ג)

נו, זייט מוסיף

אנא בכח
מזמור לדוד
נאך א בני היכלא (ר' בנצון פלעגט עס זינגען אויף ידיד נפש)
אזכרה הקטן
אשכול ניגון
אקדמות
ניגון היער (וואלד ניגון)
בצאת ישראל


מ'רעדט יעצט נאר אויף דער ניגונים וואס זנענן גווען שגורים על לשון ר' ב"צ [אבער ס'איז דא נאך כהנה וכהנה]:
קלינג ניגון
ניגון המושר במוסף אויף אשרי איש שלא ישכחך
ניגון המושר בברסלב על 'למנצח בנגינות'
ניגון בצאת ישראל ב'
ניגון סלח נא
ניגון קדשנו - נעילה.
ניגון ממקומך פון ר' יחיאל אלתר [שמבורר בבירור גמור אז סאיז דבר"יס אניגון].
אליהו הנביא.
יצוה צור חסדו.
ניגון ריקוד לחתונה.
אנא ה' לדברי ישראל* 2
ואלס לדבר"י שהיה מושר כמעט אין יידע יא"צ סעודה.
ועינינו תראינה.
ריקוד לחתונת אדמו"ר האמרי שאול.

און נאך חזון למועד צו שראייבן דער אנדערע ניגונים, [ובתוכם דריי לאנגע ניגונים וואס רב"צ האט געפלעגט זינגען פון אמאל צו אמאל, נישט בקביעות, און נאך עטליכע ניגונים ואלסים, מיט טאנץ ניגונים, שלא ידעתי שם לכנותם, ומ"מ מרגלא בפומי' דרב"צ, ומצטרפים לחשבון].

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

תשס"ט

תגובהדורך לעילא ולעילא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 1:09 pm


hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 3:11 pm

לעיקוואד
צוגעלייגטע
IMG_4174.JPG
IMG_4174.JPG (274.04 KiB) געזעהן 1462 מאל

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:08 pm

דער רבי איז יעצט געווען אין ניו יורק . איז דא עפעס רעקארדינגס פון מסיבות? איך מיין אז ס׳איז געווען א מלוה מלכה אין בארא פארק

טווארדע
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 29, 2017 8:20 pm

תגובהדורך טווארדע » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 10:30 pm

שמעתי שהרבי שר אזכרה במל"מ בבארא פארק.

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 10:57 pm

טווארדע האט געשריבן:שמעתי שהרבי שר אזכרה במל"מ בבארא פארק.

הרב דוד ביק האט עס געזינגען
כ׳בין דארטען געוועהן בערך א שעה צייט. נישט געוועהן קיין ספעציעלע חידושים. צווישען די ניגונים וואס מ׳האט געזינגען

אזכרה הגדול
ניגון ריקוד -שירו לה׳ -דברי ישראל (לפיכך אלבום)
ידיד נפש - האדמו״ר שליט״א (היה עם פיפיות תשע״ח)
פתחו לי- האדמו״ר שליט״א (תשע״ג)
ניגון חמול- אמרי אש תשכ״ב (מודז׳יצע אוצרות 1 ניגון#4

איך האב ריקארדעד א חלק . ווען די צייט ערלובט, וועל איך בל״נ עס מסדר זיין אין ארויפלייגן

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 11:13 pm

אז איר קענט שאפן א רעקארדינג פון אנדי סטטמן'ס שפילן אזכרה אין שטיבל אין פלעטבוש, וואלט איך אייך דאנקבאר געווען

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 11:17 pm

ניגונים מפי קדשו פונעם אמרי שאול זי״ע

ניגון שמחה
https://www.dropbox.com/s/yji75l031ya26 ... l.mp3?dl=0

וקרוב פזורנו
https://www.dropbox.com/s/y811cfw9g8dl8 ... l.mp3?dl=0

קה רבון
https://www.dropbox.com/s/ezgemodt29gm5 ... l.mp3?dl=0

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:52 pm

נו רבותי! ס׳הערשט געווען א מל״מ אין ב״פ און צוויי יארצייט סעודות, ווער ברענגט עס אהער? לאזט נישט דעם עולם ווארטן. יישר כח.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט