פערשט האט געשריבן:בהתקרב היארצייט של הדברי ישרא'
וויסט איר וועלכע ידיד נפש איז דא פון דברי ישרא'?
איך וויס פון די וואס ווערט אנגערופען אשכול
איז דא נאך ?
קענט איר אפשר ארויף לייגן עטליכע
יישר כח
אין מאדזשיץ האט מען נישט געמאכט קיין ניגונים ספעציעל אויף ידיד נפש נאר מען האט עפי"ר געמאכט נייע ניגונים יעדעס יאר אויף די ימים נוראים. יעדע פיוט האט זיין סגנון פון א ניגון. למשל אויף קדיש האט מען געמאכט א שנעלע ניגון. אויף היום הרת עולם אדער ארשת האט מען געמאכט א ואלאך אדער א וואלץ. אויף היה עם פיפיות האט מען געמאכט א לאגע ניגון וכו. די לאנגע ניגון פלעגט מען זינגען דעם ערשטע מאל מוצ"ש ביים ערשט סליחות ביי דעם פיוט במוצאי מנוחה.
ביי די יארצייט סעודות פלעגט מען זינגען אויף ידיד נפש איינע פון די לאנגע נגונים פונעם בעל הילולה, אבער עס איז נישט געמאכט געווארן דירעקט אויף ידיד נפש. און אוודאי איז דא אסאך לאנגע ניגונים פונעם דברי ישראל זצ"ל וואס ר' בנציון שענקער ע"ה פלעגט זינגען אויף ידיד נפש ביים יארצייט. דער אשכול ניגון מיין איך איז טאקע יא געמאכט געווארן אויפען פיוט "אשכול הכופר" ביי מוסף שבת שקלים. איך גדענק נישט אז מען זאל דאס זינגען אויף ידיד נפש.