ניגונים און זינגערס
מאנטאג ספטמבר 29, 2014 8:45 pm
געהערט אז קולות קווייער קומט ארויס מיט די ערשטע סינגל וידע כל פעול, עס איז א הערליכע ניגון, זייער שיין אראפ אראפ געזינגען, דאכצעכמיר סאיז דא סולו אבער איך ווייס נישט ווער ס'איז, אויך איז דא א קינדער קווייער שיר ושבח אנגעפירט דורך חיים מאיר פליגמאן מוזיק געשפילט דורך עטליכע כלים פין א"י.
די קווייער איז שוין כמעט א יאר אלט איך האב שוין געזעהן אויף עטליכע פלאקאטען זייער נאמען, איך האב זיי נאכנישט געהערט לייוו.
עס גייט זיין דעיע וואך אין די אויסגאבע די וואך.
איינער מיט מער אינפארמאציע זאל ביטע ברענגען.
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 30, 2014 10:33 am
קעיה"ר, שוין באלד דא מער קווייערס ווי שמחות...
דינסטאג ספטמבר 30, 2014 1:31 pm
עפעס נאגט מיר ביים הארצן זעענדיג אז ס'גייט זיין מיטגעלייגט אין "די וואך", ווייל לויט ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזן, זענען די אלע סידי'ס פון די בילדער מאגאזינען ווערט א מכה, געווענליך איז עס פון נייע זעלבסט דערקלערטע זינגער'ס אדער שפילער'ס וואס ווילן אדווערטייזן זייערע סחורה פאר די פובליקום, און ווילן זעהן וויאזוי ס'ווערט אויפגענומעןע ביים ציבור, די מוזיק און קאמפאזיציעס זענען מייסטענסט גאר שוואך, און עס באשטייט פון "שמחת בית השואבה קאלעקציע'ס" א.ד.ג., גראדע האט זיך "קומזינג" פון אר"י יא ערווארבן א גוטע רעפוטאציע, טראצדעם וואס עס קומט מיט בחנם מיט די ארטיגע מאגאזינען. ונזכה ונחי' ונראה...
מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:01 pm
.
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך אוקטובר 01, 2014 9:41 pm
יעצט באקומען פין מיין חבר די ניגון, סיט בעק ענד ענדזוי.
https://www.dropbox.com/s/mgtdndkrx7zh6 ... a.mp4?dl=0אויב איינער ווייסט ווער עס זינגט זאל זיך אנרופען.