Advertisement

ניגונים און זינגערס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג אוגוסט 17, 2014 9:48 pm

די רעדסט דא פון יארן צוריק

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:23 pm

וויכי עס באדערט פאר מענטשן וואס המזמרים האט דא געטון, נעמליך גענומען פינקי וועבער די מלך הבדחנים פארוועם מענטשן גייען ניסלעך און ברייט צישמירט אז אינעם "ספעציעלן חופה סידי" זינגט ער און איז מהנא, ווען למעשה זינגט ער פאר פינקטליך פינעף און צוואנציג סאקונדעס...
איך האב גערעדט מיט א פינקי פען און ער האט זיך געגעסן אויף דעם וואס מען רעדט איין מענטשן בלאף מיט פי אר טאקטיקן און ווען זיי צאלן די געלט ווערן זיי ביטער אנטוישט, מיכאל האט אויך געהאט פינקי און סאיז נישט געשטאנען אויפן דעקל ווארום סאיז א שיינע באנוס אבער נישט פארדעם קויפט מען דעם סידי און אז ער וויל עס יא ארויסשרייבן זאל ער לאזן פינקי זינגען מער...

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:15 pm

כ'על מוזן קאלן דעם חילא פויזען און אים פרעגן צו ער קען איינעם שלום אויש
וואס האט אים פיינט אז ער האט זיך ארויסגעלאזט מיט א מלחמה קעגן זיין סידי מיט נארישע קינד'ישע אנאליזן.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:24 pm

גראדע זאגט ער א פוינט. אפשר אביסל צו שארף און אגרעסיוו אבער בהחלט א נקודה.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:36 pm

ווי קום איך דא אריינצורעדן בכלל.
כ'האב נאר געזען די אשכול, אזוי ווי איך האב עס שוין דעם טעיפ עטליכע טעג מוז איך זאגן אז ס'איז זייער פיין, ס'גייט דא ביי מיר אן אויפהער.
א כשר'ע גוטע פיינע לעבעדיגע אלבום, גוטע איידיע.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:33 pm

איך האב נאכנישט דעם סידי, אבער דער שלום אויש זעט מיר גראדע אויס צו רעדן זייער צום פינטל. צו מאכן מיין החלטה אויב איך גיב מיין שטימע פאר אויש'ן אדער פאר וויכין, וועל איך מוזן שפענדן די פאר דאלער און איינהאנדלען דעם סידי'ן דא אין די מאנטענס.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:53 pm

סע זייער גוט אז מ'ברענגט ארויס אלע צדדים פינעם אלבום, על טעם וריח וכו' ממילא יעדער האט אן אנדערע טעיסט וועלכע ער האט ליב און אז מ'הערט א ריוויא פין דיטעילס וואס אנדערע לאזען אויס ווערט מען נישט פארבלענדט.
אני הקטן בין שוין דוריך געפאלען מיט אפאר טעיפס וואס כ'האב געקויפט נאר ליינענידיג דעם ענטיזיעסטעם פינעם עולם דא,סא יעצט אז איך ווייס למשל אז פינקי זינגט סך הכל אפאר בעקונדעס עלען מיר ווארטען אביסל צו ספענדען די פאר גרייצער.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:58 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:סע זייער גוט אז מ'ברענגט ארויס אלע צדדים פינעם אלבום, על טעם וריח וכו' ממילא יעדער האט אן אנדערע טעיסט וועלכע ער האט ליב און אז מ'הערט א ריוויא פין דיטעילס וואס אנדערע לאזען אויס ווערט מען נישט פארבלענדט.
אני הקטן בין שוין דוריך געפאלען מיט אפאר טעיפס וואס כ'האב געקויפט נאר ליינענידיג דעם ענטיזיעסטעם פינעם עולם דא,סא יעצט אז איך ווייס למשל אז פינקי זינגט סך הכל אפאר בעקונדעס עלען מיר ווארטען אביסל צו ספענדען די פאר גרייצער.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:42 pm

קרעפטיג האט געשריבן:כ'על מוזן קאלן דעם חילא פויזען און אים פרעגן צו ער קען איינעם שלום אויש
וואס האט אים פיינט אז ער האט זיך ארויסגעלאזט מיט א מלחמה קעגן זיין סידי מיט נארישע קינד'ישע אנאליזן.

מען טאר נישט גראב צינויפשמועסן יעדער וואס ער האלט ? ער מוז זיין. זיין שונא ווייל דו האלטסט אז די סידי איז שיין און ער האלט אז נישט ?
און צפון קארעא צענזורירט מען פאבליק אפיניען איך האב געהערט דעם סידי און קען זיין ער האט אביסל איבערגעטריבן אבער אויב די סידי דעקל מעג איבערטרייבן פארוואס טאר ער נישט ?

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:52 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:סע זייער גוט אז מ'ברענגט ארויס אלע צדדים פינעם אלבום, על טעם וריח וכו' ממילא יעדער האט אן אנדערע טעיסט וועלכע ער האט ליב און אז מ'הערט א ריוויא פין דיטעילס וואס אנדערע לאזען אויס ווערט מען נישט פארבלענדט.
אני הקטן בין שוין דוריך געפאלען מיט אפאר טעיפס וואס כ'האב געקויפט נאר ליינענידיג דעם ענטיזיעסטעם פינעם עולם דא,סא יעצט אז איך ווייס למשל אז פינקי זינגט סך הכל אפאר בעקונדעס עלען מיר ווארטען אביסל צו ספענדען די פאר גרייצער.

איך האב נישט געוואלט בשום פנים ואופן שאדן מאכן פאר דעם טייערן עסקן חילי וועלכע שפרודלט מיט אקטיוויטעטן פאר כלל ישראל און האט אבנארמאלע פארשטאנד און מיוזיק איך האב בלויז געוואלט צינויפשמועסן ביידע צדדים פון יעדע זאך שרייב קלאר אויב גייסטעך אפהאלטן פון קויפן דעם סידי צוליב מיר און איך וועל קויפן נאך איינס...
אויב וועלן ניקים אטאקירן יעדער וועלכע שרייבט זיינע מיינונגען וועט יעדער ציטערן צו שרייבן קריטיק און אלעס וועט זיין גלאנצעדיג און שיין און איהר וועט זיך אליין פאפן
חילא ! כלל ישראל ווארט און גארט פאר נאך די האסט שיין אהערגעשטעלט !

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:34 pm

שלום טייערער, עס איז נישט "וואס" דו שרייבסט, עס איז "וויאזוי" דו שרייבסט עס.

והא ראיה, נאך ניקנור'ס האבן געשריבן קריטיק, און קיינער אטאקירט זיי נישט.

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:02 am

שטארק זיך האט געשריבן:שלום טייערער, עס איז נישט "וואס" דו שרייבסט, עס איז "וויאזוי" דו שרייבסט עס.

והא ראיה, נאך ניקנור'ס האבן געשריבן קריטיק, און קיינער אטאקירט זיי נישט.

עקזעקטלי, קריטיק איז זייער וועלקאם דא.
ווען מ'שרייבט אן אנאליז, מ'זאגט קריטיק אביסל אפילו אסאך, אביסל פאזיטיוו, אביסל פארווע, יעדער אלבום פארמאגט פון עפעס אביסל, דעמאלטס טראגט די אנאליז א געוויכט.
אבער נאר זעצן און האקן און נישט מעסטן אביסל דעם שפראך פארלירט עס דעם רעוויא סטאטוס און ס'קוקט אויס ווי א פערזענליכע אטאקע און נאריש.

(בד"וו דאס איז זיכער אז דו מאכסט אים שאדן, אבער מ'רעדט נישט פון דעם יעצט.)

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:12 am

ר' שלום, איך בעט אייך האלט זיך דאס לשון.
נישט אלעס וואס שפרינגט אויפן צינג דארף מען אויסמיירן אויפן טיש.

ראשית: מען דארף פריער אליינס אריינארבעטן שווער אויף א פראיעקט, הערן קריטיק, און ערשט דערנאך קען מען קריטיקירן יענעמ'ס.
והשנית: די עקסייטמענט פון קענען אויסדרוקן מיינונגען אונטערן שלייער פון א ניק, ערלויבט נישט דאס ארויסלאזן דאס פאסיק און שרייבן ככל העולה על רוחך.
און צו דער זייט: עס זענען דא גענוג אויפן וועלטל דא וואס קענען די פנים אונטערן ניק, ואני הקטן בכלל.
ביטע זיך האלטן צו א סאך א העכערן סטאנדארט.

דינסטאג ספטמבר 23, 2014 3:44 pm

תרנגול האט געשריבן:קוקט מיר אויס אז זיי האבן אריינגעלייגט מער כוחות אין די חופה סידי, ס'איז עפעס געוואלדיג שיין און מלא חידושים. די אנדערע איז אויך פיין אבער פאר סאם ריזן ציהט מיר די חופה סידי מער.

דאכצעך אז די חופה סידי איז אראנזשירט געווארן דורך שטראולי, און די אנדערע דורך נפתלי משה.

דינסטאג ספטמבר 23, 2014 5:40 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:סע זייער גוט אז מ'ברענגט ארויס אלע צדדים פינעם אלבום, על טעם וריח וכו' ממילא יעדער האט אן אנדערע טעיסט וועלכע ער האט ליב און אז מ'הערט א ריוויא פין דיטעילס וואס אנדערע לאזען אויס ווערט מען נישט פארבלענדט.
אני הקטן בין שוין דוריך געפאלען מיט אפאר טעיפס וואס כ'האב געקויפט נאר ליינענידיג דעם ענטיזיעסטעם פינעם עולם דא,סא יעצט אז איך ווייס למשל אז פינקי זינגט סך הכל אפאר בעקונדעס עלען מיר ווארטען אביסל צו ספענדען די פאר גרייצער.

דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:34 pm

בנימין האט געשריבן:ר' שלום, איך בעט אייך האלט זיך דאס לשון.
נישט אלעס וואס שפרינגט אויפן צינג דארף מען אויסמיירן אויפן טיש.

ראשית: מען דארף פריער אליינס אריינארבעטן שווער אויף א פראיעקט, הערן קריטיק, און ערשט דערנאך קען מען קריטיקירן יענעמ'ס.
והשנית: די עקסייטמענט פון קענען אויסדרוקן מיינונגען אונטערן שלייער פון א ניק, ערלויבט נישט דאס ארויסלאזן דאס פאסיק און שרייבן ככל העולה על רוחך.
און צו דער זייט: עס זענען דא גענוג אויפן וועלטל דא וואס קענען די פנים אונטערן ניק, ואני הקטן בכלל.
ביטע זיך האלטן צו א סאך א העכערן סטאנדארט.

ר' בנימין, קאם דאון,בארוהיגט אייך.
יעדער איז בארעכטיגט צו אויסדריקן זיין מיינונג דא אויפן וועלטל און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך שיין אויפהייבן און זיך אומקערן פון ווי מ'איז געקומען.
חוץ פון דעם, סטראשענען מיט מגלה זיין א ניק איז שטרענג פארבאטן לפי תקנות המקום.
שרייב א תגובה

Advertisement