בלאט 1 פון 5

מחנה צעהלים פרעזענטירט "בסייעתא דשמיא"

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2008 5:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינער האטעס שוין געהערט? ס'לוינטצעך צו קויפן?

ס'קוקט אויס זייער דיפרענט, א נייע פראדאקשן, א נייע ארענדזשער.

ניגונים פון קעמפס און דעי-קעמפס

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 12:58 am
דורך דע מה שתשיב
אויף "קול מבשר" איז געמאלדן געווארן אז יעדע מיטוואך וועלן זיי ארויפשטעלן ניגונים פון דעי-קעמפס און קעמפס. אפשר וואלט געווען גלייך צו מאכן דא א שטיקל וואוט און הערן פאר וועלכע פון די ניגונים דער עולם גייט די מערסטע. און בכלל איבער אלעס ארום די ניגונים בכלל און די קעמפס בפרט

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 9:56 am
דורך קהת
מונקאטש קעמפ ניגון אויף די ניגון נודה לשמך דרייט זיך שוין ארים, סאיז זייער שיין אבער לדעתי איז עס זייער מאדערן

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 9:59 am
דורך ליינער
לייג עס ארויף ביטע...

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 1:25 pm
דורך פיטום
עטליכע קעמפס האבן געמאכט זייער ניגון אויף נודה לשמך

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 1:28 pm
דורך ענדע צדיק!
ליינער האט געשריבן:לייג עס ארויף ביטע...

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 4:45 pm
דורך קנאפער ידען
ענדע צדיק! האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:לייג עס ארויף ביטע...

נאדיר דער מונקאטשער קעמפ ניגון {קרעדיט ידידינו קהת}:
https://copy.com/zuq2lF8EBdiP

קעמפ ניגון -מחנה סקווער

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:31 pm
דורך א גראם מיט טעם
בס''ד
מחנה סקווער תשע''ד



ניגון : ועל חסדך הגדול - משולם גרינבערגער,צאלי גאלד



א) א זוממער אזוי מעכטיג
מיט זכרונות גאר לעכטיג
גייען מיר האבען, אין מחנה סקווער

א) קונה זיין גיי מיר
ציווישען בערג און ביימער
א זוממער צום געדענקען,אין מחנה סקווער

ב) מחנה סקווער
אן אויפהער
פין אלע צדדים
תורה ועבודה וגמילת חסדים

ב) מחנה סקווער
האט איין באגער
זיך ענזשויען גאר אסאך
טאנצען שפרינגען
ס'וועט קלינגען
א זוממער צו די זאך



ג) תשע''ד וועט זיין געשמאק
תשע''ד מיטען גרעסטען קנאק
הנה מה טוב ומה נעים
ווי ברידערליך צוזאם
שבת אחים אחים גם


ב) מחנה סקווער
אן אויפהער
פין אלע צדדים
תורה ועבודה וגמילת חסדים

ב) מחנה סקווער
האט איין באגער
זיך ענזשויען גאר אסאך
טאנצען שפרינגען
ס'וועט קלינגען
א זוממער צו די זאך



copyright gram.mit.tam 2014

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:32 pm
דורך פיטום
וועלכע תולדות יעקב יוסף? אדער בית יצחק?

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איין באגער זיך ענזשויען גאר אסאך :roll:

און מ'לייגט עס נאך אריין אין תורה עבודה וגמילות חסדים.

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:51 pm
דורך הלשון
קהת האט געשריבן:מונקאטש קעמפ ניגון אויף די ניגון נודה לשמך ... לדעתי איז עס זייער מאדערן

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 7:42 pm
דורך א גראם מיט טעם
פיטום האט געשריבן:וועלכע תולדות יעקב יוסף? אדער בית יצחק?

בית יצחק קעמפ אין די קאנטרי
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איין באגער זיך ענזשויען גאר אסאך :roll:

און מ'לייגט עס נאך אריין אין תורה עבודה וגמילות חסדים.


יא,ביי אונז חסידים האט מען געוויסט אז מען קען און מ'דארף "ענדזשויען" תורה ומצוות און נישט אן נעמען ווי אן עול....

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 8:07 pm
דורך למעלה משבעים
הערליך שיין.

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 8:52 pm
דורך קנאפער ידען
קעמפ ניגון - נעפאנעק (רב טוב יונגעל קעמפ - סאטמאר וויליאמסבורג)
{קרעדיט: מילין יקירין}
https://copy.com/eKpxu41jWuiK

5 קעמפ׳ס נוצן ליפא׳ס נודה

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 12:56 pm
דורך אינטערעסאנט
פיטום האט געשריבן:עטליכע קעמפס האבן געמאכט זייער ניגון אויף נודה לשמך

5 קעמפ׳ס וואס איך ווייס, נוצן ׳ליפא׳ס נודה׳ פאר די קעמפ ניגון.
מונקאטש, מחנה בני בעלז, בית יעקב, סקווירא מיידלעך, און סקווירא Tc's

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 1:04 pm
דורך דע מה שתשיב
די ערשטע פינף ניגונים אויף קול מבשר זענען זייער געלונגענע. יעצט זעה איך אז עס איז גוטער איינפאל. קיינמאהל האב איך נישט געוויסט וואס אונז פארפאסן

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 1:14 pm
דורך אינטערעסאנט
הלשון האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:מונקאטש קעמפ ניגון אויף די ניגון נודה לשמך ... לדעתי איז עס זייער מאדערן

יא עס איז זייער שטארק ווי די ארגינעל׳ע.
די סקווירא איז אויך זייער שיין און נישט אזוי מאדערן

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 2:39 pm
דורך farshlufen
הלשון האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:מונקאטש קעמפ ניגון אויף די ניגון נודה לשמך ... לדעתי איז עס זייער מאדערן

לאו דוקא מאדערן נאר קינדיש ווי עס פאסט, אבער לעהר און ליידיג פון תוכן.

קול מבשר - קעמפ ניגונים אפטיילונג

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 7:19 pm
דורך Elvin
עס איז דא א נייע קול מבשר - קעמפ ניגונים אפטיילונג
וואס האלט דער עולם, וועלכע קעמפ האט די בעסטע ניגון?
איך וועהל פאר #3 צעהלימער קעמפ
מען קען עס הערן אויף 8 -4 פון די מעין מעניו

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:26 pm
דורך קהת
כהאב באקומען צוויי קליפס פון א ברעסליווער ישיבה מאורות נתן אלע בחורים טאנצן א דענס אויפן קנאקעדיגע ניגון "אני ישנה וליבי ער", זייער שיין.

סאיז זיס צו זעהן די ירושלימער בחורים מיט שלאף קאפלעך טאנצן.

ווער וויל עס לייגן אויף קאפי? קנאפער ידען ביסט דא?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:17 pm
דורך קהת
וווואאאאףףף קנאפער ידען טו די רעסקיו,

א ריזיגען שכויעך.

https://copy.com/UUThdNbMwE1B
https://copy.com/tRIyS8sei0iT

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:43 pm
דורך לכאורה
הערליך שיין, מלא כריין.

געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2014 4:55 pm
דורך פיטום
לכאורה האט געשריבן:הערליך שיין, מלא כריין.

מיינסט זיכער צו זאגן אן וויניגער...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:33 pm
דורך שלום אויש
האט עימעצער די ניגון פון וויענע קעמפ ?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:46 pm
דורך פיטום
Elvin האט געשריבן:עס איז דא א נייע קול מבשר - קעמפ ניגונים אפטיילונג
וואס האלט דער עולם, וועלכע קעמפ האט די בעסטע ניגון?
איך וועהל פאר #3 צעהלימער קעמפ
מען קען עס הערן אויף 8 -4 פון די מעין מעניו

ס'פשט שוין לאנג נישט אפדעיטעד?