ניגונים און זינגערס
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:40 pm
הייליגע_קינדערלעך האט געשריבן:למעשה, די קריגעריי מיטן בענקל גייט נישט אן נאכדעם וואס די טאטע זאגט זיך נישט צו קריגן... (הערט עס איבער) דאס איז א אויסשפיל וואס געשעהט עכט אין שטובער אןן עס לערנט אויס דעם קינד צו זיין צופרידן און פאלגן מיט א שמייכל.
עס זענען שוין אריינגעקומען "אסאך" פאון קאלס זיך באדאנקען פאר דעם זאגענדיג אז עס האט גאר גוט געארבייט און זייער קינד האבן געפאלגט מיט א שמייכל "ווייל די טעיפ זאגט אזוי" איבערהויפט מיטן פאלגן די עלטערן ווי מען גייט חול המועד.
לייג מיך צו די "אסאך פאון קאולס".. מיינע קינדער זענען זינט פורים נישט איינגעשלאפן אנעם הערן דעם סידי, למעשה - מיט דעם אלעם - ווען מ'איז אנגעקומען צום שווער'ס סדר האט זיך געטוען א שטיקל געפעכט צווישן די קינדער איבער די פלעצער ווי יעדער זאל זיצן (אלע האבן געוואלט זיצן נעבן מיר, גיי ווייס פון ווי זיי ווייסן אז מיין שווער ציפט..) בקיצור, איין זאך האט געהאלפן איינצושטעלן ארדעונג, בעת די עלטערן האבן זיך אנגערופן הויעך "ווי די טאטע הייסט זיצן" און אלע קינדער האבן גענטפערט ווי אין א כאור: "דארף מען פאלגן מיט א שמייכל".... (בנוסח הידוע מ'הסידי)
העמער זיך אי"ה איינהאנדלן די שביעות סעריע.
Advertisement
מאנטאג אפריל 28, 2014 9:23 pm
דינסטאג אפריל 29, 2014 2:24 pm
שכח
זונטאג מאי 04, 2014 1:47 pm
זייער שיין!
(נ.ב. "בארה של מרים", נישט "בארו של מרים")
זונטאג מאי 04, 2014 4:44 pm
באכעט אינדערהיים אן קיין אפשטעל
זונטאג מאי 04, 2014 4:46 pm
געלעגער האט געשריבן:באכעט אינדערהיים אן קיין אפשטעל
דינסטאג מאי 06, 2014 7:06 am
הייליגע_קינדערלעך האט געשריבן:"הייליגע קינדערלעך" האט זייער א איידעלע שניט וואס איז געאייגנט פאר אלע היימישע פרומע שטובער.
אגרי, כ׳האב געדארפט גיין מיט א קינד צו אן אפוינטמענט לעצסטענס, האמיר אויפן וועג דאס אנגעצינדן, דאס אויסגעהערט מדאשקע לדאשקע, יא, ס׳איז צום באוואונדערן, נישטא נאך אזא שניט אויף קינדער טעיפס אין די היינטיגע מארקעט, כ׳וואלט געזאגט ס׳איז בערך ווי רבי ווייס׳ס טעיפס, נאר מער פראפעשענאל, און געאייגנט פאר יונגערע קינדער אויך.
אגב נאר די ניגון ברוך הוא אלקינו צום סוף טעיפ, ווערט געזינגן מיט אביסל אן אנדערע שניט ווי מ׳זינגט עס אין אלגעמיין, איז דאס דער אריגאנעלער וועג?
דינסטאג מאי 06, 2014 8:35 am
די ניגון ווערט געזונגען אויף זייער אסאך אופנים מיט פארשידענע קנייטשן, מיר האבן אנגעפרעגט ר׳ חיים יצחק גאלדמאן צו ער ווייסט וויאזוי דער ניגון קומט ארגינעל, און כפי עדותו קומט דער ניגון מיסודו אקוראט אזוי, האבן מיר עס אפגעזינגען לויט די ווערסיע.
דינסטאג מאי 06, 2014 8:56 am
דער ניגון האט מחבר געווען הקדושת ציון מבאבוב, און בערך אזוי ווערט עס געזונגן אויף דער אלטע באבובער רעקארד
דינסטאג מאי 06, 2014 9:38 am
יישר כח
דינסטאג מאי 06, 2014 12:25 pm
פון וואס איך ווייס האט דער ניגון געמאכט בנו, מרן מהר"ש זצ"ל. עס איז אויף שירי שלמה "ברכינו".
עס איז הפלא ופלא ווי א ניגון קען ווערן פארדרייט. ס'דאכצעך דא נאך א באבובער ניגון וואס מ' זינגט אין דער וועלט גוט פארדרייט כגעדענק נישט יעצט וועלעכס.
דינסטאג מאי 06, 2014 2:17 pm
קה רבון עלם?
דינסטאג מאי 06, 2014 2:17 pm
קה רבון אפשר
דינסטאג מאי 06, 2014 2:49 pm
אדכרתן מלתא:
ר' שאול הוטטערער ווען ער פלעגט קומען צום טיש אין פשעווארסק, האט ער געזונגען י-ה רבון עלם - פארשטייט זיך - אזוי ווי עס דארף צו זיין
איינמאל שבת חנוכה - שוין ביי ר' לייבוש - האט ער זיך נישט געפילט און נישט געקומען צום טיש
צומארגנס זאגט איהם א איד, ר' שאול, ווען איהר וואלט געווען נעכטן ביים טיש, וואלט מען געזונגען 'אכלו משמנים'
האט ר' שאול געענטפערט, ווען איך וואלט געווען נעכטן ביים טיש, וואלט מען געזונגען דעם י-ה רבון עלם ווי ס'בעדארף צו זיין
דינסטאג מאי 06, 2014 2:50 pm
שנאפס האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:באכעט אינדערהיים אן קיין אפשטעל
מיטוואך מאי 07, 2014 2:26 pm
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ספירה אלבום פאר קינדער איז נאך נישטא געהעריג, מסתמה מיינט ער דאס, היסטאריש#
green האט געשריבן:יא היסטאריש איז א קינדער ספירה טעיפ.
פאר די רעקארד, ס'איז נישט די ערשטע קינדער ספירה טעיפ, דאס איז ארויסגעקומען 3 יאר צוריק:
http://www.mostlymusic.com/middos-gezan ... aloim.html
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך מאי 07, 2014 4:15 pm
שוין, מ'קען שוין אראפנעמען די ווארט היסטאריש פונעם קעפל.