ניגונים און זינגערס
מיטוואך אפריל 02, 2014 2:47 pm
סע האט זיך געעפענט א נייע געשעפט וואס הייסט ניגון מיזוק
איז דעס די זעלבע ווי די פראדאסער ניגון ? און צו האט עס עפעס א שייכות מיט דעם וואס גלפז האט זיך לעצטענס פארמאכט ווער עס האט דיטעילס זאל ביטע מעלדען
Advertisement
מיטוואך אפריל 02, 2014 2:47 pm
ניגון נעמט איבער די פארמאכטע גל פז, כך שמעתי
מיטוואך אפריל 02, 2014 3:32 pm
4118-13th Ave
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך אפריל 02, 2014 5:21 pm
וואס איז פשט אז גל פז האט זיך פארמאכט?
מיטוואך אפריל 02, 2014 5:41 pm
צים פינטעל האט געשריבן:וואס איז פשט אז גל פז האט זיך פארמאכט?
i am asking why is nigun opening a store
מיטוואך אפריל 02, 2014 5:47 pm
צים פינטעל האט געשריבן:וואס איז פשט אז גל פז האט זיך פארמאכט?
איי געס ער האט געמאכט צופיל געלט
מיטוואך אפריל 02, 2014 6:13 pm
ס'איז לכאורה נישט נאר געלט, ער איז א דיסטריביוטער אין א"י און קויפט אפ די רעכטן פון פיל אלבומים און דאס האבן דא אויך האט עם געשאפען פראבלעמען, איך ווייס נישט אויב דאס איז די סיבה אבער צוגעבן צום פראבלעם האט עס געקענט.
מיטוואך אפריל 02, 2014 10:10 pm
די שאלה איז נאר אויב די נייע גייט קענען מאכן אזא דזאב ווי גל פז
מיטוואך אפריל 02, 2014 11:27 pm
Mostly music איז געוועהן אזוי נאנט צו גל פז סאיז נישט געוועהן מעגליך אז ביידע זאלען האבען געמאכט געלט
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 7:51 am
מיין שאלה איז מיט אלע גראסעריס און דשוידעיקא סטארס וואס פארקויפען סי די'ס איז נאך דא א דימאנד פאר א געשעפט נאר אויף מוזיק, ווייל ווער ס'האט לעצטענס באזיכט מאסטלי זעהט אז ער האט אנגעהויבען צו פארקויפען ספרים און ביכער... און פורים צייט האט ער אפילו געהאט משלוח מנות אויף די שעלווס....
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:16 am
אמאל האט גל פז געהאט אויסשליסליכע רעכטן אויף זייער אסאך סחורה, האט אים געלוינט צו האלטן דאס געשעפט, היינט צוטאגס איז ער זייער שוואך, שוין א שטיק צייט וואס ער הינקעט, איינער וואס האט נישט גאר אסאך סחורה עקסקלוסיוו, לוינט נישט צו האלטן א געשעפט.
ניגון דיסט. איז היינט די גרעסטע דיסטריביוטער פון סידיס אין אמעריקע, כמעט יעדע נייע סידי גייט צו אים, ממילא לוינט אים צו עפענען א געשעפט, ע״פ רוב זענען די רוחים פון א סידי צוטיילט אין דריי, צווישן די ארויסגעבער, דיסטריביוטער און געשעפט, ווען דער דיסטריביוטער איז אויך אליינס דער געשעפט מאכט ער דאפעלט, ווען מאויסטלי מיוזיק האט געעפענט איז ער געוועהן זייער שטארק אין די ליין פון דיסטריביושן, היינט איז ער שוין גאנץ שוואך, עכ״פ ער פארמאגט נאך זייער אסאך סחורה וואס ער אוינט אלע ריייטס
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:58 am
יא עס דעהערט צו ניגון פראדאקשען
ער האט היינט צוטאגס רוב היימישע סידיס
דער וואס אוועק געמאכט "מאסטלי מיוזיק" האט סתם געהאקט- די משלוח מנות וואס ער האט געהאט ביי די פורים סעזאן, איז דעוווען מיט סידיס אינעוויניג
געראדע א קריעטיו געדאנק..
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:08 pm
און די ספרים און ביכער?
מאנטאג אפריל 07, 2014 9:11 am
גייט מען קענען דאונלאידען אין געשעפט אלע סידי'ס וואס ער איז מפיץ אזוי ווי ביי מאסטלי?
מאנטאג אפריל 07, 2014 6:35 pm
הערליך האט געשריבן:אמאל האט גל פז געהאט אויסשליסליכע רעכטן אויף זייער אסאך סחורה, האט אים געלוינט צו האלטן דאס געשעפט, היינט צוטאגס איז ער זייער שוואך, שוין א שטיק צייט וואס ער הינקעט, איינער וואס האט נישט גאר אסאך סחורה עקסקלוסיוו, לוינט נישט צו האלטן א געשעפט.
ניגון דיסט. איז היינט די גרעסטע דיסטריביוטער פון סידיס אין אמעריקע, כמעט יעדע נייע סידי גייט צו אים, ממילא לוינט אים צו עפענען א געשעפט, ע״פ רוב זענען די רוחים פון א סידי צוטיילט אין דריי, צווישן די ארויסגעבער, דיסטריביוטער און געשעפט, ווען דער דיסטריביוטער איז אויך אליינס דער געשעפט מאכט ער דאפעלט, ווען מאויסטלי מיוזיק האט געעפענט איז ער געוועהן זייער שטארק אין די ליין פון דיסטריביושן, היינט איז ער שוין גאנץ שוואך, עכ״פ ער פארמאגט נאך זייער אסאך סחורה וואס ער אוינט אלע ריייטס
און איז שייך אז די ארויסגעבער פון א סידי זאל אליינס דיסטריביוטען זיין סידי, ער זאל אויך מאכן דעם דיסטריביוטער'ס חלק?
דינסטאג אפריל 08, 2014 1:53 pm
פארוואס נישט, אויב האט איר א קאר און איבעריגע צייט ארום צו פארען....
דינסטאג אפריל 08, 2014 4:27 pm
א גראם מיט טעם האט געשריבן:ווייל ווער ס'האט לעצטענס באזיכט מאסטלי זעהט אז ער האט אנגעהויבען צו פארקויפען ספרים און ביכער...
און פורים צייט האט ער אפילו געהאט משלוח מנות אויף די שעלווס....
מר. גרין האט געשריבן:דער וואס אוועק געמאכט "מאסטלי מיוזיק" האט סתם געהאקט- די משלוח מנות וואס ער האט געהאט ביי די פורים סעזאן, איז דעוווען מיט סידיס אינעוויניג
געראדע א קריעטיו געדאנק..
http://www.mostlymusic.com/mishloach-ma ... e-dvd.htmlThe Mostly Music Mishloach Manos "FOR KIDS" includes The Twins from France "Twins in Trouble" DVD
The basket comes packed with nosh including, Laffy Taffy, Candy Watch, Mike & Ike's, BLAST OFF! Candy treats, Chips, Zaza's and Fruit Nugget gems.
http://www.mostlymusic.com/mishloach-ma ... d-iii.htmlThis Mostly Music Mishloach Manos selection includes Simcha Leiner - Pischi Li
The basket comes packed with nosh including a bottle of Grape Juice, a Box of Foil Wrapped Coffee Candies, and Hamantash.
א גראם מיט טעם האט געשריבן:און די ספרים און ביכער?
http://www.mostlymusic.com/books.html
- עטעטשמענטס
-

-

-

- book-button.jpg (95.27 KiB) געזעהן געווארן 298 מאל
דינסטאג אפריל 08, 2014 4:31 pm
זונטאג ביים grand opening
- עטעטשמענטס
-

-

- נ"מ שניצלער מיט דוד שטיין
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:13 pm
camp shalva האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:אמאל האט גל פז געהאט אויסשליסליכע רעכטן אויף זייער אסאך סחורה, האט אים געלוינט צו האלטן דאס געשעפט, היינט צוטאגס איז ער זייער שוואך, שוין א שטיק צייט וואס ער הינקעט, איינער וואס האט נישט גאר אסאך סחורה עקסקלוסיוו, לוינט נישט צו האלטן א געשעפט.
ניגון דיסט. איז היינט די גרעסטע דיסטריביוטער פון סידיס אין אמעריקע, כמעט יעדע נייע סידי גייט צו אים, ממילא לוינט אים צו עפענען א געשעפט, ע״פ רוב זענען די רוחים פון א סידי צוטיילט אין דריי, צווישן די ארויסגעבער, דיסטריביוטער און געשעפט, ווען דער דיסטריביוטער איז אויך אליינס דער געשעפט מאכט ער דאפעלט, ווען מאויסטלי מיוזיק האט געעפענט איז ער געוועהן זייער שטארק אין די ליין פון דיסטריביושן, היינט איז ער שוין גאנץ שוואך, עכ״פ ער פארמאגט נאך זייער אסאך סחורה וואס ער אוינט אלע ריייטס
און איז שייך אז די ארויסגעבער פון א סידי זאל אליינס דיסטריביוטען זיין סידי, ער זאל אויך מאכן דעם דיסטריביוטער'ס חלק?
א גראם מיט טעם האט געשריבן:פארוואס נישט, אויב האט איר א קאר און איבעריגע צייט ארום צו פארען....
למעשה האב איך נאך נישט געזען אז אנדערע זאלן עס טוהן.
אפשר ווילן נישט די געשעפטן האנדלען מיט פריוואטע מענטשן נאר מיט דיסטריביוטער'ס?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:40 pm
דער מחבר ע"ה פון די מחנה שלוה סידיס פלעגט א שטיק צייט אליין דיסטריביוטען זיינע סידיס צו געוויסע געשעפטן.