פורים שפיל בחצר הקודש סקווירא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

דא האט איר א פריוויו
https://www.dropbox.com/s/kwxd4q7d5jjis ... 6.mp4?dl=0
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

אל רייט רבותי, די היי יעריגע רעקאדירונג איז אפ ענד ראננינג. נאט אייך א שנעלע דיסקריפציע פון די היי יעריגע שפיל:

- חלק א' -
"די גרויסקייט פון א איד"
הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצוק"ל - סניגורין של ישראל
ללמד זכות על בני ישראל שיזכו להיכתב לשנה טובה ומבורכת

ערב ראש השנה פאר סליחות. דער הייליגע בארדיטשובער רב זי"ע זוכט מלמד זכות זיין אויף די אידן. ער גייט צום הויפט גאס, ער וועקט אויף עטליכע אידן און בעט זיי אז זיי זאלן עסן פרישע לקח, די אידן עסן נישט, אבער די גויים צוכאפן די לקח בראנפן און עסן אלעס אויף.

אין בארדיטשוב איז געווען א בחור, אין א שפל המצב. דער הייליגער בארדיטשובער האט אים אריינגענומען צו זיך און אים אלעס פארזארגט. איין יאר אין די הייליגע טעג האט דער בארדיטשובער אים געבעטן אלס הכרת הטוב, ער זאל אים טון א טובה און ער זאל זיך שמד'ן ה"י. ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען. ער האט זיך געאמפערט מיט אים, ביז דער בחור האט אויסגעריסן האָר פון בארדיטשובער רב'ס בארד. דער הייליגער בארדיטשובער רב בעט פון אים די האָר. ער הייבט דאס אויף צום הימל אן שרייעט אויס:
רבוש"ע! א יוד אין סיי ווספארא מצב, פון דיר וועט ער זיך קיינמאל נישט אפרייסן!
מי כמך ישראל!!!

******

- חלק ב' -
"דאס חשיבות פון זיין תפילה"
סיפור מקובל בשגב כוח תפילה הבא מעומק הלב
שסיפר מרן אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע
דער הייליגער בעש"ט האט דערציילט - איין יאר יום הקדוש:
א פריץ וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, האט אריינגענומען צו זיך א יתום פון טאטע מאמע – א זון פון זיין ארענדע וואס איז פריצייטיג אוועק ר"ל. ווען זיינע גוי'שע חברים האבן אים אמאל געטשעפעט "ביסט א איד"! האט אים די פריץ בלית ברירה מגלה סוד געווען, אז ער איז טאקע א איד. זיין הארץ האט אים אנגעהויבן צו ציען צו אידן. ער האט געזען איינמאל אידן פאָרן אויף די הייליגע טעג, אין שטאט אריין, צום גרויסן שול. ער האט געבעטן מען זאל אים מיטנעמען. זיי האבן מורא געהאט פונעם פריץ. איז דער יונגל געגאנגען "צופיס" ביז ער איז אנגעקומען צו יענע שול ווען מ'האט שוין געהאלטן ביי "כל נדרי". ער האט פראבירט צו דאווענען מיט זיין מחזור, אבער ער האט גארנישט געקענט ניטאמאל קיין "עברי". ער איז ארויף אויפן בימה און געשריגן: "רבוש"ע, איך קען נישט דאווענען, נעם אן מיין מחזור כאילו איך וואלט געדאוונט אלע תפילות פון טיפן הארצן.
דער בעש"ט האט אויסגעפירט: דער תפילה האט מבטל געווען אלע שלעכטע גזירות און משפיע געווען א גוט געבענשטע יאר!!!
יא איך בין עס !
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך בין עס ! »

רבותי, ס'קומט מעידזשאר נייעס!
מ'גייט קענען - האפנטליך מארגן - דאונלאודען די איבריגע פלעיס וועלכע זענען אפגעשפילט געווארן פורים בחצה"ק סקווירא פון די פארגאנגענע 10 יאר! דאס רעכנט אריין די פאלגנעדע מעשיות: "די פארסמ'טע ברויט", "איש חסיד הי'", "דער טאנץ פון בער", "גם זו לטובה", "תורת האור החיים הקדוש", "דוד מלך ישראל", און "יוסף מוקיר שבת". דאס קומט בנוסף צו די דריי וועלכע זענען שוין איצט עוועליבעל פאר דאונלאוד ("אברהם אבינו מפרסם אלקותו ית"ש", "בימי מרדכי ואסתר", און די היי-יעריגע שפיל "רבותהון דישראל")
יעדער פון זיי אז עי ריל 'פיס אף ארט' – פול מיט הומאר און תוכן!!!!
ס'אויסגעהאלטענסטע און אנגענעמסטע חוה"מ אונטערהאלטונג פאר זיך און די לעכטיגע קינדערעלעך!
http://purim-plays.com/
Jerseycity
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jerseycity »

קען מען זען?
אדער נאר הערען?
יא איך בין עס !
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך בין עס ! »

יא מ'גייט קענען זען
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אויך קען מען באקומען א סידי צו הערן, מיט א ביכל ווארט ביי ווארט.

עס האט מיר אביסל געגריזשעט אז מען פארקויפט ווי אין בארדיטשוב איז געווען אלע מנהגים אקוראט ווי אין ניי סקווער..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יא איך בין עס !
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך בין עס ! »

ס'איז אפ ענד ראננינג! אלע עם-פי-טרי'ס (mp3) און די-ווי-די'ס (DVD) זענען שוין אויפן סייט! גרייט פאר דאונלאוד!
http://purim-plays.com/page/2/
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יא איך בין עס ! האט געשריבן:ס'איז אפ ענד ראננינג! אלע עם-פי-טרי'ס (mp3) און די-ווי-די'ס (DVD) זענען שוין אויפן סייט! גרייט פאר דאונלאוד!
http://purim-plays.com/page/2/

http://purim-plays.com/
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בלי עין הרע
דער אינגל וואס שפילט אלס אברהם אבינו [תשע"ד] שפילט עפעס מורא'דיג.
ווי זיין צורה טוישט פון וואונדער, צו צומישט, צו פארשטאנד, צו ערנסט, און נאך.
אלעס אזוי קלאר און מערקבאר אויף זיינע פאקסן.
מי הוא זה?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דער וואונדער קינד הייסט בערגער א זוהן פון איינע פון די שפיל אנפירער אויך גאר א טאלאנטפולער פערזאן
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איך מיין אז @your friend וואלט שוין געמעגט ערלעדיגן פראטעקציע ביי ר' וועלוועל ...לאנגזאם, ספעציעל פאר די אייוועלט מיטגלידער, מ'זאל מעגן ארויפלייגן כאטש עפעס סחורה דא.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

כ'האב געשיקט א לינק פון דעם אשכול צו מיין חבר ר' וועלוול און ער האט מיר דאס געשיקט

איך פארשטיי זייער גוט די יודן וואס ווילן דאס זעהן, און איך פארשטיי אז מ'קען זיין ברוגז פארוואס אונז זעמיר אזוי שטרענג וועגען קליפ'ס
די מציאות איז, אז אפאר חברה אין דעי ליין זענען אראפ פון מארקיט ווייל קליפ'ס האט זיי געשאחטן, די יודישע עולם לעכצט נאך אביסל אינטערטעימענט, און מ'שרייט אז ס'איז גארנישט דא, פארוואס? ווייל די יודן זענען א קליין פאלק, ס'נישט גענוג גרויס צו קענען אנהאלטן מיט די אלטע סחורה יעדן טאג ווייל מ'באגעגענט זיך זייער שנעל מיט די זעלבע קראוד וואס האט שוין געזעהן די עקט
סיינפעלד, דער נישט ערליכע קאמידיען וואס איז אין די גואישע וועלט פון די גרעסטע, זאגט אין א אינטערוויא אז ער טוישט זיינע סקריפטס איינמאל אין בערך צוויי יאר, סיי ווייל ס'זייער שווער צו שרייבן און סיי ווייל מענטשן וואס קענען עם ווילן הערן פון עם נאכאמאל די זעלבע ווערטליך, און מ'רעד דא פון איינער וואס האט א ריזיגע שטאב מיט געלערנטע שרייבער'ס.

משא"כ אונז, אני וחברי הקטנים, שרייבן אליינס די סקריפט'ס, איך ווייס נישט צו מענטשן כאפען וויפיל שעות על גבי שעות ס'גייט אריין אין דעם, יעדע שורה פון דעי סקיט'ס זענען אפגעשריבן פארדעם, און דורך געזופט צענדליגע מאל אז ס'זאל זיין גוט יודישלעך און נישט קארני, ואין כאן המקום להאריך, ס'נישט מעגליך צו שרייבן יעדע האלבע יאר א נייע סקריפט, אונז פראביר מיר צו האבן יעדע יאר איין'ס און אזוי לוינט זיך עס און מ'קען עפעס פארדינען, נאך אלע מעשיות איז דעיס נאר א סיי דזשאב.

און די עולם וואס לעכצט אזוי נאך א שמייכל וויל זעהן פרישע סחורה, און אז מ'כאפט א קליפ און ס'פארט ארום, וואס יעדער ווייסט אליין אז ס'נעמט צווישען זעקס סקונדע'ס און זיבן מינוט אז פינעף און זעכציג הונדערט יודן זאלען עס באקומען אויף זייער פאון, (מ'רעד דאך זיכער פון געפילטערטע סעלפאון'ס, וואס?)

אונז קען מען נישט אסר'ן אונז קען מיר נאר בעטן אז מ'זאל נישט כאפען קליפס און נישט שיקען און אוואדע נישט שטעלן אויף פאבליק פלעצער, סיי ס'איוד'ס פרנסה ואהבת לרעך כמוך, און סיי אז יודן וועלן נישט הנאה האבן פון ווערטליך, איך מיין די עולם האט ב"ה הנאה פון דעם און אז ס'לוינט זיך נישט די געלט גייט זיך דעיס אויף הערן, אונז זעמיר גרויסע בעלי חסד אבער צו א געוויסע מאס,

און פאר דעי סיבה גייען מיר צו די אונטערן פלעי'ס, מחייה צו זיין יודן, אונז האב מיר שוין געשריבן אין די מאמענט דערוועגען, מענטשן האבן מיר געפרעגט הע הע עטס גייטס לשם מצוה? ניין, אבער נישט לשם געלט אויך נישט, ווייל פון א סקריפט וואס מיר מאכען קענען מיר איבער ניצען צענדליגע מאל און מיר מאכען זעכציג זיבעציג מאל די געלט, אבער ביי די פלעי'ס קענען מיר עס שפילען איין מאל און דאס איז עס, די די ווי די פארט ארום בכל קצוי תבל און מ'קען גארנישט איבער ניצען.
אפילו מ'צאלט זייער שיין ביי די פלעי'ס אבער די ארבייט איז די זעלבע און זיי קענען נישט באצאלן וויפיל אונז מאך מיר א יאר פון אונזער אייגענע סקיט'ס, נאר וואס דען, ס'איז א מורעדיגע סיפוק צוריק צו הערן וויפיל יודן סיי צובראכענע און סיי גאנצע זענען זיך מחייה מיט די די ווי די'ס השם ישמרינו, און מיט דעם פיל מיר אביסל יוצא געוועהן ידי חובתינו אז מיר האבן א טאלאנט מחייה זיין יודישע קינדער הנתונים בצרה אדער בשביה ביי זיך אינדערהיים.
איך האף אז מ'וועט אונז פארשטיין און נישט זיין ברוגז, אונז וויל מיר מאכען שמייכלן יודן נישט מאכען ברוגז, און אזוי וועט מען קענען ווייטער מהנה זיין דעם ברייטן ציבור מיט גוטע סחורה "לייוו"
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פיטום האט געשריבן:דער וואונדער קינד הייסט בערגער א זוהן פון איינע פון די שפיל אנפירער אויך גאר א טאלאנטפולער פערזאן

אזוי נאטורלעך, ערענסט, וואונדערט זיך, א מינוט שפעטער פארשטייט ער שוין - און מ'זאל ניטאמאל דערקענען אז ס'איז גע'עקט... קעניינעהארע!
אויב קענט איר דעם פאטער זיינעם, וועט איר וויסן אז דאס איז גאלע טאטישקע...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אינטערעסאנט! מנשה לוסטיג האט נישט דעם פראבלעם, ער שרייבט סקריפטס, און שפילט אויף סצענעס, און שיקט עס ארום, נאר וואס יא! מ'צאלט עהם נישט.. און בחינם טיילט ער א שמעק טאבאק.. אויך נישט.
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

מר דאנציגער בחינם באקומט מען לייז...
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

כ'האב געליינט די בריוו פון פעלדמאן און ער איז הונדערט פראצענט גערעכט אבער איך פארשטיי נישט פארוואס זיי זאלן נישט לאזן ארויפלייגן אויף פאבליק פלעצער א קליפ וואס איז געווען למשל פאריאר (דאקטאר - פאציענט), זיי קענען עס שוין סיי ווי נישט איבערמאכן און מצד שני וועט עס זיין אדווערטייזמענט!
שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

פורים שפיל בחצר סקווירא - תשע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער נומבער 1 »

אוי איז דאס געווען א שפיל..

גערעכט, כ'ווייס אז אייביג זענען דא וואס זאגן אז 'דאס מאל איז עס געווען אויסטערליש', 'דאס מאל איז עס געווען אזוינס אין אזעלכס', אבער וואס זאל איך זאגן אז דאס מאל איז עס טאקע געווען עפעס סמעשינג - אזוינס וואס איז נאכנישט געווען, אזוינס וואס איז געווען אפ-נערמאל שיין געלונגען און אויסטערליש אינטערסאנט!

די היי-יעריגע שפיל האט געהייסן 'ועל הניסים' - ווי ס'איז אויסגעשפילט געווארן די גרויסע 'נס חנוכה'!

די שפיל גאר אין קורצן:
אנגעהויבן פון די סדר העבודה אין ירושלים אין בית המקדש, אנגעהויבן ווי מ'מאכט די 'פייס' ווער ס'זאל האבן די זכי' צו מאכן די 'תרומת הדשן', ווי וואשט זיך די הענט און פוס פונעם כיור, ווי מ'רעכט אפ די 'מערכה גדולה - מערכה שניה', ווי מ'באפיצט די חמש נרות, שפריצט די בלוט פונעם 'תמיד של שחר', ווי מ'באפיצט די 'שתי נרות', ווי מ'איז מקטיר די קטורת און ווי די כהן גדול צינד אהן די מנורה, דאן ווי איינער ברענגט א קרבן חטאת אין בית המקדש און ער ווערט נתעורר צו תשובה - בחצרות בית הק בתוככי ירושלים.
דערנאך ווי די 'יונים' נעמען ליידער איין די מקום המקדש און מאכן חרוב דאס גאנצע ארום - להשכיחם תורתיך ולהעבירם מעל חוקי רצוניך, ווי די קינדער תינוקת של בית רבן לערנען תורה מתוך הדחק אין וואלד ביז די יונים קומען, און שפעטער 'אנטיוכוס' גרייט זיך צו גיין מלחמה מיט די אידן ביז ער פאלט דורך די 'עלעפאנט' און די אידן מיט זייער פעלזן פעסטע אמונה ובטחון גייען ארויס אקעגן די יונים אין מלחמה און די מלכות בית חשמונאי זיגט מיט א שטארקייט, דאן ווי די כהנים קומען צוריק אין בית המקדש און טרעפן די קריגל אויל און געקענט צינדן מיט דעם פאר 8 טעג!

די גאנצע עבודת בית הקודש איז געווען גאר גאר רירענד!

כ'האב עס טאקע מיטגעהאלטן לייוו, אבער כ'ווארט קוים מיט שפאנוג פאר די ארויסקום פונעם סידי גאר אין גיכן!
לעצט פארראכטן דורך שלעפער נומבער 1 אום דינסטאג מארטש 14, 2017 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:אוי איז דאס געווען א שפיל..

גערעכט, כ'ווייס אז אייביג זענען דא וואס זאגן אז 'דאס מאל איז עס געווען אויסטערליש', 'דאס מאל איז עס געווען אזוינס אין אזעלכס', אבער וואס זאל איך זאגן אז דאס מאל איז עס טאקע געווען עפעס סמעשינג - אזוינס וואס איז נאכנישט געווען, אזוינס וואס איז געווען אפ-נערמאל שיין געלונגען און אויסטערליש אינטערסאנט!

די היי-יעריגע שפיל האט געהייסן 'ועל הניסים' - ווי ס'איז אויסגעשפילט געווארן די גרויסע 'נס חנוכה'!

די שפיל גאר אין קורצן:
אנגעהויבן פון די סדר העבודה אין ירושלים אין בית המקדש, ווי איינער ברענגט א קרבן חטאת אין בית המקדש און ער ווערט נתעורר צו תשובה - בחצרות בית הק בתוככי ירושלים, דערנאך ווי די 'יונים' נעמען ליידער איין די מקום המקדש און מאכן חרוב דאס גאנצע ארום - להשכיחם תורתיך ולהעבירם מעל חוקי רצוניך, ווי די קינדער תינוקת של בית רבן לערנען תורה מתוך הדחק אין וואלד ביז די יונים קומען, און שפעטער 'אנטיוכוס' גרייט זיך צו גיין מלחמה מיט די אידן ביז ער פאלט דורך די 'עלעפאנט' און די אידן מיט זייער פעלזן פעסטע אמונה ובטחון גייען ארויס אקעגן די יונים אין מלחמה און די מלכות בית חשמונאי זיגט מיט א שטארקייט, דאן ווי די כהנים קומען צוריק אין בית המקדש און טרעפן די קריגל אויל און געקענט צינדן מיט דעם פאר 8 טעג!

כ'האב עס טאקע מיטגעהאלטן לייוו, אבער כ'ווארט קוים מיט שפאנוג פאר די ארויסקום פונעם סידי גאר אין גיכן!

קען מען עס ארויסלייגן דא די קליפ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

Was extremely boring
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:אוי איז דאס געווען א שפיל..

גערעכט, כ'ווייס אז אייביג זענען דא וואס זאגן אז 'דאס מאל איז עס געווען אויסטערליש', 'דאס מאל איז עס געווען אזוינס אין אזעלכס', אבער וואס זאל איך זאגן אז דאס מאל איז עס טאקע געווען עפעס סמעשינג - אזוינס וואס איז נאכנישט געווען, אזוינס וואס איז געווען אפ-נערמאל שיין געלונגען און אויסטערליש אינטערסאנט!

די היי-יעריגע שפיל האט געהייסן 'ועל הניסים' - ווי ס'איז אויסגעשפילט געווארן די גרויסע 'נס חנוכה'!

די שפיל גאר אין קורצן:
אנגעהויבן פון די סדר העבודה אין ירושלים אין בית המקדש, אנגעהויבן ווי מ'מאכט די 'פייס' ווער ס'זאל האבן די זכי' צו מאכן די 'תרומת הדשן', ווי וואשט זיך די הענט און פוס פונעם כיור, ווי מ'רעכט אפ די 'מערכה גדולה - מערכה שניה', ווי מ'באפיצט די חמש נרות, שפריצט די בלוט פונעם 'תמיד של שחר', ווי מ'באפיצט די 'שתי נרות', ווי מ'איז מקטיר די קטורת און ווי די כהן גדול צינד אהן די מנורה, דאן ווי איינער ברענגט א קרבן חטאת אין בית המקדש און ער ווערט נתעורר צו תשובה - בחצרות בית הק בתוככי ירושלים.
דערנאך ווי די 'יונים' נעמען ליידער איין די מקום המקדש און מאכן חרוב דאס גאנצע ארום - להשכיחם תורתיך ולהעבירם מעל חוקי רצוניך, ווי די קינדער תינוקת של בית רבן לערנען תורה מתוך הדחק אין וואלד ביז די יונים קומען, און שפעטער 'אנטיוכוס' גרייט זיך צו גיין מלחמה מיט די אידן ביז ער פאלט דורך די 'עלעפאנט' און די אידן מיט זייער פעלזן פעסטע אמונה ובטחון גייען ארויס אקעגן די יונים אין מלחמה און די מלכות בית חשמונאי זיגט מיט א שטארקייט, דאן ווי די כהנים קומען צוריק אין בית המקדש און טרעפן די קריגל אויל און געקענט צינדן מיט דעם פאר 8 טעג!

די גאנצע עבודת בית הקודש איז געווען גאר גאר רירענד!

כ'האב עס טאקע מיטגעהאלטן לייוו, אבער כ'ווארט קוים מיט שפאנוג פאר די ארויסקום פונעם סידי גאר אין גיכן!
אטעטשמענטס
01Skver (10).JPG
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
אטעטשמענטס
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
פורים שפיל בחצה"ק סקווירא - ע"ז
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די Photographer
חילי גרין
א סקווירא יונגערמאן פון לאנדאן
האט געלייגט דא בילדער פון
פורים שפיל בחצר סקווירא - תשע"ז

https://www.flickr.com/photos/132166262@N04/
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”