פורים שפיל בחצר הקודש סקווירא

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

פורים שפיל בחצר הקודש סקווירא

תגובהדורך your friend » מאנטאג מארטש 24, 2014 6:37 pm

א גוטן.

http://kinnorproduction.com/shop/purim2014/

דאון לאוד און האט הנאה

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 24, 2014 6:41 pm

דאס איז פון דאס יאר תשע"ד?

איך געדענק אז איך האב ערגעץ אין מיין באזיס די DVD פונעם פלעי דארט פון די מעשה פון "נחום איש גמזו". זייער א געלונגענע זאך געווען. ס'איז העכסט פראפעסינאל!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג מארטש 24, 2014 6:44 pm

די שפיל פון תשע״ד האט איבער געשטיגן אלע שפילן פון ביז היינט, הן מיט הומאר הן מיט תוכן. 90 מינוט פון קורת רוח. ווי די עסקני השפיל גיבן איבער, האבן זיי נאך נישט געהאט אזאנא פיד בעק ווי היי יאר!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מארטש 24, 2014 6:44 pm

your friend האט געשריבן:א גוטן.



קויפט און האט הנאה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מאנטאג מארטש 24, 2014 6:49 pm

your friend האט געשריבן:א גוטן.

http://kinnorproduction.com/shop/purim2014/

דאון לאוד און האט הנאה

עס קאסט 20 רייניש.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:23 am

איך האב נישט ארויס דעם סקווירא'ן חסידות, אדער זייער שיטה.
דא זענען זיי שטארק קעגן די אינטערנעט, און פורים האבן זיי געמאכט עפעס א גאנצע פאמפע מיט די בחורים און קינדער קעגן די היינטיגע טעכענאלאגיע און די אינטערנעט, און נאכדעם זעה איך אז זיי פארקויפן זייערע פורים שפיהלן אנליין - א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אז בעלז אדער וויזשניץ אדער סאטמער זאלן טון.
קען מיר איינער דאס מסביר זיין ביטע?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:28 am

טאקע א מורא'דיגע קושיא..
איך פארשטיי נישט סאטמאר, 'זיי' האקן קעגן אינטערנעט, און 'זיי' האבן טוויטער אקאונטס, 'זיי' לאזן נישט גיין צום עצרת, און 'זיי' זענען געווען, זיי לאזן נישט גיין צום כותל, און 'זיי' האב איך געזען דארט..

אה, פאלט מיר יעצט איין אפשר 'זיי' מיט 'זיי' זענען נישט די זעלבע מענטש?..

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:31 am

derech eretz האט געשריבן:טאקע א מורא'דיגע קושיא..
איך פארשטיי נישט סאטמאר, 'זיי' האקן קעגן אינטערנעט, און 'זיי' האבן טוויטער אקאונטס, 'זיי' לאזן נישט גיין צום עצרת, און 'זיי' זענען געווען, זיי לאזן נישט גיין צום כותל, און 'זיי' האב איך געזען דארט..

אה, פאלט מיר יעצט איין אפשר 'זיי' מיט 'זיי' זענען נישט די זעלבע מענטש?..

;l;p- נישט געקענט בעסער ארויסגעברענגט ווערן!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:43 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב נישט ארויס דעם סקווירא'ן חסידות, אדער זייער שיטה.
דא זענען זיי שטארק קעגן די אינטערנעט, און פורים האבן זיי געמאכט עפעס א גאנצע פאמפע מיט די בחורים און קינדער קעגן די היינטיגע טעכענאלאגיע און די אינטערנעט, און נאכדעם זעה איך אז זיי פארקויפן זייערע פורים שפיהלן אנליין - א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אז בעלז אדער וויזשניץ אדער סאטמער זאלן טון.
קען מיר איינער דאס מסביר זיין ביטע?

די קשיא איז נישט אויף די פארקויפען אויף די אינטערנעט ווייל אלעס ווערט פארקויפט אויף די אינטערנעט
די קשיא איז פארען לאזען אויפכאפען וודיאו כדי צי פארשפרייטען וואס דאס איז נישט דא ביי קיין איין חסידות אבער דרך ארץ האט שוין גענטפערט

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:53 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב נישט ארויס דעם סקווירא'ן חסידות, אדער זייער שיטה.
דא זענען זיי שטארק קעגן די אינטערנעט, און פורים האבן זיי געמאכט עפעס א גאנצע פאמפע מיט די בחורים און קינדער קעגן די היינטיגע טעכענאלאגיע און די אינטערנעט, און נאכדעם זעה איך אז זיי פארקויפן זייערע פורים שפיהלן אנליין - א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אז בעלז אדער וויזשניץ אדער סאטמער זאלן טון.
קען מיר איינער דאס מסביר זיין ביטע?



יפה שאלת בני! די תירוץ איז זייער פשוט סקווער נעמט נישט קיין ווידעאוי און פארקויפט נישט אויף די אינטערנעט. ״איך״ דער וואס באזיצט די ניק ״דיין פריינט״ (און די אלע וואס ווייסן וועריך בין וועלן דאס באשטעטיגען, אגב, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילוי) באשטעלט דעם ווידעאוי, און איך פארקויף עס.

און איך בעטיר מאך נישט קיין טראסק ווייל איך וויל נישט מען זאל מיר הייסן דאס אראפ נעמען פון די זייטעל. אזאך וואסיז נישט רחוק מן המציאות.
לעצט פאראכטן דורך your friend אום דאנארשטאג מארטש 27, 2014 5:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג מארטש 25, 2014 9:21 am

איז אין סקווירא א שפיל א נייע זאך, אדער א זאך וואס איז געווען איינגעפירט אין די פריערדיגע דורות אויך
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג מארטש 25, 2014 9:33 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב נישט ארויס דעם סקווירא'ן חסידות, אדער זייער שיטה.
דא זענען זיי שטארק קעגן די אינטערנעט, און פורים האבן זיי געמאכט עפעס א גאנצע פאמפע מיט די בחורים און קינדער קעגן די היינטיגע טעכענאלאגיע און די אינטערנעט, און נאכדעם זעה איך אז זיי פארקויפן זייערע פורים שפיהלן אנליין - א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אז בעלז אדער וויזשניץ אדער סאטמער זאלן טון.
קען מיר איינער דאס מסביר זיין ביטע?


איך האב זיך טאקע אויך געוואונדערט ווי אזוי א רבי קען שטיין און כאפן ווידיאו און דערנאך פארקויפן אויפ'ן אינטערנעט........
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג מארטש 25, 2014 9:38 am

your friend האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב נישט ארויס דעם סקווירא'ן חסידות, אדער זייער שיטה.
דא זענען זיי שטארק קעגן די אינטערנעט, און פורים האבן זיי געמאכט עפעס א גאנצע פאמפע מיט די בחורים און קינדער קעגן די היינטיגע טעכענאלאגיע און די אינטערנעט, און נאכדעם זעה איך אז זיי פארקויפן זייערע פורים שפיהלן אנליין - א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אז בעלז אדער וויזשניץ אדער סאטמער זאלן טון.
קען מיר איינער דאס מסביר זיין ביטע?



יפה שאלת בני! די תירוץ איז זייער פשוט סקווער נעמט נישט קיין ווידעאוי און פארקויפט נישט אויף די אינטערנעט. ״איך״ דער וואס באזיצט די ניק ״דיין פריינט״ (און די אלע וואס ווייסן וועריך בין וועלן דאס באשטעטיגען, אגב, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילוי) באשטעלט דעם ווידעאוי, און איך פארקויף עס. און די ביסל געלט וואס קומט אריין ניץ איך צו באצאלן די פילע הוצאות פון די פלעי.

און איך בעטיר מאך נישט קיין טראסק ווייל איך וויל נישט מען זאל מיר הייסן דאס אראפ נעמען פון די זייטעל. אזאך וואסיז נישט רחוק מן המציאות.


יפה עשית 'אבי'! איך האב זיך דאס איינגעהאנדלט און געזיצן צוגעשפאנט אויף א גרויס חלק דערפון!

בגשמיות - איז דאס עפעס געוואלדיג, די ארבייט וואס ליגט אין די פראפס, אז אלעס זאל קענען אויפגעשטעלט ווערען און צונומען ווערען אין נאו טיים! סאמטינג ספעשל!!

דער מוסר השכל - איז איינס נאכ'ן צווייטן קולע אל השערה, נוגע לענין וכו' וכו'.

איין פראבלעם - אסאך דזאוק"ס פארשטיי איך נישט, צו דעם מוז מען זעהט אויס זיין אן אינסיידער.

דער סקווירא רבי זיצט אויך דארט בשעת מעשה? מען זעהט איהם נישט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג מארטש 25, 2014 9:41 am

הרב פרעגער, שקויעך פארן קןיפן.
די יאר איז געווען אפשר איין אינסייד דזאוק. א חוץ אויב די אראמישע שפראך דזאוק איז קאנסידערט א אינסייד דזאוק....
יא, די רבי זיצט דערביי א גאנצע צייט.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 25, 2014 10:28 am

איז שייך צו זען א שטיקעלע פריוויו?

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:23 pm

תגובהדורך זיי געזונט » דינסטאג מארטש 25, 2014 10:45 am

כ'האב טאקע שוין אסאך געהערט איבער די סקווירא פלעי... בעקיר דער לאנגזאם ... ער איז גוטע נייעס... כ'האב אים געזען ביי די סאטמערע דינער...
כ'בין שוין צוגעווינט צו זען נאך פורים און 'די וואך' בילדער פונעם פלעי און כ'מיז זאגן ס'קוקט אויס מעכטיג...
ווער שטייט טאקע אינטער אזא פארפעשנל פלעי ס'איז טאקע צוזאם געשטעלט נאר פון סקווירא יונגעלייט?
ווער איז די ברוח התוכן ? טאקע דער לאנגזאם?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:15 am

איז כאטש דא א ספעציעלע אייוועלט קיופאן?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:40 am

כ'מיין פריינד ועוד למשיח,
די שפיל היי יאר איז טאקע געווען עפעס משהו משהו,
און ווי פרעגער ברענגט ארויס איז אלעס אזוי שיין און פראפעסיאנאל אהערגעשטעלט.

זיי געזונט האט געשריבן:כ'האב טאקע שוין אסאך געהערט איבער די סקווירא פלעי... בעקיר דער לאנגזאם ... ער איז גוטע נייעס... כ'האב אים געזען ביי די סאטמערע דינער...
ווער איז די ברוח התוכן ? טאקע דער לאנגזאם?


לאנגסאם איז געווענטליך פון די מעין עקטערס, און ער גיבט צו אסאך חיות צו איעדע שפיל,
אבער פארשטייט זיך אז אזא שפיל קען נישט ווערן געמאכט דורך איין אדער צוויי פערזאנען,
וואכן און חדשים זיצן א גרופע פון יונגעלייט און ארבעטן אויס די דעטאלן, פראפס, מ'שרייבט א סקריפט, מ'צוטיילט די עקטערס ווער איז גוט פארוואס, וכו' וכו' וכו',
און די אמת איז אז די אלע סקיטס וואס די חברה גייען ארום פאָרשטעלן ווערט אויסגעארבעט דורך די גרופע געלונגענע יונגערלייט, משמחים אלקים ואנשים.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מארטש 25, 2014 12:13 pm

ווי לאנג נעמט דאס שפיל?

איז דא אויך פון פריערדיגע יארן?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג מארטש 25, 2014 12:23 pm

שפיל איז א שעה מיט א האלבן.
קען זיין אז איך וועל ארויף לייגן פון די פריעדיגע יארן.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג מארטש 25, 2014 12:35 pm

אויך געהערט אז ס'איז געווען עפעס געוואלדיג.
איז שייך צו לייגן א פריוויא?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 25, 2014 12:38 pm

דאס וואס איך האב געזעהן (נחום איש גמזו) איז רעקארדירט געווארן באהאלטן דורך עמיצער אין ווייבער שוהל, דורך איינע פון די לעכער... איז דאס בעסער אפגעכאפט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » דינסטאג מארטש 25, 2014 2:11 pm

די דור האפלגה חלק איז בעסטע....
עס זעט אויס ווי מען האט נישט גערעט דארט אויפן פלאטץ נאר געמאכט מיט הענט און פיסת איה?
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 25, 2014 2:29 pm

derech eretz האט געשריבן:.........
אה, פאלט מיר יעצט איין אפשר 'זיי' מיט 'זיי' זענען נישט די זעלבע מענטש?..

אה! דאס איז זייער א וויכטיגע דערהער אין גאנצן לעבן! אסאך בלוט וואלט געקענט פארשפארט ווערן אויב לעבט מען מיט די מציאות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 25, 2014 2:30 pm

און איך כאפ נישט פארוואס מען איז בכלל ביזי צו פארענטפערן אזא שאלה
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט