א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי ר' יו"ט עהרליך... די דריי ווערטער ברענגען ארויס א געוואלדיגע נאסטאלגיע... די זיסע ניגונים, די געשמאקע צוגעפאסטע ווערטער, די אלט-מאדישע מוזיק... אוי בענקט זיך נאך יענע צייטן...

איי, וואס האב איך מיך יעצט דערמאנט?

לעצטנס איז געווארן א שטיקל ווינט פון פארשידענע דירעקציעס, צוריקצוברענגען דעם אלטן דור - און מעגליך אויך אריינברענגען דעם נייעם דור - אינעם בא'טעמ'ט וועלטל פון ר' יו"ט עהרליך'ס ניגונים.

עטליכע מפיצים האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן די אלטע טעיפס פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל, זה בכה וזה בכה. איינער פאר ביליג און איינער פאר ביליגער. יעדער אויף אן אנדערן פארמאט און מיט אן אנדערע מעלה.

און ווען איך דערמאן מיך פון מיינע יוגנט יארן, ווען כ'האב זיך געלייגט מיט "יאנטעפערליך" און אויפגעשטאנען מיט'עם, כ'האב געאטעמט מיט זיינע ניגונים, זיך געלערנט זינגען אויף זיינע ניגונים, ברענגט דאס אריין עפעס א געוואלדיגע בענקעניש, נאסטאלגישע געפילן, א ווילן צוריקצוגיין צו יענע יארן און זיך אנכאפן דערין שטארק, כיתד שלא תמוט; א ווילן צוריקצודרייען דעם זייגער און דעם לוח, מאכן א יו-טוירן צוריק צו יענע תקופה, זיך אראפזעצן ביים אלטן גרויסן "שיך-באקס" טעיפ-רעקארדער, זיצן צוגענאגלט ביים טיש, די אויערן צוגענייעט צו די קראצעדיגע ספיקערס, די פינגערס צוגעקלעבט צו די זעקס קנעפלעך, און זיך צוהערן צו דעם קול ערב ומתוק פון ר' יו"ט'ן, באגלייט מיט די הארציגע צוגעשפילטע מוזיק אויפ'ן אקארדיאן, פון ר' יו"ט אליין.

און ווען איך באשליס אז איך וויל געבן צו קאסטן פאר מיינע קינדער דעם לויטערן תענוג רוחני, זאלן זיי אויך וויסן וואס ס'מיינט א אידישער ניגון, זאלן זיי אויך שפירן א אידישן טעם אין א ניגון, לויף איך אויף אלע צוויי און איך קויף א סעט פון אלע טעיפס, אויפ'ן פארמאט וואס איז דאס בעסטע געאייגנט פאר מיר.

איך לויף אהיים מיט א שמחה. דאס רעקל האב איך נאכנישט אויסגעטון, אבער איך שטיי שוין ביים מוזיק-שפילער, מ'לייגט אריין דעם סי-די, מ'רופט צוזאמען די קינדער און מ'האלט א קורצע רעדע פאר זיי: זאלט איר וויסן זיין טייערע קינדערלעך. ס'געווען אמאל א איד, געהייסן האט ער ר' יום טוב עהרליך. "אבער פארוואס אזא 'פאני' נאמען?", ווילן די קינדער וויסן. אה, וועל איך ענק זאגן. יו"ט האט ער געהייסן, ווייל ווען ער האט ארויסגעגעבן א טעיפ איז געווען א יו"ט אין יעדע אידישע שטוב, און עהרליך האט ער געהייסן, ווייל ער איז געווען אן ערליכער איד.

גיי מיר ווייטער: איז זאלט עטץ וויסן קינדער, דער איד, דער ערליכער איד, האט ארויסגעגעבן אאאסססאאאךךך אסאאאאך טעיפס. איך מיין אז זעקס און דרייסיג, אדער עפעס אזוי. ער האט געזונגען זייער ערליכע און שיינע ניגונים, טאטי האט עס זייער ליב געהאט, און איך האף אז ענק וועלן עס אויך ליב האבן. ווער ס'וועט זיצן שיין און הערן די טעיפ, וועט באקומען א רויטע פאקסי-פאפ.

פיין. מסכים. א גוט געשעפט.

גייט דער טאטע, צינדט אן דעם סי-די, און ר' יו"ט הייבט אן צו זינגען. נו, קענט איר זיך פארשטעלן וואס ס'האט זיך אפגעטון ביי מיר אין נשמה? די געפילן האבן געברויזט פון פרייד און בענקעניש אינאיינעם. "...זיצט אויפ'ן טראקטאר א בחור א העלד, דרייווט דעם טראקטאר ווי א שיף אויפ'ן פעלד, יאקאב דער זינגער געהעיסן האט ער, קעינער עס וועיסט ניט פון וואנען און ווער... אוי אמר רבא, אמר רב פפא... רשב"א רבינו תם, עס איז גארניט דא קיין בעסערן טעם..." טרא לא לא לא ליייייי......

דער מצב ווערט ערנסטער און ערנסטער, אבער דאס איז נאר ביים טאטן זאל זיין געזונט. משא"כ די קינדערלעך, זיי זיצן און לאכן. "יוי, ער זינגט אזוי פאני...", "עי, איך פארשטיי נישט וואס ער זאגט...", אדער "טאטי, ער רעדט ענגליש...". און געענדיגט האט זיך דער געהויבענער מעמד, מיט די ווערטער: "טאטי, איך האב נישט קיין געדולד. צינד אן יאסעלע פליט... אדער ר' דוד חנני'..."

שיין זעהמיר אויס...

*

אוי ר' יו"ט טייערער! קוקטס וואס ס'איז געווארן מיט אונזער דור. א שאד, א שאד. ווען וועלט וואלט געווען וועלט, ווען די היינטיגע קינדער וואלטן געהאלטן ביים הערן "שלא עשני גוי" אנשטאט "בן בג בג", אדער "יוסף מוקיר שבת" אנשטאט "משיח", אדער אפשר "אליה-ו הנביא" אדער "יציאת מצרים" אנשטאט "קעניינעהארע", ווער ווייסט צי דער דור וואלט נישט אביסל בעסער אויסגעזען???

אוי ר' יו"ט. דאס הארץ ווערט צעריסן פון צער. א שאד אויף די טייערע מתיקות'דיגע ניגונים וואס ווערן פארלוירן. א שאד אויף אייער געשמאקע שטימע וואס איז באגראבן געווארן אויף שטענדיג. א שאד אויף אייער יראת שמים וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין אייערע רעקארדס און טעיפס, אבער איז ליידער נישט מיטגעגאנגען מיט די יונגערע דורות.

א שאד, א שאד.

אז מ'טראכט אריין וויפיל אונזער דור האט פארלוירן, ווערט דאך ביטער. געוואלד, וויפיל יראת שמים ר' יו"ט עהרליך פלעגט אריינלייגן אין אונזערע הערצער. וויפיל מדות טובות. וויפיל דרץ ארץ. וויפיל אפשיי פון די גויים און זייערע תאוות. וויפיל התרחקות פון "לוקסוס". וויפיל מעשיות פון חז"ל, עובדות פון צדיקים, משלים, ווערטלעך מיט א מוסר השכל.

אוי ר' יו"ט, ס'בענקט זיך נאך אייך...

*

און ס'איז נישטא קיין פאסיגערס צו ענדיגן, ווי מיט די ווערטער פון ר' יו"ט ערליך ז"ל זעלבסט, אויפ'ן טעיפ "שלא עשני גוי":

ניטא היינט קיין צייטונג, בוך אדער מאגאזין,
וואס קיין טריפה'נע בילד זאל נישט זיין דערין,
און די רעקארדס האבן זיך אזוי געמערט,
מיט ווילד פרעמדע ניגונים וואס מען האט דאס ביי אונזערע טאטעס קיינמאל נישט געהערט,
מיט די ניט-היימישע טאוולען וואס נאר פון קוקן אויף דעם,
קאן ניט צוקומען קיין יראת השם,
און די קינדער פון די פרעמדע געדאנקען, ווילדע געזאנגען,
קריגן פרעמדע געפילן מיט פרעמדע פארלאנגען.
נאכער קומט מען צו לויפן צום רבי'ן מיט געלט,
געוואלד, די קינדער ווילן נישט לערנען, עס ציעט זיי צו דער וועלט,
די טאכטער וויל נישט נעמען דעם חתן וואס מ'וויל איר געבן,
זי וויל לעבן אן אנדערן לעבן,
דאן קען מען שוין קיין עצה נישט געבן.
פאנגט אן הערן נאר וואס איר מוזט,
נאכער וועט איר זעהן ווי דאס איז געווען פוסט,
און אזוי ווייניגער און ווייניגער ביז איר וועט זיך אפגעוואוינען געוויס.
פאנגט אן הערן ערליכע זאכן, ממשות,
פארהאנען היינט טעיפס פון תורה און מוסר'דיגע דרשות,
און ערליכע מוזיק,
דאס וועט אייך ברענגען צום אמת'ן גליק,
און אייערע קינדער אומקערן צו אייך צוריק.
און איר מוזט ווייזן פאר אייערע קינדער קלאר און גענוי,
אז א איד איז אנדערש ווי א גוי,
און דאס קאנט איר נאר טאן אזוי,
ווען איר וועט מיט אים שטענדיג חזר'ן די ברכה: שלא עשני גוי!


היי, שלא עשני גוי, שלא עשני גוי...
לעצט פארראכטן דורך מאשקע אום דאנערשטאג יולי 17, 2008 11:01 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך וויין מיט מאשקע, איי ווי גוט דו זאגסט, איי ווואס מיר האבן פארלוירן.

דעם ניגון וואס דו האסט אנגעכאפט מיט "יאקאב" דער העלד, סתם אזוי ארויסגעגליטשט פון אינטער דיין ארבעל? איי איז דאס הארציג, דאס מסירת נפש פונעם בחור'ל, איי איך וויין מיט, אביסל געפיל אביסל הארציגקייט ווי נעמט מען היינט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'האב געהערט נאך זאגן, אז די מעשה מיט יאקאב, איז געווען מיט אים אליין, (נישט קאנפירעמט.)
מאשקע, א גוטער בעל מספיד.
ת.נ.צ.ב.ה.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

בס"ד

מאשקע , כ'שטים מיט מיט יעדע ווארט

די אינהאלט פין די היינטיגע טעיפ'ס איז זייער זייער אויף א נידריגע שטאפעל

ס'קומען ארויס טעיפ פין כל מיני ברואים אין די עלטערען מיזען לויפען קויפען וייל די קינדער זאגען אז יעדער האט עס
אין ברענגט אריין אין הארצט די ווילדקייט פין די גאס
די כוח הנגינה איז גרויס אין מען דארף אכטונג געבען וואס מען הערט אין אוואדאי וואס מען ערלויבט די קינדער צי הערען

כ'ברענג דא צי א שטיקעל פינעם ספר עבודת עבודה פינעם טאשער רבי שליט"א ווי ער רעט פין די ענין פין נגינה
אטעטשמענטס
tosh 002.jpg
tosh 002.jpg (94.89 KiB) געזען 11561 מאל
tosh 001.jpg
tosh 001.jpg (96.01 KiB) געזען 11573 מאל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקע מיט טרערן אין די אויגען וועקסטו אויף מיינע אלטע זכרונות , איך האב געוינט נעבן ר' יו"ט און ROSS ST 190 ער פלעג מיר געבן א קניפ אין בעקל ווען איך האב אים געזאגט אז מיין מאמע האט מיר געקויפט א נייע וי"ט ערליך טעפ
פון די שבת טעפ האב איך אים געזאגט אז איך פארשטיי נישט האט ער מיר געגעבן א בוק וואס ער האט געשריבען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

מאשקע, הערליך ארויסגעברענגט דעם פאזעטיווער זייט פון ר' יו"ט ערליך'ס געזאנג און דער נעגאטיווער חלק פון א טייל היינטיגע מזמרים וואס גיבען ארויס טעיפ'ס אן קיין שום אידישען געפיל. שולדיג זענען מיר וואס קויפען.
איך האב נאר געהערט ר' יו"ט ערליך דורך א כלי שני, ר' אברהם פריעד'ס צוויי קאסעטע'ס. זיינע ניגונים זענען מלא תוכן און א צוואנג צו יראת שמים און אידישער שטאלץ.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאשקע מאשקע, אוי וויינט דאס הארץ, עס בלוטיגט, פונקט מיין פעיווארעט ניגון האסטו געמוזט יאקאב'ן? עס רייסט די נשמה וואו ווייט מיר זענען דערפון.

זאלן מיינע טרערן אויך גערעכנט ווערן לע"נ.

ביי מיר אין שטוב ב"ה הערט מען נאך זיינע קאסעטן יעדעס מאל מען קומט אריין אין שטוב, מיין טאכטערל לאכט נאר ווען ער שמועסט מיט זיינע קינדערלעך (איי ווי זיס, ווער וואלט היינט ארויסגעגעבן אזא אריגינאלן טעיפ...) אבער ווען ער בעהט זיך ביים אייבערשטן קוקט זי מיט גרויסע אויגעלעך מען זעט אז עס בארירט א קליין קינד -שלא טעם טעם חטא- נשמה'לע.
אטעטשמענטס
20061022_sm.jpg
20061022_sm.jpg (14.04 KiB) געזען 12171 מאל
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

מאשקע, מאשקע, כ'מיין אז יגר'ל האט מזל אז עס איז נישט געווען זיין יארצייט פאר די וואלן.

עניוועי, מורא'דיג און צום פוינט, אבער, די סיבה פון נישט קויפן די קאסעטעס אדער רעקארדס, אויב עס איז נאך דא איז, וויבאלד עס איז געווען זייער נישט קלאר,
אבער איצטערט אז מען האט עס איבער-געמאכט און קלארער געמאכט, גלויב אז א גרעסערע עולם וועט עס קויפן, וגם אני הקטן בתוכם.

איך וועל פארציילן דעם אמת, איך האב זייער ליב זיינע ניגונים, אבער ווען צווייטער זונגט עס, אסאך מאל שוין נאכן גענוג מאל אויסהערן זיינע ניגונים, דורך רעב אברעמעל.
אז איך האב עס שוין גוט געקענט, פלעג איך אים אויסהערן, אמאל איז ער בעסער געווען און אמאל דער צווייטער, צום ביישפיל די ניגון פון די מלאך מיט די תורה, איז ר' יו"ט א סך בעסער,
און די ניגון פון ר' משה לייב סאסובער, מיטן קינד. אדער מיטן בארדיטשובער, ערב יו"פ פארנאכטס. האב איך בעסער ליב דעם צווייטן עס זינגען.

אקעי, עס איז שוין צו געפיליש, איך מוז שוין סטאפן. אבער נאכאמאל מאשקע, זייער א גוטע טעמע, און זייער גוט ארויסגעברעגט.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

יא מאשקע, איך זאך דאס זעלביגע וואס מיינע פארגייער דא האבען געשריבען אויף ר' יו"ט'ען ז"ל א יוד מיט באדייט פונעם ווארט 'יוד',
זייער שיין ארויסגעברענגט זיין תוכן זיין כח הנגינה, מחדש זיין א ניגון האט ער געקענט איינס צוויי, און האבן דערביי א מעשה אויף גראם,
ווי למשל אויף איין טעיפ הערט מען ווי עס ברעכט אויף א פענסטער, פרעגט ווער האט צובראכען די ווינדע? הינדע? און גלייך זינגט ער עפעס א ניגון וואס האט א שייכות,
איי ווי ר' יו"ט האט געשיינט אין יודישע שטיבער , יעצט לייכט ער און שיינט אויף זיין אייביגן רוה, זאל ער טאקע מליץ טוב זיין פאר זיין משפחה און יעדן איינעם,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נאכנישט געליינט מאשקע'ס ארטיקל (איז טאקע יעצט זיין יארצייט?), אבער איך שפיר פאר פאסיג צו ציטירן ווערטער פון בן-עמי (מיין נייע פרענד..) וואס איך האב היינט באמערקט אין זיין וועלטעלעך בלאג, וזה לשונו:

קומען ווען א טאג א הייסער, קומען וועט א טאג א גרויסער...
אט מיט די ווערטער הייבט זיך א ליד אויף איינער פון ר' יו"ט ערליכ'ס קאסעטעס ("חבלי משיח", דאכט זיך). ר' יו"ט ערליך מאלט דארט א בילד ווי עס וועט אויסקוקן באחרית הימים, ווען משיח וועט קומען. א מייסטער אין זיין פאך, באקומט זיך אין ליד א קלאר, פילפארביג בילד פון דעם גרויסן שרעקליכן דעמאלט.

אבער דער חידוש איבער אלעמען איז, וואס אין קאנטראסט צו זיין סטאנדארט פון אויסזינגען די גלוסט צו יענע גוטע צייטן, איז ער דא הארט און ברוטאל-רעאליסטיש. מען פליט נישט הימל-הויך איבער די כמארעס; מען טרעפט זיך נישט מיט די עלטערן, באבעס און זיידעס; און די אידישע שונאים פלאצן נישט פאר צער פאר פייניגן אידישע קינדער. ניין; נישטא אין דעם ליד קיין זכר פון די דאזיגע גוטע זאכן. דא, זענען אידן פארזינקען אין עולם הזה; פארטראגן אין עולם התוהו און פארפאלן אין טאג-טעגליכע דאגות. דא טראגט די גאולה זיך אן ווי א שטורעם. עס בליצט און דינערט און שאקעלט אויף די פונדאמענטן פון דער בריאה.

"אין טאל פון יהושפט דארטן, באשעפענישן אלע סארטן..."

א טארנעדאו האט זיך אנגעטראגן. קיינער כאפט נאכנישט וואס עס קומט פאר, און "ווינטן וועלן נעמען טרייבן, קיינער וועט נישט קענען בלייבן." אלע, אלע ווערן פארטראגן צום גרויסן, פארכטיגן, ענדגילטיגן געריכט, וואו דער אלמעכטיגער מאכט דעם אוניווערסאלן חשבון מיט אלע בעלי בחירה – "עס קומט דער גרויסער יום הדין."

ווייניג, זייער ווייניג באווייזט מיך אזוי אויפצושאקלען און אפילו אויפשוידערן, ווי דער דאזיגער ליד. ר' יו"ט איז געווענליך דער טרייסטער, דער גוטינקער, דער נאענטער חבר. ער ווישט טרערן, זאלבט וואונדן, און צעגלעט הארץ-קנייטשן. אבער נישט דא! דא ווערט ער שטרענג ווי א מוכיח. ער שטייט אויף א בערגל, אויגן נביא'יש פארגלייזט, און שטראפט, דראעט, מיט א מעטאלנער שטימע, קאלט און הארט, וועגן א משפט מיט ווענט אלס פראקורארן און שטיינער -- עדות.

"עס קומט א טאג אן פון נקמה, עס קומט א טאג אן פון נחמה..."
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך_הער האט געשריבן:כ'האב געהערט נאך זאגן, אז די מעשה מיט יאקאב, איז געווען מיט אים אליין, (נישט קאנפירעמט.)
מאשקע, א גוטער בעל מספיד.
ת.נ.צ.ב.ה.


איך האב געהערט א גירסא אז יאקאב איז געווען א ירושלים'ער איד, וואס איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע, טייערער,
דו שפילסט מיר אויף נאסטאלגישע געפילן צו מיינע קינדערישע יארן, מיין מאמע זאל זיין געזונט, קען אויסנווייניג אלע ממש אלע טעיפס פון ר' יו"ט, און אפילו ווען ס'איז נישט געווען די טעיפ, בין איך איינגעשלאפן מיט די מוטער'ס איבערזינגען זיינע ניגונים, ושמן שסכו לי בילדותי היינו דעמד לי בזקנותי, און איך וויל דיך טאקע טרייסטן, מאשקע דו שרייבסט:
א שאד אויף די טייערע מתיקות'דיגע ניגונים וואס ווערן פארלוירן. א שאד אויף אייער געשמאקע שטימע וואס איז באגראבן געווארן אויף שטענדיג. א שאד אויף אייער יראת שמים וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין אייערע רעקארדס און טעיפס, אבער איז ליידער נישט מיטגעגאנגען מיט די יונגערע דורות.
די צער איז טאקע זייער גרויס און טיף, אבער דאך, עוד לא אלמן ישראל, נאך דא א הייפעלע אידן, וואס קלאמערען זיך נאך, איך האב געזען א איד, פארט אין קאר מיט זיינע קינדער, הערט יום טוב ערליך ניגונים, און טייטשט איבער פאר זיינע קינדער יעדע שטיקל, אויף אונזער הברה אז זיי זאלן פארשטיין, איך האב באווינדערט זיין איבערגעגעבנקייט פאר חינוך, איך פרוביר אויך שווער, אז די קומענדיגע דורות זאלן אים הערן, קיינער האט נישט און וועט נישט נאכמאכן ר' יום טוב, ווינישטווי, א טעיפ אפילו ס'איז נאר א דומם, ס'איז דא אזעלכע וואס טענה'ן אז ס'איז א דבר חדש, מ'האט דס נישט געזען אין דערהיים, דאך עפעס א כח ליגט דערין, מ'זעט ס'איז מעורר, מבשרי אחזה, אל תזכור לנו עוונות שטייט, אודה ולא אבוש, דער ניגון צימבלען, האט מיר שוין איינמאל אפגעהאלטן פון נישט באטעמטע עסקים, דאס רייסט דאך ביים הארץ, און ס'איז נישט נאר די ווערטער, נאר די ניגון, די טאן, די ליריקס, די רייכקייט פון זיין זיך אויסדרוקען אין א ניגון, און מער פון אלעם, די אמת'ע יראת שמים זיינע, די נשמה וואס ער לייגט אריין.
דא האט איר די ניגון פון וואס איך רעד, [קרעדיט: קושקע, בניגוני ר' יום טוב ערליך בה"פ].

און לאמיר מכבד זיין אונזער חשובען ר' גימפל'ען,
ער זאל אונז דערציילן ווי אזוי מען וועט אונז פאר דעם "צימבלען".

ליד:

איינער האט אמאל חתונה געהאט,
מיט א גרויסן תלמיד חכם,
און האט צוגעזאגט פארן "הרי את",
אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים,

צוגעדעקט די קאפ וועט זי שטענדיג גיין,
און היטן טהרות המשפחה,
און געקליידעט זיין צניעות'דיג און שיין,
די קיך וועט אויך זיין כהלכה,

און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר,
מען האט געקריגן שלעכטע שכנים,
און זיי האבן זיך מיט די יונגע פ�אר,
גענומען לעבן גוט אינאיינעם,

און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי,
גענומען פירן זיך מאדערן,
מען איז יונגעלייט, און ס'איז א נייע צייט,
מען דארף שעמען זיך אויפהערן,

און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
זי וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען איר נשמה,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!


פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן,
וואס זי האט ניט דערציילט די מאן,
פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט,
פאר די קינדער פאר א גאסט,
פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט,
אפי' אין קאנטרע אין מיטן פעלד,
ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט,
זאכן וואס די תורה האט פארווערט,

אז זי וועט קומען אין די הימלען,
אוי וועט מען איר צימבלען,

צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען!

בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז"ל,
ניט דא קיין צדיק אן עבירות,
און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד,
איז דאך פול מיט אט די זכיות,

א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט,
מען וועט איינשלאפן נישט ביים ווילן,
און אז מען נעמט אראפ, דעם "של ראש" פון קאפ,
דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין,

איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס,
חצופת פול פון אלע זייטן,
איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ,
און איך קענט זיי ניט אויסמיידן,

מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער,
און דער לעבן אן א סדר,
די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווי מען גייט,
און מען פאלט א דורך כסדר,

און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
מען וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען די נשמה,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!

פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק,
פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק,
פאר אנרירן און פאר געבן הענט,
וועט מען קריגן מיט פראצענט,
פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט,
פאר לשון הרע און לצנות רייד,
פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט,
פאר חשש גזילה אפגערעדט,

וועט מען נעמען אין די הימלען,
און מען וועט דארטן צימבלען,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען!

[מאשקע, איך האף ביסט נישט ברוגז, אויף מיין ברייטע אויסשפרייטונג, אין דיין שיין געצעלטל וואס דו האסט אזוי שיין אנגעפלאנצט, איך לאן מיך אן אויף דיין מדה טובה פון סליחה וכפרה].


קרעמער, כ'האב אויך אזוי געזען, אז יאקאב איז זיינס א חבר א סטאלינע חסיד, וואס איז שפעטער אנגעקומען קיין ארץ ישראל און ביי זיין חתונה, האט עס ר' יו"ט פארפאסט לדורן דרשה.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ירא שמים
יישר כח פאר די עבודת עבודה וואס דו האסט אראפגעברענגט.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

בני היכלא, און פאר יעדעם, א ריזיגן יישר כח.

[ראו מה בין בני לבן חמי, איך רעדט פון "זעמל" און מאשקע רעדט פון "ר' יום טוב ערליך"..]

היינט טאקע, ווען מען האט דעם קלארן טעיפ, מיטן ביכל וואס מאכט עס גוט פארשטיין, כולי האי ואולי וועלן מיר נאך זוכה זיין צו אן אכשיר דרא, הלואי
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

פאר אלע יום טוב ערליך ליבהאבער, איך האב נעכטן געזען א הערליכע באשרייבונג אויף ר' יום טוב, זייער שיין באשריבן אסאך אינטערעסאנטע שטריכן פון זיין לעבן און שאפן און זיין מוזיק קאריערע, איך בין געוואויר געווארן א ים מיט נייעס, און אלעס איז קראנט וואס זיין זון מיילעך האט דערציילט, ליינט און האט הנאה.

http://chareidi.shemayisrael.com/archiv ... tures3.htm

אגב, שרייבט ער דארט, אז די ניגון יאקאב, האט ער געהערט אין סאמארקאנד נאך די קריג פונעם בעל המעשה, און שפעטער זייענדיג אין פאריז ביידע, ווען יאקאב האט דארט חתונה געהאט, האט ער דאס געזינגען דאן.

יגר'ל, איך שטיי און ציטער מאשקע זאל נישט ברוגז זיין אויף מיין חוצפה, און דו גראטולירסט מיך נאך, אויב האב איך געמיינט אז איך וועל מיך קענען באהאלטן פון אים, יעצט וועט ער זיכער באמערקן וואס איך האב דא אנגעווערטשאפט.
אבער א שקויעך נעם איך אלל די טיים, זייער גערן, נישטא פארוואס.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

מאשקע און אלע, געוואלדיג גוט באשריבן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א שכויעך פאר יעדעם דא, די אינפארמאציע, די ניגונים אא"וו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח בני-היכלא פארן אויסצימבלן דעם עולם, איך קען דעם ניגון גוט, אבער די ווערטער ליין איך יעצט דעם ערשטן מאל, און... אוי זאגט ער גוט!

אגב, קלער אריין: דאס אלעס האט ער געזינגן בעפארן אינטערנעט!!! וויפיל טעיפס וואלט ער פארפאסט אויף "טשעט"? הא?
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

רבותי! לויפט און קויפט, די נייע ס.ד.'ס און עם פי טרי'ס

עס איז הרליך און קלאר, אריינגעלייגט טויזענטער דאללערס. נעמטס פאר ענק, און פאר די דורות.

דרך אגב,איך מאך נישט קיין קאמישאן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען האט מיר מעורר געווען (כ'זאג נישט ווער) אז צוליב די שפעטע שעה (כ'האב געליינט די תגובה נעכטן שפעט ביינאכט) האב איך פארגעסן צו געבן א דאנק פארן מייסד, דער סגן ראש הקהל מר. מאשקע יצ"ו.

מיין הכרת הטוב איז דאס: איך שטעל אים יעצט אריין אין די סמעטענע פארום!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אוי... נאסטאלאגיע... נאסטאלאגיע... איך, א ווי מאשקע, בני היכלא, און אלע איבעריגע משתתפים, האב זיך אויך אלס קינד אנגעהערט מיט די ניגוני ר' יו"ט עהרליך. און וואו איז דען דא די ווערטער אראפצוגעבן אין שריפט די געוואלדיגע מוסר השכל'ס וואס ליגן אלס פארבארגן אין די קאסעטן.

מאשקע, מאשקע, איי ווי גוט דו האסט דאס אראפגעלייגט, סיי די עצם התרגשות איבער זיינע ניגונים און סיי דער עקל און אפשיי וואס ליגט אין די היינטיגע קאסעטן כאזערייען (אשר אכמ"ל ועוד חזון). איך מיין אז דאס מאל, נאכן ארויסשמירן אזא ערשט קלאסיג ארטיקל, האט פשוט נישט קיין פשט דיך צו קאמפלעמענטירן, ווייל מיטן בלויזן ליינען דעם ארטיקל, וואס איז מלא תוכן און נארהאפטיג אראפגעלייגט, איז דאך שוין הקרעטשמע מספרים מעשה מאשקע... כ'מיין ס'רעדט דאך פון זיך אליין, וויפיל כ'זאל נאר זאגן האב איך מורא אז דאס וועט פשוט זיין אין א בחי' פון "כל המוסיף גורע", ודו"ק.

אבער לדעתי ליגט דא א טיפערער דערהער, און איך וועל דאס שרייבן גאר בקיצור (און אביסל מיט א שווער לשון).

איך וועל זיך מקדים זיין מיט א לשון חובת הלבבות אין שער הבחינה:
"אך רב טוב האלוקים עלינו, בשכל ובהכרה, אשר בהם יחדנו משאר בעלי חיים וכו'. במה שהטיב האלוקים לאדם בדבור, והסדרת הדברים, אשר יליץ בהן על מה שיש בנפשו ובמצפונו, ויכין בהן עניני זולותו, והלשון קולמוס הלב וכו'. וכבר נאמר, כי האדם הלב והלשון ובו השלמת גדר האדם וכו', ובו נבדל מן הבהמות וכו'".
דאס טייטש אזוי, די אלע גייסטישע כוחות און טאלאנטן וואס א מענטש פארמאגט אין זיך, בעת זיי קומען ארויס מן הכח אל הפועל זענען אין די פעולות ניכר דער גאנצער מהות פון דעם מענטש, אזוי איז ביים רעדן, אזוי איז ביים שרייבן און דאס זעלבע איז ביים זינגען. אין די כוחות וואס דער מענטש איז נבדל געווארן מן הבהמה, דייקא אין די כוחות בעת זיי קומען ארויס מן ההעלם אל הגלוי ליגט פארבארגן דער גאנצער מהות האדם. פארשטייט זיך אז די אויבנדערמאנטע כוחות, וואס ענטהאלטן אין זיך אויך דעם כח השפעה - ס'הייסט ס'איז בכח משפיע צו זיין אויף א צווייטן, איז בשעת דער צווייטער נעמט דאס איבער און ווערט נשפע דערפון, קומט דאס אן צו אים מיטן זעלבן כח וואס ער האט דאס מקבל געווען. ווערטער, שריפטן, ניגונים, די אלע דריי האבן א כח משפיע צו זיין אויף א מענטש, ווען א מענטש הערט זיך אן אדער ליינט זיך אן איז ער מקבל אין זיך דעם כח, פון די ווערטער אדער ניגונים, פונעם רעדנער, שרייבער אדער ליינער. עס גייט אריין אין אים די מחשבות פונעם פערפאסער, ווייל די ווערטער, שריפט אדער ניגון, איז נישט מער ווי פאקטישער טעקסט פונעם פערפאסערס מחשבות.

מיט דעם יסוד פארשטיי איך זייער אסאך ענינים. למשל, די גמרא פון שפתותיו דובבת בקבר; אדער דער ענין פון טריפה'נע ביכלעך, וואס צדיקים האבן אויף דעם מרמז געווען כל באיה לא ישובין; צי דער ענין וואס 'לחיים ולברכה' האט מסביר געווען אין היכל הנגינה, אז ווען א מענטש זינגט א ניגון איז ער זיך מחבר צי די נשמה פונעם מחבר הניגון; צי דער אויסדריק וואס מ'הערט זייער אסאך אמאל, אויף א מחבר פון א ספר, אז דער ספר איז העכער פונעם מחבר... ועוד ענינים. ווייל פשט איז, אז בעת א מענטש ברענגט ארויס זיינע אינערליכע טאלאנטן מן הכח אל הפועל, איז דאס נישט מער ווי א שפיגל פון זיינע אינערליכע גייסטישע כוחות, שבו נבדל מן הבהמה, און דער גלוי פון די כוחות זענען פשוט א צועעפנונג פונעם העלם וואס ליגט פארבארגן טיף אינעם מענטש. דעריבער אפי' א מענטש זאל רעדן אדער שרייבן בלויזע דיבורים, וואס אויבן אויף וועלן זיי טייל מאל אויסקוקן כשר וישר, אויב איז ער אבער אינווייניג פארדארבן רח"ל קען מען דאס ליינען צווישן די שורות פון זיינע ווערטער. דאס זעלבע איז מיטן זינגען, א בעל מנגן, בעת ער זינגט ברענגט ער בלויז ארויס דורכ'ן כח הנגינה זיינע אינערליכע מחשבות, דעריבער ווען איר וועט הערן א ניגון פערפאסט דורך אן ערליכן איד איז נישט בלויז פשט אז דער ניגון איז אן ערליכער ניגון, פשט איז אז דער איד איז אן ערליכער און דעריבער טראגן זיינע ניגונים אן ערליכן כאראקטער. וואלט דער איד נישט געווען נישט קיין בעל מנגן, נאר א שרייבער צי א רעדנער, וואלט זיך געווען דערקענט זיין ערליכקייט אין זיינע דרשות אדער שריפטן. (איך האף אז כ'האב גענוג קלאר ארויסגעברענגט וואס כ'האב געוואלט)

לענינינו, ר' יו"ט עהרליך ז"ל, לויט ווי אזוי עס שטעלט זיך ארויס פון זיינע ניגונים איז דער איד געווען א זעלטענער איש מורם מעם שאין דוגמתו. זיין יראת שמים, זיין חסידות, זיינע מדות, זיין עבדות ה', זיינע השקפות, זענען א שפיגעלע וויאזוי א פארצייטישער חסידישער האט אויסגעקוקט. און אז איך האב פאר מיינע אויגן דער כלל, איז מיר שוין נישט קיין ווינדער די 'שמחה של מצוה' וואס דער איד האט געהאט סוכות ביי די שמחת בית השואבה, בעת ער האט מיט זיינע קלעזמער געהויבן דעם גשמיות'דיגן המון צו העכערע קדושה ספערן, וואס אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן: "מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו" איי נאסטאלאגיע...

(ואם נלך בדרך זו בלייבט אבער שווער כמה מניגוני קארלבאך, אויך דאס ענין וואס צדיקים פלעגן נעמען ניגונים פון פויערן און דאס מקדש זיין, ויש לתרצו אף לפי"ז, ועוד חזון)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח.
לאמיך צוטרעפן: דאס איז פון די "די" טעיפ?

די תגובה איז צו די תגובה וואס מ'האט אוועקגענומען פון דא און געשטעלט אין א פרישן אשכול אין היכל הנגינה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איינער קען מיר דערמאנען די מעשה פינעם לייב אין וואלד אויף די שבת טעפ זייער א שיינע ניגין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

לייג ארויף קליפס. שכוח.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

מאשקע, א וואונדער פון אן ארטיקל. דיינע קרעפטן צום אורייתא...

איז דא ערגעץ וואו מען קען ארונטערלאדענען די זאפטיגע סחורה?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”