Advertisement

ניגונים און זינגערס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

משולם גרינבערגער - נייע אלבוים

דינסטאג נובמבר 19, 2013 9:54 am

שפעט ביינאכט די גאנצע הויז איז איינגעהילט אין א טיפע שלאף, שא שטיל, זיץ איך מיט אפאר טענדזשערינס און קיכאלעך און איך הער אויס די אינטערוויא פון צאלי אויף קול מבשר, זייער געשמאק און באלערנד, פלוצלינג ווי א שארט סטאפ אינמיטן העלן נאכט הער איך ווי צאלי זאגט אזוי בדרך לא דרך אז משולם ארבעט אויף א נייע אלבוים!
משולם איז היינט שוין גאר א באקאנטע פיגור בעולם הנגינה, איינער וואס האט אויף זיין רעזימע א גרויסע צאל פאפולערע ניגונים וואס איז אויפגעכאפט און אנגענומען בארץ ובגולה, און דערצו זענען זיינע ניגונים גאר א נייע שניט אשר לא שמעתן אוזן מעולם.

פאלגענד זענען אפאר פון זיינע היטס.
לדור ודור - בתפארתו
כד יתבון -בעני פריעדמאן
דוד המלך -ישראל ווערדיגער
אמור לצרותינו-ישראל ווערדיגער
אין כאלוקינו -אברהם פריעד
נודה לך - יוסף משה כהנא
שפע ברכה -אייזיק האניג
ונזכה לראות בנין ביהמק -בתפארתו
תורתו מגן לנו -צאלי גאלד
ומסימני המאמין -צאלי גאלד
ולא נבוש -צאלי גאלד
לעשות רצונך -בתפארתו
ועוד ועוד.....

פאר אכט יאר צוריק האט משולם ערצייגט א הערליכע סידי כשמו כן הוא, בתפארתו. אויף יענע אלבוים זינגט ער אינאיינעם מיט די דעלמאטסדיגע ילד הפלא אהרן הלוי, עד היום איז דאס פון מיינע פעיווארד סידיס, הערליכעיכע ניגונים און א באטאמטע איידעלע קול.

יעצט וועלן מיר ווארטן מיט שפאנונג צום ערשיינוג פונעם נייעם אלבוים, און מקען זיך אודאי פארשטעלן אז עס וועט קומען איינס און א גוטס.


דא אין דעם אשכול איז געלאדענט יעדער וואס ווייסט עפעס ארום דעם אלבויםם האט שוין ארויסגעגבן איין אלבוים פאר אכט יאר צוריק -בתפארתו. אויף יענעם אלבוים זינגט

Advertisement

דינסטאג נובמבר 19, 2013 10:09 am

האב איך אויך געהערט די געוואלדיגע נייעס דארט אויפן אינטערוויא, כ'קען קוים ווארטן דערויף! זיין ערשטע אלבום הער איך נאך אלץ אויס.

דאכט זיך אז זיין שטימע האט זיך היבש פארבעסערט אין די לעצטע פאר יאר.

דינסטאג נובמבר 19, 2013 10:19 am

והיה עיניך רואות במה המדובר..
עטעטשמענטס
Picture1.png
Picture1.png (35.25 KiB) געזעהן געווארן 1566 מאל

דינסטאג נובמבר 19, 2013 11:40 am

viewtopic.php?p=472428#p472428

דינסטאג נובמבר 19, 2013 1:44 pm

ער האט אמאל געמאכט א שיינעם ניגון אויף ובמקהלות, אינטערסאנט צו עס וועט זיין אויף דעם אלבוים

דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:19 pm

כווייס נישט האט געשריבן:ער האט אמאל געמאכט א שיינעם ניגון אויף ובמקהלות, אינטערסאנט צו עס וועט זיין אויף דעם אלבוים


פארגאנגע יאר ווען מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז געפארען קיין ארץ ישראל,איז ארויסגעקומען א אלבוים ישמח מלך, דערינען איז געווען צוויי ניגונים פון משולם, איינס דערפון איז געווען אויף די ווערטער ובמקהלות, אוי. האט דאס געקנאקט אויף ככר השבת. אויב מיינסטו דעם ניגון, גלייב איך נישט אז ער וועט דאס נאכאמאל ארויף לייגן אויף זיין אלבוים.

דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:24 pm

בוידעם האט געשריבן:אוי. האט דאס געקנאקט אויף ככר השבת.

;l;p-

דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:40 pm

עס איז א שטייטע שיינע ניגון וואס ער האט פארפאסט צום מעמד קידוש החמה שע"י העדה החרדית

מיטוואך נובמבר 20, 2013 3:13 pm

דער משולם הנ"ל האט א זעלטענע כשרון בליע"ר, אויסערדעם וואס אלע זיינע ניגונים זענען אזוי שיין, זינגט ער הערליך אויכעט..

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 8:56 pm

לערענדיג חומש רש"י די טעג בין איך אנגעקומען צום רש"י אויפען פסוק "ואני" איז מיר ארויף געשווימען דעם הערליכען ניגון פין משולם אויף דעם, זינגטס אלע מיט אוי דע לך אוי דע לך.... אוי מאמע וויש אפ דיינע טרערליך, מנעי מבכי קולך, אט קימט שוין אן דער גאולת עולם, מ'גייט אהיים לגבולם.
משולם הארי אפ ווי קענט וועיט טא מאטש לאנגער!!
איי ושבו בנים לגבולם איי ושבו בנים בנים לגבולם, שטארקטס ענק ברידערליך ....

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:38 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:לערענדיג חומש רש"י די טעג בין איך אנגעקומען צום רש"י אויפען פסוק "ואני" איז מיר ארויף געשווימען דעם הערליכען ניגון פין משולם אויף דעם, זינגטס אלע מיט אוי דע לך אוי דע לך.... אוי מאמע וויש אפ דיינע טרערליך, מנעי מבכי קולך, אט קימט שוין אן דער גאולת עולם, מ'גייט אהיים לגבולם.
משולם הארי אפ ווי קענט וועיט טא מאטש לאנגער!!
איי ושבו בנים לגבולם איי ושבו בנים בנים לגבולם, שטארקטס ענק ברידערליך ....


יא איך בין מסכים צו דיר, עס איז א זעלטן שיינע ניגון.

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:41 pm

אויף וועלכע סידי קען מען הערן די ניגון פון משולם?

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:47 pm

Forkosh האט געשריבן:אויף וועלכע סידי קען מען הערן די ניגון פון משולם?

משולם'ס אלבום "בתפארתו"

זונטאג דצמבר 15, 2013 5:26 am

אויף ווען רעדט מען?

זונטאג דצמבר 15, 2013 10:58 am

אויב איר פרעגט אויף ווען מען רעדט, ווייזט אויס אז איר זענט נישט צו פיל באקאנט מיטן פראצעדור פון ארויס גיבן א סידי, עס איז אוממעגליך צו וויסן, אויב איינער זאגט יא א זמן קען מען רואיג צולייגן לכל הפחות זעקס חדשים פלאס

זונטאג דצמבר 15, 2013 12:57 pm

אויב געט ארויס אזאנס ווי בתיפארתו דעמאלטס איז גוט.

ווער עס האט עס נאכנישט געהערט וואלט איך אים געראטן ער זאל עס קויפן, עס קאסט שוין היינט אין די געשעפטן בערך 6-7 דאלער.

זונטאג דצמבר 15, 2013 1:56 pm

[quote="מצב כללי"]אויב געט ארויס אזאנס ווי בתיפארתו דעמאלטס איז גוט.

נאך דערצו אויב לייגט ער צו די אייגענע הארמאנעיס און קווייער דאן וועט נישט נאר זיין גיט נאר געוואלדיג

דינסטאג מאי 27, 2014 1:57 pm

סינגולדה שפילט גיטאר און עקוסטיק גיטאר פאר'ן סידי. ערענזשער י-הודה גלילי זיצט נעבן אים.
עטעטשמענטס
Bl50NwmIEAEWBxl.jpg
Bl50FaKIUAAs6cT.jpg

מיטוואך מאי 28, 2014 12:54 pm

עני דיטעילס?

מאנטאג יוני 02, 2014 3:59 pm

מוזיקאליש האט געשריבן:עני דיטעילס?


עני אפדעיטס?

מיטוואך יוני 18, 2014 7:20 pm

משולם ווען געסטו ארויס דיין טעיפ איך ווארט דערויף בכליון עיניים.

מיטוואך יוני 18, 2014 9:08 pm

ג"א מצטרף. אטליעסט נייעס און אפדעיטס.

מיטוואך יוני 18, 2014 9:53 pm

כקען קוים ווארטן

מיטוואך יוני 18, 2014 10:21 pm

רבותי, ביטע נישט אנציען די נערווען, נאר תגובה'ענען ווען ס'איז דא נייעס

מיטוואך נובמבר 19, 2014 6:35 pm

בטעות אנגעקומען צו דעם אשכול יעצט, באמערק איך א אינטערסאנטע צופאל, דעם אשכול האב איך געפענט פונקט א יאר צירוק אינעם ענגלישען דאטום, והוא פלאי.
תכלית, וואס האט מען אויפגעטון כלפי דעם נייעם אלבום דרכאויס א צייט אפשניט פון א יאר??
איינער האט עפעס דעטאלן?
שרייב א תגובה

Advertisement