בלאט 1 פון 1

נייע סידי פון ר' בערל סופר "מייסטער העלד"

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 3:42 pm
דורך שלעפער נומבער 1
די עלטערן וואס האבן געקויפט פאר די קינדער די ערשטע צוויי 'אייגענע' סידי'ס פון ר' בערל, צוויי דיימאנטן און מייסטער שליסל, ווייסן גוט פארוואס דאס איז אזא ברעכעדיגע נייעס!

יאפ! ר' בערל קומט אין די קומענדיגע וואך צוויי ארויס מיט א נייע 'אייגענע' סידי וואס וועט הייסן 'מייסטער העלד'.

ווי די פריעדיגע צוויי סידי'ס איז ר' בערל דאס מאל אויך אויפגעקומען מיט געוואלדיגע רעיונות וויאזוי צו מאכן די סידי העכסט אינטערעסאנט, רייך און באלערנד אויפן העכסטן ניווא.

לויט מ'געבט אונז איבער וועט דער סידי שוין זיין אין די געשעפטן סוף די וואך אדער אנהייב פון קומעדיגע וואך!

עלטערן, לייגט אוועק אלע איידיעס פון חנוכה פרעזענטס פאר די קינדער...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 3:43 pm
דורך זארג נישט
יויש כ'מיין כ'וועל מיך נישט קענען איינהאלטן דאס צו געבן נאך פאר חנוכה

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 4:19 pm
דורך חיימאוויטש
הו הא! דאס איז גוטע נייעס!

הוי האבן זיך די קליינע באלעקט מיט זיין פריעדיגע טעיפ מייסטער שליסל.

מ'האף מיר עס אי"ה צו קויפן גלייך.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 7:04 pm
דורך לכאורה
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:די עלטערן וואס האבן געקויפט פאר די קינדער די ערשטע צוויי 'אייגענע' סידי'ס פון ר' בערל, צוויי דיימאנטן און מייסטער שליסל, ווייסן גוט פארוואס דאס איז אזא ברעכעדיגע נייעס!

יאפ! ר' בערל קומט אין די קומענדיגע וואך צוויי ארויס מיט א נייע 'אייגענע' סידי וואס וועט הייסן 'מייסטער העלד'.

ווי די פריעדיגע צוויי סידי'ס איז ר' בערל דאס מאל אויך אויפגעקומען מיט געוואלדיגע רעיונות וויאזוי צו מאכן די סידי העכסט אינטערעסאנט, רייך און באלערנד אויפן העכסטן ניווא.

לויט מ'געבט אונז איבער וועט דער סידי שוין זיין אין די געשעפטן סוף די וואך אדער אנהייב פון קומעדיגע וואך!

עלטערן, לייגט אוועק אלע איידיעס פון חנוכה פרעזענטס פאר די קינדער...

וואס מיינט דאס "די עלטערן וואס האבן געקויפט"? דו קענסט עלטערן וואס האבן דאס נישט געקויפט? [ס'קען נישט זיין אז דו מיינסט צו זאגן לאפוקי פון די עלטערן וואס האבן דאס באקומען פון די אור עלטערן אלס חנוכה אדער פורים אדער פסח מתנה, ווייל פארוואס זאלן זיי נישט זיין פונקט אזוי פרייליך צו די פרישע סי.די. פונעם מייסטער מלמד?].

אגב, וואס איז די קוועטש פון "אייגענע סידי"?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 8:50 pm
דורך ידיד
לכאורה האט געשריבן:וואס מיינט דאס "די עלטערן וואס האבן געקויפט"? דו קענסט עלטערן וואס האבן דאס נישט געקויפט? [ס'קען נישט זיין אז דו מיינסט צו זאגן לאפוקי פון די עלטערן וואס האבן דאס באקומען פון די אור עלטערן אלס חנוכה אדער פורים אדער פסח מתנה, ווייל פארוואס זאלן זיי נישט זיין פונקט אזוי פרייליך צו די פרישע סי.די. פונעם מייסטער מלמד?].

לאפוקי פון די עלטערן וואס האבן געקאפיעט...

לכאורה האט געשריבן:אגב, וואס איז די קוועטש פון "אייגענע סידי"?

ווי איך פארשטיי איז ר' בערל איז שוין געווען אינוואלווד אין מערערע קינדער אלבומס וואו ער האט ארויסגעהאלפן מיט פארשינדנס, אבער די צוויי אויבענדערמאנע אלבומס זענען זיין אייגענע פראיעקט מתחילה ועד סוף.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2013 11:54 pm
דורך למעלה משבעים
דאס איז געוואלדיגע גוטע נייעס, עמער ווארטן מיט שפאנונג.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 12:46 am
דורך לכאורה
ידיד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:וואס מיינט דאס "די עלטערן וואס האבן געקויפט"? דו קענסט עלטערן וואס האבן דאס נישט געקויפט? [ס'קען נישט זיין אז דו מיינסט צו זאגן לאפוקי פון די עלטערן וואס האבן דאס באקומען פון די אור עלטערן אלס חנוכה אדער פורים אדער פסח מתנה, ווייל פארוואס זאלן זיי נישט זיין פונקט אזוי פרייליך צו די פרישע סי.די. פונעם מייסטער מלמד?].

לאפוקי פון די עלטערן וואס האבן געקאפיעט...
איך האב אמאל געהערט אז קינדערישע סידי'ס קאפירט מען נישט אזויפיל, ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו... כ'מיין אין אדם חוטא ולא לו.

לכאורה האט געשריבן:אגב, וואס איז די קוועטש פון "אייגענע סידי"?

ווי איך פארשטיי איז ר' בערל איז שוין געווען אינוואלווד אין מערערע קינדער אלבומס וואו ער האט ארויסגעהאלפן מיט פארשינדנס, אבער די צוויי אויבענדערמאנע אלבומס זענען זיין אייגענע פראיעקט מתחילה ועד סוף.

גראדע די מייסטער שליסל און צוויי דימאנטן זענען אויך נישט ממש זיינס ממש, די סקריפט ווערט געשריבן דורך משפחת יאקאבאוויטש פון קרית יואל.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 1:16 am
דורך שוועמל
גיימיר שוין מודיע זיין די באבע בעפאר חנוכה...

#זיך איינשפארן $18

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 4:51 am
דורך מכטי1
ס'איז אויף די נושא פון חנוכה אדער סתם א שיינע סידי?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 10:06 am
דורך פריילאך
דאס אידל מיטן פידל איז נישט זיין אייגענס?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 10:25 am
דורך שלעפער נומבער 1
אקעי רבותי
בין איך נישט געווען ביים קאמפיוטער ביז יעצט.

העמיר פרובירן צו ענטפערן אויף וואס מ'האט געפרעגט:

ר' בערל האט שוין ארויס געגעבן בערך 30 סידי'ס - - אבער דאס אלעס זענען נישט געווען 'אייגענע' דאס זענען בעיקר געווען פאר לחיים - ר' יוסף משה כהנה וכדומה, וועגן דעם האב איך געדריקט דאס ווארט 'אייגענע', און ווי געזאגט איז דאס זיין דריטע אייגענע סידי.

מכטי פאר דיר וויל איך ענטפערן:
די סידי האט גארנישט מיט חנוכה און עס איז אויך נישט 'סתם א שיינע סידי', עס איז א 'מייסטער' פון א סידי.

אפשר שפעטער וועל איך האבן אביסל מער צייט אראפ צו שרייבן עטוואס מער פון די אינהאלט פונעם סידי.

דערווייל לייגט'ס ענק אוועק אלע חנוכה מתנות ווייל כ'בין זיכער דאס וועט אלעס איבערשטייגן.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2013 1:20 pm
דורך מכטי1
שכוח שלעפער איינער...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 6:35 pm
דורך פריילאך
די קינדער זענען שוין צוגעשמידט... איך רעדט צום דופן, דער איז א מייסטער...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 6:37 pm
דורך אויסדריקליך
שוין דא אין די געשעפטן? די פריוויו אויף קול מבשר האב איך שוין געהערט, קוקט אויס גענוי דעם זעלבן גאנג ווי זיינע פריעדיגע סידי'ס, גאר קאלירפול, פאסיג פאר די קינדער.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 9:22 pm
דורך געלט_גייציג
ר' בערל לייגט אריין אסאך כוחות מיט יראת שמים אין זיינע סידי'ס, ער אליין איז א מלמד און גאר א ערליכער. זיינע סידי'ס זענען געווידמעט מער פאר מיטל צו עלטערע קינדער, אזוי 8 יעריגע און ארויף.
צו דעליווערן סידי'ס מיט ריינע אינהאלט פאר די עידש איז א קינץ.
ר' בערל כו לחי'! דו וועסט אוודאי נישט ליינען דעם תגובה, לויט ווי איך הער האסטו ניטאמאל טעקס מעסעדשעס, אבער דיינע פריינד וועלן דיר שוין איבערגעבן! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 23, 2013 7:54 pm
דורך TAG
לכאורה האט געשריבן:גראדע די מייסטער שליסל און צוויי דימאנטן זענען אויך נישט ממש זיינס ממש, די סקריפט ווערט געשריבן דורך משפחת יאקאבאוויטש פון קרית יואל.

מרס יאקאבאוויטש האט אפשר געארבעט אויפן סקריפט דאס מיינט נישט אז זי איז עפעס א שותף אין די פראיעקט, אזוי ווי דער וואס מאכט מיקס אדער דעזיינט די ביכל הייסט נישט קיין שותף.

די איידיעס און די מהלכים פון די טעיפס "ילדי חן" זענען אלעס זיין אייגענע, און די יעצטיגע טעפ איז די דריטע אין די סעריע.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 4:27 pm
דורך חיימאוויטש
נארוואס געווען אין שטוב, די קינדער זיצן ממש צוגעשמידט צום סידי פלעיר.

כ'האב גענומען דעם ביכל אין די האנט אריין, מיטגעהאלטן אביסל וואס ס'זינגט דארט, און איך מוז זאגן אז דאס איז ממש נתפעל צו ווערן, יעדע איינציגע שטיקל פונעם סידי איז א מוסר השכל.

ממש א בחינה פון ספרי מוסר פאר קינדער אין א היינטיגע פארמאט, אין אלע עניינים: התגברות היצר, שמירת עיניים, אחדות, שטאלצקייט אין אידישקייט, און וואס נישט?

ס'איז ווערד יעדן דאלער וואס כ'האב געצאלט דערפאר.

ר' בערל, כה לחי! איך ווארט שוין אויף די נעקסטע.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 5:03 pm
דורך שלעפער נומבער 1
חיימאוויטש, פון וואו האסטו געוואוסט ואס איך האב אינזין געהאט צו שרייבן??

לויט מיין מיינוג זענען זיך די עלטערע אויך גאר שטארק מהנה מיט'ן סידי, נישט אלץ די קינדער וואס זיצן צוגענאגלט צו צוהערן די סידי, נאר די מוסר חלק איז פונקט אזוי געמאכט פאר אונז עלטערן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 5:26 pm
דורך גרויזאמער
מיינע קינדער האבן באקומען דעם סידי פאר א מתנה, און איך האב נעגאטיווע -אבער קאנסטראקטיווע- קאמענטס דערויף, וואו קען מען עס איבערגעבן?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 10, 2013 10:38 am
דורך פריילאך
ווען די רעדסט צו איהם גיב ביטע איבער, אז עס איז דא בשפע צו טרעפן קינדער וואס רעדן מיט די ארגענטינע הבהרה, עס איז נישט די זעלבע ווען עס איז נאכגעמאכטע..

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 10, 2013 1:48 pm
דורך your friend
א מיסטעיק פון א אלבום

באורינג אויפן העכסטען פארנעם.

די קינדער האבענעס איינמאל געהערט און דעטס איט, נישט ווי די פריעדיגע פון זיינע אלבום'ס

ביי

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 10, 2013 1:51 pm
דורך גרויזאמער
איך האב באקומען אין אישי ר' בערל סופרס טעל, איך וויל אבער נישט רעדן צו אים נאר שרייבן אין א אימעיל. איך האב אסאך טענות אויף דעם אלבום, איך האלט מיך אבער איין צו שרייבן ברבים.

איינער האט זיין אימעיל?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 10, 2013 2:09 pm
דורך שלעפער נומבער 1
גרויזאמער האט געשריבן:איך האב באקומען אין אישי ר' בערל סופרס טעל, איך וויל אבער נישט רעדן צו אים נאר שרייבן אין א אימעיל. איך האב אסאך טענות אויף דעם אלבום, איך האלט מיך אבער איין צו שרייבן ברבים.

איינער האט זיין אימעיל?


כ'מיין אז אויב האסטו הערות ריף אים יא אהן אויף זיין סעל.

לויט ווי געלט _גייציג שרייבט דא האט ער ניטאמאל קיין טעקס מעסעדשעס!

ר' בערל כו לחי'! דו וועסט אוודאי נישט ליינען דעם תגובה, לויט ווי איך הער האסטו ניטאמאל טעקס מעסעדשעס, אבער דיינע פריינד וועלן דיר שוין איבערגעבן! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג אפריל 26, 2016 3:34 pm
דורך בלוי מאנטאג
גרויזאמער האט געשריבן:איך האב באקומען אין אישי ר' בערל סופרס טעל, איך וויל אבער נישט רעדן צו אים נאר שרייבן אין א אימעיל. איך האב אסאך טענות אויף דעם אלבום, איך האלט מיך אבער איין צו שרייבן ברבים.

איינער האט זיין אימעיל?


אפשר יעצט צוויי יאר שפעטער מעג מען שוין שרייבן די טענות אויף די סידי?