Advertisement

ניגונים און זינגערס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג נובמבר 18, 2014 7:40 pm

נאך נישט צו געהארכט צום נייעם טעיפ, דען מיין sony גיי-man איז שוין נישט אין דינסט, און דאס רונדל וואס די יונגע רופן ״סידע״ האבעך נאכנישט אייגעשאלטערט אינעם כלי המיוחד לכך מחמת ריחוק מקום.

מכל מקום דאס פארשטעללונג פון די הויכבאעהרנדע פון המכונה ״וויכי״ און פון מאשקע (וואס בלייבט מאשקע כנז״ל) צייגט קלאר אז ערווארטעט צו האבן אינדערהיים א גוט היימיש ערליך פראפעשאנאל אלבום, וואס קינד און קייט וועט זיך דערקוויקן, (אריינגערעכנט די גרויסע)
און אין איין ווארט: ״מחנה שלוה״

Advertisement

דינסטאג נובמבר 18, 2014 7:49 pm

מאשקע, בעאבאכטער, דער עולם קומט געהעריג ארויס פון די קעלערן דא...

האללאו, קען מחנה שלוה ארויסקומען יעדן טאג מיט א סידי ביטע?

דינסטאג נובמבר 18, 2014 8:46 pm

אויב שוין יא תחיית המתים, בינעך אויך א מחותן (נד"נ[דעי דשאוק גייט נאך אן?]) עניוועיס, ווי ווייט איך האב אויסגעהערט דעם אלבום איז עס ממש געוואלדעוואנע. איין זאך וואס איך זעה דא, אז מיין באליבטער ניגון וואס אונז זינגען שוין יאאארן יעדע וואך שבת ביים טיש, נעמליך "ושויתי". וואס איז ארויסגעקומען מיט באלד 18 יאר צוריק ביי די חתונה פון הרב דוד דוב דושינסקיא שליט"א חתן אדמור מהר"א שליט"א, און סיז דאן ערשינען אויף א וואלקמען מיטן נאמען "קרית מלך רב". דאכצעך אז אויף יענע אלבום איז אויך דער ניגון "אנא מלך" פון הרב מרדכי דוד עסטרייכער. אקיצור ווערעך דא געוואר אז דער ניגון איז גאר ר' משה ע"ה'ס, נו גוט, עלמערעס ווייטער זינגען. געפעלט מיר נאר אז אפי' די אינטראו איז כמעט די זעלבע מיטן אויסנאם פון עטליכע קנייטשן

דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:07 pm

Zעהט איר די סגולה פון ארויסגעבן ניגונים פון א בר מינן...... אלע ...... שטייען אויף!!

דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:25 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:Zעהט איר די סגולה פון ארויסגעבן ניגונים פון א בר מינן...... אלע ...... שטייען אויף!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שרעקעדיג

מיטוואך נובמבר 19, 2014 1:58 am

זיי האבען מיר עס געמאכט קויפען, און איך בין זיי זייער דאנקבאר.
אפשר וועט מען הייסען די חסידים קויפען דעם קאסעטע און מען וועט זינגען פון אימען ביים טיש.

מיטוואך נובמבר 19, 2014 9:14 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן:אויב שוין יא תחיית המתים, בינעך אויך א מחותן (נד"נ[דעי דשאוק גייט נאך אן?]) עניוועיס, ווי ווייט איך האב אויסגעהערט דעם אלבום איז עס ממש געוואלדעוואנע. איין זאך וואס איך זעה דא, אז מיין באליבטער ניגון וואס אונז זינגען שוין יאאארן יעדע וואך שבת ביים טיש, נעמליך "ושויתי". וואס איז ארויסגעקומען מיט באלד 18 יאר צוריק ביי די חתונה פון הרב דוד דוב דושינסקיא שליט"א חתן אדמור מהר"א שליט"א, און סיז דאן ערשינען אויף א וואלקמען מיטן נאמען "קרית מלך רב". דאכצעך אז אויף יענע אלבום איז אויך דער ניגון "אנא מלך" פון הרב מרדכי דוד עסטרייכער. אקיצור ווערעך דא געוואר אז דער ניגון איז גאר ר' משה ע"ה'ס, נו גוט, עלמערעס ווייטער זינגען. געפעלט מיר נאר אז אפי' די אינטראו איז כמעט די זעלבע מיטן אויסנאם פון עטליכע קנייטשן

די ושויתי איז די זעלבע? נישט אויפגעכאפט, אגב די טעיפ "קרית מלך רב" איז ארויסגעקומען תשנ"ד צו די חתונה פון ר' חיים הערש אב"ד סיגוט בן אדמו"ר מהר"א שליט"א

מיטוואך נובמבר 19, 2014 11:28 am

נאך די פארעקלטע טעיפס פון לעצטע צען יאר פון כל מיני "חסידישע" זינגערס, איז דער נייע קעמפ שלוה טעיפ כמים קרים על אוזניים עייפות. איך האף אז ער פארקויפט גענוג אויף אנצוגיין מיט נאך.

מיטוואך נובמבר 19, 2014 11:38 am

כציטער אריינצורעדן, באלד וועקן זיך נאך אויף מבין נומ' 1 און זשואיש אודיא און ווייסעך ווער נאך, מוועט אונז אלע ארויסריקן פון דא..

מיטוואך נובמבר 19, 2014 12:14 pm

העי וואס גייט דא פאר?... כ'דאונלאוד יעצט דעם אלבום, כ'קום שוין!

מיטוואך נובמבר 19, 2014 12:16 pm

איך ליין מאשקע'ס ריוויו און איך קוק אויפן דאטום וואס עס איז געשריבן געווארן און פון דארט צום קאלענדער און פון דארט צו די חוצפה'דיגע ווייסע הארעלעך אויף מיין בארד און איך בין זייער זייער צומישט... עפעס שטימט נישט דא... ווער קען מיר העלפן?

אויב מאשקע באקומט נישט עטליכע סי.די.'ס פון מחנה-שלוה צו באצאלן דעם ריוויו, איז יושר א פארגאנגענהייט.

און מאשקע, ווען דו באקומסט די סי.די.'ס, האב מיך אינזין...

מיטוואך נובמבר 19, 2014 1:23 pm

נאכנישט געהערט דעם טעיפ, אפשר חנוכה וועט מען מאכן צייט פארדעם אויך.

מיטוואך נובמבר 19, 2014 3:00 pm

Wow wow

מיטוואך נובמבר 19, 2014 3:01 pm

ווען איך האב ווען בעזעם דא, נוץ איך עס אויף ענק אלע! א מין תחיית המתים..

מיטוואך נובמבר 19, 2014 3:02 pm

יגר, סא וואס הערסטו דארט???

מיטוואך נובמבר 19, 2014 3:04 pm

העי! ווער וועקט אויף די טויטע?
לאט'ס שלאפן פליז!

מיטוואך נובמבר 19, 2014 3:32 pm

העי חברה, נישט געצאלט מעמבערשיפ פאר חברה קדישא האט מען ענק ארויסגעווארפן? ס'גייט דא פאר.

מיטוואך נובמבר 19, 2014 4:20 pm

סגארנישט, ר' משה'ס טעיפ זינגט אין הימל זענען זיי אלע געקומען דא לאזן הערן זייער מיינונג אויפן טעיפ, נאר די מעגסט?

מיטוואך נובמבר 19, 2014 9:26 pm

די קה ריבון איז עפעס אויסטערליש שיין...

מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:04 pm

די ניגונים אנעים זמירות און קה רבון זענען עפעס אוט אף דיס ווארלד.

מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:10 pm

דער הויעכע פאל פון מוציא אסורים ציעט ביי די סטרונעס פון מיין הארץ,
אוי מוציא אסורים ופודה ענוים....

מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:14 pm

וואס מיט שוויתי.. סאמטינג ספעשל..

דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 1:33 am

גם אני מיצטארעף לדברי מאשקע, ודוק כי קצרתי....

דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 8:19 am

זייער מקצר געווען....

דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 8:23 am

:grin: ...
שרייב א תגובה

Advertisement