די יאר: תשנ"ד. די פלאץ: ישיבה קטנה (וואס גייט דיך אן חלק א' אדער חלק ב'? הער אויס די מעשה!). די צייט: לאנטש.
מאשקע זיצט אין די כיתה, מיט'ן קאפ אראפגעבויגן אויף אן אפענע גמרא, און ער דרימלט.
אזוי קוקט עס אויס.
באמת האט מאשקע אין טאש אן AIWA גיי-מאן (וואלקמען בלע"ז), די סארט וואס דרייט זיך אליין איבער אויף די צווייטע זייט (ר' לייבל וויינשטאק וועט מיר נישט איינטיילן ווען איבערצודרייען די טעיפ אויף די אנדערע זייט צו הערן ווייטער!), און וואס האט נישט קיין אייגענע ספיקערס כדי צו פארמיידן פראבלעמען מיט העדפאונס וואס קען זיך בטעות אויסשטעקן און שאפן בזיונות און לא נתקבל'ס.
פונעם אייווא גיי-מאן ציעט זיך ארויס א שווארצע עירפאונס (ספעציעל שווארץ כדי ס'זאל מעטשן מיט'ן קאליר פונעם העמד און ס'זאל נישט ארויסשטארן...) ומשם יפרדו לשני מחנות, איינס אינעם רעכטן אויער און איינס אינעם לינקן. פאר די נייגעריגע: איך לייג תמיד די רעכטע אינעם רעכטן אויער און די לינקע אינעם לינקן אויער; איך זוך נישט אריינצופאלן אין לעגאלע פראבלעמען וד"ל.
און וואס הערט מען דארט אזוי וויכטיג אז ס'לוינט זיך איינצושטעלן א פסק פונעם מנהל?
קעמפ שלוה!
וועלכע? געדענק איך שוין נישט. מעגליך אז מ'הערט "הבן יקיר לי" (איך בין געווען סאולא!) און מעגליך אז מ'הערט צור כל העולמים אדער ענבי הגפן, אפשר גאר ועל ידי עבדיך. דער טעיפ רעקארדער (זיי שטיל!) איז אנגעשטעלט אויף שאפעל... און ס'פארט ניגונים איינס נאכ'ן צווייטן.
א זעלטענע הנאה וואס ענדיגט זיך בלויז ווען דער מגיד שיעור קומט אריין און "וועקט מיך אויף".
*
פעסט-פארווערד 20 יאר.
וואס האט זיך געטוישט? נישט קיין סאך. אין הכי נמי, פון טעיפ-רעקארדערס איז געווארן אייפאדס, פון עירפאונס איז געווארן בלו-טוט ספיקערס, און פון ביכלעך איז געווארן פי-די-עף פיילס. די טעכנעלאגיע האט גרינגער געמאכט פארשידענע זאכן, די קוואליטעט הערט זיך קלארער, אבער אויסערדעם האט זיך גארנישט געטוישט! די זעלבע קעמפ שלוה ניגונים, די זעלבע קינדער קולות, די זעלבע שיינע מוזיק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מ'זיצט צוריק אין ישיבה קטנה און מ'הערט דעם זעלבן טעיפ ווי 20 יאר צוריק. אלעס איז מיט די זעלבע רואיגקייט, די זעלבע חן, די זעלבע תנועות און חידושים, די זעלבע היימישקייט, אלעס גענוי ווי די ערשטע קעמפ שלוה טעיפס.
דער יעצטיגער אלבום באשטייט מער-ווייניגער פון שבת ניגונים, אבער כ'בין זיכער אז מ'וועט אייך נישט לייגן אין ח' אויב איר וועט דאס זינגען אין א וואכנטאג וואס פאלט אויס אינדערוואכן...
איך שרייב דעם באריכט בשעת'ן הערן דעם אלבום צום צווייטן מאל. (דעם ערשטן מאל האב איך עס דארפט הערן כדי צו קענען שרייבן די הקדמה...) עס איז מעגליך אז איך וועל אויסלאזן פארשידענע וויכטיגע פרטים, אבער ס'איז ב"ה דא גענוג און נאך ריוויוס אויך אן מיינס.
און נאך א דיסקלעימער (אדער "דיסקלעימאציע" ווי איינער האט לעצטנס געשריבן אין א אידישע אויסגאבע...): איך האב נאכנישט געלייענט דעם אשכול ביז אהער, ממילא ווייס איך נישט וואס מ'האט שוין אלץ געשריבן און וואס נישט. אויב האב איך עפעס געשריבן וואס איינער האט שוין ארויסגעברענגט, קענט איר זיך קלאפן אין רוקן אז איר האט צוגעטראפן צו א בפירוש'ע מאשקע. אויב שרייב איך עפעס פארקערט ווי דיר, איז עס מסתמא ווייל איך בין גערעכט...
אלזא, געגאנגען.
*
אנעים זמירות. כשמו כן הוא. א זיסע זמר'ל, א וואלץ (וואלעכל אינעם זיידן'ס שפראך) וואס וועט אייך צוריקטראגן צו די אלטע גוטע צייטן פון די ערשטע ניגונים פון דעם אומפארגעסליכן ר' משה גאלדמאן ע"ה.
דאס ערשטע מאל ווערט דער ניגון באגלייט בלויז מיט פיאנא, זייער רואיג און סאליד, און אביסל שטילע פייפערלעך ביי די זייט. ביים צווייטן פאל קומען אריין אביסל פערקאשענס אבער נאך אלץ גאנץ רואיג. ווען דאס יונגעלע זינגט "מדי דברי בכבודך" האט זיך דער אראנדזשירער שוין נישט געקענט איינהאלטן און "געמוזט" אריינווארפן אביסל סטרינגס. נו שוין, ווער קען האבן טענות צו ר' חיים יצחק'ן?
ביים צווייטן מאל גייט ער שוין אריין אין "פול גיער" ווי מ'זאגט און ווארפט אריין הערליכע חידושים וואס געבן צו א רייכקייט צום ניגון.
גיימער צו ושויתי? ס'זאגט זיך אזוי גרינג. מ'גייט באשרייבן ושויתי.
ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? כ'ציה צוריק. כ'שרייב גארנישט. כ'מיין, וויאזוי קען מען באשרייבן א שטיק הארץ? א הארציגע ניגון, די הערליכע הארציגע שטימע פון ר' אייזיק האניג, הערליכע תנועות אלטע און נייע, א ניגון וואס צעגייט אין די ביינער אפילו ביים ערשטן מאל הערן און כש"כ ביים צענטן מאל. ולעוייריייר ליהיבי... אוי ר' אייזיק! האסט עס געמאכט מיט מיר!
ווילט איר אוודאי וויסן צו וועלכן משה גאלדמאן ניגון עס ענדלט? וועל איך אייך זאגן: ס'איז די זעלבע ווי "ושויתי" אויף מחנה שלוה #21... כ'טרעף נישט קיין בעסערע משל דערצו.
די ניגון ענדיגט זיך מיט א שנעלע פאל אויף די ווערטער "ואז אשמור פיקודיך", וואס אינאיינעם איז דער ניגון א מייסטער-שטיקל. די אינטראו פון די שנעלע פאל דערמאנט מיך גראדע פון אן ענליכע אינטראו פון איינע פון די ערשטע טעיפס, אבער כ'קען מיך נישט דערמאנען וועלכע.
קען מען גיין ווייטער?
די דריטע ניגון "רם ונשא" איז גראדע אויך א שטאטע ניגון, אבער וויבאלד ס'קומט נאך א ניגון וואס ענדיגט זיך מיט א שנעלע פאל, באדערט מיך עס נישט.
יעצט באמערק איך אז שוין די דריטע ניגון וואס ביים אנפאנג באנוצט זיך מען כמעט נאר מיט פיאנא. אינטערעסאנט.
ביי "מוציא אסירים" ווערט דער ניגון שוין אביסל שנעלער אבער נאך אלץ אויפ'ן זעלבן סטייל.
די פערטע ניגון איז "אשת חיל". דער ניגון האט אויסגעקוקט באקאנט, ביז כ'האב אריינגעקוקט אינעם ביכל... די ווערטער זענען פיין געזעצט. דעם יונגל וואס זינגט ביי "היתה כאניות סוחר" גלייך איך נישט אזוי, אבער קענסט דיך קריגן מיט מיר.
דער ניגון זעה איך אלס א ניגון וואס וועט גרינג אריינגיין אינעם אידישן לעקסיקאן פון ניגונים, ענליך צו "ברוך קל עליון". דער ניגון איז בערך אויפ'ן זעלבן סטייל, און ס'זעצט זיך גוט אויף די ווערטער, קיין איין ווארט נישט איבערגעזאגט, ס'האט נישט קיין קונצן אדער געדרייטע שטיקלעך, ממילא איז עס פאסיג איבערצוזינגען. נאכדעם וועט מען עס שוין אויך זינגען אויף שיר המעלות ביים בענטשן...
דער ניגון איז קורץ, בלויז 3:17, ובפרט קעגן אנדערע ניגונים אויף דעם אלבום... כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'האט עס נישט איבערגעזינגען נאכאמאל. אפשר טאקע כדי מ'זאל עס קענען גרינג איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מ'קען עס. ומי יבוא בסוד חיים יצחק.
יעצט די פינפטע ניגון. (נישט פארמישן מיט טרעק 5...)
ניגון האב איך געזאגט? שטיקל! דער ר' משה האט דא אריינגעלייגט אסאך ארבעט, הארץ און נשמה.
און ר' חיים יצחק האט אריינגעלייגט הערליכע הארמאניס וואס זינגען זיך ממש נאטורליך אינאיינעם מיט'ן ניגון.
דער ניגון נעמט לאנג צו זינגען, און כ'ווייס נישט צי אין מיינע יארן וועל איך מיך נאך קענען אויסלערנען די גאנצע ניגון, אבער כ'האב שוין געלייגט אן אויער אויף געוויסע שטיקלעך וואס וועלן מיך נאכלויפן און נישט לאזן שלאפן... ס'וועט זיין אין א בחינה פון דעם בעלזן "אב הרחמים" וואס יעדער קען א געוויסע שטיקל אבער בלויז יחידי סגולה קענען דאס גאנצע...
אוי אוי מזון, וצידה, הישביהיע, לנפשינו, אוי אוי אוי חסדו, גבר עלינו, ואמת (שיין!) ה'. פארוואס האב איך מיך פארלייגט אויף דעם שטיקל? ווייל דא האלט איך יעצט... און אויך ווייל ס'איז איינע פון די שטיקלעך וואס גייען מיך רודפ'ן... זאל איך מקיים זיין הבא ל... השכם ל...? נעה, איך גיי ווייטער...
העי, רחם? וואו קומט דא אהער דער אלטער רחם? האט ער דאס ארגינעל געמאכט אלס א חלק פונעם לאנגען ניגון? וועל איך מוזן קוקן אינעם ביכל וואס מיינע קינדער האבן שוין אינצווישן צע'מזיק'ט... איין זאך ווייס איך אן קוקן, אז מרדכי וואלף לאנדא זינגט דא א שטיקל סאולא. זיין שטימע קען מען נישט פארטוישן מיט קיינעמ'ס. פיינע, פרענקל, נייעס!
קומט יבנה המקדש און מאכט מיך אביסל לעבעדיג. די מוזיק דא איז געוואלדיג. שכוח חיים יצחק. ביזט גוט דו.
טרעק 6 (יעצט מעג מען שוין...) איז מנוחת אמת ואמונה פון די מנחה שמו"ע (יא, דאס איז די זעלבע שמו"ע ווען מ'ציעט זיך אויס מיט א געניץ און מ'שלעפט זיך די קלעבעדיגע העמד...).
און ס'האט מיר געדויערט ביז'ן זעקסטן ניגון צו כאפן אז ס'איז נאכנישט געווען קיין ניגון מיט אידישע ווערטער... וואס איז מיט דיר מאשקע?
ביי די אידישע ווערטער הער איך א קול וואס ענדלט שטארק צו דעם בדחן ר' וועלוול פעלדמאן פון מאנסי, אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז ער, ווייל ר' וועלוול זאגט שטענדיג אז א בדחן דארף מען געבוירן ווערן (האסט שוין געזען א בדחן וואס איז נישט געבוירן געווארן?), נו אז מ'איז געבוירן א בדחן וויאזוי קען מען נאכדעם ווערן א זינגער? ממילא איז עס מסתמא א צווייטער.
טרעק 7 (נאמאר פאני, הא?)
האט די וועלט טאקע ארויסגעקוקט אויף נאך א "קה רבון עלם"? כ'מיין אז ר' ישראל נ'גארה ז"ל וועט אריינגיין אינעם גינעס בוק אוו רעקארדס אלס דער מחבר פון די ווערטער מיט די מערסטע ניגונים... אבער דאנט דזשאדזש עי בוק ביי איטס קאווער... (כאפסט?...) לאמיר קודם הערן דעם ניגון.
[לאנגע אפשטעל פון 15 און א האלב מינוט, איר קענט כאפן א גאר הייסע קאווע ביז איך קום צוריק]
אקעי איך בין צוריק, און כ'מיין אז ס'האט זיך געלוינט.
די ניגון איז זייער א שיינע ניגון, און כ'מיין אז ס'וועט זיין גאנץ גרינג זיך אויסצולערנען, אבער פאר מיינע קינדער... כ'האב ענק שוין געזאגט אז כ'בין שוין צו אלט פאר נייע לאנגע ניגונים! ובפרט פאר אזא "אלקא דילי'".
אבער צו הערן דעם ניגון האט זיך אויך געלוינט. זייער שיין און הארציג, זייער פאסיג פאר'ן שבת טיש, מ'דארף נישט צו הויך ארויפציען, און כ'האלט אז שירה וכדומה וועט אריינברענגען דעם ניגון ביי שבתים און לאט לאט וועט עס פארשפרייט ווערן. ווער ווייסט? הכל תלוי במזל אפילו ניגון שבאלבום.
און דער למקדשך, ווי ערווארטעט, נעמט מיך אביסל ארויס פונעם "פרוק ית ענך" גוסטע.
אלעס אינאיינעם איז דער ניגון א שיינער שטיקל און אפעלירט צו די וואס גלייכן די סארט לאנגע ניגונים (למשל איך פאר אפאר יאר צוריק

)
און נאך איין ניגון, שבח יקר וגדולה. דער ניגון איז אויפ'ן זעלבן סטייל ווי אשת חיל, א שנעלע וואלץ. דער ניגון טייטשט אפ די ווערטער ממש ווי געגאסן.
און טרעק 9...
אקעי נישט ממש, ווייל אויפ'ן סידי איז עס איין טרעק, אבער פאקטיש קומט דא א שיינע ריקוד ניגון מיט אידישע ווערטער וואס האט "א שטיקל" שייכות מיט די ווערטער פון שבח יקר וגדולה, און דערנאך גייט דער ניגון ווייטער אויף "המנחיל מנוחה". דאס איז א שיינער לעבעדיגער ניגון וואס ברענגט אריין א שמחה אין מיר, און האפנטליך אין אייך.
יעצט צום צענטן ניגון:
וואס??? ס'פארטיג??? שאקס!!!