קולי שמע - ח.י. גאלדמאן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
GEstudios
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2009 12:42 pm
פארבינד זיך:

קולי שמע - ח.י. גאלדמאן

תגובהדורך GEstudios » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2013 9:48 pm

אזעק לכל בני ישראל מכוש ועד הודו
חסדו לשם יודו
שזיכני להוציא לאור - זה ה-סידי



KoilyShimahCDCover sml.jpg



42MB


PosterKoily sml.jpg

דרוק צו פארגרעסערן


• קאמפאזירט ערב יום כיפור תשע"ג
• גרעפיקס: שמערי בערי פון דעם אידישן וועלט
• מער כרעדיטס אינעם דאהנלאהד
• ביטע נישט ארויף לייגן דא איינצעלע פיילס פון דעם דאהנלאהד איך האב א טעם פאר דעם
• ווער עס וויל עס, זאל עס דאהנלאהדן פון דעם לינק אויבן
• ווער עס קען נישט אנקומען צום וועב זייטל זאל מיר ביטע שיקן אין אישית, כוועל עם געבן אן אנדער לינק
• דער דאהנלאהד לינק איז אלץ הכרת הטוב פאר דעם איי-וועלט גרעפיק פארמעסט עיין שם
על כן, ביטע זיך נישט יאגן דאס צו פארשפרייטן פאר אזא איינער וואס האט א געשעפט [וואס פארקויפט דאס] אין זיין געהגענט
• ווייל די סידיס זענען יעצט דא צו באקומען אין די געשעפטן פאר [אויך] די וואס האבן ב"ה נישט קיין אינטערנעט
• און מ' דארף דעקן די הוצאות פונעם פרינטן די סידיס - נישט קיין רוח
• דער סידי ענהאלט אלעס וואס דער דאהנלאהד ענהאלט חוץ דער פאסטער און דער סידי face
• דער סידי איז א "מאלטי פארמאט סידי"
• עס איז א Audio CD און א Data CD
• אינעם data חלק באקומט איר נאך סחורה כדלהלן [חוץ דעם vocal version וואס דאס איז דער צווייטער טרעק אינעם Audio CD]

• איר באקומט: דעם עצם ניגון קולי שמע [Full Version]
קולי שמע אן די סולוס אבער מיט די קווייער [אזוי קענט איר זיך אליין צו-זינגן און נעמן דעם שטעלער :wink: אדער דאס אריין פירן אין סטודיא למשל ביי MK און דארט זיך אליין אויפכאפן און דאס אויסטיילן פאר אייער באקאנטער- איר קענט דאס פארקויפן אויך, מצידי, איר דארפט נאר זעהן אויב איי-וועלט איז מסכים עיין בגרעפיק פארמעסט ע"ג
קולי שמע בלויז מוזיק אן קיין שום זינגען [אזוי קענט איר דאס אריין פירן אין סטודיא אדער ארויס שפילן לייוו און לייגן אנדערע ווערטער - למשל פאר א ישיבה, קעמפ אדער סקול פרעזענטעהשן אדער פארשטעלונג
קולי שמע אן קיין שום מוזיק בלויז די זינגען [ניין נישט פאר ספירה :wink: ]
גרעפיק פיילס ניין נישט די 25 איי וועלט דיזיינס :wink: נאר דעם פראנט קאווער און דעם בעק קאווער
• אחינו בני ישראל פון אויסער ניו יארק און ווייט פון א געשעפט זענען מכובד צו דאהנלאהדן און שיקן ווייטער אויב איר ווייסט פון אזעלכע וואס וועלן הנאה האבן פון דעם.
• אויב קען דאס איינער לייגן אויף א פארום פון אחינו בני ארץ ישראל זאל ער דאס גערן טהון.
לעצט פאראכטן דורך GEstudios אום דאנארשטאג אוגוסט 29, 2013 10:54 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
GEstudios
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2009 12:42 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך GEstudios » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2013 10:39 pm

Photo on 8-29-13 at 10.28 PM.jpg


• עס איז/וועט זיין צו באקומען אויך אין מאנטריאל, טאש, טאראנטא און לאנדאן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:05 am

דאנקע שען פארן האלטן ווארט

שיר חדש
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2013 4:28 pm

תגובהדורך שיר חדש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:10 am

זייער שיין יישר כח

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:15 am

זינגסט אלע צוזאמען.... אוי קווווווולי קולי שמע וראאאאההה וראה דמעה אוי וראההההה דמעה עיני.....

ס'ארבעט דא אין די בעקראונד אויף ריפיעט.
הערליך ביז גאר, הארציג ביז איבער גאר,
דער אינגל לייגט אריין זיין גאנצע נשמה דערין און ברענגט ארויס דעם מאקסימום פונעם ניגון.... איי זיין קרעכץ.... וראה דמה עיני....
דער טראמפעט וואס שפילט סאלא די הויכע פאל רייסט שטיקער... הערליך.

יישר כח.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:20 am

געטראפן
לעצט פאראכטן דורך פריי זיך אום פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:21 am

הערליך שיין!! גאר הארציג!

אפגערעדט פונעם קאווער... אבער דער ניגון, די מוזיק, די קינדער קווייער, די סאלאס, אלעס איז געוואלדיג!

כ'האב גראדע הנאה אז דו האסט ארויפגעלייגט אויך די מוזיק אליינס, נישט ווייל איך פלאן עס אליין אריינצוזינגען ביי MK... נאר נאכן אויסהערן א גוטע פאר מאל דעם ניגון איז זייער אינטערעסאנט אויסצוהערן די מוזיק אליין, מ'קען אסאך בעסער צולייגן קאפ אויפצוכאפן יעדן דעטאל, ס'איז עכט שיין!

יישר כח!

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:40 am

הערליך!!! שיין!!! געוואלדיג!!!


(וויזוי שרייבט מען אידיש אין CAPS?)
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
GEstudios
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2009 12:42 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך GEstudios » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:37 am

א גרויסן דאנק פאר אלע קאמפלעמענטס!

• דער ניגון איז נישט אזוי ווייט אויף תשובה צו טהון אויף די עבירות אונזערע
דאס איז דאך א גרויסע מדריגה אויב מיר האלטן ביי דעם אז דער אייבערשטער איז מעיד אויף אונז
אז מיר גייען נישט צוריק לכסלה עוד

• נאר וואס? טאקע דאס אז מיר ווילן קענען תשובה טהון בשלימות
• דעם ריב ריבי דער אייבערשטער זאל זיך דא אריינמישן און שטיין צו די האנד
מ' זאל זיך עפעס אן עצה געבן מיטן יצר

• אויך אויף יעדעס אדערע גשמיותדיגע און רחניותדיגע בראבלעהם וואס מיר האבן
און זעהן זיך נישט ארויס דערפון, קיינער קוקט זיך נישט אים ס'נישט דא צו וועהם צו רעדן
נו, וויינט מען זיך אויס צום טאטן אין הימל, האסט נישט קיין ווערטער? נו, איז "קולי" שמע עכ"פ
דו [הקב"ה] הערסט דאך מיין צובראכן קול, און געב א קוק נאכדערצו איך מיין עס אזוי ערענסט - זעה די טרערן
וראה דמע עיני, דאס איז נישט קיין fun די טרערן, זעהסט דאך ווי צופליקט מיין מצב איז אז איך דארף אזוי וויינען פאר דיר
כווייס ניט אמאל וואס צו זאגן פאר דיר, פאר דעם דארף איך אז דו [הקב"ה] זאלסט טענה'ן פאר מיר גאר
דו ווייסט דאך יא, דו ווייסט דאך פונקטלעך וואס קלעמט מיר....

דאס איז די כוונה פון דעם ניגון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:42 am

הערליך, הארציג, א דאנק.

א גוט געבענטשט און געזונט יאר ברוחניות ובגשמיות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:28 am

גאר שיין און הארציג!

דאס עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים! ס'איז א המשכה צו די הערליכע קייט פון אייער פאטער'ס ניגונים, און מיר קוקן ארויס און לעכצן אויף ווייטערדיגע שיינע ניגונים ויפוצו מעיינותיך חוצה.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:42 am

פארוואס קען איך גארנישט זען און הערן נאכן עס עקסטרעקטן?

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:51 am

derech eretz האט געשריבן:פארוואס קען איך גארנישט זען און הערן נאכן עס עקסטרעקטן?
עמי אנכי בצרה. פארוואס??

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:05 am

הערליך שיין, ווער זענען די סאולאס?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:07 am

נעבבבבבעעעךךךך... א רחמנות די ארבייטער דא אין אפיס. אקעי. מילא די ניגון איז דאך א הערליכע ניגון! חיים יצחק, הער אויס קלאר! א הערליכע הארציגע ניגון, געוואלדיגע מוזיק א_ווי אלעמאל! און קווייער ווי באקאנט ביסטו דאך אויך ריזיג. אבער וואס איך באנעבעך דא מיינע קאלעגע ארבייטער איז צוליב די פייל מיט בלויזע מוזיק אדער אנא סאולאוס וואס די האסט אונז מיטגעגעבן.

אההה... זיץ איך דא, די מוזיק ארבייט הויעך און.. יאפ צוגעטראפן, איך זינג מיט! אויך הויעך.. (מיינע העדפאונס ארבייט נישט ווען איך זינג אליין) אוי הוי ריהיהיב, ריב ריבי, (דא באגלייט מיר גראדע די קווייער, יישר כוחכם) אוי הוי שעעעעה, שעה ניווי, והשיבינו סלחחחחחתיייייייייייייייי (איך צוה ארויף ביים ענדע זייער פאמעליך.. כאפסט?)

האהא! מיין שכן דא זאגט מיר "זעהסט! כ'האב דיר געזאגט אז משה גאלדמאן קומט היי יאר אויך ארויס מיט א סידי"..

סארי, איך גיי צוריק צו די פייל פון בלויז וואקעלס. ס'נאר א שאד אז די פידעלע מיטן טראמפאט וועל איך יעצט פארפאסן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:09 am

צייטליך דו ארבעטס ביי MK סטודיאו? ער האט קלאר געזאגט אז ס'איז געמאכט צו זינגען ביי MK.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:14 am

מוזיקאליש און הארציג ביינעזאם!
א דבר השלם במלואו!
די מוזיק (יא חיים יצחק, דו האסט אפילו נישט פארפעהלט די שטאטע פיאנוי ביים ענדע פון די ניגון.. גענוי ווי לויפער :lol: ) די סולוס, די קווייער, די מיקס, די גראפיקס. אן אמת'ער פארגעניגן.
גיימער עס בורנען צו א סידי, זאל מיין משפחה אויך געניסן.

און נישט צו פארגעסן
עס איז מיר א כבוד אז איך האב געהאט א חלק אין דעם פראיעקט!

א גוט שבת און א גוט געבענטשט יאר.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:20 am

מאנ-יימער האט געשריבן:צייטליך דו ארבעטס ביי MK סטודיאו? ער האט קלאר געזאגט אז ס'איז געמאכט צו זינגען ביי MK.

איך בין נישט אפציעל אויף זיין פעיראל (הגם איך האב געזעהן אייערנעכטן ביי MK אויפן טיש אסאך טשעקס..) אבער אומאפציעל טרינק איך אסאך וואסער דארט און איך עס זיינע סופער סנעק'ס און פאקסיס..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:23 am

derech eretz האט געשריבן:פארוואס קען איך גארנישט זען און הערן נאכן עס עקסטרעקטן?

שוין מסודר ב"ה, ווייסעך נישט וואס ס'איז פארגעגאנגען.
ס'איז הערליך!

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:30 am

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:איך עס זיינע סופער סנעק'ס און פאקסיס..

נישט רעקאמענדעט!
אויב שוין זאל זיין וועניס קראנטש..

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:32 am

אה אזוי לאנג געווארט שוין - שכח אייך

אזוי סאך צו געבן אומזיסט?
די ניגון מיט און אן מישוק קווייער? שכח

ווי אויך ווי געלעגער שרייבט שכח פארן האלטן ווארט
הגם איך האב נישט פאר איין רגע געטראכט אז ער גייט נישט האלטן ווארט

סע טאקע א הערליך ניגון - מיינע קאלעגע ארבייטערס האבן עס אויך ליב
סא 'נעווער מיינד אן' צייטליכ'ס פראבלעם.

זייער שיין און הארציג נאכאמאל א דאנק!

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:04 pm

שיין

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:23 pm

הערליך שיין!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:24 pm

יאפס יישכ"ח

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:25 pm

משזר האט געשריבן:הערליך שיין, ווער זענען די סאולאס?

קיינער ווייסט נישט?
נישט, איז נישט קיין אפציע...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], הויעך און 18 געסט