בלאט 1 פון 3

אלעס ארום "שטימע"

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 1:34 pm
דורך פער בריסטאו
איך וואלט זייער שטארק געוואלט ארום רעדן וועגן די שטימע (voice), אויב ווילסטי וויסן דערוועגען? אדרבה לאז אונז וויסען!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:46 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
אדרבה מיר גארן שטארק צו וויסן.

אזויפיל ווייס איך אז רובא דרובא זינגערס נוצן נישט די שטומע גוט
ווי אויך אז עפעס האט די שטימע צו טון מיטן אטעמען.

נו וואס האלטסטו איבער דעם ענין פון שטומע?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:59 pm
דורך פער בריסטאו
און שטימע איז דא אסאך שיטות,
איין טיטשער קען זאגען אז די שטימע מיט די אטעמען איז איינס,
די צווייטע טיטשער וועט זאגען אז ווען די זינגסט זאלסטו גארנישט קאנטרילירן,
די דריטער וועט זאגען די זאלסט שטיפען, ארויס צו ברענגען די שטימע (שיטה איינהארן),

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 3:21 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
נו אז מע רעדט שוין, וועגן איינהארן
איך הער אז ער איז די בעסטע טיטשער היינטיגע טעג??

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 3:30 pm
דורך פער בריסטאו
עס איז נישט דא ציפיל טיטשערס ביי אונז יודן,
וועגען דעם גייט מען צי עים,
להבדיל ביי די גוים, איז דעי שיטה (שטיפען) אפגעפרעיגט,
אין איך האלט אז נתן גליק טויגט בעסער,
איי וועסטו פרעגן פארוואס רוב זינגערס גייען צי איינהארען?
ס'איז א מזל פון א מענטש.
למעשה האט נתן אריין געברענגט פיינע זינגערס, ווי נמשל יואלי גרינפעלד, שראלי ווערדיגער, יששכר גוטמאן, און פיל נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 4:13 pm
דורך ווינקל
אין קעפל זע איך שוין אז דו האלטסט אז מ'דארף גיין ארום די שטימע... נישט שטיפן די שטימע אליינס...

---
עס שיינט אז איר האט אנגעהויבן דורכצוטון דעם ענין השטימעס, נו הייב אן דערציילן וואס דו ווייסט אלץ, ס'איז דא אסאך וואס וועלן הנאה האבן צו הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 4:19 pm
דורך פער בריסטאו
די ערשטע זאך איז נישט שטיפן צי קענען רעדן,
טאמער די וועסט שטיפען, וועסטו נאר הייזעריג ווערן!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:03 pm
דורך קעניגזאן
פער בריסטאו האט געשריבן:און שטימע איז דא אסאך שיטות,
איין טיטשער קען זאגען אז די שטימע מיט די אטעמען איז איינס,
די צווייטע טיטשער וועט זאגען אז ווען די זינגסט זאלסטו גארנישט קאנטרילירן,
די דריטער וועט זאגען די זאלסט שטיפען, ארויס צו ברענגען די שטימע (שיטה איינהארן),

עס איז שווער צו ליינען אייער תגובות, ביטע נעמט צו קענטעניס:
א זאך מיט נאך א זאך איז און. א זאך אין נאך א זאך איז אין. משה און יענקל זענען געווען ברידער/משה האט געלערנט אין לובלין. -

ליינט דא:
viewtopic.php?f=17&t=19196

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:26 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
אוי וויי וויי איר מאכט דא א טשאלענט.

איידער איך הייב אן שרייבן און האקן טוה איך צו אייך הער בריסטא זאגן
איך קען אייך נישט מילא וואס איך זאג איז נישט נוגע צו אייך פערזענליך נאר צו אייערע מיינונגען
ווי אויך טוה איך נישט פוגע בכבודך זיין.

איך מיין אבער איר זענט נישט אזוי גערעכט - אפשר בין איך נישט גערעכט.

צום אלעם ערשט - אויב איז נישט גוט אז איך גיי אראפרייסן אפאר טיטשערס דא
דאן קען מען מעקן

אבער רעדענדיג צו אסאך תלמידים פון היימישע טיטשערס ווי אויך נישט היימישע טיטשערס.
איינהארן איז די בעסטע (איך בין נאך נישט געווען ביי קיין איין טיטשער)
אבער מפי השמועה, זענען די אנדערע ווערט ממש גארנישט.

און נאך איין זאך איינהארן הייסט נישט שטיפען קיין שטימע - ואתכם הסליחה.

זאגשע הער בריסטא - צו וועם גייט איר פארן שטימע?
בד"וו דאס קענסטו זאגן אפשר אז איינהארן איז אביסעל משוגע אבער ער איז די בעסטע אין זיין פעלד
(ער צאלט מיר נישט פאר די תגובה)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:29 pm
דורך פער בריסטאו
איך רעד צו מענטשען וואס גייען צו עם,

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:33 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
איך רעד צו מענטשן וואס גייען צו ביידע

נאכאמאל איך ווייס נישט וואס ביידע טוען איך רעד נאר וואס איך הער אין ליין
פארדעם וויבאלד איך ווייס נישט קיין סאך אין דעם פעלד האב איך זיך געפריידט אז איינער ווי דיר עפענט אזא אשכול

מיר וועלן דורכטאן דעם ענין ביז מע וועט קלאר ווערן אי"ה
ווער נישט דערשראקן פון וואס איך שרייב לאל

עניוועי איך גיי יעצט פארלאזן דעם קאמפוטער, איך האף צו הערן מער עמיר זעהן מארגן אי"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:36 pm
דורך פער בריסטאו
מיין פריינט! איינהארעןס ציל איז אז די קענסט נישט ארויפציען זאלסטו שטיפן!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:45 pm
דורך AHA
I think I have a nice voice (I am getting the honor to pray for the amid from time to time) should I bother going to someone for voice lessons or its a waste of time and money?
Your opinion on this matter will be greatly appreciated

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:49 pm
דורך משזר
איך וועל אייך בעסער קענען ענטפערן צי איר זאלט גיין פאר לעסאנס, נאכן הערן א שטיקל פון אייך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:54 pm
דורך פער בריסטאו
איינהארעןס שיטה איז מחבר געווארען ארום 200 יאר ציריק וואס מען האט געהייסן שטיפן,
היינטיגע סטאדי'ס איז, לאז דיין שטימע לויפען, (עס רופט זיך "לעט גאו") קמעט אלע אידישע טיטשערס היינט ציטאגס זענען נישט געבויט אויף אזעליכע שיטות.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 6:00 pm
דורך AHA
Moshzor, I am serious, I know its funny to (see) hear someone say that they can sing but that is why "gilly" is a very big problem

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:18 pm
דורך עבודת_הבורא
בד"וו דאס קענסטו זאגן אפשר אז איינהארן איז אביסעל משוגע


איך מיין אז דאס איז בכלל נישט און פלאץ, אפילו נישט פאר שיתסר אין זיכער נישט פאר שיבסר.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:51 pm
דורך וואסערפאל
AHA האט געשריבן:I think I have a nice voice (I am getting the honor to pray for the amid from time to time) should I bother going to someone for voice lessons or its a waste of time and money?
Your opinion on this matter will be greatly appreciated


פראגע: שפירט איר אז ס'פעלט אייך אויס?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:54 pm
דורך שטארק זיך
גליק ארבעט אויף נאטורליך, פאר א גרויסער עולם איז ער פיין

אגב, יששכר גוטמאן איז ביי איינהארן היינט צוטאג, און ער האט געהאט א שטימע אידדערן גיין צו נתן גליק.
איינהארן הייסט נישט שטופן, אבער דער ענד רעזאלט הערט זיך ווי שטופן,

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 11:02 pm
דורך בעל דמיון
טעסטינג טעסטיג וואן טו... דער עולם הערט? ניין קיינער הערט נישט? ניין? אקעי טאקע וועגן דעם וויל איך דא שרייבן (ווייל זעהסט דאך אז ווען איך רעד הערט מען נישט)
[די קעפל זאגט אלעס ארום שטומע, יא?]
סאו הער איז מיי פראבלעם, איך האב זייער א הייזעריגע און היי פיטש שטימע (אה וויאזוי איך ווייס? הייזעריג, אז די העסט הערן העסטו אויך וויסן. היי פיטש, ווייל אסאך מאל ווען איך רוף א קאמפעני רופט מען מיך מרס...) און איך ווער זייער אפגעמוטשעט פון רעדן
עניוועי בעק טו דע סאבדזעקט ס׳איז שוין אזוי זייט די פופצן, נאך די קריג (חתונה בלע״ז) האבן מיר באשלאסן אז מ׳מוז נעמען עקשין זענען מיר געגאנגן צו מד״ל עטליכע מאל און באצאלט תבין ותקלין און נאך א שטיק צייט און א באנטש עקסערסייזיס (בלאזן בלאזערס, פייפן פייפערס, אטעמן אטעמערס, ציען ציערס, סטרעטשן סטרעטשערס, וכו׳ וכו׳) איז באשלאסן געווארן אז ״מעסטאמע״ איז דאס נאדזשעלס בלע״ז און מדארף סערדזשערי און בשעתו אפאר יאר צוריק האבן מיר נישט געהאט קיין העלט אינשורענס און די ב״ב איז נישט געווען אזוי ״עקסיידיט״ אז איך זאל מיך לייגן אונטער א ״מעסער״ האבן מיר גארנישט געטוען
סאו דא האלט איך, פינטל.
איז אויב איינער האט געהאט עני עקפיריענס אדער ווייסט עפעס מער איי וואולד עפרישיעטעט צו הערן מער
(נ.ב. איך זיך נישט צו ווערן א זינגער, רעדנער, חזן, [אדער עפענען א האט ליין] אד״ג נאר צו קענען רעדן לייכטער {כלשונו הק׳ וד״ל})
שכויעך

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 11:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכבוד הער פער בריסטאו!

דו האסט א געפיל צו שטימע, און דיין אויסדערוועלטער נאמען - דיין "נעים-סעיק" - איז "פער בריסטאו", וואס זאגט אז ער איז א גרויסע עקספערט אין "שטימע". טא, פארצייל אונז אביסעל איבער דיין הירא "פער בריסטאו".

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 11:54 pm
דורך שוטה
זאג כאטש נאך וועמען דו הייסט...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 3:56 am
דורך פער בריסטאו
שוטה האט געשריבן:זאג כאטש נאך וועמען דו הייסט...

יא דעיס איז מיין טיעטשער! אדרבה בליקט אריין

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 9:29 am
דורך אליעזר גרינפעלד
אל כבוד מעלת בעל דמיון
איך קען נאך אפאר אזוי ווי די וואס זענען געגאנגען צו איינהארן און נישט חרטה געהאט

איך קען נאך וואס זענען געגאנגען צו אנדערע און יא חרטה געהאט
נאך אבער נישט געטראפן איינער וואס האט חרטה געהאט נאכן זיך לערנען ביי איינהארן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 9:40 am
דורך אליעזר גרינפעלד
לאמיר זעהן וועלעכע זינגערס גייען צו וועם:
(אויב איך בין נישט גערעכט ביטע פארעכטן)

אברהם פריעד - איינהארן
פאלקאוויטש ברודער - איינהארן

מרדכי ב"ד - נתן גליק
מיכאל שניטצלער - נתן גליק

גרינפעלד - לויט ווי איינער האט געשריבן אויבן - נתן גליק

ווער נאך?

איך רעד פון זייער שטימע נישט זייער עצם זינגען