אלעס ארום "שטימע"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ני זאג די, ווער איז די בעסט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 12, 2013 11:39 pm

איינהארן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גליק
1
50%
כהנא
1
50%
דייטש
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
וויינגארטן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
שיראפער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
וויינשטיין
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכל שטימען: 2

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

די מיינסט אז איינהארן איז נישט קיין גיטע טיטשער? טעות! פונקט פארקערט, די אלע מענטשען וואס גייען צו איינהארן האבן זייער הנאה פון עים, נאר וואס דען? איינהארען האט פשוט אלטע שיטות, מען קען ווערן א שיינע זינגער מיט אלטע שיטות אויך, דעיס איז אבער קלאר אז איינהארן הייסט שטיפן,
מען קען זעין א שטארקע חיליק פון יואלי גרינפעלד מיט שראלי ווירדיגער און אלע אנדערע זינגערס זיי זינגען מער סטיף, נתן ארבעט אויף די שטים בענדער אליין, און איינהארען פאוקעסט ביכלל נישט דארט,
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

די אלע גייען צו איינהארן:
שמעי ענגל
יאמי לעווי
שראגי געשטעטנער
שלוימי דסקל
שלוימי טויסיג
לוי פאלקאוויטש
יואלי פאלקאוויטש
יששכר גוטמאן(יעצט אנגעהויבן)
אברהם פריד
אייזיק האניג
ליפא שמעלטצער
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:לאמיר זעהן וועלעכע זינגערס גייען צו וועם:


גרינפעלד - לויט ווי איינער האט געשריבן אויבן - נתן גליק

ווער נאך?

איך רעד פון זייער שטימע נישט זייער עצם זינגען

דו ביסט געגאנגען צו איינהארן'ן?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איך בין ביי פער בריסטאו
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איך זאג נישט אז נתן איז די בעסט, אבער איך מיין בעסער ווי איינהארן,
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

איך זעה הער בריסטאו זאגט נאך ווארט ביי ווארט וואס הרב גליק פרובירט צו פארקויפן

אדרבה פרעגט שלמי דאסקאל
יששכר גוטמאן
חזן שטארק
וכו' וכו'

פארוואס זיי גייען יעצט צו איינהארן?
פארוואס טוישן?

גראדע האב איך געהערט אויף נתן גליק, איינער איז געגאנגען צו עם
זאגט ער מיר ער האט זיך גענומען מאכן ההאאא הההעעע העיייי האאאא
איך האב נישט געוואוסט וואס ער וויל פון מיר.

ווען ער האט מיר געבעטן 150$ האב איך שוין פארשטאנען.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מרדכי בן דוד איז געווען ביי נתן גליק פאר א גאר קורצע תקופה

ווי אויך קען איך עטליכע - איינער א קרעטשמעריסט - וואס האבן חרטה געהאט נאכן גיין צו איינהארן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

שטארק זיך האט געשריבן:ווי אויך קען איך עטליכע - איינער א קרעטשמעריסט - וואס האבן חרטה געהאט נאכן גיין צו איינהארן.


עטליכע אדער איינער?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עטליכע
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איינער האט עפעס עקספיריענס מיט פשערהאפער?
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

וואסערפאל האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:I think I have a nice voice (I am getting the honor to pray for the amid from time to time) should I bother going to someone for voice lessons or its a waste of time and money?
Your opinion on this matter will be greatly appreciated


פראגע: שפירט איר אז ס'פעלט אייך אויס?


?What do you mean? with money? or time? or to build my self confidence
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידעלע »

פער בריסטאו האט געשריבן:די אלע גייען צו איינהארן:
שמעי ענגל
יאמי לעווי
שראגי געשטעטנער
שלוימי דסקל
שלוימי טויסיג
לוי פאלקאוויטש
יואלי פאלקאוויטש
יששכר גוטמאן(יעצט אנגעהויבן)
אברהם פריד
אייזיק האניג
ליפא שמעלטצער

אייזיק האניג איז ביי איינהארן נאך קיינמאל נישט געווען, ער איז געגאנגן צו נתן פאר בערך 20 יאר, לעצטענס האט ער פרויבירט צו גיין צו אפאר גוים אביסל צו עקספיריענסען נאך טעקניקס, די עיקר האט ער קונה געווען פון נתן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עולם רבותי!
עס איז נישט מעגליך צו געבן הדרכות, און מיינונגען אין דעם נושא, באופן כללי,
ווייל, יעדע שטומע דארף א אנדערע צוגאנג, למשל א קליינע דינע שטימע, דארף באקומען א בעיס, א דיקע שטומע דארף באקומען א גלאנץ, וכו' וכו', יעדע זינגער איז באקוועם ביי א אנדערע טיטשער, און נישט וואס איז גוט פאר איינעם איז גוט פאר א צווייטן, (בכלל איז געווארן דאהי אזא מחלה אז שיינע זינגער'ס מיט שיינע מענערישע שטימעס ווילן ווערן נקבות און זינגען קוויטשעדיג, אוי מאכט עס מיך נערוועז צו הערן ווי דער עולם קוויטשעט ארום).

יא, איך האב עקספיריענס ביי איינהארן, גוטע און נישט גוטע, ער האט גוטע חלקים און האט נישט גוטע חלקים, און איך וויל נישט צופיל רעדן פון דעם ווייל דאס איז גענומען א מענטש און זיין פרנסה און צולייגט אויף פיצלעך, כמו כן זענען אלע אנדערע טיטשער'ס, יעדע האט גוטע חלקים און שוואכע חלקים, ממילא איז בכלל נישט יושר צו אויסדרעשן די טעמע, ווייל מתוך שבחם בא לידי...

איין קושיא וואס האט מיר געבאדערט גלייך ביים ערשטן מאל זיצן ביי איינהארן, ער לייגט אראפ א הנחה אז דו וועסט זיצן ביי מיר א גוטע פאר יאר, אפשר אפשר וועסטו עפעס האבן, ער האט מיר געגעבן משלים פון מענטשן וואס זיצן שוין ביי אים 10 יאר, מיין קושיא איז פשוט, אויב איז דאס א טעכניק, לערן מיר אויס דעם טעכניק און גיי ווייטער, ווען איך וועל שפירן אז איך בין דאון וועל איך צוריק קומען, ער האט א געוויסע כח פון משכנע זיין א מענטש און אים איינרעדן אז ממש דא איז די זאך און ערגעץ אנדערשט וועסטו גיין צוגרינד, און דא מוז מען זיצן כל ימי חייך לרבות, איך בין געזיצן ביי אים צוויי יאר, איך קען נישט זאגן אז איך האב גארנישט אויפגעטון, אבער אויף למעשה האט ער נישט געגעבן קיין הדרכה, ער מאכט פיינע עקסערסייז, ווען מ'גייט ארויס פון דארט איז פיין, אבער וואס דארף איך טון אין דריי טעג ארום ווען איך ניץ מיין שטימע פאר 3 שעה אין איין המשכה?

מיין איצטיגע טיטשער האט אסאך שונאים, און דערפאר דערמאן איך נישט זיין נאמען, אבער ער האט מיך אוועק געשטעלט אז איך קען ניצן מיין קול שעות ארוכות און נישט ווערן הייזעריק, און דאוון די הייליגע טעג אלע תפלות, און ולא נודע כי באו, איך דאוןן יו"כ כל נדרי, שחרית, מוסף, און די שטימע איז א מחי', און ווען ס'כאפט מיר אן א פארקילעכץ אזש איך פארליר ממש מיין שטימע, גיי איך אריין אין דעם טיר פון מיין טיטשער אן א קול, און איך קום ארויס מיט א קול, וראה זה פלא.

ס'איז קלאר אז ביי איינהארן האב איך דאס נישט געקענט באווייזן, אבער ווי געזאגט, איז עס נישט יושר צו שרייבן יענעמס חסרונות, ס'איז גלייך ווי ווען איינער זאל עפענען דא א אשכול, "אלעס ארום זינגער'ס" און מ'וואלט אויסגעפראקט דא אלע זינגער'ס ווער ס'איז גוט און ווער נישט....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איינמאל מען הערט פון ברעט מעננינג, פער בריסטאו, ראדזער לאוו, סעט ריגס,
קען ממש לאכן פון די איינהארעןס שיטה,
איך מיין ח"ו נישט אראפ צו קלאפן איינהארן פערסאנעל,
מיין גאנצע זאך איז, אז ווער נישט אזוי משיגה פאר איינהארן!
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

פער בריסטאו האט געשריבן:איינמאל מען הערט פון ברעט מעננינג, פער בריסטאו, ראדזער לאוו, סעט ריגס,
קען ממש לאכן פון די איינהארעןס שיטה,
איך מיין ח"ו נישט אראפ צו קלאפן איינהארן פערסאנעל,
מיין גאנצע זאך איז, אז ווער נישט אזוי משיגה פאר איינהארן!


טייערער פער עס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט, איך טו שוין יארן אין די נושא,
איך האב שוין גערעדט צו פער, אסאך יארן צוריק, און יא ער איז גוט, איך האב שוין טועם
געווען דעם טעם פון אלע וואס דו האסט אויסגערעכנט און פון אסאך אנדערע וואס האסט
נישט אויסגערעכנט.

עס שמעקט מיר בכלל נישט אריין צוגיין אין נעמען פון אידישע טיטשערס אבער צוויי זאכן
מוז מען ווייסן, איינס אז דאס וואס מ'שמירט אן א נאמען פון א טיטשער צו א באקאנטע זינגער
מיינט גארנישט אסאך מאל איז פשוט דער זינגער געגאנגען צו דעם טיטשער אזוי ווי אסאך
אנדערע גייען עס מיינט גארנישט אז זיי זענען צופרידן, אדער צו זיי ווייסן בכלל וויאזוי א
אנדערע טיטשער וואלט עם געלערנט, עס קען זיין אויב זיי וואלטן יא געוואוסט וואלטן זיי
שוין לאנג אוועקגעגאנגען.
והשנית מוזטו וויסן אז אידישע זינגער איז אסאך שווערער צו הענדלען ווי גויאישע, רוב אידישע
זינגער קומען שון אן צום טיטשער אלס זינגער, און פרובירט נאר זיכער צו מאכן אז מ'גייט עם
נישט הייסן גארנישט טוישן און אז ער גייט סאנדען די זעלבע (ווער האט עם געזאגט אז ער טאר
נישט סאנדען בעסער?) און די אידישע טיטשערס דילן מיט דעם.

להבדיל א גוי קומט און צום טיטשער ווען ער האט נאך אין זיין לעבן נישט אויפגעמאכט זיין מויל
און וואס דער טיטשער הייסט טוט ער, במילא האט ער די מעגליכקייט צו זיין פולי געלערנט ביז
צוויי יאר.

אבער דאס אז עס איז נאך דא אסאך פלאץ פאר א ריכטיגע מומחה איז לית מאן דפליג.

אלץ א קליינע טיפ. רוב זינגער מיינען אז וואיס לעסענס גייט זיי אויסלערנען וואס צו טון
ביים זינגען, דער אמת איז זיי טוען שוין צו סאך און זיי דארפן זיך אויסלערנען וואס נישט
צו טון, און רוב אחינו בני ישראל קענען עס סאם האו נישט דערהערן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

AHA האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:I think I have a nice voice (I am getting the honor to pray for the amid from time to time) should I bother going to someone for voice lessons or its a waste of time and money?
Your opinion on this matter will be greatly appreciated


פראגע: שפירט איר אז ס'פעלט אייך אויס?


?What do you mean? with money? or time? or to build my self confidence


וואסיך מיין צו פרעגן, איז, צו די שפירסט אן אנשטרענגעניש ביים דאווענען, אדער א נישט קלארקייט אין דיין שטימע, וכדו.

היצט, אזוי ווי מיין פריינט ר' שאץ האט אומווילענדיג אטאקירט איינהארן אז ער איז 'משכנע', איך מוז מחולק זיין, איך בין אויך א אנגעלערענטער, ביי איטליכע, און אויך ביי וועם שאץ איז געגאנען, איך בין נישט קעגן קיינעם, אבער ס'בעסטע עקספיריענס האב איך געהאט טאקע ביי 'איינהארן', ער האט מיך נישט משכנע געוועזן, און ווען כ'האב געזאגט אז איך כ'גיי סטאפן צו קומען, האט ער מיך נישט אנגעכאפט ביי די קראגן.

און יא, מען דארף אים גוט אפלערנען, נישט אלעס וואס מ'טוט ביי די עקסערסייז, קען מען גלייך דעליווערן ביים עמוד, ס'נעמט א וויילע מיט א סך שימת לב, אבער סיז אלעס כדי, די שטומע איז אין קאנטראל, אין א גוטן שעיפ.
על מי מנוחות ינהלנו
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

המשך: יעדער זאל האבן הצלחה ביי זיין שטימע-רבי, אלעס איז דאך בעזר השם.

גם אני מצטרף, צו וואס אנדערע האבן דא געשריבן, נישט צו דיסקאסירן קיין וואויס טיטשערס, זיי זענען אלע אחב"י, הזהרו בדבריכם.
על מי מנוחות ינהלנו
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

די זאך איז אז איינהארןס תלמידים האבן נישט קיין edge voice, קען זיין וועגן דעם הערט זיך עס שטיפן,
נתןס תלמידים האבן יא היפש edge,
אבער קיינער האט נישט אזוי סאך edge ווי א ברעטט מענינג צו פער בריסטאוס תלמידים,
די גאנצע זאך פארוואס איינהארןס תלמידים האבן נישט קיין edge, איז ווייל ער פאוקעסט נישט אויף די וואוקעל קארד'ס אליין, ער האלט אז די אפקלאנג דארף זיין און די בעק פון די קאפ, נישט אזוי ווי היינטיגע טיטשער'ס וואס האלטען אז די אפקלאנג דערף זיין ביי די מאול אין נאז,
וואס דאס מיינט אז זיי פאוקעסן ממש אויף די וואוקעל קארד'ס אליין,
די עכטע שיטה פון פער בריסטאו איז, אז די דארפסט לאזן די שטימע לויפען ווי אזוי עס גייט, (let go)
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

ברעטט מענינג האט די זעלבע מהלך ווי פער בריסטאו?, ברעטט'ס זאכן האב איך געזען אנליין, סיז פאן צו וואטשן.

לענ"ד האט די מהלך איין מעלה, נעמליך, אז זיי 'קאמביינען' זייער גוט פאלאסעטאו מיט די רעגולאר וואויס, אבער, אין די גאנצע שטימע זעע איך נישט ווי ווייט מ'קען אנקומען, וואקאל קארדס זענען זייער סענסעטיוו, מילא, אדער זינגט מען אזוי ווי זיי הייסן, מיט 'די קליינע פיצינקע שטימעלע', אדער גייסטו ארויס פון גרעניץ און ס'שטימע הויבט אן צו רייסן, (אזוי הערט זיך עס טאקע, ווען מען הערט אמאל (פורצופעל) א אינו יהודי זינגען) זיי גיבן עס א שיינעם נאמען, אויב דענקיך גוט 'די גראוול' וואויס, אבער אין אמת'ן אריין איז דאס א 'רייבעדיג' וואויס, און דאס וואס די זאגסט עדזש, איטס יור טעיסט, אבער איך רוף עס אן קראץ, איי דאונט לייק איט. קוק אויף די איטאליען זינגערס, שיינע ראונדי וואויסעס, נישט ווי די קאטשקע קראצעדיג יענקי, באט, אגעין, על טעם וריח, וכו.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

איך האב הכנעה פאר די לייבן דא
און אמת איך טוה זיך אנטשולדיגן פארן באשמירן סיי וועלעכע רבי אדער טיטשער

איינהארן איז נישט משכנע קיינעם, ווי אויך לייגט ער די שטומע אין פלאץ
אזוי מען זאל נישט פארלירן נאך 3 שעה דעווענען.

עניוועי, יעדער זאל האבן הצלחה ווי ער גייט!

א בקשה צו דעם וואס האבן מער אינפארמעשאן, ווי למשל די וואס גייען צו טיטשערס.
ביטע אויב מעגליך, צולייגט אביסל די שטומע ענין - נישט די טישטער

למשל פער בריסטא האסט געשריבן עפעס וועגן א EDGE
ביטע זיי מסביר וואס דאס מיינט ברחל בתך הקטנה, אויב דו האסט צייט און געדולד אוודאי. שכח.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פון וואנעט ווייס אליעזר גאינפעלד, אז אייהארן איז נישט משכנע קיינעם?
און דאס, בשעת א ניק חשוב האט מעיד געווען אז אים האט ער יא פרובירט משכנע זיין (און אנדערע האבן מיר אויך אזוי געזאגט)

בסך הכל קענסטו זאגן אז ער פרובירט נישט ״יעדעם״ משכנע זיין.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

קודם וואקעל פריי, וואקעל פריי קענסטו הערן ווען יואלי גרינפעלד זינגט שוש תשיש, ווען ער זאגט די צווייטע מאל שוש דעמאלטסט מאכט ער וואוקעל פריי,
Edge, זענען די עקן פון די בענדער, ווען א מענטש איז נמשל הייזעריג האט ער נישט קיין edge,
בעצם גיי איך אי״ה אנהייבן צו שרייבן ווי אזוי די שטים בענדער ארבעטען, און וועט איר וויסן פינקטליכער וואס דא טיט זיך, און איר אליין וועט שוין אפמאכען ביי דיר וועלעסע טיטשער איז יא גיט און וועלעכע טיטשער נישט,
איך האף אז עס וועט נאך היינט ווערן ארויף געלייגט אי״ה
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מיט דעם ענין האלט איך פער בריסטא'ס מהלך איז אמת און אסאך אנדערע
זאגן עס אויך, אז וואס ווייניגער די פארשטייסט אלץ בעסער, סך הכל דארפסטו
באקומען די פיללינג וואס גוט זינגען הייסט און דעס איז וואס א גוטע טיטשער
דארף דיך אויסלערנען, ווער עס פרובירט עדש, טוישן רעדשיסטערס אדער
עני אנדערע טעקניקל טורמס קומט געווענליך אין ערגעץ נישט אן.
די פאונט איז נישט פארשטיין.

און וועגן וואקל פאער, איך האב געלערנט די איטאלי'ן אפערע וועג אויך,
זיי זענען זיך נישט סותר מיט די אנדערע וועגן זיי ארבעטן זייער אסאך
אויף זינגען פארפול, סיי מיט די אטעם און סיי מיט לא לערענקס, און
זייערע עקסערסייזעס גיט צו אסאך פאער צו די קול אבער גיין נאר מיט
זיי איז אויך זייער שווער, און געווענליך איינער וואס פרובירט נישט זיך
צו לערנער אפערא וועט שווער כאפן וואס ער האט צו טון אויב פאלויעט ער
נאר זיי.

ביי די וועי דאס צולייגן אלע טיטשערס איז אויך איינע פון די סיבות פארוואס
עס איז גלוסט זיך נישט פאר יעדעם צו ווערן א טיטשער, אויב איך האב
אמאל געטראכט דערפון האב איך שנעל צוריק געצוגן וועגן די סיבה...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

האט איינער געהערט לעצטענס לוי יצחק פאךקאוויטש?
למשל יעצט ביי מאנדל'ס בר-מצוה.

איינהארן האט ארויסגעגעבן נאך א מעכטיגע וואונדערליכע שטומע
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

די עיקר זאך ארום די שטומע איז אוועק צונעמען די פרעשור, די tightness ארום די שטומבענדער. און אויפצוהערן אריינצומישען אומריכטיגע מוסעלס ארויפצוציען. די ליפ ראולס מאכט אז די פרעשור זאל זיך אנליינען פונעם לינג גראד אויף די ליפן און אוועק פון די מוסעלס ארום די שטום בענדער. די טאנג טרילס (ווי א ריש) איז געמאכט אנצוליינען די שטימע אויף די צינג. און ווי אויך goog gug nay און אזוי ווייטער, ווען מטוט עס ריכטיג און משטופט נישט די מוסעלס ארום די vocal cords ארויפצוציען פילט זיך עס ווי מזינגט פון די mask און פון די דייעפראם. די סיבה פארוואס מ׳קען נישט ארויפציען געהעריג איז ווייל מפרובירט ארויפציציען מיט די נישט ריכטיגע מוסעלס ארום די שטום בענדלעך, און ווען די מוסעלס שטערן קען מען נישט זינגען.
די גאנצע ענין פון אלע עקסערסייז ארום איז אויסצולערנן וויאזוי ריכטיג צו נוצן די שטומע איז נאר וויאזוי נאכצולאזן די מוסעלס ארום די שטום בענדער.
מקען עס הערן אסאך מאל ווען יאסעלע ראזענבלאט ציט ארויף ניצט ער פאר דעם א נון.
ממעג אבער יא נוצן די שטום בענדער אליין, די שטום בענדער קומען זיך צאם און דארפן זיך צאמקומען, סמיינט נישט אז מדארף רעדן ווי מער breathy און מדארף אויסדרוקלעך נישט זינגען ווי געשטופט מיט כח דורך stiff vocal cords ווי פון א flute ארויס, סמעג זיין עפעס וואקעל קארד אין די פראסעס פון זינגען.
ודי בזה
ווי אויך דארף נישט געדוירען דרייצן יאר צו מער ווי לאנג מלאזט נאך און מזינגט ריכטיג
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”