לכבוד פורים - לעבעדיגע מוזיק קאלעקשאן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

לכבוד פורים - לעבעדיגע מוזיק קאלעקשאן

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 7:59 pm

געלעגער האט געשריבן:מיין שאלה איז, אויף פורים נאכמיטאג נאך מנחה ווען די חאלאפטשע גליטשט זיך אריין אין די געדערים, און די וויין שאקלט זיך מיט. איז דאס די סידי וואס מ'דארף צו טאנצען ביז מ'פאלט אנידער?

נאך כמה יאר זועכנישן א לעזונג אויף דיין פראגע בינעך צוגעקומען אז נאר לייוו רעקארדונגס הייבט דעם עולם, וויפיל מ'וועט נאכמאכן אין סטאודיו "כמו לייוו" וועט נישט גיין.
איך האב אין אן ערב פורים זיך אראפ געזעצט אויף קאמפיוטער און געמאכט אן אייגענע קאלעקשאן און מיט אן audio editor program האב איך געשניטן פון לאנגע טרעקס וואס איך דארף נישט וכו'.

ס'עיקר האב איך גענומען פון סוכות אין וויזשניץ, (ס'איז מלא חיות, די קאר זינגט זייער גוט, לעבעדיג, אויף א גוטן סקעיל און ספיד, דער מאיר אדלער שיסט פייער...) איך האב עס אריין געלייגט אין א MP3 player און פון דארט צו געהעריגע מייקס, אוי איזעס געוואלדיג, דו ביזט 'לייוו' מיט א ריזן עולם וואס הייבט זיך ביזן באלקן... מ'ווערט מיט געשלעפט און מיטגעצויגן... די שמחה וצהלה איז ממש אין לשער... שכנים, באקאנטע, קאזינס מיט די טאנטע, אלעס קומט צו גיין מיטהאלטן.

אבער נישט בלויז פון דארט איך האב גענומען, פון די פורים לחיים'ס פון יוסף משה כהנא, האב איך אויך גענומען, אבער נאר וואס איז קריטיש 'וויכטיג' פאר פורים, די רעשטע האב איך געווארפן אין גארביטש. און פון נאך מקומות, כ'געדענק שוין נישט.

איך האב עס צוזאם געשטעלט מיט א קפידה אז 'יעדער' זאל קענען מיטהאלטן, אז אפילו רב וואס וואוינט א טיר אנטקעגן, און די באבע וואס איז צו גאסט, זאלן 'פארשטיין' די זמירות...

ס'האט מיר איינמאל געדויערט א צוויי שעה, נישטערן און בלעטער, דורך גיין אין אויסוואל וואס איך האב אין מיין באזיץ, אבער ס'איז ווערד געווען, ס'גייט כמעט משנה לשנה מיט קלייניקע אפדעיטס.

ווער אבער ס'וויל דייקא א Professional musical production איז זייער שווער צו טרעפן ס'זאל באמת 'הייבן', חוץ אז מ'נעמט זיך מאכן אליין א קאלעקשאן וכנ"ל. (וואס כאמור לענ"ד איז די בעסטע פון א גוטן "live")

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 8:25 pm

נו, אפשר טיילסטו מיט דיין קאלעקציע מיט אינז?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 10:43 pm

בעאבאכטער, וואלסט מיטגעטיילט דיין קאלעקציע?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג פאברואר 08, 2013 10:02 am

אי"ה, איך וועל פאוסטן א לינק שפעטער אביסל.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:53 pm

getting excided

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג פאברואר 08, 2013 3:44 pm

אבי גערעדט, געלעגער,
איז אזוי,
דא האט איר א Preview, וואס איך 'אויסגעציפט' פון א מיעוט (62 פיילס) און צוזאם געקלעבט אין איין פייל.
אויב ס'געפעלט אייך דער מהלך וועלעך בע"ה ס'גאנצע אריינווארפן אין 'שליידער שאכטל'.
נאכאמאל, דאס איז אויסדריקליך פאר דעם צוועק וואס געלעגער האט געבעטן, בעת ווען די כאלאפצעס מיט די פלייש הוידלט אונטערן איינפלוס פון די ארבעים כוסות וויין וואס האבן זיך באזעצט קאפ און 'ראנט' ס'גאגצן עסק.
ביי אונז 'פירן' די יונגלען און די בחורים'לעך מיטן MP ווען אריבער גיין א ניגון, העכעל שטילער, און דאס און יענץ, דער ערוואקסענער עולם איז אין הימלען, און גייט קיינען נישט אן, דער עיקר ז'אל זייו וינועו אמות אסיפים...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 08, 2013 4:27 pm

סארא שאלה צו דאס איז גוט?? אהער מיט די גאנצע! איך האף איין זאך נאר, אז ס'איז נישט אויסגעמושט די 'דריי טרעק' ניגונים מיט די 'פיר טרעק' ווייל דאן איז זייער שווער צו טאנצען

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג פאברואר 08, 2013 4:49 pm

איז דאס ספעציעל פארן פריוויא? אדער זענען אלע ניגונים אזוי קורץ.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש פאברואר 09, 2013 7:46 pm

די גאנצע פליז

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מוצ"ש פאברואר 09, 2013 8:54 pm

דוכט זיך אז טייל פון די זאכן האבן בעלים און זיי דארפן רשות געסן מען זאל נוצן זייערע סחורה.

כזאג נאר...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מוצ"ש פאברואר 09, 2013 9:14 pm

שטארק זיך האט געשריבן:דוכט זיך אז טייל פון די זאכן האבן בעלים און זיי דארפן רשות געסן מען זאל נוצן זייערע סחורה.

כזאג נאר...

יאפס איך האב אויך באמערקט.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג פאברואר 10, 2013 12:24 am

נאט אייך דעם רינג פון שליידער שאכטל
כ'האב עס קאמפרעסט, ס'איז מיר געווען גרינגער צו אפלאודן.

כ'האב מקפיד געווען צו אנצייכענען ביי די Tags ביי "ארטיסט"פון וועם ס'איז.

די כוונה מיינע איז צו ווייזן וואס מ'קען אלעס צוזאמקלויבן, און נישט צו געבן זאכן פאר ווער ס'האט נישט, בעת ס'איז א שאלה.

ווער עס האט נישט איינע פון די אלע פיילס, און ער האט א שאלה צו ער מעג עס ניצן, בעט איך זאל פשוט דריקן אויפן Delete קנעפל און פטור אן עסק.

געלעגער, ס'איז איינגעטיילט אין עקסטערע טרעקס, כ'האב אויך ארויס גענומען פון די טעגס די "track #" ממילא קענסטו דיך ארומשפילן און עס אויסשטעלן ווי דו ווילסט. פריער און שפעטער. (סייוי אין יענע מאמענטן וועסטו סוויטשן אין סעקונדן צו יעדן ניגון וואס מ'וועט טוישן... אויב נישט איז דא א ריטארן פאליסי ביז א יאהר...)

די פריוויו איז געווען אויסגעציפט פיצקעלעך פון לענגערע טרעקט, און צוזאמגעקלעבט, (א מישמאש, הא?)

באדעם ליין,
ס'איז בלויז אן הצעה וואס מ'קען מאכן לצורך הנ"ל, יעדער קען נעמן לויט זיין געשמאק, האב בעיקר געמיינט דעם רעיון אז מ'דארף 'לעבעדיגע' רעקארדס.
אויב איז דא א געזונטער שפילער, (נישט אזא וואס וועט זיין ביזי מיטן טוישן ניגונים אדער ווייזן טאלאנטן פאר זיינע חברים נאך פורים, אדער נאר שפילן די אלע "הווהא הואהה..." לאזונגען וואס ער שעפט כתישה פון די "סעלעבס") קען זיין גאר געוואלדיג.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג פאברואר 10, 2013 12:52 am

בעאבאכטער, לאז עס ביטע אין דיין שליידער שאכטל ביז מאנטאג אז איך זאל אים קענען אראפלאדענען אין אפיס.

דאנקע שעהן

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג פאברואר 10, 2013 1:07 am

גע'פועל'ט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:33 am

א גרויסן יישר כח בעאבאכטער!!

שוין לאנג געפלאנט דאס צוטוען. זכה איז מלאכתו נעשה...

איבער די רייע פון די ניגונים, איינמאל מ'עקסטרעקט די פייל קענסטו עס אליין אויסשטעלן לויט דיין געשמאק. למשל, די ערשטע הייבט זיך עס אן מיט אחד יחיד וואס איז א הארא ביט, און פון דארט גייט עס אריין צו פרייליך ניגונים. די אויסשטעל קען זיין פיל בעסער אויב זאל מען למשל ארויסנעמען די ערשטע אחד יחיד און שפעטער די 7טע טרעק - 'להתוודע' און לאזן די פרייליך ניגונים אין א רייע.

שפעטער די טרעק וועלעכע הייסט "והריקותי" הייבט זיך אן פרייליך אבער ענדיגט זיך אין די סאמע לעצטע רגעים אין א הארא ביט, אלזא דערנאך קען מען אריינלייגן אחד יחיד (אנשטאט ליהודים און עבדו) און ווויטער זאל עס גיין צו אם אין אני לי מי לי און אההלה ה' וועלעכע הייבט זיך אן אין הארא ביט אבער ענדיגט זיך שנעל און דארט צוריק לייגן ליהודים, עבדו און א שפעטערע ובכן צדיקים א פרייליך ניגון וועלעכע פאלט אריין צווישן די הארא ביט ניגונים.

דאס איז נאר אויבן אויף אויפן ערשטן מינוט, דער חברה-מאן האט דא אריינגעלייגט א וועלט מיט ניגונים און עס ברויך צייט דורכצינישטערן אלעס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:35 am

צייטליך האט געשריבן:א גרויסן יישר כח בעאבאכטער!!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:35 am

יישר כח בעאבאכטער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:44 am

איך קען נישט עפענען די פייל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:48 am

מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח בעאבאכטער

ביסט א ענדע נעדע צדיק!!

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:14 pm

יישר כח בעאבאכטער, א שיינע ארבעט אהערגעשטעלט!

מיין שאלה צו די לומדים:
רוב פון די ניגונים האב איך אויף אריגינעל סידי, בין איך מחיוב אויסצומעקן די פאר וואס כ'האב נישט, אדער מעג איך מיך באנוצן מיט די גאנצע?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:15 pm

מאסיוו! ממש ווואס איך זוך שוין יאארן!

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:22 pm

קען עס איינער מאכן פאר א mp4?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:26 pm

ביי אונז איז שוין 2 יאר וואס דער מאיר אדלער הייבט דעם ציבור מיט זיין קאפעליע, איין זאך וואס איך האב געמערקט אז מען ברויך נאר 5 גאר גוטע נגונים אין דאס ברויך ווערן איבערגעחזרט נאך אמאל און נאכאמאל, אין וואס מער מ'חזרט א גוטען ניגון מיט גוטע ווערטער דערצו, ווערט דער עולם וואס אמאל מער דערינען, ביז אלע זענען אינעם עולם האצילות...

מאיר אדלער האט טאקע געמאכט די גוטע טרעקס 15 מינוט אין א צי.
אויך איז דא "שמחת בית השואבה אין סוכוטשוב" פון אהרלע סמט און מאיר אדלער אויך גאר גוטע נגונים נאר אביסל צו קורץ

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:28 pm

א גרויסן יישר כח !!!
אפשר קען איינער מסדר זיין שטייטע, שנעלע אזאנס מען זאל קענען אנשטעלען און מען זאל קענען טאנצען

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:29 pm

אגב פאריאר האב איך געזעין א מאביל וואס אויפן הויעך היליכער האט געארבייט דער "מגילות אסתר מיט געזאנג" געווען גאר א גוטער בייפאל. 


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט