שאץ מאץ האט געשריבן:קיצור, וואס איז דאס? וואס איז די מקור פון די ניגונים? ווי זענען די ניגונים געוועהן ביז איצט? האט מען זיי טאקע געזינגען ביים אלטן רבי'ן?
איך האב שוין געהערט די CD מערערע מאל, און איך וועל פראבירן צו שרייבן מיינע איינדרוקן.
1) ניגון 1, הקפה פון ר' חיים דוד בלום ז"ל, איז א שיינער ניגון. לעבעדיג און גאנץ גוט געזונגען. A
2) ניגון 2, קה ריבון פון ר' בעריש ווישאנער ז"ל - אוי מ'קען דאך צוגיין פונעם ניגון, איין פאל שענער פון די אנדערע. A++ פאר די ניגון. - (הגה - געזונגען איז עס ליידער אן טעם. שוואך געזונגען און נאך שוואכער אראנזשירט. -B.)
3) ניגון 3, המבדיל פון ר' חיים בערלינער ז"ל, איז א שטיק שיינקייט פון א מארש. +A. (אבער פאר'ן זינגער עי' הגה 2).
4) ניגון 4, פתחו לי פון ר' בעריש ווישאווער ז"ל. א שיינער פתחי לי וואס פאסט פאר א סאטמארער נענונים. אבער דאס זינגען איז ליידער אן נשמה און אן א טראפ געפיהל. דארט ווי די כאר קומט אריין באקומט עס א שטיקל לעבן. דאס קינד זינגט אויך זייער געשמאק.
5) ניגון 5, שיר המעלות פון סטראפקאוו - ראצפערט. א שיינער סאלידער מארש. מ'קען עס אזוי זינגען ביי א קומזיץ אז עס זאל קלינגען.
6) ניגון 6, לכה דודי פון ר' חיים בערלינער. א מישמאש פון א ניגון. צאמגעקלעפט די וועלט'ס מי בן שיח מיט אן אנדערע ניגון. דער ניגון האט נישט קיין שון פנים ווייל אלע פעלער זענען ממש די זעלבע.
7) ניגון 7, לא תבושו פן ר' חיים בערלינער ז"ל. א שיינער ניגון וואס פאסט אריין אין גור.
8) ניגון 8, שלום עליכם קראלי, פון ר' בעריש ווישאווער ז"ל, ממש אן אוצר פון א ניגון. דאס איז גראדע שיין געזונגען. פאר דעם איינציגן ניגון לוינט זיך שוין צו קויפן דעם טעיפ. ר' בעריש ווישאווער בתפארתו. - הגה: ווען עס וואלט ווען געזונגען געווארן פראפעסיאנעל וואלט עס געווען עין לא ראתה ואוזן לא שמעתה!
זיץ איך יעצט אין אפיס, אינדרויסן איז פיין קאלט, אבער ביי מיר אין אפיס איז מיר ווארים, די הערליכע ניגונים ווארימען מיר אן די ביינער. זייער שיינע ניגונים, איינס שענער פון צווייטן.
נאטרוליסט, איך דיסעגרי מיט דיר עטליכע מאל, אבער בטעם וריח...
אבער מיט דעם "צאמגעקלעפט די וועלט'ס מי בן שיח מיט אן אנדערע ניגון" האסטו מיר שוין געמאכט לאכן, די תנועה האט ר' יחזקאל ווערצבערגער ע"ה - סאטמארער משמש, ארויסגע'גנב'ט טאקע פון דער ניגון...