נייע סינגל "הדרן עלך" יאמי ראזענבוים & זון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

נייע סינגל "הדרן עלך" יאמי ראזענבוים & זון

תגובהדורך mk-studio » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:45 am

א נייער סינגל ארויסגעקומען געזינגען דורך יאמי רויזענבוים פון מעלבוירן אויסטראליע - האט ארויסגעגעבן אן אלבום עטליכע יאר צוריק "תורה הרבה" - דער סינגל איז ארויסגעקומען לכבוד די סיום מס' ברכות פון דף היומי דעם חוה"מ, און איז אנספירירט געווארן דורכן סיום הש"ס דעם זומער.

עס זינגען דארטן יאמי און זיין זון אליעזר, דער ניגון - הדרן עלך - איז געווארן קאמפאזירט ביי יאמי'ן אליינס. פראדוסט ביי מושי קרויס, מוזיק אראנדזשירט געווארן דורכן אלעמען באקאנטן פיניעלע עסטרייכער, און מיקסט ביי לערי געיטס.

הערטס אויס און האט הנאה.

בייגעלייגט איז דער דאונלאוד לינק פאר די ניגון און פאר דעם קאווער, אויב לייג אין דא אריין די ארגינעלע טעקסט וועגן דעם ניגון.

ניגון דאונלאוד
http://db.tt/cKKMcJpA

פדף דאונלאוד
http://db.tt/cKKMcJpA

Yumi Rosenbaum and his son Laizer present this free download for your enjoyment.

After participating in the 12th Siyum Hashas in Melbourne Australia, as well as the live hookup from Metlife, Yumi was inspired to compose this song and decided to record it together with his son Laizer. It has been released in time for the first Siyum of this Daf Yomi cycle on Chol Hamoed Sukkos 5773. The project spanned 3 continents, recorded in Australia, the USA, and Israel. Skillfully produced by Moshy Kraus and arranged by Pinny Ostreicher, the end result is uplifting and full of energy. It is hoped that this song will be enjoyed around the world and be sung at many Siyumim for years to come.

For more information email: yumirosenbaum@gmail.com
Phone +61 400 640 123

Wishing all a Good Yomtov!

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:59 am

זייער שיין

PDF לינק ארבייט נישט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:49 pm

אוודאי נישט, ס'איז די זעלבע לינק ווי די ניגון
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:23 pm

סארי דא האט איר די ריכטיגע לינק

http://db.tt/qnx1Ec9u

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:54 pm

The song I didn't hear yet, but the cover I like
צוגעלייגטע
Hadron-Aloch-Yumi-1.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:55 pm

.
צוגעלייגטע
Hadron-Aloch-Yumi-2-477x500.jpg
Hadron-Aloch-Yumi-3.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 2:07 pm

mk-studio האט געשריבן:עס זינגען דארטן יאמי און זיין זון אליעזר, דער ניגון - הדרן עלך - איז געווארן קאמפאזירט ביי יאמי'ן אליינס. פראדוסט ביי מושי קרויס, מוזיק אראנדזשירט געווארן דורכן אלעמען באקאנטן פיניעלע עסטרייכער, און מיקסט ביי לערי געיטס.


משה! איך האב דיר שוין געזאגט דעם שבת, איך בין משוגע פון דיין ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין א קווייער, אין אט ווידער א הערליכע מייסטער ארבעט.

זיינדיג שוין א ביסל באקאנט ווי אזוי דיין ארבעט גייט צו, איז מיר זייער אינטערסאנט ווי אזוי דו האסט געמאכט דעם זשאב, אז דער זינגער האט געזינגען אין דעם ווייטען אוסטראליע, ווי אזוי האסט אזוי שיין צאם געשטעלט דעם קווייער.

אז דו בוזט שוין יא דא, זיי אביסל מער מרחיב הדיבור, ווי אזוי אזא זשאב גייט צו, עס איז מעניינא דיומא. א גרויס חלק פון שמחת בית השואבה איז געווען די "מוזיק"....

איך גלייב דער עולם וועט הנאה האבן.

ישר כח
לעצט פאראכטן דורך ווייסעך וואס אום דינסטאג אוקטובער 02, 2012 9:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 2:40 pm

איך האב זייער געגליכן דעם ניגון סע איז באמת שיין - רייך אראפגעלייגט.
איין שאלה:
וואס איז די מטרה פונעם סינגעל??
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 2:41 pm

wow!!!!
הערליך, זייער שיין, בעיאטעפאלל!!
די נוגין איז וואן אף עי קיינד
ס' ברענגט זייער שיין ארויס די שיינקייט און פרייד פון א סיום הש"ס!
שכוח פארן מיר מהנה זיין

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » מיטוואך אוקטובער 03, 2012 11:49 am

ווייסעך וואס: דארף איך יעצט אנהייבן צו טראכטן ווער פון די קרוב צו דרייסיג אידן וואס האבן מיר קאמפלימענטירט אויף מיין קווייער דעם שבת דו ביסט....
איך מאך א וויץ, ס'איז יעצט פארגעקומען אן ערנסטער גילוי, איין איד האט מיר קאמפלימענטירט די וואך שבת, שלום עליכם ר' ווייסעך וואס.

דאס וואס דו וואונדערסט זיך וויאזוי ס'איז פארגעקומען די גאנצע זאך ווען דער זינגער וואוינט אין די ווייטע אויסטראליע, כ'העל דיר זאגן דעם אמת, מ'האט עס אפי' נישט אזוי שטארק דערקענט, ווייל רוב מאלן ווען איך מאך א קווייער פאר איינעם טרעף איך ניטאמאל יענעם, און יענער דארף אפי' נישט אראפקומען צו מיר, ס'איז דא אפי' קווייערס וואס איך האב געמאכט פאר לעצטיגע אלבום'ס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן דער זינגער פונעם אלבום פנים אל פנים.

וויאזוי ס'ארבייט איז, איך באקום די מוזיק פייל אין אימעיל, איך ברענג עס אריין אין מיין פראגראם וואס איז נוץ צו ראקערדן, אויף דאם האק איך ארויף קווייער וויפיל ס'לאצעך, און ווען איך בין פארטיג שיק איך צוריק די קווייער צו דעם פראדוסער, ער לייגט דאס אין פלאץ מיטן זינגער און פון דארט גייט עס צו מיקסטער.

פאר די וואס ווייסן נישט, ווען מאנכע הערן א מוזיק אלבום שטעלן זיי זיך פאר ווי דער זינגער שטייט אויף א גרויסער סטעידזש מיט א מייק אין די האנט, הינטער איהם זיצן א 10 מאן באנד, און פון די זייט שטייען די קווייער און אונטן שטייט לאשינסקי און מיקסט די קווייער, ווען נעבן איהם שטייט דער פראדוסער און זאגט וואס צו טוהן, און פון צייט צו צייט ווייזט ער פארן זינגער צו זיין שטיל און גיבט א וואונק פאר סעקסעפאון אנצוהייבן צו שפילן א שטיקל סאלא, און דאן פארן קווייער איבערצונעמען ס'ברעטל, און נאכער ווייזט ער פארן זינגער מיט אזא דריי מיט די האנט אז ער זאל אנהייבן דעם ניגון אבער ער זאל אריינקומען מיט אזא אינטרעסאנטע תנועה וואס מ'האט געהאט אפגעשמועסט פון פאר דעם.....
אבער איר רעאליטעט גייט עס בכלל נישט אזוי, דער זינגער האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט דעם סעקסעפאון, און אין פאקט זענען זיי נאך קיינמאל אפשר נישט געווען אינעם זעלבן לאנד.

ס'איז דא אן ארעינדזשער וואס שרייבט אפ די מוזיק, פונקטליך וואס מ'זאל טוהן, ווען דער דראמער זאל האקן און וויאזוי דער בעסס זאל גיין, און ווען די סטרונעס זאלן סטרינגען, נאכדעם וואס אלעם איז אראפגעשריבן שיקט מען עס אפ צו די שפילער, (איך וועל מיך באציען וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען אויף דעם טרעק) די דראמען איז געמאכט געווארן דורך אבי אבידני אין א"י, מ'האט איהם געשיקט די פאפירן וואס דארט איז געשטאנען פונקטליך ווי שנעל דער ניגון גייט, וויאזוי דער ניגון גייט, וואו ער זארף וואס זאגן, דער דראמער איז אריין אין א סטודיאו אין א"י און עס דארט אפגעזאגט, און דאן עס צוריקגעשיקט צום ארעיזדזשער אויף אימעיל, דאן האט דער ארעינדזשער דאס געשיקט צום גיטאר (איך מיין איינער פון בארא פארק) יענער איז אריין און א סטודיאו דארט און אפגעזאגט זיינע ליינס וואס ער דארף זאגן, און די זעלבער איז געווען מיט די ברעסס - פיאנאו - בעסס א.א.וו. און ווען אלעס איז געווען פארטיג האט ער מיר געשיקט דעם גאנצן פעקל אויף אימעיל (יו סענד איט).

דאן האט מען עס געשיקט צו די ווייטע אויסטראליע וואו דער זינגער איז אריין אין איינע פון די סטודיאו'ס דארטן און אריינגעזינגען דעם ניגון צוזאמען מיט זיין זוהן, ער האט עס אריינגעזינגען בערך 3-4 מאל און נאכדעם האט ער מיר עס צוריקגעשיקט, איך בין געגאנגען און אויסגעקליבן וועלכער מאל איך האב געהאלטן איז די בעסטע.
דאן בין איך געגאנגען און איך האב ארויפגעלייגט קווייער דערויף, דאס מיינט איך האב אריינגערופן 5-6 חברה און זיי געזאגט: יעצט רבותי גייט מען זאגן אוי אוי אוי טירארא, און מ'האט דאס איבערגעזינגען עטליכע מאל ביז ס'הערט זיך זייער שיין און פול.

דאן האב איך אריבערגעשיקט דאס גאנצער פעקל צום מיקסער ר' לערי געיטס, און ער האט אנגעהויבן מאכן סדר דארטן, געמאכט העכער דעם זינגער, אראפגעריקט די פיאנע ארויפגעריקט די ברעסס (סתם דוגמאות) און זיכער געמאכט אז אלעס סאונד גוט, ד.מ. ארויפגעלייגט עפפעקטס אויף די דראם און אויפן זינגער, קלארער געמאכט וואו ס'פעלט זיך אויס, ווען ער איז פארטיג געווארן האב ער אפגעשיקט א טרעק צו מיר - צום זינגער - צום ארעינדזשער, מיר זאלן הערן וויאזוי ס'איז.
מיא האבן עס אלע אויסגעהערט און יעדער האט זיך געהאט זייערע הערות, יעדער האט מיר געזאגט וואס זיי האבן צו זאגן, צ.ב.ש. דער ארעינדזשער האט געהאלטן אז די דראם'ס דארף נאך א קליינער טאטש-אפ דער זינגער איז נישט געווען צופרידן וויאזוי מ'האט אראפגעריקט זיין זון,ס הארמאני אויף איין פלאץ און אויך האט ער געהאלטן אז די קווייער אויף איין פלאץ שטערט די סאלא, איך האב געהאט עטליכע לעוועלס וואס איך האב געהאלטן דארף זיין אביסל אנדערש, דאן האב איך אנגעקאלט לערי און געזאגט מיינע/אונזערע הערות, ער האס עס געפיקסט, און היידא ס'איז דא א מיקס וואס איז פערפעקט.

אבער יעצט קומט די וויכטיגסטע פארט פון אלעם, אצינדער ברויך מען ארויפגיין אויף אידישע וועלט און בריכטן די גאנצע זאך :).

ס'אלעס קלאר? פראגן זענען וועלקאם.

שלעפשיץ: די מטרה איז ווען א זינגער האט וואס צו זאגן און ער וויל דער עולם זאל הערן פון איהם, גיבט מען ארויס א סינגל אוןדער עולם האט הנאה, אזוי אויך קען עס גענוצט ווערן צו טאפן דעם דופק פונעם צוביור, צו זעהן אויב ס'איז דא א פארלאנג נאך איהם, און לויט די פידבעק וואס מען באקומט זעהט מען אויב ס'לוינט זיך צו גיין ווייטער.

יישר כח ר' ווייסעך וואס - שלעפ - פיינע נייעס פאר די ווארימע ווערטער, דאס איז די רעאקציע וואס מיר ווילן הערן.

און אצינדער צוז איך גיין, ווייל די עזר כנגדו האט גרויסארטיגע פלענער וויאהין צו גיין היינט מיט די קינדער, און אויב באווייז איך מיך צו שפעט העט נישט טויגן.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » מיטוואך אוקטובער 03, 2012 1:28 pm

mk-studio האט געשריבן: ווייסעך וואס: דארף איך יעצט אנהייבן צו טראכטן ווער פון די קרוב צו דרייסיג אידן וואס האבן מיר קאמפלימענטירט אויף מיין קווייער דעם שבת דו ביסט....

איך וועל דיר געבן א סימן, מיר זענען געזעצען איבער א שיסל הערינג מיט אייער קיכעל....

נאכדעם א ישר כח פארן אוועק געבן פון דיין (ווייב'ס) צייט פאר אונז, עס איז זייער אינטערסאנט, הגם איך האב שוין מיטגעהאלטן פון די נאנט וואס די טוסט אלס, אבער פארט איז מיר געווען א נייעס ווי אזוי דו מוזיק גייט צו.

mk-studio האט געשריבן: דאן האב איך אריבערגעשיקט דאס גאנצער פעקל צום מיקסער ר' לערי געיטס, און ער האט אנגעהויבן מאכן סדר דארטן, געמאכט העכער דעם זינגער, אראפגעריקט די פיאנע ארויפגעריקט די ברעסס (סתם דוגמאות) און זיכער געמאכט אז אלעס סאונד גוט, ד.מ. ארויפגעלייגט עפפעקטס אויף די דראם און אויפן זינגער, קלארער געמאכט וואו ס'פעלט זיך אויס,

דן מיקס'ד דען נישט אליין? אז דו דארפסט עס שיקן פאר הרב געיטס?

בכלל וואס איז געווען דיין פאזיציע אלס פראדוסער?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך אוקטובער 03, 2012 6:27 pm

שיינע ביישרייבונג, שיק עס אריין צי די מעלות עס קען זיין אינטערסאנט אויך פאר קינדער

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » מיטוואך אוקטובער 03, 2012 7:26 pm

איך האב מיך דערמאנט אלטע צייטן, דעמאלטס
פלעגסטו געבן די גרינע שמירנאף פאר ווער ס'האט
געזינגען די שענסטע..

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2012 7:11 am

pianist האט געשריבן:איך האב מיך דערמאנט אלטע צייטן, דעמאלטס
פלעגסטו געבן די גרינע שמירנאף פאר ווער ס'האט
געזינגען די שענסטע..

גראע קאטשקע, אין מיינע צייטן...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2012 2:22 pm

איך מיקס יא, אבער ס׳איז דא צוויי זאכן. איינס איז אז יעדע פראיעקט דארף האבן א פרישער אויער, מ׳דארף קענען שניידן זאכן וואס פעלן נישט אויס, און צו דעם דארף מען האבן איינער וואס איז נישט געווען אינוואלווד בעפאר, און אפי׳ נישט נאר אלס דעם איז אויך גוט ווערן איינער הערט עס אויס פריש.

צווייטנס (מאנכע וועלן זאגן אויפן צווייטן טעם העיקר שחכתי) אז מיקסן א גרויסן פראיעקט מיט פולע מוזיק אזוי ווי דעם דארף מען גאר גוט קענען, און אפי׳ איך האב שוין געטוהן דאס אמאל, וויל איך מיך נישט לאזן נער׳ן און איך ווייס אז לעררי קאן דאס בעסער.

מיקסן - האב איך לעצנטס אנאליזירט - איז ווי אויסשטעלן א גאנצע אלבום אויף א פלאטפארמע, אין צוויי הינזיכטן.
מען דארף גאר שטארק וויסן וועמען צו לייגן פון פארנט און וועמען מער פון הונטן, איינעם ברויך מען לייגן אויף די רעכטע זייט, און א צווייטן דארף מען לייגן נעקסט צו יענעם.
און נאך א זאך, מיקסן א טרעק קען מען נישט אריינלייגן וואס ס׳גייט, פונקט ווי אויף א סטעידזש פיט נישט ארויף די גאנצע שטאט, און ווען סאיז פול און אינמיטן רוקט זיך אן נאך א מוזיקאנט וואס האט אויך וואס צוצילייגן קען ער נישט סתם אזוי זיך ארויפשטיפן נאר ברויך מאכן פלאץ, רוקן אהער און אהין, שטילער מאכן דעם אדער יענעם ביז ס׳ווערט פלאץ. און אסאך מאל וועט מען פרעגן, ״אבער איך הער נישט דאס אדער יענץ״ די תירוץ אויף דעם איז אז ס׳נישטא קיין פלאץ אויף די פראנט ראוי. ס׳איז דא גאר אסאך ארומצורעדן דערין דאס איז אלעס נאר געווען אויפן שפיץ גאפל, ארויסצוברענגען אז מ׳דארף האבן איינער וואס קען זייער גוט.

גוגל: איך ברויך נאר צולייגן די פיר בילדער און דאן קען עס ארויפגיין אין בעק פון די שטייגהעכער אפטיילונג

פיאניסט: דאס איז געווען א תקופה וואס מ׳האט פרובירט צו סטאפן (סוקסעספולי ב״ה) צו סמאוקן און מ׳האט געדארפט איינפירן א צווייטער געוואוינהייט וואס צו טוען יעדע האלבע שעה.

שטארק: מ׳פלעגט סערווירן די גראע קאטשקעס?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2012 5:27 pm

אפשר מאכט מען א עקסטערע אשכול ווי אזוי מען מיקסד מוזיק?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוקטובער 05, 2012 2:03 am

שטארק זיך האט געשריבן:
pianist האט געשריבן:איך האב מיך דערמאנט אלטע צייטן, דעמאלטס
פלעגסטו געבן די גרינע שמירנאף פאר ווער ס'האט
געזינגען די שענסטע..

גראע קאטשקע, אין מיינע צייטן...

ניט אין אונזערע צייטן, ניטאמאל האבן מיר געהאט א פלאץ פאר מענטשליכע געברויכן... אוי האבן מיר מיטגעמאכט....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג אוקטובער 07, 2012 1:16 am

א ירידת הדורות אין פולן זין פון ווארט.
היינט באקומט מען א קליינע באטל וואסער...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוקטובער 10, 2012 12:39 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:א ירידת הדורות אין פולן זין פון ווארט.
היינט באקומט מען א קליינע באטל וואסער...

LOL.. איך בין שוין אויך אנגעקומען צום 'קליינער באטל וואסער' עפאכע..

מעגליך מיטן מופן וועט שוין קומן אווער נייט קוגל אויך. #משנה מקום משנה..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2012 6:34 pm

פאר די וואס ווילן נישט דאונלאודן דעם ניגון און ווילן עס הערן אנליין, האט ר׳ יאמי צוזאמענגעשטעלט א שטיקל קליפ. אביסל ווי ער זינגט און עטליכע קליפס פון אלטע סיום הש״סן.

http://www.mahnishmah.com/system/script ... gi?p=56346

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 11, 2013 7:41 pm

סאם האו יעצט געליינט, זייער שיין מסביר געווען וויזוי א טעיפ ווערט צוזאם געשטעלט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט