בריך שמיה - באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

בריך שמיה - באבוב

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 22, 2012 9:08 am

אין באבוב ווערט געזינגען א ניגון אויף די ווערטער "בריך שמיה".

דער ניגון איז לכאורה פארשפרייט געווארן נאכ'ן קריג דורך ר' שאול הוטטערער ע"ה.
ווען איך בין געווען א יונגל פלעגט מען עס זינגען אין אנטווערפען, אין סאטמאר חדר (פון אנא עבדא), פשעווארסק און אין באבוב, היינט ווייס איך נישט.
אין באבוב ביים טיש ווערט עס געזינגען אביסעלע אן אנדערע נוסח, דאס קומט לכאורה פון חזן מיללער, וואס האט עס צוגעפיצט, ווען ער פלעגט עס זינגען ביי נעילת החג.
דער מחבר פונעם ניגון איז איינער א חזן/משורר ??? טאפיאנצקי, וואס איז געווען אין די כאר פון חזן זיידל ראוונער.

אויב איינער ווייסט מער פרטים, זאל ביטע מיטיילן דא.

בייגעלייגט איז דער ניגון געזונגען אין אנטווערפען ביי א בר-מצוה.
אויפ'ן מייק איז רבי שאול ע"ה.
עס איז נתפעל צו ווערן ווי דער עולם זינגט מיט מיט'ן גאנצע קנאק!

בריך שמיה

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 22, 2012 1:10 pm

געמיינט האביך אמאל אז עס איז רבי אביש בראנדסדורפערס ניגון, לעצטענס הער איך אז עס איז רבי זיידל ראוונערס. דער ניגון איז אויסטערליש שיין.

ווער האט געמאכט דער ניגון אויף אב הרחמים שוכן מרומים?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 23, 2012 10:34 am

ווי דערמאנט, איז עס פון א תלמיד פון זיידל, ערגעץ אנדערש די אין אייוועלט שרייבט איינער אז דער מחבר איז זיידל'ס א תלמיד מיט' נאמען טאביאס, וצ"ב.

שוכן מרומים איז זיידל'ס...

בית המשתה
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » דינסטאג יוני 11, 2019 6:00 pm

איטשע האט געשריבן:ווי דערמאנט, איז עס פון א תלמיד פון זיידל, ערגעץ אנדערש די אין אייוועלט שרייבט איינער אז דער מחבר איז זיידל'ס א תלמיד מיט' נאמען טאביאס, וצ"ב.

שוכן מרומים איז זיידל'ס...

ר' משה בצלאל הכהן טאביאנסקי ז"ל, א משורר (און א נעפיו) אין זיידעלע'ס כאר (מפי ר' שאול הוטטערער). ווי שוין געשריבן דא
viewtopic.php?p=1439383#p1439383
ווי אויך איז ער די מחבר פון די הערליכע ניגון 'שים שלום' וואס אסאך זענען בטעות מייחס צו זיידל'ן.

די ניגון ויהי בנסוע-בריך שמיה וואס מ'זינגט אין וויזניץ איז יא פון זיידלע'ן, ווי מען קען עס הערן אויף די טעיפ'ס פון הרה"ח ר' איטשע שטרום ז"ל וואס האט נאך געזונגען אין זיין כאר.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט