אויפריכטיג האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:דערמאנט מיך אן אלטן ארטיקל פון ר' סענדר דייטש ז"ל, מיט'ן קעפל "יאשיק האט זיך גע'שמד'ט"...
אפשר ברענגסטו דעם תוכן ביטע?
איך האב עס אינדערהיים, בלי"נ שפעטער וועלעך עס ארויפלייגן.
דער איד פרשת במדבר תש"כ
יאשיק האט זיך גע'שמד'ט...
פון אליעזר עפשטיין
מ'דערציילט:
דער בעל שם טוב הקדוש האט געהאט א גויאישען בעל עגלה, א שמייסער "יאשיק".
דער דאזיגער יאשיק האט געדינט ביים בעל שם טוב לאנגע יארן, ער האט נאכגעפאלגט אלע פירונגען פון די תלמידים פון בעש"ט הקדוש און אין משך פון דער צייט האט ער זיך אפילו אויסגעלערנט צו רעדן א פליסיג אידיש, און ער האט געקענט נאכמאכן אלע תנועות און העוויות(?) פון די חסידים.
נאך מער, ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד, און איז געגאנגען אנגעטאן אין צעריסענע חסידישע מלבישים, וואס ער האט געקראגן פון די חסידים פאר באדינען זיי.
ווען דער בעש"ט הקדוש איז נסתלק געווארן, האט זיך יאשיק מיישב געווען, אז עס איז פאר אים נישט קיין תכלית מעהר צו בלייבן אן ארימער פערד שמייסער, ער מיט זיינע "קענטענישען" איז מסוגל צו א סך העכערע זאכען.
און אזוי טראכעטנדיג איז ער געקומען צום געדאנק, אז דער בעסטער אויסוועג פאר אים וועט זיין, זיך איינצוהאנדלען רבי'שע מלבושים און אוועקלאזען זיך אין מרחקים, און דארט זיך אנגעבן אלס איינער פון די תלמידי הבעל שם...
געטראכט און געטאן, ער האט זיך באזארגט רבי'שע מלבושים און איז ארומגעפארען אין ווייט שטעטלעך און אומעטום ווי ער איז געקומען האט ער זיך אנגעגעבען אלס תלמיד הבעש"ט.
ביז ער איז אנגעקומען ערגעץ אין א מקום, וואו עס האבן זיך געפונען א גרופע מיסיאנערן, וועלכע האבן געצאלט גרויסע סכומים געלט פאר ארייננארען א אידיש נפש.
אז די מיסיאנערן האבן זיך דערוואוסט אז דער ניי-געקומענער "רבי" איז אן עני ואביון, האבן זיי געשיקט שליחים און אים פארגעלייגט א סכום רב ער זאל זיך שמד'ן. ווארים וואס נאך האט געקענט זיין א גרעסערער געווינס ביי די מיסיאנערן ווי אריינצוקריגן א וואזשנעם געשטעל...
יאשיק, וואס האט ביי זיך אליין געוואוסט זיין גוי'אישען מקור, האט זיך אנגעכאפט אין דעם אנבאט ווי אין א מציאה, און ער האט בפה מלא מסכים געווען צום פארשלאג.
די מיסיאנערן האבן באלד אומעטם מכריז ומודיע געווען, אז ביום פלוני ופלוני וועט פארקומען די שמד-צערעמאניע פון זייער נייעסטען קרבן.
די אידן אין שטעטל און פון די ארומיגע מקומות זענען ארומגעגאנגען דערשלאגן און פאר'צער'ט ווי אבלים: היתכן, אזא זאך, אזא חילול השם!
מען האט פרובירט צו פועל'ן ביי יאשיק'ן ער זאל נישט באגיין די מעשה נבלה, אבער עס האט גארנישט געהאלפן.
די מעשה איז דערגאנגען צו די אויערן פון איין תלמיד פון בעל שם טוב הקדוש, און ער האט געזאגט אז די גאנצע זאך איז נישט במציאות, עס לאזט זיך נישט גלויבן אז א איד וואס האט זיך מסתופף געווען אין דער מחיצה פון דעם עיר וקדיש מן שמיא, דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע, אז זיינס א תלמיד זאל מסוגל זיין צו טאן אזא זאך, און דעריבער וויל ער זיך אליין איבערצייגן אין דער זאך. ער וויל רעדן מיט דעם פארשוין וואס איז זיך גרייט צו שמד'ן, און אויסגעפינען וואס עס האט אים געברענגט דערצו.
דער תלמיד הבעש"ט איז געקומען צו פאהרען אינעם שטעטל ווי יאשיק האט זיך אויפגעהאלטן, און ער האט זיך געלאזט גיין צום פרישגעבאקענעם משומד, יאשיק, כדי פון אים אויסצוגעפינען די סיבות פאר זיין מעשה.
ווי ער האט א קוק געטאן אויף זיין צורה, האט ער תיכף דערקענט אז דאס איז נישט קיין אנדערער ווי דער גוי'אישער בעל עגלה יאשיק דער פערד שמייסער...
איז ארויסגעקומען דער תלמיד הבעש"ט און בארואיגט דעם עולם: "וואס מאכט איר אזא רעש? וואס קערט איר איבער וועלטן? יאשיק האט זיך גע'שמד'ט! אן אומגליק האט אונז געטראפן, יאשיק האט זיך גע'שמד'ט! ער איז געווען א גוי און בלייבט א גוי!"
***
אנטקעגן וואס דער גאנצער סיפור המעשה?
בן גריון דער פרעמיער פון מדינת ישראל, פון דער "ראשית צמיחת גאולתינו" פון "מלכות ישראל נאך צוויי טויזנט יאר גלות"; דער "דוד המלך פון דער היינטיגער צייט" – האט ביי א פארזאמלונג אין הויז פון "נשיא ישראל" בן צבי, אין טאג פון פסח שני, געלאזט הערן אזעלכע גראבע און וואולגארע דברי כפירה, וואס קיין שום אנשטענדיגער מענטש אפילו פון די אומות העולם האט נאך ביז היינט נישט געטאן.
די גרעסטע און שארפסטע פארדאמונג פון זיינע העסליכע דיבורים וואלט געווען – איבערצוגעבן זיינע רייד דברים כהווייתם, ווי ער האט זיי געזאגט און ווי די צייטונגען אין ארץ ישראל האבן זיי איבערגעגעבען. ווען מען זאל מעגן איבערדרוקען די ווערטער, וואלט מען שוין גארנישט געדארפט מוסיף צו זיין, ווייל זיי אליין וואלטן אים דעמאסקירט און אוועקגעשטעלט לחרפה ולדראון עולם, אין איין רייע מיט אלע כופרים ומסיתים ומדיחים פון אלע דורות, און אויך דארט וואלט ער מסתמא פארנומען דעם אויבענאן.
אבער זיינע ארויסגעזאגטע "געדאנקען" זענען געווען פון אזא נידערטרעכטיגן און געמיינעם סארט, וואס מען טאר זיי נישט איבער'חזר'ן.
ער האט אפגעלייקענט די נסים פון יציאת מצרים און פסוקי התורה הקדושה אויפ'ן גראביאנסקען און כאמסקען שטייגער.
יעדער איד ווערט אויסערגעווענליך דערציטערט; יעדעס אידישע הארץ ווערט צום טיפסטען דערשיטערט פון די שרעקליכע און אומדערהערטע דברי כפירה פון דעם דאזיגען מומר להכעיס און כופר בעיקר, וועלכער איז היינט דער מנהיג "ישראל".
נישטא קיין ווערטער צו פארדאמען זיין שאנד טאט. אלע פראטעסטען ווערן פארבלאסט אין אנגעזיכט פון אזעלכע אפיקורסישע רייד.
אויב עס האט נאך געפעלט א באווייז צו דעמאנסטרירן דאס געפאלענקייט פון אונזער הייטיגער תקופה – די תקופה פון "אתחלתא דגאולה" און "התגשמות חזון נביאינו", ווי עס פרעדיגן די נביאי הבעל פון די רעליגיעזע ציונים – איז געקומען דער ראש הממשלה אליין און ער האט עס באשטעטגיט מיט זיינע רייד. אמר נבל בלבו...
און כדי זיינע דברי כפירה זאלן נישט בלייבן באגראבן אין דעם ענגען קרייז פון זיינע צוהערער האט בן גריון פאררופען צו זיך די זשורנאליסטען און צו זיי געזאגט: "דא האט איר דאס גיפטיגע געקעכטס וואס איך האב אפגעקאכט פאר'ן כלל ישראל, נעמט און פארשפרייט עס בכל תפוצות ישראל, און פאר'סמ'ט דערמיט די מוחות וואס גלויבן בלינד אין יעדן פיפס און גענעץ וואס קומט ארויס פון מיין מויל"...
איז געווארן א רעש, א ויצעקו אין דעם לאגער פון "ארגאניזירטען תורה-אידענטום":
ס'טייטש ווי דערלאזט מען עס אז "אונזער" פרעמיער זאל ארויסזאגן עפענטליך אזעלכע "כפירה" רייד?
און דערנאך קומען די רוטינע אנטוויקלונגען:
א פארדאמונג אין דער פארעם פון א לייט ארטיקל אין די פארטיי צייטונגען; א ווענדונג צו בן גריונ'ען ער זאל "צוריקציען" זיינע רייד; אן אינטערפעלאציע אין כנסת אז בן גריון האט נישט געהאט קיין רעכט צו ריידן אזעלכע רייד; א פארשלאג פון אויסדרוקען אומצוטרוי צו דער רעגירונג וכו'...
***
מען מוז זיך שטארק וואונדערן:
בן גריון איז א כופר בעיקר נישט פון היינט און נישט פון נעכטן1 ער איז א מין ואפיקורס נישט בסתר נאר בגלוי! ער שטייט בראש פון א מדינה וואס איר בילדונגס מיניסטעריום האט אויסגעמעקט שמו של הקב"ה פון חומש ר"ל! ער שטייט בראש פון א באוועגונג וואס איז מתחילה געשאפן געווארן אויסצו'שמד'ן אידן ר"ל! אונטער זיין אנפירונג איז מען מעביר על הדת אידישע קינדער שוין העכער פופציג יאר! ער איז א כופר בעיקר נישט מיט ווערטער בלויז, נאר בפועל ממש. מיט זיינע טאג טעגליכע מעשים האט ער גייסטיג חרוב געמאכט דעם רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל!
טא ווי נישטיג און ווי בלאס איז עס צו קומען היינט און אים פארווארפן פארוואס ער רעדט דברי מינות?!
צי זענען מיר טאקע איבערראשט פון זיינע לעצטע רייד? צי האבן מיר טאקע ביז איצט געמיינט אז ער "דענקט" אנדערש? צי זענען מיר אויך אן אמת אנטוישט דערפון וואס ער האט געזאגט אפען דאס וואס יעדער ווייסט סייווי – אז ער איז א מין און אפיקורס? צי איז ער דען נשתנה געווארן אין זיינע כפירה מחשבות?
ער איז געווען א כופר און ער איז עס ווייטער.
יאשיק האט זיך גע'שמד'ט...
נישט מער, כל זמן ער האט נישט געשריגן אין די גאסן און פראקלאמירט אפען די כפירה רייד, האבן זיך די רעליגיעזע פאליטישע פארטייען געטראכט: עס איז נישט אונזער עסק, מיר מאכען זיך נישט וויסענדיג!
אבער ווען בן גריון האט די זעלבע רייד גענומען זאגן בקול רם, דאן האבן שוין די רעליגיעזע פאליטישע פארטייען נישט געקענט מאכן זיך נישט וויסענדיג, זיי האבן נעבעך געמוזט, על אפם ועל חמתם, אננעמען דעם "טשאלענדזש" (די ארויספאדערונג – ווי מען זאגט עס אין היגען אמעריקאנער לשון), און ארויסקומען מיט פראטעסטן קעגן די רייד.
אבער אין אמת'ן ווייסן מיר אלע אז עס האט זיך נישט פיעל געביטן!
יאשיק האט זיך גע'שמד'ט! אן אומגליק האט אונז באטראפן!
***
באמת איז דאך לכאורה פאראן א טראפן "גוטס" אין דעם וואס בן גריון זאגט אויס בקול רם און ער דעמאנסטרירט זיין אפיקורסות בפומבי', ווארים נאך פיל ערגער וואלט געווען ווען ער וואלט באהאלטן זיין כפירה גיפט, און דאן וואלטן נאך מער מענטשן זיך גענארט.
טא דארפן מיר אים אייגענטליך דאנקבאר זיין וואס ער רייסט אליין ארונטער די מאסקע פון זיין פרצוף.
אט למשל האט ער אין זיין לעצטע "דעקלעראציע" אליין באשטעטיגט אז ער איז גארנישט מזרע יעקב.
ווארים ער האט אין זיי טעאריע "אויפגעטאן" אז די ריכטיגע בני ישראל זענען גאר די חוויים, די 318 חניכי אברהם, די אנשי שכם, די כנענים – וועלכע האבן קיינמאל נישט פארלאזן דאס לאנד, און זענען נישט אוועק קיין מצרים.
לפי דבריו קומט אויס אז די אמת'ע פאטריאטען, די וואס ווילן נישט פארלאזן פאר קיין שום פאל דאס לאנד – וואס ער, בן גריון, איז בלי סק דער ריכטיגער סימבאל דערפון – די זענען נישט פון די בני יעקב, וועלכע האבן פארלאזט דאס לאנד על פי הדיבור, נאר זיי זענען די אייניקלעך פון די כנענים וכדומה... – (און דאס שטימט מיט דעם וואס די חז"ל זאגן אז צווישען ערב רב זענען פאראן אזעלכע וואס שטאמען פון די עמלקים וכו').
***
אז בן גריון איז א מסית ומדיח איז לית מאן דפליג, ער ווייסט אז דער היינטיגער תקופה איז זיין נאמען גאר גרויס און שטארק גלאריפיצירט ביי מיליאנען אידן. וואס ער זאל נישט זאגן און וואס ער זאל נישט טאן וועט מען אים נאכזאגן הלל אויף אלץ.
דעריבער זעט ער די ריכטיגע געלעגענהייט אריינצוברענגען דעם סם הכפירה אין די אידישע מוחות, וואס דער רוב פון כלל ישראל איז ליידער אזוי בלינד פארגלויבט אין אים, און וויבאלד די ווערטער קומען פון דעם ראש הממשלה איז מען מחוייב זיי אנצונעמען פאר אמת, ואין לך רשות להרהר אחריהן.
נישט צופעליג לאזט זיך הערן לעצטענס אזעלכע ווערטער, אלעס האט א ציל, ער ווייסט שוין היינט אז די רעליגיעזע אידישע וועלט, מיט זייערע רבנים, אדמו"רים גאונים, ראשי ישיבות, רבנות הראשיות, רבנישע ארגאניזאציעס, - אלע זיי האבן אים מגדל ומנשא געווען, און געבראכט דערצו, אז אפילו אידן שומרי תורה ומצוות קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן מיט לויב און אנטצוקונג פאר דעם דאזיגען כופר בעיקר.
און לאמיר עס קלארער מאכן: דוקא די "רעליגיעזע מנהיגים" אין די כלערליי לבושים זייערע, זיי האבן עס געבראכט דערצו אז בן גריון איז היינט דער פוסק אחרון אין יעדן אידישען דת ודין.
זיי האבן – נאך מער ווי די "וועלטליכע" און אנטי רעליגיעזע ריכטונגען – תמיד זיך משתדל געווען נושא חן צו זיין אין זיינע אויגען, זיי זענען די מחניפים לרשעים, און גראד זיי – די "רעליגיעזע" – האבן אריינגעבראכט בן גריונ'ען אין שוהל, אין בית המדרש, אין די ישיבות און אפילו אין די חסיד'ישע שטיבלעך...
זיי האבן געוואלט געפונען לייטזעליגקייט אין די אויגען פון אידישן פריץ, און דעריבער האבן זיי געוואלט איינער דעם אנדערן איבערשטייגען מיט אונטערלעקערישקייט און חנופה.
דאס אלץ האט דער כיטרער בן גריון גוט פארשטאנען ווי אויסצונוצען, און אצינד ווען ער פילט זיך שוין גוט אין זאטל, ווען ער ווייסט אז די גאנצע "רעליגיעזע" וועלט איז כפוף אונטער זיין ממשלה – אצינד קען ער שוין אפען דורכפירען זיינע פלענער.
אבער די רעליגיעזע אנשטאט צו האבן טענות צו זיך אליין, - האבן גאר טענות צו בן גריונ'ען, ס'טייטש, ווי פאלסטו אויס צו זאגן אזעלעכע געפערליכע רייד ברבים?!
און מען דארף נישט צופיל מסביר זייןף אז בן גריון וועט זיך מיט די אלע "פראטעסטן" ווייניג וואס רעכענען. ער ווייסט ביי זיך קלאר, אז אזוי דארף עס זיין: ער דארף פרעדיגן מינות, - און די רעליגיעזע דארפן פראטעסטירן, און אזוי תמיד, און אזוי ווייטער, וחוזר חלילה. און ווער עס טוט, ליידער, מער אויף – דארף מען דאך נישט דערציילען...
***
א סברא אז בן גריון גופא איז מרוצה דערפון וואס די "רעליגיעזע" דריקען אויס, פון צייט צו צייט, נישט איינשטימונגקייט מיט אלע זיינע מעשים, ווייל דאס גיט דאך אים די געלעגענהייט צו ווייזען פאר די וועלט, אז זעהט, אפילו די רעליגיעזע וואס זענען טיילמאל נישט איינשטימיג מיט מיר, אויך זיי שטיצען מיר בדרך כלל, און אין גרונט גענומען זענען זיי איבערגעגעבענע און טרייע אנהענגער פון מיין רעזשים.
און וואלטן די רעליגיעזע קיינמאל נישט ארויסגעוויזן די מינדעסטע אומצופרידנהייט מיט בן גריונ'ס האנדלונגען, דעמאלט במה כוחם יפה? צו וואס דארף דעמאלט בן גריון זיין אזוי להוט אויך זיי צו האבן אין דער רעגירונג?
דווקא דערפאר וואס זיי זענען, ווי געזאגט, נישט אלעמאל מסכים מיט אים, טאקע דערפאר זענען זיי פאר אים גרויס ניצען.
"יא" זאגער האט בן גריון פיל מער און פיל בעסערע, אבער אים פעהלען אבער אויך אויס די וואס זאגן אויך אמאל "ניין".
ווען די תורה טרייע אידן וואלטן זיך אבער לגמרי אפגעשיידט פון אים און נישט געהאט קיין שום מגע ומשא מיט די בן גריונ'ס – דעמאלטס וואלטן זיינע דברי כפירה נישט געווען אזא סכנה פאר דעם כלל ישראל.
ווען די רעליגיעזע וואלטן נישט פארגעשטעלט בן גריונ'ען פאר דאס וואס זיי האבן אים פארגעשטעלט וואלטן זיינע רייד נישט געווען אזוי געפערליך, ווארים יעדער וואלט געוואוסט אז "רשע מה הוא - אומר"... דאס וואס ער איז זאגט ער ארויס.
פיל געפערליכער איז ווען מען איז משתף בן גריונ'ען אין די לימודים פון תינוקות של בית רבן, ווען מען לאדנט איין די בן גריונ'ס מכל המינים צו פארשידענע פייערונגען, ווען די בן גריונ'ס מכל המינים זענען די הויפט מחותנים ביי חסידישע מסיבות, די ווארט זאגער צווישן די "פארשער פון חסידות".
ווען יאשיק איז יאשיק, איז ער נישט אזוי שעדליך. שעדליך איז ער דאן, ווען יאשיק גיט זיך אויס אלס תלמיד הבעל שם...
***
אבער די גאנצע געשיכטע האט נאך א טיפערען און פיינליכערען שורש:
אין דעם פארגאנגענעם ווינטער האט דער "היכל שלמה" פון רבנות הראשות ארויסגעגעבן א יארבוך א ספר השנה, און אין דעם דאזיגען "ספר" ווערט צווישן אנדערס געזאגט אז ווען יעקב אבינו איז געגאנגען פון לאנד כנען קייין מצרים, זענען מסתמא א טייל געבליבן אין לאנד כנען, און ווען יהושע בן נון האט איינגענומען ארץ ישראל זענען אים געקומען צו הילף אין זיינע מלחמות קעגן די ל"א מלכים, די געבליבענע אייניקלעך פון יעקב אבינו און זיי האבן אים געהאלפן באזיגן די איינוואוינער פון לאנד...
דאס האט שוין נישט געזאגט דער ראש הכופרים בן גריון, - דאס האט שוין געזאגט די "רעליגיעזע" רבנות הראשית פון היכל שלמה!
טא ווי קענען אצינד קומען די זעלבע לייט און האבן תערומות אויף בן גריונ'ען, הלמאי ער האט אויך געזאגט ענליכע געדאנקען?
***
מיר'ן גיין נאך אביסעלע ווייטער.
נאך דער סיני אקציע, האט דער "המודיע" ארגאן פון דער אגודת ישראל אין ארץ ישראל, אין אן ארטיקל וואס איז געווען אנגעפיקעוועט מיט לויב געזאנגען פאר דעם מבצע סיני, געשירבען צווישען אנדערע שאקירענדע זאצען, אז אלע נסים פון די אידן זענען געשטעלט אין שאטן אין אנגעזוכט פון די נסים פון מבצע סיני.
נישט אריינגייענדיג אין דעם פרט, וויאזוי א רעליגיעזע צייטונג האט זיך ערלויבט צו לויבן אן אקט פון ארויסרופען א מלחמה און פארגיסן אידיש בלוט שלא על פי דין און נגד התורה.
און אויך נישט אריינגייענדיג אין דעם פאקט וואס פון דעם גאנצן "מבצע" האט זיך אויסגעלאזט א "ריקצונג" און די אלע "נסים" פאר וועלכער דער "המודיע" איז אזוי נתפעל געווארן, האבן געפלאצט ווי א זייפען בלאז.
מיר ווילן בלויז בארירן דעם זאג אז "כל הנסים הועמדו לצל מול הנסים במבצע סיני".
הייסט עס אז אלע נסים פון יציאת מצרם, קריאת ים סוף, מן, מתן תורה, מלחמת סיחון ועוג, מלחמת עמלק, מלחמת ל"א מלכים, - אט די אלע נסים פון השי"ת זענען – ח"ו – געשטעלט געווארן אין שאטן לגבי די נסים פון יציאת מצרים. (?)
טא לאמיר זיך אויף א וויילע פארטראכטן:
ווער נאך אזוי גוט ווי בן גריון האט געוואוסט דעם פאקטישן אמת וואס פאר "נס" דער מבצע סיני איז געווען, ער האט דאך גענוי געוואוסט וועגן אל זיינע פריערדיגע אפמאכן מיט ענגלאנד און פראנקרייך, און ער האט ממילא געוואוסט אויף וויפיל "איבערנאטירליך" די גאנצע אקציע איז געווען, און וואס פאר א גרויסער "נס" עס האט דערביי פאסירט.
איז, ווען בן גריון האט געלייענט אזא באהויפטונג אין א צייטונג ווי דער "המודיע", וואס וויל רעדן אין נאמען פון תורה-אידנטום, אין נאמען פון אידן מאמינים בני מאמינים בה' ובמשה עבדו – אז דער מבצע סיני איז נאך געווען א גרעסערער "נס" ווי די נסים פון יציאת מצרים, - האט ער דאך באלד געפונען אן אנשפאר פאר זיינע אפיקורסישע טעאריעס אפילו אין די רייען פון "תורה אידנטום".
נו, וואס איז דער חידוש וואס בן גריון האט געוואגט צו זאגן דאס וואס ער האט געזאגט?!
אוודאי מוז מען אננעמען אז דער שרייבער פון יענע ווערטער אין "המודיע" האט מסתמא אליין אויך נישט געגלויבט אין דעם וואס ער האט געשריבן, ווארים דאס איז דאך איינפאך כפירה. אלא וואס דען. דער רצון פון געפעלן אין די אויגן פון די מושלים פארפירט אזוי ווייט, אז מען איז גרייט צו זאגן אפילו אזעלכע אבסודן, אבי נושא חן צו זיין, און אבי זיך ארויסצושטעלן פאר איבערגעגעבענע פאטריאטן פון דער מדינה, - אפילו אויפ'ן חשבון פון די עקרי האמונה, - ועל דא ודאי קא בכינא.
אין דעם ליגט דער גאנצער טראגיזם. אין מאמענט ווען מען פאסט זיך צום געדאנק פון צושטיין אין וואס פאר א שותפות עס זאל נישט זיין, צו מינים און אפיקורסים, איז מען ארויף אויך א געפערליך גליטשיגען וועג, פון וועלכען עס איז נישטא קיין צוריקהאלט, און פון וועלכען די פאלגן זענען שרעקליכע.
און נישט אומזיסט האבן אלע גאונים און צדיקים געווארענט קעגן דער דאזיגער געפאר, און אנגעזאגט זיך נישט מתחבר זיין מיט די מהרסי הדת בשום אופן שבעולם, כדי אויפצוהאלטן די מחיצות צווישען שומרי הדת, און, להבדיל, עוקרי הדת. ווארים אויב די גרעניצן זענען בולט אנגעצייכענט איז נישטא קיין געפאר אז אידן שומרי תורה ומצוות זאלן זיך צוהערן צו די רייד פון כופרים.
אז מיר וועלן נישט מטשטש זיין די גבולים וועט די וועלט וויסן אז יאשיק בלייבט יאשיק, און זיין שמד'ן זיך וועט ביי אונז נישט זיין קיין סענזאציע.
און פונקט אזוי איז אויך נישט פארשטענדליך פארוואס אידן מאמינים נעמען זיך פירן ויכוחים מיט אים, עלעהיי (?) זיי וואלטן וועלען אים איבערצייגן, אז ער איז נישט גערעכט, און אז משה אמת ותורתו אמת. מיר האבן דאך א פסק אז מיט אן אפיקורס ישראל טאר מען נישט פירען קיין וויכוחים ווייל "כל שכן דפקר טפי"!
מיט וויפיל אנטריסטונג מוזן ערליכע אידן אויפנעמען דעם פאקט וואס אפילו בשעת דער פארשטייער פון אגודת ישראל האט פראטעסטירט אין דער כנסת קעגן דער כפירה פון בן גריון, האט ער אין דער זעלבער צייט, באותו מעמד ובאותו שעה צוגעגעבען, אז "מיר שטיצען די רעגירונג אין אלע אנדערע זאכן..." – הייסט עס אז דאס וואס בראש פון דער רעגירונג שטייט א מסית ומדיח פון ערגסטען סארט, דאס איז נישט קיין שטער און קיין צוריקהאלט אין צו שטיצן אין אלע אנדערע ענינים!
יא, אז מען האט פאר די אויגן בלויז דעם איינציגען ציל דעם אויסערליכן עפעקט, דאן האט א זיך איינצוארדענען פראטעסט רעדעס. אבער אויב מען מיינט אויפריכטיג, דאן מוז מען קומען צו גאר אנדערע מסקנות.
מיר ווייסן אלע אז נישט אין דעם האנדעלט זיך עס, צי מען וועט בן גריונ'ען יא קענען איבערצייגן אין דער ריכטיגקייט פון די פסוקי התורה, אדער מען וועט אין נישט קענען איבערצייגן. – דאס איז אבער זיכער, אז:
75 פראצענט פון דער יוגענט – און אפשר נאך מער – ווערט דערצויגן אויף דעם זעלביגען גייסט פון כפירה באלקי ישראל, ר"ל.
דער חינוך פון כפירה און מינות וועט ווייטער פארגעזעצט ווערן אין גאנצען לאנד.
הונדערטער טויזענטער תמימותדיגע אידישע קינדער ווערן מיט געוואלט אפגעריסן פון אידישן שורש, און מיט צוואנג פארגיפטעט מען זיי מיט מינות.
אויף אט די אלע זאכן האט מען נישט פראטעסטירט, און מען פראטעסטירט אויך ווייטער נישט.
ווען בן גריון זאל למשל, מסכים זיין ארויפצוגיין אויף דער כנסת טריבונע און ערקלערן, אז ער איז חוזר פון זיינע ווערטער.- ווארים עטוואס אנדערש פארלאנגען דאך נישט די פראטעסטירער, - דאן וואלט שוין אלעס געווען "בסדר". עס וואלט שוין דאן קיינעם מער נישט געקימערט וואס אידישע קינדער ווערן ערצויגן אין גייסט פון כפירה און מינות אין די הונדערטער טויזנטער.
ווי שרעקליך פאלש איז דעריבער נאכצוגיין דער דאזיגער אויגן-פארבלענדעניש.
אויב מען מיינט טאקע אויפריכטיג מיט די פראטעסטן, דארף דער טאקטיק זיין גאר אן אנדערע:
מען מוז איינמאל פאר אלעמאל קלאר שטעלן דעם פרינציפ, אז קיין שום פינאנציעלע אדער מאראלישע שטיצע טאר נישט געגעבען ווערן פאר א רעזשים וואס איז עוקר די תורה הקדושה!
קיין שום צוזאמענארבעט טאר נישט זיין צווישען אידן שומרי תורה ומצוות מיט מהרסי הדת!
נאר אזוי וועלן מיר זיך קענען באשיצען קעגן דעם פלייצענדיגן שטראם פון כפירה און מינות, וואס האט דערגרייכט דעם קלימאקס אין אונזער צייט.
קיין אנדערע עצה איז נישט פאראן! שוין צייט אז דאס תורה-אידנטום זאל דאס איינזען!