איך זוך ווערטער פון א ניגון...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:06 am

רואה ואינו נראה האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:אויף שרלי אדלערס סידי איז דא א ניגון וואס איך קען נישט אויספיגערן די ווערטער
אזכרה ימים מקדם מתי תשיבנו אליך עוד הלא אם מאמי בערך לבי רוכב אליך מאד ??????

Composed by: Pinky Weber
אזכרה ימים מקדם מתי תשיבני אליך עוד,
הלוא אם אני ברדם לבי רוחף אליך מאד.
(מתוך דברי בעל ה"דמשק אליעזר" - תלמיד בעל ה"ייטב לב" זיע"א)

אביסל א צימישעניש דא.. א תלמיד פון ייטב לב ר' בנימין יונתן וואלנער האט עס מחבר געווען, און ר' אליעזר וויינבערגער האט עס אריינגעדרוקט אין זיין סידור דמשק אליעזר, פון דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 61#p147461

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:19 am

אין אשכול קליפס פון זינגערס איז דא א קליפ ווי פינקי זינגט דעם ניגון.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:26 pm

וואו קען איך טרעפן אפגעשריבן די ווערטער פון יאסעלע ראזענבלאטס "אידישע" ניגונים?

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:03 am

מיין שטעלונג האט געשריבן:וואו קען איך טרעפן אפגעשריבן די ווערטער פון יאסעלע ראזענבלאטס "אידישע" ניגונים?

דא קענסטו טרעפן אפאר viewtopic.php?f=18&t=11660

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:02 am

ווי קען מען טרעפן די ווערטער פון "מבודלים" פון מב"ד-אפשר לתקן (Track 5)
פריילעך שירה, די חבורה

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 10:10 am

sheer vocal talent האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן די ווערטער פון "מבודלים" פון מב"ד-אפשר לתקן (Track 5)

כבודו יתרומם בפי כל הנשמה וישמיע למקדישיו
המקדישים שמו בנעימה הם מובדלים מעמים
ואותך בהתתד מרוממים צועקים בכל לב לשחריך כי הם עבדיך

יוצרות לפרשת זכור דא און דארט

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » זונטאג אוקטובער 29, 2017 4:01 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:
sheer vocal talent האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן די ווערטער פון "מבודלים" פון מב"ד-אפשר לתקן (Track 5)

כבודו יתרומם בפי כל הנשמה וישמיע למקדישיו
המקדישים שמו בנעימה הם מובדלים מעמים
ואותך בהתתד מרוממים צועקים בכל לב לשחריך כי הם עבדיך

יוצרות לפרשת זכור דא און דארט

יישר כח
פריילעך שירה, די חבורה

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » זונטאג אוקטובער 29, 2017 4:07 pm

ווי שטייט די ווערטער פון קדוש. מב"ד אין עוד מלבדו (Track 5)
פריילעך שירה, די חבורה

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 29, 2017 8:27 pm

sheer vocal talent האט געשריבן:ווי שטייט די ווערטער פון קדוש. מב"ד אין עוד מלבדו (Track 5)

געטראפן

ב'ספר היכלות', ספר קבלה עתיק: "ברוכים אתם לה', שמים ויורדי מרכבה, אם תאמרו ותגידו לבניי מה שאני עושה, בשעה שמקדישים ואומרים 'קדוש, קדוש, קדוש'... ולמדו אותם שיהיו עיניהם נשואות למרום לבית-תפילתם ונושאים עצמם למעלה, כי אין לי הנאה בעולם כאותה שעה... באותה שעה אני אוחז בכיסא כבודי בדמות יעקב, ומחבקה ומנשקה, ומזכיר גלותם וממהר גאולתם".


נ.ב. ס׳איז נישט טרעק 5, איך מיין ס׳איז די זיבעטע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:29 am

יאצמעך האט געשריבן:
sheer vocal talent האט געשריבן:ווי שטייט די ווערטער פון קדוש. מב"ד אין עוד מלבדו (Track 5)

געטראפן

ב'ספר היכלות', ספר קבלה עתיק: "ברוכים אתם לה', שמים ויורדי מרכבה, אם תאמרו ותגידו לבניי מה שאני עושה, בשעה שמקדישים ואומרים 'קדוש, קדוש, קדוש'... ולמדו אותם שיהיו עיניהם נשואות למרום לבית-תפילתם ונושאים עצמם למעלה, כי אין לי הנאה בעולם כאותה שעה... באותה שעה אני אוחז בכיסא כבודי בדמות יעקב, ומחבקה ומנשקה, ומזכיר גלותם וממהר גאולתם".


נ.ב. ס׳איז נישט טרעק 5, איך מיין ס׳איז די זיבעטע.

גערעכט! יישר כח
פריילעך שירה, די חבורה

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:20 pm

איך זוך די ווערטער פון די ניגון "א באל אין הימל" וואס דער חקל יצחק פלעגט צו זינגען אום אחרון של פסח.

יישר כח

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:43 am

דוד משה האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון די ניגון "א באל אין הימל" וואס דער חקל יצחק פלעגט צו זינגען אום אחרון של פסח.

יישר כח
צוגעלייגטע
אמרי אש - פורים, ארבע פרשיות צדיקי ספינקא עמוד 229.pdf
(99.75 KiB) דאונלאודעד 86 מאל

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:17 am

יאצמעך האט געשריבן:
sheer vocal talent האט געשריבן:ווי שטייט די ווערטער פון קדוש. מב"ד אין עוד מלבדו (Track 5)

געטראפן

ב'ספר היכלות', ספר קבלה עתיק: "ברוכים אתם לה', שמים ויורדי מרכבה, אם תאמרו ותגידו לבניי מה שאני עושה, בשעה שמקדישים ואומרים 'קדוש, קדוש, קדוש'... ולמדו אותם שיהיו עיניהם נשואות למרום לבית-תפילתם ונושאים עצמם למעלה, כי אין לי הנאה בעולם כאותה שעה... באותה שעה אני אוחז בכיסא כבודי בדמות יעקב, ומחבקה ומנשקה, ומזכיר גלותם וממהר גאולתם".


נ.ב. ס׳איז נישט טרעק 5, איך מיין ס׳איז די זיבעטע.

א מוירעדיגער ניגון....!!!

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:15 pm

יישר כח שופר, זאלסט זיין געבענטשט.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג ינואר 15, 2018 9:33 am

איך זוך די ווערטער אויף דעם ניגון אויף אידיש "מאטל מאטל וואס וועט זיין מיט דיר דער רבי זאגט אז דו לערנסט נישט".... וכו'
ייש"כ
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:12 pm

ווייסט איינער פון וואנעט דער ניגון שטאמט, און וואס זענען די ווערטער דערויף
געזינגען דא דורך הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א אויף קול הלשון
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=4

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג ינואר 19, 2018 11:32 am

זענדל האט געשריבן:איך זוך די ווערטער אויף דעם ניגון אויף אידיש "מאטל מאטל וואס וועט זיין מיט דיר דער רבי זאגט אז דו לערנסט נישט".... וכו'
ייש"כ

https://yi.wikisource.org/wiki/%D7%B0%D ... 6%B7%D7%9F

װאָס װעט דער סוף זײַן פון מרדכי געבירטיג
מרדכי געבירטיג

װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג זשע מיר:
ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן…
באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אויף דיר,
אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן;
ס´איז נישט גענוג, דו װילסט נישט לערנען גאָר,
דעם רבין, נעבעך, טוסט דערצערנען,
שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר,
און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען!
– נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט –

אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן!
פֿאַר װאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט? –
זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן!
כ´האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז,
ער האָט מײַן חומשל צעריסן, –
האָט אונדז דער רבי היבר גלייגט אױף זײַן שױס
נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן.
– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל ענטפֿער דרױף:

די שכנים זאָגן – כ´מוז זײ גלײבן! –
דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף
און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן…
צי איז דאָס שײן פֿאַר ײִדן, זאָג אַלײן,
מיט טױבן זיך אַרומצויאָגן?
האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן
דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן!…
נישט אמת, טאַטע, ס´איז נאָר קױם אַרױס

אַ שטיקל שױב, מע קען עס צוקלעפּן…
איך יאָג זיך נישט – איך קוק זיך נאָר בלױז,
װי שײן די טײַבעלעך,
װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף,
װי שײן די קערענדלעך זײ פּיקן,
װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף,
װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן…
– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ´פֿרעג דיך נאָר:

אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע!
װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר,
געקענט װי װאַסער די גמרא.
אַ ײִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד,
נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען.
אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט,
װאָס קאָן גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען!
– דער זײדע האָט אַ מאָל דערצײלט פֿון דיר:

פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן…
ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר,
דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן…
הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו –
האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא:
װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו,
פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג ינואר 22, 2018 5:29 am

יענקל פאטאש האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:איך זוך די ווערטער אויף דעם ניגון אויף אידיש "מאטל מאטל וואס וועט זיין מיט דיר דער רבי זאגט אז דו לערנסט נישט".... וכו'
ייש"כ

https://yi.wikisource.org/wiki/%D7%B0%D ... 6%B7%D7%9F

װאָס װעט דער סוף זײַן פון מרדכי געבירטיג
מרדכי געבירטיג.

יישר כח
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » מאנטאג ינואר 22, 2018 8:23 am

ראספשע האט געשריבן:ווייסט איינער פון וואנעט דער ניגון שטאמט, און וואס זענען די ווערטער דערויף
געזינגען דא דורך הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א אויף קול הלשון
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=4


די ווערטער איז א פסוק אין ישעיה: ולבבו יבין ושב ורפא לו

די הארץ זאל וועלן פארשטיין, אז ס'קען נישט ווייטער אזוי גיין
ס'איז נישט קיין תכלית צו לעבן אזוי, ושב ורפא לו

שפכי כמים מיט א ביטער געוויין, צוברעכן דעם הארץ דעם שטיין
דעם יצר אפזאגן ניין, פון היינט וויל איך זיין ריין, ושב ורפא לו

ולבבו יבין ושב ורפא לו

די אהבה זיך נעמען בענקען, דעם הייליגן שורש געדענקען, מיט הייסע טרערן עס שווענקען, ושב ורפא לו

אוי טאטע טאטע עפן די טיר, און נעם מיך צוריק צו דיר
מיט ליבשאפט אן א שיעור, לא עשה כן לכל גוי, ושב ורפא לו

ולבבו יבין ושב ורפא לו

עס איז א הארציגער שטיקל, איך מיין ס'איז א וואורקער תנועה, איך ווייס נישט ווער ס'האט געמאכט די ווערטער
אגב, נישט ר' אלימלך בידערמאן זינגט עס, ס'הערט זיך ווי ירמי' דאמען, אדער עמיצער אנדערש, קען זיין ר' מיילעך גלייכט עס האבן זיי עס קאטעגאריזירט אויף זיין נאמען.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

א מעשה מיט א פריזישדער

תגובהדורך זענדל » זונטאג ינואר 28, 2018 4:09 am

פון "א אידישע מאמע" מבית "לחיים"
קען מען ביטע באקומען די ווערטער?
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:21 pm

זענדל האט געשריבן:פון "א אידישע מאמע" מבית "לחיים"
קען מען ביטע באקומען די ווערטער?

מיטן הילף פונעם בורא מארגן
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:25 pm

זענדל האט געשריבן:פון "א אידישע מאמע" מבית "לחיים"
קען מען ביטע באקומען די ווערטער?

אוודאי נישט לחיים'ס ניגון, נאר אן אלטער ניגון פון רוזענבלאט ועוד:

נאדיר פון דא:
איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן,
זאגטס מיר ווער עס קען,
מיט וועלכע טייערע פארמעגן,
בענטשט גאט אלעמען.

מען קויפט דאס נישט פאר קיינע געלט,
דאס געבט מען נאר אומזיסט,
און דאך אז מען פארלירט דאס, אוי!
וויפל טרערן מען פארגיסט.

א צווייטע געבט מען קיינעם נישט,
עס העלפט נישט קיין געוויין,
אהוי! ווער עס האט פארלוירן,
דער ווייסט שוין וואס איך מיין.

א אידישע מאמע,
עס איז די בעסטע אויף דער וועלט,
א אידישע מאמע,
אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט.

ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ ווען די מאמע איז דא,
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם
הבא.

אין וואסער אין פייער וואלט זי געלאפן פאר איר קינד,
נישט האלטן איר טייער, דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.

אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטשט וואס האט,
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט,
נאר איין אלטיטשקע אידישע מאמע,
אוי מאמע מיין!!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:35 pm

איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן, זאגטס מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן, בענטשט גאט אלעמען.

מען קויפט דאס נישט מיט קיינע געלט, דאס געבט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס אוי, פיל טרערן מען פארגיסט.

א צווייטע גיבט מען קיינעם נישט, עס העלפט נישט קיין געוויין,
א הוי, ווער עס האט פארלוירן, דער ווייסט שוין וואס איך מיין.

א אידישע מאמע, עס איז די בעסטע אויף דער וועלט.
א אידישע מאמע, אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט.

ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ ווען די מאמע איז דא.
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא.

אין וואסער אין פייער, וואלט זי געלאפן פאר איר קינד.
נישט האלטן איר טייער, דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.

אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט.
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט.

נאר איין אלטיטשקע אידישע מאמע.

אוי מאמע מיין.

---
איך שרייב פון יוסעלע. יוסף משה כהנא'ס איז אביסל אנדערש, זע די פייל דא viewtopic.php?p=1351944#p1351944 קענסט קאפיען די טעקסט פון די פידיעף.

אופס קנאפער האקט, איך שיק דאך...

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מארטש 28, 2018 4:02 am

ווער האט די ווערטער פון ר' יו''ט ערליךס איי איי די קאנטרי?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:41 am

למעלה משבעים האט געשריבן:איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן, זאגטס מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן, בענטשט גאט אלעמען.

מען קויפט דאס נישט מיט קיינע געלט, דאס געבט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס אוי, פיל טרערן מען פארגיסט.

א צווייטע גיבט מען קיינעם נישט, עס העלפט נישט קיין געוויין,
א הוי, ווער עס האט פארלוירן, דער ווייסט שוין וואס איך מיין.

א אידישע מאמע, עס איז די בעסטע אויף דער וועלט.
א אידישע מאמע, אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט.

ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ ווען די מאמע איז דא.
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא.

אין וואסער אין פייער, וואלט זי געלאפן פאר איר קינד.
נישט האלטן איר טייער, דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.

אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט.
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט.

נאר איין אלטיטשקע אידישע מאמע.

אוי מאמע מיין.

---
איך שרייב פון יוסעלע. יוסף משה כהנא'ס איז אביסל אנדערש, זע די פייל דא viewtopic.php?p=1351944#p1351944 קענסט קאפיען די טעקסט פון די פידיעף.

אופס קנאפער האקט, איך שיק דאך...

יישר כח
איך האב געבעטן די ווערטער אויפן ניגון "א מעשה מיט א פריזשידער " וואס איז אין די סידי "אידישע מאמע"
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Life’s a peach, Organic און 18 געסט